יעצט, דו האסט א אלטערנאטיוו? מען זאל זיי דעפארטירן? דו האלטסט אז עס איז א גוטע אלטערנאטיוו? איך בין נישט אזוי זיכער, קודם רוב פון זיי ווייסט מען ניטאמאל ווער זייערע עלטערן זענען זייערע רחמנות'דיגע עלטערן האבן זיי מפקיר געווען צו די אכזריות'דיגע אמעריקאנע באאמטע, און די וואס האבן יא עלטערן אפשר זאל מען זיי האלטן ארעסטירט אז נישט וועט דאך קיינער נישט מורא האבן צו שווערצן, דו זעהסט דאס נישט אלס א נושא צו דעבאטירן? איי וואס וועט זיין מיט די קינדער ווילאנג עס ענדיגט זיך זייערע עלטערן'ס פראסעס, נו זאג דו וואס זאל מען טאהן?....
יעצט ענטפער ביטע, רחמנות רחמנות.....
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אמביציע הער אויס נישט דו נישט איך זענען געוועהן ביים גרעניץ נישט דו נישט איך האב מיר שייכות מיט עני פון די געליטענע וואס איך ווייס יא סדא געזעצען סדא א טיעם אן טאפ וואס די אמעריקאנע פאלק האט אריין געוואוט ווילסטו דעבאטירן צו די געזעץ איז ריכטיג אדער נישט ווילסטו דעבאטירן וואס מדארף מיט די קינדער טוהן
סתם אנזייען דא א חורבן אז די אדמינעסטראציע זענען ליגנערס אין דו גלייבסט נישט גארנישט איז וואס וויללסטעע יעצט וואס וויל ערר אין וואס וויל איך פארשטייסט???
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳גרוילט מיר צו קאמענטירן אויף אזאנע בילבולים. כ׳האָף אז די ריפאבליקנס וועלן נעמען די זאך און די הענט מיט א קאמפיין אויפצוווייזן די ליגענט א אנדעקן די די פרעכע און געמיינע אויפירונג פון די אבאמא אדמי ווען ס׳איז געקומען צו צוטיילן קינדער פון עלטערן.
#פעיק נאוז
they did? Because I see you started first. Anyway, who cares
יואל שרייבער האט געשריבן:אין איש חמודות איז געדרוקט א מעשה אז ביי די צווייטע וועלט־מלחמה ווען מען האט פארשיקט די סלאוואקישע אידן ל"ע האט מען זיך געבעטן ביי די קאטוילישע קירכע אז זיי זאלן עפעס זאגן דערוועגן וויבאלד די רעגירונג דארט איז געווען שטארק קאטויליש געשטימט אבער זיי האבן בשום אופן נישט געוואלט גארנישט טוהן דערוועגן, נאר ווען מען האט זיי געזאגט אז די רעגירונג צוטיילט די פאמיליעס ביים פארשיקן האבן זיי מוחה געווען אויפן צוטיילן פאמיליעס, און די רעגירונג האט זיי טאקע געפאלגט און אנגעהויבן צו פארשיקן גאנצע פאמיליעס צוזאמען ר"ל. זעהט אויס אז די זעלבע חסד לאומים חטאת איז שוין דעמאלט געווען.
איך זעה יעצט אז גרויסע גלחים וואס זענען געווענליך בלינדע טראמפ שטיצער זענען אויך ארויסגעקומען קעגן דעם פאליסי, צוזאמענשטעלנדיג עס מיט די אויבנדערמאנטע מעשה זעהט אויס אז עס איז עס עפעס א קריסטליכע זאך אז צוטיילן פאמיליעס איז דאס ארגסטע?
איך האף אז דו ווייסט אז די וועלט האט דעמאלטס געמיינט אז דעפאטירן טייטשט ארבעט לאגערן, ממילא האט מען געמיינט אז צוטיילן איז א ערגערע זאך ווי דעפאטירן, והא ראיה אז מען האט אנגעוויזן אויף דאס פאר די קירכע און די קירכע איז געווארן איבערגענומען.
