נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2938
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
ווען טראמפ האט צום ערשטן מאל ארויסגעלייגט זיין ליסטע, האב איך געמיינט אז איינס פון די צוואנציג וועט זוכה זיין צו ארויפגיין צום סופריעם קאורט
יעצט זע איך אז עס איז געווען א לאנדערי ליסט, טשעק טשעק טשעק...
יעצט זע איך אז עס איז געווען א לאנדערי ליסט, טשעק טשעק טשעק...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
הכל הבל האט געשריבן:אן אבערוואציע צו וועלכע קיינער האט נישט געלייגט קיין געוויכט
אויב ריכטער גינזבורג אדער ברייער זענען גרייט צוט ווארטן אויף 2020 למספרם צו רעטייערן אבער נישט לענגער און מיט די האפענונג פאר א נייע פרעזידענט דאן האבן רעפובליקאנער גאר שטארק געזיגט נעכטן נאכט אין באצוג צום סופרים קאורט
אפגערעדט אויב טראמפ זיגט אבער אפילו מיט א דעמאקראט אין 2021 למספרם וועלן די רעפובליקאנער האבן א מאכט און מאיאריטעט אינעם סענאט וועלכע וועט דארפן באשטעטיגן סיי וועלכע נאמינאציע
מיט אריזאנע און נעוועדע דאון ווייסטו נישט ווער וועט האבן די סענאט 2020.
אודאי וואלט מען געטוישט קאנגרעס מיט סענאט, אבער די רעפאבליקאנער סענאטארן זענען דאך נישט געלאפן, האט מען געווינען קאנגרעס ווי די רעפאבליקאנער זענען יא געלאפן, און ווען די רעפאבליקאנער סענעטארן וועלן לויפן וועט מען זיי אי"ה טראסקענען, איך רעכן קאלעראדא מעין אריזאנע, און אפשר נארט קארעליינע (מיט אייאווע ווי איך האף אז גרעסלי וועט נישט לויפן) [למעשה לויפט דעמאלטס ערנסט, און איך גלייב אז זי וועט לויפן און געווינען, סוי אייאווע קען מען נישט רעכענען].
אלאבאמע ווייסעך נישט צו עס איז וועסט ווירדזשיניע מאנטענע, צו אינדיענע מיזורי נארט דעקאוטע, מסתמא נאך ערגער ווי די צווייטע האלב, ווי איך האב גע'טענה'ט ווען מען האט עס געווינען אז עס איז נאך ערגער ווי מעסעטשוטשעס, און נאכדערצו אויב סעשאנס וועט לויפן.
סוי פלאס 3 מיינוס 1 = 2, פלאס אפשר די אנדערע צוויי = 4-2.

לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מוצ"ש נאוועמבער 10, 2018 7:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32543
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32543
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
פארגעסס נישט, א מידטוירם יאר איז נישט קיין פרעזידענשל יאר! גראדע האבן געוויסע דעמעקראטן געהאט פרעזידענשל טוירנאוט, אבער 2 יאר ארום וועלן ריפאבליקענס מעגליך מעטשן... אלעס קען געשעהן, אבער פריידעך נאכניש...
און דזשאסט פאר יור אינפאו, איך האב געזעהן די אנדערע אשכול בנוגע 2020, כ'פלאן נישט אריינצוגיין, איך האלט מיך נישט פאר קיין נאמבערס גיי, און בעיקר, מ'קעניש פרעדיקטן נאכן וואוטן, זאל מען קענען 2 יאר פארדעם? יעדער קען מאכן חשבונות מיט קאלקעלעישענס... מ'וועט נאך אסאך שוויצן ביז 2020, משיח זאל אוודאי זיין דא פריער... די עקאנעמי קען באאמען אדער ח"ו אראפגיין, נארט קאריע קען זיין מסודר, אדער דורפאלן, ס'קען זיין שלום אויף די וועלט, אדער ח"ו מלחמות... דעמעקראטן קענען אווערריעקטן און רופן פאר אימפיעטשמענט, אדער זיך נארמאל אויפפיהרן... נישט מעגליך צו פרעדיקטן וויזוי זאכן גייען אויסקוקן... כ'גיי נישט וועיסטן קיינעם'ס צייט...

- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5682
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
שטאלצער יוד האט געשריבן:ס'איז מער פון דעם. קעווענאו מיט כ'ווייסניש ווער טראמפ גיייט שטעלן, גייען אויך נאר לעבן ביז הונדערט און עפעס. עס קען שטארק בעקפייערן און מ'קען זיך טרעפן מיט אזא לינקע קאורט, אזש מ'וועט ניטאמאל האבן א רעכט צו גיין מיט הויזן אין די גאס...
