דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ארורק פארגעהאלטן דורך וואטער ביי טאן האל, פארוואס אין 2017 האט ער נאר געגעבן א דריטל פון א פראצענט פון זיין אינקאם פאר טשערטי. ער האט יעצט ארויסגעגעבן טעקס ריטורנס, עס איז $1,166 פאר טשערטי פון $370,412 אינקאם.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

בערני בערני בערני!!!!!!

פאקס ניוז האב געגעבען א שטארקע פלאטפארמע פאר בערני, איך ערווארט (ערווארט איך דען?) אז די קריטיק אויף פאקס זאל אביסעל נאך לאזען נאך אזא סוקסעס, ספעציעל נאך וואס איך זעה ווי אנדערע דעמאקראטישע קאנדידאטען לויפען יעצט נאך פאקס זאל זיי אויך געבן א טאון האלל.

בערני דארף מען נישט מסביר זיין ווייל ער איז זיך אליינס מסביר, איך וויל ארויסברענגען אפאר פוינטס איבער בערני העמיר זעהן צו דער עולם איז מסכום צו מיר, עס איז דא סטאנדארד קאנדידאטען און עס איז דא יוניק קאנדידאטען, א סטאנדארד קאנדידאט איז אייביג ערווארטעט צו געווינען אבער א יוניק קאנדידאט ברענגט א שטערקערע נאכפאלגערשאפט וואס זענען ממש פאר כישוף׳ט אין זייער קאנדידאט.

צווישען אלע קאנדידאטען וואס לויפען ביי די דעמאקראטען שטייט נאך בערני ארויס צו זיין די מערסטע יוניק, ער איז אלט אבער רעדט זייער פשוט און צו די זאך, ער האלט נישט קיין לאנגע דרשות, ער זאגט קלאר וואס ליגט אים אין קאפ, ער איז אויסגעקאכט אין זיינע אישוס, ער רעדט זייער ווייניג איבעריגע ווערטער, ער איז שטארק אין פאנדרעיזינג, ער האט א סך שטארקע שטיצער וואס גלייבען אין זיין צוזאג פון א בעסערע לאנד וואס געט מער פאר אירע בירגער.

זיין עיקר מעלה איז זיין מויל, זיין עיקר חסרון איז זיין גוף, די דיבעיט איבער בערני גייט זיין וואס ליגט אים אין מח?! די פרא בערני וועלן אייביג האלטען אז אויב בערני געווינט גייט ער העלפען אמעריקע ווערן א וועלטס מאכט דורעך זיין פארזיכערונג אז יעדע אמעריקאנער זאל האבען א גוט באצאלט זשאב, העלט אינשורענס מיט א גוטע עדיוקעישאן. די אנטי בערני וועלן אלעמאל האלטען אז ער האט נישט די מעגליכקייט דורעך צו פירען זייינע חלומות און אז טראמפ וועט אים צו מזיקען זשאסט פאר דערציילען זיינע חלומות אין פאבליק.

די שאלה צו ער קען עס למעשה אויספירען צו נישט איז באמת נישט נוגע פאר די פריימערי ווייל אלע קאנדידאטען חלומען הויעך און בערני חלומט די העכסטע, אבער פאר יעצט אפפערט ער א למעשהדיגע פראדוקט, יעדע טאטע און מאמע אין אמעריקע ״אינקלודינג מיר היימישע אידען״ וואלטען פיין הנאה געהאט צו וויסען אז די מעכטיגסטע עקאנאמיע אין די וועלט נעמט אויף זיך צו באצאלען אונזער העלטקעיר און שכר לימוד קאסטען און ווען מען פאנגט אן א זשאב ביזטו פארזיכערט אהיימצוקומען מיט עפעס געלט און נישט סתם א ווייסע פאפיר.

די פאליטישע שאלה איז גייט נאך איינער פון די אנדערע קאנדידאטען אויפשיינען אויף די דעמאקראטישע סטעידזש? עס איז נאך זייער פרי צו וויסען, נאך אפאר דעבאטעס וועט מען זעהן ווי מען שטייט, בערני האט זיך זיינע פראבלעמען וואס ער גייט מיזען דורעך שוויצען, זיין עלטער קען זיין א שטארקע אישו, די ווארט סאושעליזעם דערשרעקט ביז גאר א סך אמעריקאנער וואס ווייסען נישט פונקטליך וואספארא שרעקעדיגע זאכען קומט אלס מיט ווען מען לאזט דאס קומען צו פאוער, עס איז זייער שווער פאראויסצוזאגען ווער עס וואלט געווינען א פארמעסט צווישען סאנדערס אין טראמפ און וואס די קריגעריי צווישען די צוויי וועט זיין.