מען רעדט דא פון אידן און פון להבדיל די רשעות'דיגע אנטעסעמיטישע קירכע וואס האט נאך דעמאלטס באשולדיגט די אידן אין הרג'ענען זייער געזאלבטן און דאך האבן זיי פארשטאנען אז צוטיילן משפחות דאס נישט.
אמביציע האט געשריבן:ר' איד די גייסט זיך נישט ארויס דרייען, דאס איז א שרעקליכער טאהט צו טאן, צעטיילן פיצי קינדער פון זייערע עלטערן, אין א דעמעקראטישע לאנד האט דאס נישט קיין ארט, איך ווייסט נישט וואס געזעץ אבער וואס איך ווייס יא איז אז דאס איז נאך נישט געווען און זיכער נישט אויף אזא פארנעם
האק נישט קיין טשייניק ביטע,
ווען מ'זאל מיר דן זיין לכף זכות נאר א פיצי וואו טראמפ'ס מענטשן זענען עם דן לכף זכות וועל איך זיין צופרידן
איך וועל דיר לאזן מיט די לעצעט ווארט, אויב פארשטייט מען נישט אט דעם שלעכטיגקייט פון צעטיילן קינדער פון עלטערן, אינז זעמיר דאך אידישע קינדער.
ביטע ליין וואס ער שרייבט
שמאטע האט געשריבן:א הארבע שאלה פאר די שרייעדיגע רעפרעזענטעטיווס!
"צו האט איר שוין אמאל באזוכט און זיך גערעכענט, און געזוכט מיטלן צו "פארעכטען די אומ-מענטשיליכקייט" פון אן אמעריקאנע קינד פון אמעריקאנע עלטערן פון אייער אייגענע היים-דיסטריקט וועלכע די טאטע/מאמע זיצן אין תפיסה פארשפארט פאר א DUI 'ווארטענדיג אויף א משפט"???? צו האט איר דאן אויך "מיטלייד" און איר זענט "אויפגעשוידערט" אויף די רשעות און געסטאפאו באהאנדלונג פון "אוועקרייסן יונקי שדים פון די מוטערס שויס??"
אדער האט איר נאר מיטלייד מיט "אויסלענדישע" וועלכע די עלטערן זייערע האבן זיי מפקיר געווען "מרצונם הרחמי" צו ארעסטירט ווערן!!!
אי רחמנין אתן, את השתא אמאי לא אתיתו לגבאי???
#טול קורה מבין עיניכם דוברי שקרים!
ווי אויך
קרייסלער האט געשריבן:מהאקט און מהאקט אבער קיינער ענטפערן נישט די לעגיטימע פראגע: ווי זאל מען לייגן די קינדער אינדערצייט וואס די עלטערן ווארטן צו ווערן געפראסעסט? ענטפערן נאר לאגיש יעצט אז טראמפ האט דערקלערט זירא טרלארענץ אויף אימיגראציע מיינט דאס אויטאמאטיש אז טראמפ האט איינגעפירט צו אוועק כאפן קינדער? איך שטוין ווי א עם חכם ונבון פלאפעלט נאך די מידיא טו בי ווערי האנעסט ווען רובאשקינס קינדער האבן געוויינט פארנט פון די געריכט הויז האט זיך קיינער נישט גיקימערט ענד די ליסט גאוס אן די גאנצע סאמאטוכע האט זילטש מיט קינדער אדער רחמנות און די פאקטן זענען ניטאמאל אמת, סהאט קיינמאל עקסיזטירט א פאליסי צו דירעקטען אגענטן צו צעשיידן פאמיליעס א גוטע נאכט
פירסט לעידי 'לאורע בוש': "דאס צעטיילן קינדער ביי די גרעניץ איז שרעקליך, די נייע 0 טאלאראנץ פאליסי איז אוממאראל און צוברעכט מיין הארץ. זי איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.