אויב האסטו די מינדסטע ספק צו די דעמאקראטישע וועלן זיך צוריקהאלטן פון אנפאקן די קאורט מיט לינקע דזשאדזשעס ווען זיי האבן די מעגליכקייט, דארפסטו האר צוריקקוקן צו ריעד'ס גיין נוקלער.
אין דיס דעי ענד עידזש איז א נארישקייט צו מאכן אזאנע חשבונות. האסט א ליידיגע זיץ? פאק ארויף א יונגער ארכי קאנסערוואטיווער. האסט א לינקע זיץ? זעה אז דער ריפלעיסמענט זאל זיין רעכטער ווי רעכט, ווילאנג דו האסט די מעגליכקייט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
מיט א צייט צוריק האט די טראמפ אדמיניסטראציע איינגעשטעלט א טויש אין די מיליטער צו פארבאטן מתועבים פון סערווירן אין דינסט
די פראגע איז אצינד אין געריכט און איצט האט די די סי סירקוט קאורט געמאלדן די פאנעל פון ריכטער וועלכע וועלן אויסהערן די קעיס
די פאנעל באשטייט פון 3 ריכטער
ריכטער טאמאס גריפיט נאמינירט דורך פרעזידענט בוש,ריכטער סטיוו וויליאמס דורך פרעזידענט רעיגען און ריכטער ראבערט ווילקינס דורך פרעזידענט אבאמא
די פראגע איז אצינד אין געריכט און איצט האט די די סי סירקוט קאורט געמאלדן די פאנעל פון ריכטער וועלכע וועלן אויסהערן די קעיס
די פאנעל באשטייט פון 3 ריכטער
ריכטער טאמאס גריפיט נאמינירט דורך פרעזידענט בוש,ריכטער סטיוו וויליאמס דורך פרעזידענט רעיגען און ריכטער ראבערט ווילקינס דורך פרעזידענט אבאמא
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
די סופרים קאורט וועט באשליסן קומענדיגן נאוועמבער 30 למספרם אויב זיי ווילן אויפנעמען א פרישע נארישקייט קעיס
א לוי' היים דירעקטאר איז אין 2013 למספרם געווארן אויפגעזאגט פון זיין/איר פאסטן דורכן אייגנטומער פונעם היים נאך טוישן אידענטיטעט
דער/די יעניגער איז געלאפן אין געריכט זיך צו באקלאגן איבער דיסקרימינאציע און די פעדעראלע 6'טע סירקוט קאורט באזירט אין סינסינעטי האט ערווענטועל געאורטייל אין שטיצע פון יענעם
אצינד דארף די געריכט באשליסן אויב זיי וועלן אויפנעמען די קעיס און גלייכצייטיג אויף 2 אנדערע גאר ענליכע קעיסעס
די רעגירונגס סאליסיטאר דזשענעראל האט גראדע געבעטן די געריכט נאכנישט אויפצונעמען די לוי' דירעקטאר קעיס נאר ליבערשט קודם באשליסן אין די אנדערע קעיס און וועלכע באהאנדלט די פראגע פון א ברייטערע פערספעקטיוו און דערנאך לויט דעם באשליסן אויך אויף דעם קעיס
אויב די געריכט וועט אויפנעמען סיי וועלכע פון די קעיסעס וועט עס זיין די ערשטע קעיס וועלכע וועט ציען נאציאנאלע אויפמערזאמקייט נאך וואס ביזדערווייל באצייכענען עקספערטן די איצטיגע סעסיע אלץ פארשלאפןאויפן פראנט פון סאציאלע אישוס אין קאנטראסט צו די פריערדיגע טערמינען

הכל הבל האט געשריבן:נאך א סעטעלמענט אין געריכט וועט די האטעל טשעין מאטעל 6 באשטראפט ווערן מיט די סומע פון 8,900,000 דאלער נאך וואס אירע ארבעטער האבן אין פילע פעלער מיטגעטיילט אינפארמאציע איבער לאטינא געסט מיט ICE אין די אינפארמאציע האט אין פילע פעלער געפירט צו די דעפארטאציע פון אומלעגאלע אימיגראנטן
וואסערע געזעץ האבן זיי געבראכן?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
צל עובר האט געשריבן:יאצמעך האט געשריבן:שכח הכל פאר די קלארע באריכטן.
איך באוואונדער דיין איידעלע לשון, שפאצירענדיג ציווישן די טראפן אן אפי' פאכט ווערן.
