גזירות על החינוך אין אייראפע

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

גזירות על החינוך אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

אפשר איז צייט צי עפענען א באזינדער אשכול דערויף.

יעדער טאג הערט מען אנדערע באריכטען איבער א פרישע פראבלעם וואס גייט פאר אין א צווייטער לענדל אין אייראפע, זעהט אויס אז פרידעם אוו רעליגיע עקזעסטירט נישט דארט,אין בעלגיע האט מען שוין אין פארגנגעהייט ארויף געצווינגען לימודים זרים פאר מוסדות התורה, און אין ענגלאנד האט מען שוין געזעצליך פארמאכט א מוסד פארן נישט עומד זיין אין זייערע טרייפענע לימודים.

אין פראנקרייך איז אנדעקט געווארן א שוידערליך געזעץ, אז אין פאבליק שולעס טאר מען נישט גיין מיט קיין שום רעליגיעזע סימבאלן, ווי א קאפל, און אזוי אויך לאנגע קליידער פאר מיידלעך, און אזוי אויך איינער וואס וועט נישט רייכען דער האנט פאר א לערין וועט מען ארויס שיקען פון שולע.

אין פראנקריין ווי נישט אלע אידן זענען אזוי היימיש, און א סך לערנען אין פאבליק שולע, איז דאס א שווער געזעץ.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

מערסטנס געזעצן זענען געצילט אקעגן די מוסלומענע געמיינדע, ווי למשל שחיטה, מילה אדער קאפליך מיט היידזשאבס, און ווערט בעיקר געשטיצט דורך וויסט רעכטע, און צומאל לינקע אויך
#בשיטה נישט
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

ס'טשעינדט אבער נישט די מציאות אז ס'איז דא א שטארקע אנטי רעליגיע גייסט אין אייראפע, און אידן ווערן שטארק אפעקטירט פון דעם.
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

א כינוס גייט פארקומען די וואך אין ירושלים עיה"ק איבער די מצב פון גזירת החינוך אין ענגלאנד.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

די כינוס קומט היינט פאר אין ביהמ"ד בית יושע אין ירושלים, עס טרעטן דארט אויף הגאונים מיוצאי ענגלאנד ר' יעקב הלל שליט"א ר"י אהבת שלו' און ר' פנחם ברויאר שליט"א.

די כינוס קומט פאר אויפן פארלאנג פון הרב פאדווא שליט"א לאנדאנער רב וואס האט געשריבען א ספעציעל בריוו צי תושבי אר"י זאלן מתפלל זיין פאר דרי ענגלאנד נאך וואס עס לאקערט אויף זיי א ערנסטער גזירת שמד צי צווינגען תשב"ר לערנען לימודי כפירה גמורים היל"ת, אזוי אויך איז געשריבען געווארן א בריוו פון די ליטווישע ענגלישע רבנים פאר תושבי אר"י יוצאי ענגלאנד זאלן מתפלל זיין.
למדן וחסיד
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

עצרת תפילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וחסיד »

[image][/image]
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (211.61 KiB) געזען 3810 מאל
שפאניע
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפאניע »

ה' ישמרנו

ווי כהאב פארשטאנען איז אין בעלגיע דע געזעץ אויף שחיטה אריבער ליידער, אין עס וועט ווערן בתוקף קומענדיגע יאר אדער 2, (אז מוועט קענען קויפן דארט נאר פלייש פין פריזער) ווייסט איינער דאס קלאר מאכן ?
דאס זעלבע מיט גזירת חינוך אין בעלגיע איז נישט אראפ, אבער דע מדובר דארט איז מער אויף דע אנערקענטע מוסדות, איז נישט אזוי ווי אין ענגלאנד, וואס ווילען בכלל נישט צילאזן מוסדות וואס וועלן נישט לערנען וואס זיי ווילן ה"י
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

אויב דער געזעץ גייט דורך איז ענגלאנד, היל"ת, וועט נישט מעגליך זיין פאר א ערליכע איד צי וואוינען דארט.
איז דא עפעס לעגאלע וועגן ווי זיי קענען דאס קעמפען?
אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

עצרת אין לאנדאן צו ראטעווען די ערליכע חינוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זונדל שאלאמאן »

עס שוועבט שוין די לעצטע יארן שווערע גזירות איבער די חינוך פון די לאנדאנער מוסדות, און די מוסדות התורה אין שטאט פלאגן זיך גאר שווער צו באהאנדלען די אנגייענדע פראבלעמען, וועלכע ווערן כסדר שווערער און מער קאמפליצירט. די עקזיסטענץ פון די מוסדות החינוך און יהדות החרדית בכלל שטייט יעצט פאר זייער אן ערנסטער געפאר.