פירסט לעידי 'מעלאניע טראמפ': "איך האב פיינט צו זעהן די משפחה צעטיילונג ביים גרעניץ, אמעריקא ברויך א גאווערמענט מיט הארץ". זי איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.
'הילערי קלינטאן': "א גראבע ליגענט פון טראמפ אז ס'איז [זיין נייע פאליסי] א פארלאנג דורכן געזעץ". ליגענט. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי פון צוטיילן קינדער פון די עלטערן ביים גרעניץ. #פעיק נאוז
'טשאק שוממער': "יעדער ווייסט אז דאס איז א דירעקט נייע טראמפ פאליסי, ער זאל עס פעיסן אין פנים אריין". ליגענט. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי פון צוטיילן קינדער פון די עלטערן ביים גרעניץ. #פעיק נאוז
'נענסי פעלאוסי': "דאס איז נישט קיין אמיגראציע אישו נאר א היומעניטערישע אישו". ליגענט. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי פון צוטיילן קינדער פון די עלטערן ביים גרעניץ. #פעיק נאוז
פירסט לעידי 'מישעל אבאמא': "לאורע בוש'ס ווערטער צייגט אז די אמת איז בייפארטיזען". זי איז זיכער דערשראקן געווארן פון די פעיק נאוז בילדער. ס׳איז נישט דא אזא פאליסי.
די נייע פאליסי איז זערא טאלערענס ביים איינשפארן משפחות וואס בעטן אזיל רעכט אלס קרימינאלן אנשטאט זיי ארויסלאזן מיט עלעקטראנישע ברעיסלעטס נאך 20 טעג צוזאמען אין דעטענשאן סענטערס. די אדמיניסטראציע האט גוט געוואוסט אז דאס איז פשוט אידיש טייטש צוטיילן משפחות.
1. די ןןאס קלעימען נישט פאר אזיל רעכט ווערן אהיימגעשיקט צוזאמען סאו איז נישטא דער פראבלעם. 2. די אדמיניסטראציע האט געהאפט אז דאס וועט אפהאלטן אימיגראנטן זיי האבן עס אין אנפאנג און אפילו יעצט על פי רוב נישט געלייקענט. 3. די געזעצן פון זארגן פאר קינדער וואס צווינגט כלומרשט די צוטיילונג איז בוש'ס. 4. די געריכטן האבן געפסקנעט אז מען מוז ארויסלאזן נאך 20 טעג אין דעטענשאן ווי אבאמא פלעגט האלטן משפחות צוזאמען, דערפאר האט טראמפ געטוישט פאליסי אנצוקלאגן די אימיגראנטן קרימינאל זיי צו קענען האלטן איינגעשפארט ביז די ענדע פון פראסעס. 5. די רעגירונג האט נישט קיין סיסטעם פון פאראייניגן משפחות און געוויסע עלטערן זוכן נאכדעם זייערע קינדער. 6. עס צווינגט די קינדער צום דורכגיין אזיל רעכט געריכטן אן אן ערוואקסענער וואס זאל האבן די אינפארמאציע אויפצוווייזן. 7. זאגן אז זערא טאלערענס מיט קלאגן קרימינאל מיינט נישט צוטיילן קינדער איז ליגענט.
Releasing those who unlawfully enter b/c they came with children creates a cruel incentive to bring children on dangerous journey. Detaining parents is cruel because it separates families. Lets change the law so we can hold families together while awaiting expedited hearings
די ריקארדינג - די רעאקציע א גאנצע נאכט האבן די עסקנים פראבירט צו דערגיין די תוכן פונעם רעקארדירונ צו קענען דערשנאפן מער אינפארמאציע איבער די רחמניות׳דיגע קינדערלעך. זיי האבן אנגערופן און זיך פארבינדן מיט פילע מענטשן וואס זענען באקאנט און טוען אזאנע קעיסעס, און צוזאמען מיטן די שווערע ארבעט פון די חברה שומרים און די 90סטע פאליציי פריסינג האבן זיי באוויזן צו דערגיין פון וואנעט די שוידעליכער רעקארדירונג קומט, און וואס און ווען ס׳האט פאסירט דארט. ליינט און שטוינט.
