דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג יולי 07, 2019 12:56 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאו מ'לאזט נישט בויען קיין וואנט, סיז נישטא קיין פיזישע גרעניצן אויף געוויסע פלעצער וואס זאל אפהאלטן א מענטש פון אריבערגיין די גרעניץ... און יעצט ווילסטו אוועקנעמען די שטראף דערפון, און נאך גיבן העלט קעיר פאר די וואס קומען... אבער דאס הייסט נישט קיין אפענע גרעניצן... סארי, נאן-סענס!


די אויסדרוק "נאן-סענס" קומט אריין נאר בנוגע א סברא (טעאריע) וואס איז אדער יא מסתבר (מאכט סענס) אדער נישט מסתבר (מאכט נישט סענס), א מציאות איז אבער א מציאות אפגעזען צו ס'מאכט סענס צו דיר אדער נישט.

אויב דו ווילסט דעבאטירן צו "די סברא זאגט" אז די אויבנדערמאנטע פאליסיס זענען "גורם" אז מער מענטשן זאלן אריינקומען קען מען רעדן, אבער די מציאות (אויף וואס קיינער איז נישט מחולק אז דאס איז די מציאות, ועיין בהתגובה של פעיק ניוס דלעיל) איז אז זיי זענען נישט "אין שטיצע פון אפענע גרעניצן", ופשוט הוא.

און צו דיר פעיק ניוס זאג איך, יא, דאס איז געווען די דעבאטע, ווארום ס'איז געווען וויכטיג מאכער'ס אייגענע בחירה צו ער זאל שרייבן אז "זייערע פאליסיס זענען גורם אז מער זאל'ן אריינקומען" אדער אז "זיי שטיצן אפענע גרעניצן" און ער האט אויסגעקליבן דאס צווייטע (און ער וויל נאך אלס נישט צוריקבעקן)...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג יולי 07, 2019 1:42 pm

נ. ב. איך האב זיך אויסגעשמועסט אין אישי מיט פעיק ניוס, און ער איז למעשה געבליבן ביי א מיינונג אז ווי לאנג א גרעניץ איז נישט "אבסאלוט פארמאכט" בלי שום שמץ של פתיחה כלל וכלל וואלט ער עס נישט אנגערופן א "פארמאכטע גרעניץ", און לויט אים איז טראמפ אויך אין שטיצע פון "אפענע גרעניצן" צוליב וואס די "וואנט" וואס ער פלאנט איז נישט גענוג הויעך/לאנג, און אפגערעדט אז די דעמאקראטן זענען.

משא"כ איך האב גענוצט דעם אויסדרוק "אפענע גרעניצן" לויט וויאזוי דאס ווארט ווערט באנוצט אין די וועלט ועיין בוויקיפעדיע, (און גראדע ווען איך האב געגוגעלט "אפן דעפעניציע" האב געטראפן ווי זיי זאגן "ערלויבענדיג צוטריט") און וועגן דעם איז געשען דעם מיינונגס פארשידענהייט.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג יולי 07, 2019 1:51 pm

...............

שטייצעך אז איך בין געווען סארקאסטיש און עס געזאגט לשיטתו, אויב ער רעדט פון וויאזוי 'מען רופט עס אין די וועלט', דאן רעד איך פון די פשוטע טייטש פון "אפן" און "פארמאכט".

למעשה איז די דיבעיט נישט דאס, און ער ווייסט דאס, איי האט ער דאך א באמבעדיגע קשיא, אז ס'איז דאך פארמאכט! ס'איז אפי' נישט אפן.... אה, אויף דעם וועלמיר מוזן גיין מיט דעם אז עס איז בלויז אזא שם המושאל...
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג יולי 07, 2019 3:22 pm

לשיטתי? וויאזוי מען "רופט עס" אין די וועלט? דאן וואו קומט דא אריין די "פשוט'ע טייטש" פון אפן און פארמאכט?