סאנדערס קריטיקירט נישט טראמפ האלב אזוי שטארק ווי זיינע קעגנערס קריטיקירען טראמפ, עס האט א מעלה ווייל סאנדערס איז שטארק אנגעהאנגען אויף די בלויע קאלער יוניאן ארבייטער וואס טראמפ האט א היבש ביסעל אריינגעביסען אין די 2016 עלעקשאנס.

עס וואלט מן הסתם געוועהן די מערסט אינטערסאנטע קאמפיין און עס קען גאר זיין די איינציגסטע מעגליכקייט צו האבען א קאמפיין וואס וועט זיין איבער אישוס אין נישט איבער אלע אנדערע שטותים.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

פרעזידענט סאנדערס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

מטעמים זייער שטארק!

איך וועל צולייגען אביסל.
אריינבליקענדיג אין די דעמאקראטישע פריימערי טראכט איך צו עס שפילט זיך נישט איבער ממש וואס איז פארגעקומען ביי די ריפאבליקאנער 2016.
טוט זיך אויך א אנלויפעניש יעדער לויפט עסטעבלישמענט קאנדידאט איז אנשטאט בוש זע איך אביסל ענדליכקייטן אין ביידען, און אנשטאט טראמפ זע מיר ר' בערל סאנדערס!
ווי איך קוק זע איך ממש א איבערשפיל דער האט אזוי סאך ענדליכקייטן צו טראמפ. אויסטערלישע מאסען באטייליגען זיך ביי זיינע ראליס, זיינע שטיצער גייען פייער פאר אים אין פייער זיי שפרינגען לויפן שרייען טאנצן, ער רעדט און קאנעקט זייער שטארק מיט זיין עולם, קומט מיט שטארקע קלארע פאלעסיס און שיטה, געלט גיסט זיך ווי וואסער, ענערדזשי האט ער ווי א 20 יעריגער,
און וואס? מען רעדט זיך ווייטער איין בלא בלא בלא!
ער איז צו אהער צו אהין, ער איז קרעזי, ער קען נישט געווינען, דאס איז זיכער אז מען שאצט אים זייער אינטער ווי געזען 2016, ווייטער אסאך זאגן די דעמאקראטן האלטן נאך נישט דארט, דאס איז אויך נישט אמת ווייל כמעט אויב נישט אלע דעמאראטן לויפן אויף זיינע פאלעסיס און געדאנקען.
סא אויב געווינט ער די נאמעני קען ער נעמען א סענטער לינק פאר ווייס פרעזידענט און רעדן מער דיפלאמאטיש און שיין סערווען זיינע געדאנקען צו די אינדיפענדענטס און רעכטע דעמאקראטן און ער קען ארויסברענגען מיליונען פרישע לינקע זאלן ארויסקומען שטימען, ווייל זייער אסאך לינקע וועלן נאר שטימען פאר א לינקער.

ער האט גאר שטארקע שאנסן אין מיינע אויגן צו זיין דער קומעדיגען פרעזידענט פון אמעריקע, ער איז א טראמפ ער קען פליקען, ער איז א ארבעטער וואס קען גרינג געווינען סווינג סטעיטס, ער ווערט נישט דערשראקען און פון אביסל הערן די דיבאטע זע איך אז ער מאכט גיטע קאם בעקס, (גענומען א טאן האל און געמאכט פאר א ראלי! אריינגעשמיסן פאקס, זיך נישט געלאזט פארדרייען, פאקס האט זיך געבעטן ער זאל זיי אויפהערן פליקן... שפעיטער האט ער זיי געזאגט אז נישט נאר פאקס איז שלעכט נאך אסאך מידיא באריכטן שלעכט. ער האט זייער שטארק אויסגענימען ביי די צוקוקער.)

איי וועסטו פרעיגן איז אמעריקע גרייט פאר לינקע? איז אמעריקע גרייט געווען פאר טראמפ 2015 ווען רוב ריפאבליקאנע האבן געמיינט אז דארט ענדיגט זיך זייער פארטיי?