פאמילע בעקראונד - עלטערן ביהעיווערל די קינדער זענען צוזאמען 6 געשוויסטער, 2 ברודער און 4 שוועסטער, פון 1 ביז 9 יאר אלט. זייערע עלטערן וואוינען און בארא פארק אינטער שווערע אומשטענדן. די טאטע זייער׳ס האט נישט קיין געהעריגע פרנסה, די מאמע איז נישט מיט אלעמען רח״ל. זיי וואוינען און א פיצקעלע דירה נאר איין בעדרום, און א בעסמענט. אקיצור, לויט די אינפארמאציע וואס מ׳האט באוויזן צו דערגיין, און לויט דאס וואס די קינדער דערציילן האבן די עלטערן פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט באשלאסן איבערצומישן א בלעטל און אריבער שיקן די קינדער קיין וויליאמסבורג און דארט אנצוהויבן א בעסער לעבן. די עלטערן האבן צוגעזאגט אז זיי וועלן נאכפאלגן די קינדער און אויך מאכן דעם וועג קיין ווילי מארגן (פארגאנגענעם) פרייטאג, שפעט׳סטענס נאך שבת.
די רייזע דאנערשטאג ניינע אווענט האבן די עלטערן האבן געדינגען א דרייווער פון א פיקאפ טרעקל, ער זאל זיי דראפ-שיפּן קיין וויליאמסבורג צו א אימבאשטימטע לאקאציע. דער דרייווער איז אנגעקומען און צייט, שמער-נישווייניגערנישט מ׳האט אריינגעשטיפט די קינדער אונעם טראנק, מיט הילף פון די עלטערן, און כדי אז ס׳זאל זיין פלאץ פאר יעדעם געהעריג האבן זיי אלע געמיזט ליגן זייטיג. די בעבי האט מען געלייגט העכער׳ן רעדל, דארט איז געווען א פערפעקט סייז לעכל.. און, ויסעו!. שלמה (די עלטסטער פון זיי) דערציילט, אז ממש הארט ביים ארויספארן ווען די טראנק איז שוין געווען פארהאקט האט ער געהערט זיין טאטע ווארענט אהן דעם דרייווער ער זאל זיין פארזיגטיג, און אכטונג געבן אויף זיינע קינדער, און ווען ער שטעלצעך אפ ביי א גאז סטאנציע זאל ער ביטע קויפן פאר זיינע קינדער א פלעשל וואסער, ער האט אים צוגעזאגט ער וועט אים דאס אויך באצאלן. קעש.
פארט אדורך א רויטע לייט - פאליס שטעלט אפ. 9:31 פי עם האט א פעטראל קאפ פונעם 76סעע פריסינג אריינגערופן און זיין רעדיאו אז ער שטעלט אפ א פיקאפ טרעקל. מאדעל.. יאר.. קאליר.. פלעיט׳ס... טען פאר. לייסענס רעגעסטעשין פליז, שאור. איי סטאפט יא ביקאז אוו פעסינג א רעד לייט. איים סארי אפיסער. ווען דער אפעציר האט אריינגעלייגט זיינע אינפארמאציע אונעם קאמפעיאטער זיינע איז גלייך ארויפגעקומען אז די לייסענס גיז סוספענדירט. דער אפעציר איז צוריקגעגאנגען צו דרייווער און איינגעמאלדן די פרייליכע נייעס, סיר יא אר אנדער ארעסט. אן קיין ווידערשטאנד האט דער דרייוער ארויסגעטרעטן, אזוי ביינע לעביינע האט פארן אפעציר זיך געדאכט אז ער הערט ארויס קינדערישע געוויינעראציעס פונעם אינטערן. מעי איי סי די בעק?.. אממ..... פארן אפעציר איז שווארץ געווארן פאר די אויגן, דאס בילד מיט וואס ער האצעך נארוואס באגעגנט האט אים געצווינגען צו וויינען. באלד האט ער אריינגערופן פאר הילף, א מעידזשר ריספאנד פון אפעצירן זענען אנגעקומען. דער דרייוער איז גלייך אפגעלירט געווארן צום פאליס סטעישן פאר אויספארשונגען, די קינדער זענען צוגעפירט געווארן צו א דערנעבענדיגע שמחה זאל ווי מ׳האט זיי אינטערגעזיכט און פראבירט צו באראיגן, ווילאנג די פאליציי געפונט אויס פון ווי זיי קומען און וואס און די וועלט ס׳האט דא פאסירט. חברה שומרים ד׳וויליאמסבורג האבן דארט געהאט צוויי וואלאנטירן איבער נאכט וואס האבן אכטונג געגעבן אויף די אימשילדיגע קינדער.