דאס איז אויסער דעם וואס די "פשוט'ע טייטש" איז אויך וויאזוי מ'רופט עס אין די וועלט כמובא לעיל.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 08, 2019 9:03 am

דער ליבעראלער ביליאנער טאם סטאיאר טראכט ווידער צו לויפן פאר פרעזידענט און גרייט זיך ערנסט אריינצוטאנצן אינעם פארמעסט
אן אפיציעל מעלדונג קען שוין קומען מארגן דינסטאג
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג יולי 08, 2019 9:09 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 08, 2019 9:07 am

אויף ריעל קלעיר פאליטיקס איז דזשאו ביידען געגאנגען פון א 41.1 % אויבערהאנט אנהויב מאי למספרם צו א 26 % אויבערהאנט איצט
קאמאלא העריס האט זיך דעראבערט צום צווייטן ארט מיט 15.2 % וועלכע איז מיט ווייניגער ווי 2 % פאראויס פון סאנדערס און ווארען

אוועטאר
א גוטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מאנטאג יולי 08, 2019 12:39 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:כ'האב עס שוין געשריבן, אבער אפשר נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט פאר יעדן צו פארשטיין:

דיקרימיניליזאציע: ס'איז דא א פארמאכטע גרעניץ וואו א יעדער וואס וויל עס אדורכגיין דארף זיך לעגאל שטעלן כבני מרון, אבער אויב איינער כאפט זיך אדורך איז ער נישט קיין "פארברעכער" (הגם ער האט עובר געווען אויף א געזעץ).

אפענע גרעניצן: ס'איז נישטא קיין גרעניץ וואס איז פארמאכט בכלל, א שטייגער ווי צווישן ניו יארק און ניו דזשוירסי און צווישן אנדערע שטאטן, אדער ווי צווישן ענגלאנד און פראנקרייך (דערווייל) און צווישן אנדערע אייראפעאישע פאראיין לענדער.

איך פרעזענליך זעה נישט וואס ס'איז אזוי שלעכט אויב מ'קען אויסארבערטן א דיל צווישן קאנאדא, די פאראייניגטע שטאַטן, און מעקסיקא אז מ'זאל טאקע האבן אפענע גרעניצן צווישן די לענדער פונקט ווי ס'איז דא אין אייראפע (פארשטייט זיך אויב ס'איז א גוטע דיל), אבער דאס איז גראדע עפעס וואס קיין איינע פון 25 דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאטן האבן נאכנישט אויפגעברענגט, סאו צו זאגן אז "דעמאקראטן שטיצן אפענע גרעניצן" איז פאלש דורכאויס.

און פארשטייט זיך אז צו זאגן אז "זיי זאגן עס אפן" איז נאך אסאך ערגער...

א גוט שבת.

אזאליכע שטותים צו רעדן. מען טאר נישט דורכפארן א רעד לייט אבער טאמער ביסטו דורך געפארן ביסטו נישט קיין פארברעכער און באקומסט נישט קיין טיקעט. אדרבה די באקומסט געז פאר פרי. וואט א דשאוק...
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג יולי 08, 2019 1:16 pm

אבער זיי האבען נישט געזאגט די ווארט "אפענע גרעניצן" עס איז נאר מכלל הן אתה שומע לאו, מדמה זיין מילתא למילתא, גרמא בניזקין, וכו'

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג יולי 08, 2019 1:40 pm

א גוטן האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:כ'האב עס שוין געשריבן, אבער אפשר נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט פאר יעדן צו פארשטיין:

דיקרימיניליזאציע: ס'איז דא א פארמאכטע גרעניץ וואו א יעדער וואס וויל עס אדורכגיין דארף זיך לעגאל שטעלן כבני מרון, אבער אויב איינער כאפט זיך אדורך איז ער נישט קיין "פארברעכער" (הגם ער האט עובר געווען אויף א געזעץ).

אפענע גרעניצן: ס'איז נישטא קיין גרעניץ וואס איז פארמאכט בכלל, א שטייגער ווי צווישן ניו יארק און ניו דזשוירסי און צווישן אנדערע שטאטן, אדער ווי צווישן ענגלאנד און פראנקרייך (דערווייל) און צווישן אנדערע אייראפעאישע פאראיין לענדער.

איך פרעזענליך זעה נישט וואס ס'איז אזוי שלעכט אויב מ'קען אויסארבערטן א דיל צווישן קאנאדא, די פאראייניגטע שטאַטן, און מעקסיקא אז מ'זאל טאקע האבן אפענע גרעניצן צווישן די לענדער פונקט ווי ס'איז דא אין אייראפע (פארשטייט זיך אויב ס'איז א גוטע דיל), אבער דאס איז גראדע עפעס וואס קיין איינע פון 25 דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאטן האבן נאכנישט אויפגעברענגט, סאו צו זאגן אז "דעמאקראטן שטיצן אפענע גרעניצן" איז פאלש דורכאויס.