נאך א שטארקע זאך וואס איך באמערק איז אז די דעמאקראטישע קאנדידאטען האלטן זיך זייער שטארק נישט אראפצירייסען אנדערע קאנדידאטען (געוויסע רימען גאר אויס אנדערע) און זאגן כסדר אז זיי ווילן נישט רעדן.. זיי ווילן נאר דיסקאסען פאלעסי. נעכטן האט פאקס געטרייט צוצודריקען בערני זאל עפעס זאגן אויף ביידען אבער ער זיי קלאר געזאגט אז ער גייט נישט פאלן צו זיי. אלע זאגן אז נישט קיין חילק ווער עס איז די נאמעני גייען זיי אלע יענעם גאר שטארק שטיצען.
האסט הנאה? געב א לייק
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

עס איז אמת אז בערנ'יו האט שטריכן פון טראמפ, אז ער איז ברענגט יוניקנעס.

און טראמפ האט טאקע צוגעזאגט גרויסע זאכן, אבער נישט זאכן וואס מענטשן האבן מורא געהאט אז עס גייט באנקראטירן אמעריקע, פארקערט, ער איז געווען זייער ביזנעס מיינדעט, זייער אקאנעמי פאקעסט, זאכן וואס האבן געמאכט סענס.

אבער בערני איז א סאשאליסט, יעדער גייט באקומען... יעדער ווייסט שוין וואס מ'באקומט פון אבאמאקעיר אדער סיי וועלכע זאך וואס קומט פון די רעגירונג, מאכן א אטמוספער פון באשטראפן ביזנעס אנערס וואס מוטשען זיך אויפצוטוען אויף דער וועלט, און באלוינען מענטשן פאר'ן נישט מצליח זיין, ברענגט קיינמאל נישט קיין גוט'ס, מ'זעט ווי לענדער וואס "טיילן" קומען אן.

פון איין זייט איז זייער געשמאק זיינע צוקערלעך, פון די צווייטע זייט גלייב איך, אז נארמאלע (אויב ס'איז נאך דא) מענטשן פארשטייען אז ער איז א חרבן, אפילו עס איז געשמאק זיך אנצוקערן אין זיין פרישקייט, וויל מען אים דאך נישט אלץ פרעזידענט, פארשטייט זיך נאך 2016 פרעדיקט איך גארנישט מער, אבער אזוי פיל איך, טראמפ איז נישט נאר משוגע, ער האט צוגעזאגט גאר שטארקע זאכן, וואס ברענגט א גוטע אקאנעמי, בערני זאגט צו זאכן וואס ברענגט און שטופט ארעמקייט, און מ'וועט זיך סוכ"ס נישט צוכאפן דערצו.
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

ניו העמפשער
אטעטשמענטס
IMG_20190422_132716.jpg
IMG_20190422_132716.jpg (49.45 KiB) געזען 3008 מאל
פארקלאצט
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארקלאצט »

2 נייע אנקעטעס
2 נייע אנקעטעס
Screenshot_20190423-185728.png (149.49 KiB) געזען 2837 מאל
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

@KollelNiyes: Former VP @JoeBiden will announce his 2020 presidential bid on Thursday. https://t.co/pZCFftZI3S #Finally
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

mosha g האט געשריבן:זאגט מיר איינער אז בוקער האט נישט קיין ווייב? געפרעגט געווארן ביי די טאונהאל צי זיין חתונה וועט אפשר פארקומען אין די ווייטהאוז....?!

שוין געווען אין די פארגאנגענהייט אז דער פרעזידענט האט חתונה געהאט אין די ווייטהאוז.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:אודאי וועגן זיינע סופארטערס, אבער ער האט פארדינט זיינע סופארטערס מיט זיינע אייגענע צוויי הענט, סאו קאפיטאליזם קומט נישט דא אריין.

און עפל האט זיך געבויעט פון זיך אליינס? דזשעף בעזאס האט נישט שווער געארבעט אנצוקומען צו האבן די צענדליגער טויזנטער ארבעטער?

אגב, בערני האט נישט געארבעט שווער פאר 2016. קוים וואס ער האט געארבעט לייכט. אין די צענדליגער יארן אין קאנגרעס האט ער אינטראדוסט בלויז דריי בילס וואס זענען עווענטועל געווארן געזעץ, צוויי דערפון זענען דאס טוישן די נאמען פון א פאסט אפיס...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו ווייסט איבער דעם באטיש, אבער ער איז א אפענער מושחת ומתועב. אלזא איז עס נישט קיין דמיון די צוויי.