די זארג האט זיך פארגרעסערט ווען אין די טעג, איז די ענגלישע “ערציאונג דעפארטמענט” ארויס געקומען מיט א ‘דראפט-געזעץ’ וועגן נייע גזירות החינוך, מיט גזירות נוראות אויף גאר האקעלע און יסודות’דיגע ענינים פון אונזער אמונה.

לויט די נייע געזעץ וועט די רעגירונג איינטיילן וואס מען מעג יא לערנען, וואס מען מעג נישט לערנען, און וואס מען מוז לערנען, וואס איז ווי פארשטענדליך זייער א שווערע גזירה פאר ערליכע אידישע קינדער.

אויב וועלן אט די גזירות חלילה אריינגיין אין קראפט, וועט נישט מעגליך זיין צו האלטן א אודישע מוסד אין גאנץ ענגלאנד סיי יונגלעך סיי מיידלעך, פשוטו כמשמעו. די דעפארטמענט שרייבט זעלבסט אין זייער אפשאצונג פון די נייע געזעץ, אז די געזעץ וועט פאראורזאכן ”אויסטערלישע שווערע רעזולטאטן אויף די אלטרא-ארטאדאקסישע מוסדות”.

זיי שאצן אויך אז זיי ”ערווארטן שוועריגקייטן פאר קינדער צוליב דעם וואס די מוסדות פארמאכן זיך” אבער ”עס וועט נאר זיין א צייטווייליגע פראבלעם, ביז די קינדער טוען
זיך איינגלידערן אין פובליק סקולס”. רח”ל.

מען פרובירט צו מאכן שתדלנות, צווישן די פילע פעולות האט מען אויך געמאכט א גרויסע פעטיציע דרייוו, וואו טויזענטער עלטערן האבן אונטערגעשריבן זייער פארלאנג אז זיי ווילן ערציען זייערע קינדער לויט די תורה הקדושה, און אז די רעגירונג זאל זיך נישט אריינמישן.

אבער ווי עס זעט אויס זענען די ערציאונג מיניסטארן אויסן צו רודפן די היימישע מוסדות התורה. כלל ישראל ווייסט דעם אלטן כלל אז “אין כוחינו אלא בפה”, און דערפאר האבן די רבנים פאררופן אויף נעכטן א גרויסער מעמד עצרת ובקשת רחמים, צו איינרייסן וועלטן אז די גזירות זאלן בטל ווערן.

ווי די פאליציי שאצט האבן זיך באטייליגט ארום זיבן טויזענט חרדישע אידן ביים גרויסן עצרת אין סטעמפארד הילל, לאנדאן, און אינאיינעם האט מען בוקע רקיעים געווען ביים גרויסן באשעפער להעביר את רוע הגזירה.

דער עצרת האט זיך אנגעהויבן מיט א געשריי צו די קינדער “ווען איר זענט מתפלל, שרייט הויעך: טאטע, טאטע, העלף אונז”. און איז געשלאסן געווארן מיט א וויי געשריי פון טויזענטער צובראכענע הערצער “שמע ישראל”, ווען מען האט זיך מקבל געווען עול מלכות שמים.
גייסט סייווי קויפן אלע. פארוואס זאלסטו נישט באקומען צום טיר פאר ביליגער?
Call: 718-517-8310
Website: Vinderkind.com
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

א שווער באריכט

די עדיקעשיאן דעפארטמענט אין שווייץ האט באשלאסן צי אפשפארן די ישיבה קטנה אין ציריך, צוליב דאס וואס זיי קומען נישט נאך איהרע פארלאנגען אין לימודי חול וכדומה.

מ'רעדט טאקע נישט פון ארויף צווינגען לימודי כפירה, דאס וואס די ענגלישע רשעים ווילן, אבער דאך זענען זייערע פארלאנגען אין לימויד חול פאר היימישע ישיבה צי סך.