און פארשטייט זיך אז צו זאגן אז "זיי זאגן עס אפן" איז נאך אסאך ערגער...

א גוט שבת.

אזאליכע שטותים צו רעדן. מען טאר נישט דורכפארן א רעד לייט אבער טאמער ביסטו דורך געפארן ביסטו נישט קיין פארברעכער און באקומסט נישט קיין טיקעט. אדרבה די באקומסט געז פאר פרי. וואט א דשאוק...


טעות: "דיקרימיניליזאציע" (אז מ'איז נישט קיין פארברעכער ווען מ'טוט עס) מיינט נישט אז מ'באקומט נישט קיין שטראף!

און אגב, פאר די אלע וואס קענען זיך נישט איבערקומען פון די "נארישקייטן וואס איך שרייב", צו ווייסן ענק אפשר אז צו זיין אין אמעריקע אומדאקומענטירט איז נישט קיין קריים??? סאו דאס גאנצע שרייען פון צופרי ביז ביינאכט "אומלעגאלע" "אומלעגאלע" איז אפשר אבי געהאקט אין קאפ??? ווייל אויב ס'איז נישט קיין קריים איז עס לעגאל???

כ'האב געוואלט צוענדיגן מיט MATH#, אבער למעשה מיין איך אז ווען ענק וואלטן געוואוסט די אלע פאקטן וואלטן ענק נישט געדארפט טראכטן אזוי שווער עס צו פארשטיין...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג יולי 08, 2019 1:46 pm

יישר כח האט געשריבן:אבער זיי האבען נישט געזאגט די ווארט "אפענע גרעניצן" עס איז נאר מכלל הן אתה שומע לאו, מדמה זיין מילתא למילתא, גרמא בניזקין, וכו'


זיי האבן ניטאמאל גערעדט קעגן פארמאכטע גרעניצן אז ס'זאל זיין א בחינה פון מכלל הן וכו', זיי האבן בלויז גערעדט קעגן דיקרימינאליזאציע, אז פונקט ווי "אומלעגאלע" זענען נישט קיין פארברעכער, אזוי זאלן די וואס שווערצן זיך אריבער דעם גרעניץ אויך נישט זיין. ופשוט הוא (ס'ווענד זיך פאר וועם...).
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג יולי 08, 2019 1:48 pm

Los Angeles Times · 37 mins ago
Eric Swalwell is expected to withdraw from presidential race, Tom Steyer to enter

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג יולי 08, 2019 1:50 pm

WOW, צוויי קאנדידאטן זענען שוין אינדרויסן, גראוועל און סוואלוועל, די פעלד איז אראפ צו "בלויז" 24 קאנדידאטן...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יולי 08, 2019 1:57 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:כ'האב עס שוין געשריבן, אבער אפשר נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט פאר יעדן צו פארשטיין:

דיקרימיניליזאציע: ס'איז דא א פארמאכטע גרעניץ וואו א יעדער וואס וויל עס אדורכגיין דארף זיך לעגאל שטעלן כבני מרון, אבער אויב איינער כאפט זיך אדורך איז ער נישט קיין "פארברעכער" (הגם ער האט עובר געווען אויף א געזעץ).

אפענע גרעניצן: ס'איז נישטא קיין גרעניץ וואס איז פארמאכט בכלל, א שטייגער ווי צווישן ניו יארק און ניו דזשוירסי און צווישן אנדערע שטאטן, אדער ווי צווישן ענגלאנד און פראנקרייך (דערווייל) און צווישן אנדערע אייראפעאישע פאראיין לענדער.

איך פרעזענליך זעה נישט וואס ס'איז אזוי שלעכט אויב מ'קען אויסארבערטן א דיל צווישן קאנאדא, די פאראייניגטע שטאַטן, און מעקסיקא אז מ'זאל טאקע האבן אפענע גרעניצן צווישן די לענדער פונקט ווי ס'איז דא אין אייראפע (פארשטייט זיך אויב ס'איז א גוטע דיל), אבער דאס איז גראדע עפעס וואס קיין איינע פון 25 דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאטן האבן נאכנישט אויפגעברענגט, סאו צו זאגן אז "דעמאקראטן שטיצן אפענע גרעניצן" איז פאלש דורכאויס.