און יא, טראמפ איז סיק, אדער ווי איך פלעג אים רופן צוריק אין 2016 "סיק דאנאלד", אבער זינט דאן האב איך קענען געלערענט די דעמאקראטישע ליבעראלן, איך בין געווארן באוויסטזייניג צו מציאות אז זיי שטייען בלויז פאר רציחה, נארישקייט און הפקירות, על כן איז מיר בעסער דער משוגענער טראמפ, ווי עני "נארמאלע" דעמאקראט, בנוסף לזה, איך האב היפש אינטערגעשאצט טראמפ, ואכהמ"ל.

וועלכע רציחה רעדסטו?, אזאנע וואס עפקעט נישט גארנישט קיין היימישע אידן, וואס איז א פערווייטע משפחה אישו אין די גויעשע גאס און צווינגט נישט קיינעם,

אדער אפשר רעדסטו פון די רציחה פון פארשוועמען די גאס מיט אלע ערליי מיליטערישע וואפען וואס כל צבי וזב, יעדער שמויגער קען פאר א אפאר קאפיקעס קויפען א רייפעל וואס שוסט ארויעס צענדילגער בולעטן א מינוט און געקאסט אסאך ידושע לעבענס, ידער קראנקער קען האבען גרינגער צוטריט צו א מיליטער וואפען ווי מעדיקעל קעיר
דאס זענעו די פרא לייוו רופובליקענס

אפשר קענסטו מיר טאקע צואווייזן וואו מ'קען קויפן מיליטערישע וואפן? געב מיר איין אדרעס, אפי' איינס, וואו מען קען קויפן אויטאמאטישע געווער.

גרינגער צוטריט ווי צו מעדיקל קעיר? אר יו סיריעס?! מ'האמיר דאך שויו אבאמאקעיר! יעדער קען האבן טאפ-קוואליטי מעדיקל קעיר פאר פרוטות!

שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Joe Biden officially enters 2020 presidential race

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

Former U.S. Vice President Biden announced his decision to run for the Democratic presidential nomination in a video released Thursday morning
יענקל אלצווייסער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל אלצווייסער »

אצינד ווייסן מיר שוין קלאר די אויסגאנג פון די 2020 דעמעקראטישע פרעזעדענטליכע פריימעריס. בלייבט נאר איבער צו זעהן וויאזוי די צוויי אלטער מושגעים פון ביידע פארטייען וועלן זיך ארומקריגן אינעם דזשענערעל עלעקשענס.
טראכט גוט וועט זיין גוט, טראכט גארנישט וועט זיין נאך בעסער!
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

ביידען וועט לכאורה זיין די דשעב בוש פון 2020, sleepy און איראק וועט דאמינעטען די נייעס.
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

יענקל אלצווייסער האט געשריבן:אצינד ווייסן מיר שוין קלאר די אויסגאנג פון די 2020 דעמעקראטישע פרעזעדענטליכע פריימעריס. בלייבט נאר איבער צו זעהן וויאזוי די צוויי אלטער מושגעים פון ביידע פארטייען וועלן זיך ארומקריגן אינעם דזשענערעל עלעקשענס.

ביסט זיכער?! ביזדערוויל זעט אויס אז דער 36 שנאק רוקט זיך גאנץ פיין ארויף
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

Think and Thank האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו ווייסט איבער דעם באטיש, אבער ער איז א אפענער מושחת ומתועב. אלזא איז עס נישט קיין דמיון די צוויי.

און יא, טראמפ איז סיק, אדער ווי איך פלעג אים רופן צוריק אין 2016 "סיק דאנאלד", אבער זינט דאן האב איך קענען געלערענט די דעמאקראטישע ליבעראלן, איך בין געווארן באוויסטזייניג צו מציאות אז זיי שטייען בלויז פאר רציחה, נארישקייט און הפקירות, על כן איז מיר בעסער דער משוגענער טראמפ, ווי עני "נארמאלע" דעמאקראט, בנוסף לזה, איך האב היפש אינטערגעשאצט טראמפ, ואכהמ"ל.