יישר כח רב צל ורב יאצמעך
תגובות של אישור כאלו נחוץ לי מאד מאחר שבענינים כאלו יש צורך בזהירות יתירה ועדיף לכסות טפחיים שלא לגלות טפח שאינו סולת נקי'
כמובן משתדל אני לכתוב בזהירות ובעדינות אמנם מי אנכי להחליט שאין מצוי בה איזה שגיאה או תיבה יתירה שאינו ראוי להעלות על שולחן מלכים ועל כן יש לי קורת רוח מזה כאשר קוראים החשובים (וגם לרבות מההנהלה) מאשרים מה שכתבתי ואדרבה אם ח"ו בעתיד יפול בהם איזה תיבה יתירה אשמח לקבל הערות ואם הם דברים של טעם אשתדל לתקן המעוות
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10744
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
יאצמעך האט געשריבן:שכח הכל פאר די קלארע באריכטן.
איך באוואונדער דיין איידעלע לשון, שפאצירענדיג ציווישן די טראפן אן אפי' פאכט ווערן.
און אזוי אויך אויף ווייטער ביטע וואס דו קענסט אונז אינפארמירען און ס'קען נאך זיין מיט די תקנות פון אייוועלט. ביטע האלט דיר נישט צוריק
און א דאנק פאר דיר בכלליות..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט פערזענליך אויסגעפרעגט נעאמי רעא וועלכע איז די אדמיניסטראטאר און פארפיגט אויף די אפיס אף אינפארמעישאן אף רעגולאטארי אפעירס (אן אפיס וועלכע האט איבערזיכט איבער אויספירן פאליסיס און רעגולאציעס און ארבעט פארן עקזעקוטיוון פליגל) מיטן ציהל איר צו נאמינירן צום די סי סירקוט קאורט צו ערזעצן די זיץ וועלכע איז ליידיג געווארן דורך ריכטער ברעט קעווענאו
עס איז די סאמע ערשטע פאל אין וועלכע טראמפ פרעגט אויס א קאנדידאט וועלכע ווערט נישט נאמינירט צום סופרים קאורט
די די סי קאורט איז די געריכט אונטער וועמענס יוריסדיקציע סיי וועלכע געראנגל צווישן טראמפ און מולער ווי סובפינעס און נאך וועט פאלן
היינט קלאר געווארן אז רעא ווערט טאקע נאמינירט
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
פרייטאג איז ארויסגעקומען צוויי נייעסן פון העכסטן געריכט
די געריכט וועט באהאנדלען אין פעברואר 19 למספרם א קעיס איבער סיטיזאן פראגן אינעם צענזוס אויספרעג
די געריכט וועט נישט באהאנדלען די פראגע זעלבסט וטועלכע ווערט נאך דערווייל באהאנדלט אין די נידריגע געריכט
די געריכט וועט אבער אורטיילן וועלכע אינפארמאציע קען ווערן באטראכט דורכן נידריגן געריכט בעפאר זיי אורטיילן
די אדמיניסטראציע וויל באגרעניצן די געריכט בלויז צו קוקן אויף די אדמיניסטראטיווע רעקארדס אבער די קלעגער ווילן אז אויך א ברייטערע זאמלונג פון באווייזן איבער די קאמערץ דעפארטמענטס אויסריידן פארן צולייגן די סיטיזאן פראגן זאלן ווערן אריינגענומען אין בילד בעפאר דער ריכטער גיבט ארויס זיין אורטייל
די צווייטע נייעס קומט איבער די לעגאלע סטאטוס פונעם צייטווייליגן אטוירני דזשענעראל מעט וויטעקער
דערווייל האבן זיך נאכנישט געיאוועט קיין ליבעראלע גרופעס זיך צו ווענדן צום געריכט צו בעקאמפן זיין נאמינאציע אבער דורך א זייטיגע טירל איז די פראגע געשיקט געווארן דירעקט צום העכסטן געריכט
א געוויסער אדוואקאט וועלכע פארטרעט א קעיס וואס ער האט מיט די רעגירונג איבער די צווייטע אמענדמענט האט פארלאנגט אז די געריכט זאל דערקלערן ראד ראזנסטיין אלץ די צד וועלכע פארטרעט די רעגירונג (געוויס שיקט אלץ די רעגירונג א סאליסיטאר דזשענעראל אבער ער איז בלויז א פארטרעטער געשטעלט דורכן יוסטיץ דעפארטמענט) און נישט מעט וויטיעקער
די געריכט האט דערווייל נישט געמאלדן אויב זיי אקצעפטירן אריינצוקוקן אין די פארלאנג