און פארשטייט זיך אז צו זאגן אז "זיי זאגן עס אפן" איז נאך אסאך ערגער...

א גוט שבת.

אזאליכע שטותים צו רעדן. מען טאר נישט דורכפארן א רעד לייט אבער טאמער ביסטו דורך געפארן ביסטו נישט קיין פארברעכער און באקומסט נישט קיין טיקעט. אדרבה די באקומסט געז פאר פרי. וואט א דשאוק...


טעות: "דיקרימיניליזאציע" (אז מ'איז נישט קיין פארברעכער ווען מ'טוט עס) מיינט נישט אז מ'באקומט נישט קיין שטראף!

און אגב, פאר די אלע וואס קענען זיך נישט איבערקומען פון די "נארישקייטן וואס איך שרייב", צו ווייסן ענק אפשר אז צו זיין אין אמעריקע אומדאקומענטירט איז נישט קיין קריים??? סאו דאס גאנצע שרייען פון צופרי ביז ביינאכט "אומלעגאלע" "אומלעגאלע" איז אפשר אבי געהאקט אין קאפ??? ווייל אויב ס'איז נישט קיין קריים איז עס לעגאל???

כ'האב געוואלט צוענדיגן מיט MATH#, אבער למעשה מיין איך אז ווען ענק וואלטן געוואוסט די אלע פאקטן וואלטן ענק נישט געדארפט טראכטן אזוי שווער עס צו פארשטיין...

1. ווי לאנג מעג מען זיין אין אמעריקע אומדאקומענטירט?
2. אויב שווערצט מען זיך אריין אין לאנד איז מען נישט דא אומלעגאל?
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג יולי 08, 2019 2:38 pm

די ווארען קאמפיין האט אויפגעטריבן 19.1 מיליאן דאלער אין צווייטן קווארטאל פון 683,000 באשטייערונגען פון 384,000 באשטייערער, איבער אכציג פראצענט דערפון ערשטמאליגע באשטייערער. דורכשניטליכע באשטייערונג: $28. דאס איז פאראויס פון סאנדערס' 18 מיליאן און אונטערשטעליג פון ביידען 21.5 מיליאן און בוטידזשעדזש וואס האט אויפגעטריבן נאנט צו 25 מיליאן לעצטן קווארטאל.

בוטידזשעדזש און ביידען נעמען אן גרויסע באשטייערונגען און האלטן אפ מיליאנערן-פאנדרעיזערס, דאס שטעלט ווארען אויפן ערשטן ארט פון די וואס נעמען נאר קליינע, grassroots באשטייערונגען.

די 19.1 מיליאן איז מער ווי דריי מאל אזוי סך ווי די קנאפע זעקס מיליאן אין באשטייערונגען אינעם ערשטן קווארטאל (רעכנט נישט אריין א קנאפע צען מיליאן פון איר סענאטאר קאמפיין קאסע אינעם ערשטן קווארטאל, פאר א סך הכל פון $16 מיליאן).
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג יולי 08, 2019 4:11 pm

עריק סוואלוועל האט יעצט אפיציעל אויפגעגעבן זיין געלויף פארן דעמאקראטישע נאמינאציע.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מאנטאג יולי 08, 2019 7:15 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:WOW, צוויי קאנדידאטן זענען שוין אינדרויסן, גראוועל און סוואלוועל, די פעלד איז אראפ צו "בלויז" 24 קאנדידאטן...

מארגען טאנצט אריין א נייע קאנדידאט די ביליאנער אין אקטיוויסט טאם סטאיער

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1403
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דינסטאג יולי 09, 2019 9:37 am

גאפל האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:WOW, צוויי קאנדידאטן זענען שוין אינדרויסן, גראוועל און סוואלוועל, די פעלד איז אראפ צו "בלויז" 24 קאנדידאטן...

מארגען טאנצט אריין א נייע קאנדידאט די ביליאנער אין אקטיוויסט טאם סטאיער


שוין אריינגעטאנצן.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג יולי 09, 2019 9:57 am

פארדינט האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:WOW, צוויי קאנדידאטן זענען שוין אינדרויסן, גראוועל און סוואלוועל, די פעלד איז אראפ צו "בלויז" 24 קאנדידאטן...