ולה' הישועה
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

פארוואס גייט מען נישט אויף מלחמת מצוה? ס'איז דאך ממש גזירת שמד

פארוואס שווייגט די אידישע וועלט? ס'איז דאך עקירת הדת
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

אבן יקרה האט געשריבן:פארוואס גייט מען נישט אויף מלחמת מצוה? ס'איז דאך ממש גזירת שמד

פארוואס שווייגט די אידישע וועלט? ס'איז דאך עקירת הדת

און וואס איז אין לאנדאן, דארט איז די מצב א ריכטיגע גזירת שמד במלא מובן המילה, ממש ווי די אלטע צייטען, פארוואס ביי די פאל שטורעמט נישט די וועלט?
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

לחם לשובע האט געשריבן:

אין לאנדאן זיי מיינען די אראבערס.
דא מיינען זיי פשוט עקירת הדת.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

אין לאנדאן מיינען זי עקירת הדת, נישט קיין חילוק צי זיי האבן אינזין אראבער צי נישט, עבירת אין צריכות כוונה, זייער פארלאנג איז צי מחנך זיין קינדער אויף מינות וכפירה, אז קינדער זאלן נישט זיין מצומצם אין זייער אמונה, עפ"ל, ממילא איז דאס א ריכטיגע גזירת שמד, אין שווייץ אבער זוכען זיי נישט דוקא כפירה, זיי זוכען נאר א סך לימודי חול, ענגליש פראנצויזיש, נאר פאר קינדער וואס לערנען תורה איז די צי סך.
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

אין ציריך האט זיך געמוזט צימאכן די איינציגסטע ישיבה קטנה, ווייל זיי לערנען נישט וואס די רעגירונג פאדערט.

די קומענדיגע יאר, וועלו די שיעור א' בחורים בלייבן לערנען אין חדר, די אנדערע בחורים וועלן מוזן פארן קיין אויסלאנד לערנען.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24602
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוי וויי
מיר זענען אין גלות

מען דארף איינרייסן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

מ'דארף פירן א מלחמת חרמה מיט די רשעים עוקרי הדת, נישט נאר איינרייסן.

גלות איז מען אומעטום ליידער.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

איך מיין אז דו גייסט ברעכן א רעקארד פון 200 יאר וואס שווייץ האט נישט געהאט קיין מלחמות...
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

איך? דאס גאנצע אידישע וועלט וועט שטרומען אין צו העלפן לאחינו שבגולת שווייץ וואס ווערן אזוי געשמאכטעט אינטער די הענט פון די רשעים וואס פירן אויס א גזירת שמד.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

וואס איז די גזירת שמד פון לערנען א שעה ענגליש?
טאקע נישט אויסגעהאלטן, אבער פארוואס שמד?
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

לחם לשובע האט געשריבן:וואס איז די גזירת שמד פון לערנען א שעה ענגליש?
טאקע נישט אויסגעהאלטן, אבער פארוואס שמד?

ווייל זיי מישן זיך אריין אין אונזערע חינוך הטהור. דאס איז ערשטענס.
צווייטנס, ס'איז קלאר, און זיי זאגן דאס אויס, אז זייערע ציל איז פארענדערן די היימישע עולם, זאלן זיי ווערן מער שטודירן, ארויס גיין מעולמה של תורה, אין אריינברענגען אין די פרייע גאס, רח"ל, היל"ת.
די מהלך איז שוין געפסקנט עטליכע דורות צוריק, דורך רוב מנין ובנין פון גדו"י, אז די רשעים'ס אריינמישן אין די פאגראם פון ישיבות, איז חורבן הדת. מ'מוז פארשפארן די ישיבות און נישט צו לאזן אזוי.
מ'מוז דאס קעמפן בכל הכוחות.
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

אוי סאיז נישטא קיין ווינקאלא און די וועלט כמעט ווי די יודן קענען לעבן רואיג די לעצטע שטיק צייט! ארץ ישראל האט פראבלעמען מיט גיוס, לאנדאן מיט חינוך, ציריך מיט חינוך, דענמארק מיטן אות ברית בין הקב"ה ועמו,
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

היינט איז פארגעקומען א זיצונג פון די עסקנים און א גרויסע לויער בבית האכסניא פון אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א (מהר''יי) וועלעכע וויילט יעצט און לאנדאן לטובת מוסדותיו און קר''י.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

אורח הכבוד האט געשריבן:היינט איז פארגעקומען א זיצונג פון די עסקנים און א גרויסע לויער בבית האכסניא פון אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א (מהר''יי) וועלעכע וויילט יעצט און לאנדאן לטובת מוסדותיו און קר''י.

און?
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

מיר ווארטען מיט שפאנונג צו הערן????
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”