די קינדער דורכאויס די נאכט. ווי איינע פון די וואלאנטירן דערציילן האבן זיי געהאט א גאר שווערע נאכט אונעם זאל, זיי האבן ווייט נישט מצליח געווען צו האלטן די קינדער ראיג, די קינדער זענען געווען טראמע׳טייזד און פארפרוירן פאר פחד, געוויינט און געשריגן.. טאטע מאמע, אומוויסנדיג נעבעך אז זייערע עלטערן זענען די וואס האבן זיי אזוי דא מסדר געווען. זיין בני בית האט אים אנגערופן אינמיטן נאכט זיך נאכפרעגן אויף אים, האט ער איר ריקארדירט אביסל פון די צענע און די וויינערייען. אוי דאס איז געווען די ריקארדינג וואס האט אנגעמאכט אזא טימל. פון די אנדערע זייט האבן זיי פראבירט צו ארויסבאקומען עפעס אינפארמאציע פון די קינדער וואס זיי ווייסן יא אדער נישט, זיי האבן אבער נישט געהאט קיין השגה וואס טיצעך מיט זע. זיי האבן נאר דערשנאפט בלויז די רויע אינפארמאציע וואס מיר שרייבן אויבן איבער די מצב ביי זיי און שטוב, און וויזוי די רייזע האט זיך אנגעהויבן. אלעס וויכטיגע דיטאלן ארום, זייער אדרעס, טעלפאון נאמבער און טאטע ליגאלער נאמען האבן די קינדער נישט געוויסט צו ענפערן.
עסקנים רופן. די עסקנים זענען ארויסגעקומען מיט א מעלדונג צום ציבור, און באראאיגט יעדעם אז די רעקארדירונג איז בלויז א פליגעל פונעם שוידערליכער געשיכטע, אבער די קינדער זענען יעצט א און גוטע הענט, און זייערע יללות איז נישט צוליב זייערע באהאנדלונג, נאר צוליב זייער שווערע מצב און וואס זייערע עלטערן האבן זיי אריינגעלייגט. לעת עתה ווערן די קינדער גוט קער גענומען, קיינער זאל נישט פאניקן. די עסקנים וועלן היינט זיצן אויף אן אסיפה צו זעען וואס מ׳טוט דא ווייטער, און ווזוי מ׳וועט ווייטער באהאנדלען די קעיס.
לאמיר עס אביסל צונעמען פאר די אלע וואס פארשטייען עס נישט, כוועל טרייען צו שרייבן בלויז פאקטן.
א) אין אמעריקע איז דאס געזעץ שוין פאר לאנגע יארן אז אריבער צו גיין די גרעניץ אן ערלויבעניש און/אדער אן אומלעגאלער ענטערענס איז אומלעגאל און א פארברעך וואס מען קען פארדעם אליינס ווערן ארעסטירט און ווערן אנגעקלאגט.