מארגען טאנצט אריין א נייע קאנדידאט די ביליאנער אין אקטיוויסט טאם סטאיער


שוין אריינגעטאנצן.
צוגעלייגטע
2cd5d9095ff1470ead40b2f378452440.jpg
קרעדיט קול העולם
2cd5d9095ff1470ead40b2f378452440.jpg (32.12 KiB) געזעהן 913 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1403
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דינסטאג יולי 09, 2019 10:12 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
פארדינט האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:WOW, צוויי קאנדידאטן זענען שוין אינדרויסן, גראוועל און סוואלוועל, די פעלד איז אראפ צו "בלויז" 24 קאנדידאטן...

מארגען טאנצט אריין א נייע קאנדידאט די ביליאנער אין אקטיוויסט טאם סטאיער


שוין אריינגעטאנצן.


די בעקגראונד דערמאנט מיך פון עפעס...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג יולי 09, 2019 10:14 am

פארדינט האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
פארדינט האט געשריבן:
גאפל האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:WOW, צוויי קאנדידאטן זענען שוין אינדרויסן, גראוועל און סוואלוועל, די פעלד איז אראפ צו "בלויז" 24 קאנדידאטן...

מארגען טאנצט אריין א נייע קאנדידאט די ביליאנער אין אקטיוויסט טאם סטאיער


שוין אריינגעטאנצן.


די בעקגראונד דערמאנט מיך פון עפעס...

אוודאי... פון א שטאל!
#ענימעל_רייטס
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יולי 09, 2019 10:59 am

צוויי פרישע אנקעטעס פון היינט שטעלן ביידען באקוועם פאראויס.

עמערסאן + 15%
פאליטיקא/קאנסאלטענט + 12%

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דינסטאג יולי 09, 2019 2:45 pm

וועכנטליכע מארנינג קאנסאלט:

ביידען 31%
בערני: 19%
העריס: 14%
ווארען: 13%
בוטידזשעדזש: 6%
בעטא: 3%
בקר: 2%
בלק: 1%
קאסטרא 1%
דעבלאזיא 1%
דעלאני 1%
גאבארד 1%
דזשיליבראנד 1%
היקנלופער 1%
קלאבוטשאר 1%
רייען 1%
יענג 1%
וויליאמסאן 1%
אנדערע: 2%

זינט צוויי וואכן צוריק (פאר די דעבאטע) איז ביידען אראפ מיט זיבן, בוטידזשעדזש/בעטא/בוקער מיט איינס, און העריס איז ארויף מיט אכט. בערני און ווארען שטייען אויפ'ן זעלבן פלאץ.

אז מ'וויל א קורצע סך הכל פון די פארמעסט אין די לעצטע האלבע יאר, קען מען קוקן אויף די דעמאלסדיגע העכסטע פינף קאנדידאטן וואס האבן אנגעצויגן דעמאלס, און ציען אן יעצט, א געמיינזאמע 80%: העריס איז ארויף מיט זיבן פונקטן און בעטא איז אראפ מיט פינף, ווארען איז ארויף מיט צוויי פונקטן און בערני איז אראפ מיט פיר, און ביידען שטייט פונקט וואו ער געשטאנען דעמאלס. די איינציגסטע גרויסע טויש אויסער דעם איז אז בוטידזשעדזש וואס איז דעמאלס געשטאנען ביי זערא שטייט יעצט ביי זעקס.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך יולי 10, 2019 2:57 pm

אפפס

ביידען נאר 4 העכער

2020 Democratic Presidential Nomination Economist/YouGov
Biden 22, Sanders 12, Harris 15, Warren 18, Buttigieg 6, O'Rourke 1, Booker 2, Gabbard 3, Castro 2, Yang 1, Klobuchar 1, Bullock 1, Inslee 1

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 10, 2019 3:40 pm

א. טראכטער האט געשריבן:אפפס

ביידען נאר 4 העכער

2020 Democratic Presidential Nomination Economist/YouGov
Biden 22, Sanders 12, Harris 15, Warren 18, Buttigieg 6, O'Rourke 1, Booker 2, Gabbard 3, Castro 2, Yang 1, Klobuchar 1, Bullock 1, Inslee 1

פאריגע אנקעטע געווען די זעלבע.

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך יולי 10, 2019 9:52 pm

גאבערד 3? Wow! אפשר קען נאך עפעס ווערן.

עט ליעסט א וויצע קאנדידאט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 28 געסט