וועלכע רציחה רעדסטו?, אזאנע וואס עפקעט נישט גארנישט קיין היימישע אידן, וואס איז א פערווייטע משפחה אישו אין די גויעשע גאס און צווינגט נישט קיינעם,

אדער אפשר רעדסטו פון די רציחה פון פארשוועמען די גאס מיט אלע ערליי מיליטערישע וואפען וואס כל צבי וזב, יעדער שמויגער קען פאר א אפאר קאפיקעס קויפען א רייפעל וואס שוסט ארויעס צענדילגער בולעטן א מינוט און געקאסט אסאך ידושע לעבענס, ידער קראנקער קען האבען גרינגער צוטריט צו א מיליטער וואפען ווי מעדיקעל קעיר
דאס זענעו די פרא לייוו רופובליקענס

אפשר קענסטו מיר טאקע צואווייזן וואו מ'קען קויפן מיליטערישע וואפן? געב מיר איין אדרעס, אפי' איינס, וואו מען קען קויפן אויטאמאטישע געווער.

גרינגער צוטריט ווי צו מעדיקל קעיר? אר יו סיריעס?! מ'האמיר דאך שויו אבאמאקעיר! יעדער קען האבן טאפ-קוואליטי מעדיקל קעיר פאר פרוטות!

https://www.atlanticfirearms.com
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

טאקע זייער /שרעקעדיג, אבער ס'נישטא דארט קיין איין אויטאמאטישע ביקס.

די טאקטיק פון די דעמס צו דערשרעקן די אומוויסנדע ציבור מיט שרעקעדיג-אויסזעעענדע, פול-סעמי-אויטאמאטיק (קרעדיט: סיענען) גאנס וואס קענען פאקטיש שיסן בלויז איין קויל פער יעדן דרוק אויפ'ן צינגל איז גאר אן אלטער.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

בוקער האט געהאלטן א רעדע אין פלארידע, אינמיטן האט א קאר אריינגעזעצט אינעם געביידע און אפגעשטעלט די ראלי.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

איך ווייס נישט אויב עס איז שוין געווען באריכטעט, איך האב דאס נישט ארויסגעהאט אינגאנצן ביז יעצט... טא שרייב איך עס.

צו קענען באקומען א שטענדער ביי די דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע ברויך מען האבן איין פראצענט אין דריי נאציאנאלע פאללס אדער אין דריי פאלס אין איינע פון די ערשטע שטאטן (אייעווע, ניו העמפשיר, סאוט קאראליינע אדער נעוואדא) צוויי וואכן איידער די באשטימטע דעבאטע טאג.

אויב האט מען נישט די איין פראצענט קען מען נאכאלץ קוואליפיצירן דורך האבן אויפגעטריבן געלט פון כאטש 65 טויזנט באזונדערע שטיצער אריינגערעכנט 200 באשטייערונגען וועלכע זאלן קומען פון שטיצער וועלכע וואוינען אין 20 באזונדערע שטאטן.

די קאמיטע האט אבער געלייגט א מאקסימום פון 10 קאנדידאטן (געקליבן רענדעמלי פון די וועלכע קוואליפיצירן) וועלכע וועלן קענען אנטייל נעמען אין איין דעבאטע. אויב זאל זיין מער ווי 10 קאנדידאטן וועלכע האבן באוויזן אײנע פון די צוויי אויבענדערמאנטע תנאים (ביים שרייבן די תגובה איז דא 16) דאן וועט מען מאכן צוויי דעבאטעס איין נאכט נאך די אנדערע מיט א מאקסימום פון 10 חברה פער דעבאטע.

אויב זאל זיין מער ווי צוואנציג קאנדידאטן דאן וועט מען צוזאמענגענומען ביידע תנאים און די אויבערשטע 20 קאנדידאטן וועלן באקומען א שטענדער ווי פאלגענד: צוערשט וועלן די קאנדידאטן וועלכע האבן באוויזן ביידע תנאים ווערן ערלויבט צום דעבאטע דערנאך וועט מען אריינלאזן די וועלכע שטייען די העכסטע אין די דערמאנטע פּאולינג. אויב איז נאך דא פלאץ וועט מען אנפילן די ערטער מיט די וועלכע האבן אויפגעטריבן געלט פון די גרעסטע צאל שטיצער.