ב) אין אמעריקע איז דאס געזעץ אז ווען עלטערן ווערן ארעסטירט פאר סיי וועלכע פארברעך נעמט מען נישט מיט די קינדער אין תפיסה נאר מען טראגט די קינדער צו א ספעציעלע צענטער ווי זיי ווערן געהאלטן ביז מען טרעפט אוועג זיי צו פלאצירן ביי משפחה אדער וואוילטעטיגע ארגאנעזאציעס אדער אין פאל די עלטערן ווערן ארויסגעלאזט גענוג שנעל פאראייניגן זיי זיך צוריק.
ג) אין אמעריקע איז די אדמיניסטראטיוו דיטענטשן (דאס מיינט האלטן א מענטש איינגעשפארט אויף א פלאץ אינדרויסן פון די תפיסה סיסטעם אויס מורא אז ער קען שאדן די סעקיוריטי פון דער לאנד אדער אירע מענטשן) שטארק קאנטארלירט און לימיטעד כדאי די לאנד זאל טאקע בלייבן ביי דעמעקראטיע.
ד) די אדמיניסטראטיוו דיטענטשן איז נאך מער געלימיטעד געווארן ווען א פעדעראלע ריכטער האט גע'פסק'ט אין 2015 אז די רעגירוג האט נישט קיין רעכט צו האלטן קינדער אין אדמיניסטראטיוו דיטענטשן מער פון 20 טעג.
ה) איינער וואס ווערט פשוט און גראד דעפארטירט אן ווערן קרימינאל אנגעקלאגט קען נאך מארגן קומען דורכן לעגאלן וועג און ווערן אנגענומען אין לאנד.
ו) איינער וואס ווערט דעפארטירט דורך א קרימינאלע קאנוויקשן אין קארט קען נישט אריינקומען צוריק אין לאנד לעגאל (איך מיין עס האט אן עקספיירעשן דעיט אבער תיכף ומיד זיכער נישט)
ז) היינט צוטאגס נעמט פאר די דיפארטעישן פראסידינגס ארום 3 -4 חדשים אין עווערעדש געוואנדן לויטן פרייאריטי און ריסארס אוועילעבל.
יעצט צום פוינט, אמאל (סיי אונטער בוש און סיי אונטער אבאמא) פלעגט מען על פי רוב נישט אנקלאגן קרימינאל [נישט אלץ געזעץ נאר אלץ פראקטישקייט] איינער וואס האט זיך גשווערצט דעם גרעניץ (עכ"פ פעמילי גרופס זיכער נישט) נאר מען האט זיי גענאלטן אין אדמיניסטראטיוו דיטענטשן ווילאנג מען האט דיטערמענט אויב מען וויל זיי האלטן אדער דיפארטירן [און זיי האבן דאן געקענט זיך שטעלן אין די לעגאלע ליין און אזוי אריינקומען ] די גאנצע משפחה צוזאמען. אבער נאך א קארט פסק אין 2015 אז "קינדער" טארן נישט זיין מער ווי 20 טעג
איינמאל די ריכטער איז ארויסגעקומען מיט די פסק אז קינדער קען מען נישט האלטן פאר מער ווי 20 טעג האט מען בלית ברירא געמוזט זיי ארויסלאזן צוזאמען מיט די "די גאנצע פאמיליע" פרייי נאך די צוואנציג טעג. אבער די "ערוואקסענע אומלעגאלע חברה קען מען דאך נישט פלעין ארויסלאזן אן קאנסעקווענצען, זיי דארפן דאך זיך שטעלן צום געריכט. האט מען זיי ארויסגעלאזט מיט א "קארט דעיט" געסקעדשולד אויף 3-4 חדשים, אדער נאך שפעטער געוואנדן אין "וויפיל ריסארסעס" די דעפארטמענט האט. און יעדער פארשטייט אליינס (און אז נישט קען מען קוקן די דעדטע אנליין....) אז איבער 90 פראצענט זענען פארשטייט זיך נישט אנגעקומען אין קארט (פארוואס דען יא???)...... .