א נאסע קאלטע פאטשיילע צו לינדערן די שלייפן שמערצן, עמיצער?
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

סאיז זייער קאמפלעצירט. איך וואלט זיי פארגעשלאגן א פשוטערע וועג, היות זיין זענען דאך די פארטיי וואס קעמפט פאר גלייכבארעכטיגקייט, על כן וואלט געווען מן היושר והנימוס אז די פרויען, שווארצע, און מתעובים זאלן האבן א דין קדימה, דאס וועט מער ווייניגער סעטלן די זאך.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דאן וואלטן אלע קאנדידאטן געווען אויפן סטעידזש...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

פעיק נוז האט געשריבן:דאן וואלטן אלע קאנדידאטן געווען אויפן סטעידזש...

אלע אויסער ביידען, בערני, בעטא, יענג, קאסטראו, היקענלופער, אינסלי, רייען, דילעני, מולטאן, סוואלוועל...
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

בוידעם האט געשריבן:סאיז זייער קאמפלעצירט. איך וואלט זיי פארגעשלאגן א פשוטערע וועג, היות זיין זענען דאך די פארטיי וואס קעמפט פאר גלייכבארעכטיגקייט, על כן וואלט געווען מן היושר והנימוס אז די פרויען, שווארצע, און מתעובים זאלן האבן א דין קדימה, דאס וועט מער ווייניגער סעטלן די זאך.

אלא מאי, אינ'ם ענגלישן ווערטערבוך מיינט גלייכבארעכטיגונג אז יעדער איינער איז די זעלבע גלייך, און מען מעג נישט דיסקרמינירן אנטקעגן א ווייסע נארמאלע מאן, איך ווייס נישט ווי סיריעס איר האט דאס געמיינט אבער מען זאגט עס דא זייער אסאך איבער.
און קען זיין איך מיס די פינטעלעך?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

גוט מארגן, דאס איז דאך די קאמישקייט פון די דעמאקראטישע פארטיי.

----
למעשה איז מיין עצה נישט גוט, זינט עס איז נישט אויסגעשלאסן אז בערני מאכט א שעשנו כרצונו. עס איז די רעכט פון יעדע קאנדידאט צו באשליסן זיין דזשענדער, און אויב וויל ער/זי/זיי, קען ער/זי/ זיי, זיך אידענטעפעצירן איין טאג אזוי און די אנדערע טאג אזוי.

והוא הדין לגבי ראסע, עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס ביידן זאל זיך נישט טארן ערקלערן א שחור, און קיינער קען נישט אפהאלטן מעיאר פיט פון זיך רופן ניגער פיט.

איך האב אבער א אנדערע עצה, די קאנדידאטן מיט די ווייניגסטע שטיצע זאלן האבן א דין קדימה, פשוט ווייל עס איז נישט יושר אז די טאפ 10 זאלן נעמען אלעס פאר זיך.
לעצט פארראכטן דורך בוידעם אום מאנטאג אפריל 29, 2019 7:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רצונינו לעשות רצוניך.
yes yes
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 1:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yes yes »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:דאן וואלטן אלע קאנדידאטן געווען אויפן סטעידזש...

אלע אויסער ביידען, בערני, בעטא, יענג, קאסטראו, היקענלופער, אינסלי, רייען, דילעני, מולטאן, סוואלוועל...

דא האסטו די פינטלעך
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

בוידעם האט געשריבן:גוט מארגן, דאס איז דאך די קאמישקייט פון די דעמאקראטישע פארטיי.

----
למעשה איז מיין עצה נישט גוט, זינט עס איז נישט אויסגעשלאסן אז בערני מאכט א שעשנו כרצונו. עס איז די רעכט פון יעדע קאנדידאט צו באשליסן זיין דזשענדער, און אויב וויל ער/זי/זיי, קען ער/זי/ זיי, זיך אידענטעפעצירן איין טאג אזוי און די אנדערע טאג אזוי.

והוא הדין לגבי ראסע, עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס ביידן זאל זיך נישט טארן ערקלערן א שחור, און קיינער קען נישט אפהאלטן מעיאר פיט פון זיך רופן ניגער פיט.

איך האב אבער א אנדערע עצה, די קאנדידאטן מיט די ווייניגסטע שטיצע זאלן האבן א דין קדימה, פשוט ווייל עס איז נישט יושר אז די טאפ 10 זאלן נעמען אלעס פאר זיך.

אבער די מארשס און וויילינס פון די רעפובליקאנער אין די שרעקעדיגע ווייסע קליידער זענען עפעס בעסער??

איך דיסעגרי פולי מיט וואס איך האב יעצט געשריבן, אבער דעס איז לשיטתך
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”