נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די פראבלעם איז אז קוקן אויף פראפארשענעל איז פארפירעריש, ווייל אסאך מאל אויף א נארמאלע מעפ איז פשוט איבעראל איין קאליר, עס איז שווער צו מאכן א בלויע דיסטריקט אין ארקענסאו און כמעט אוממעגליך צו האבן אפילו איין רויטע דיסטריקט אין מעסעטשוסעטס.

----

@הבל, האלדער מיט לינטש האלטסטו אז עס איז געווען א פראבלעם?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צל עובר האט געשריבן:די פראבלעם איז אז קוקן אויף פראפארשענעל איז פארפירעריש, ווייל אסאך מאל אויף א נארמאלע מעפ איז פשוט איבעראל איין קאליר, עס איז שווער צו מאכן א בלויע דיסטריקט אין ארקענסאו און כמעט אוממעגליך צו האבן אפילו איין רויטע דיסטריקט אין מעסעטשוסעטס.

----

@הבל, האלדער מיט לינטש האלטסטו אז עס איז געווען א פראבלעם?

קיינער איז ביי מיר נישט קיין פראבלעם, די פראגע קומט אראפ צו ספעציפישע אקטן און באשלוסן און אויף זיי איז יעדע קעיס אנדערש און און די קו המכריע ביי אלע איז אז
ווילאנג עס איז אין איינקלאנג מיט סטאנדארטן און טראדיציע פון די דעפארטמענט מעג עס דיר נישט געפעלן פאר פאליטישע אורזאכן אבער די קענסט האבן טענות בלויז צו די וויילער וועלכע האבן געשטימט פארן פרעזידענט וועלכע האט אים/איר נאמינירט און ערוועלט א סענאט וואס האט דעם יעניגן באשטעטיגט און צו די וויילער פון דיין פארטיי וועלכע זענען געבליבן אינדערהיים אינעם וואל טאג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בנוגע אויב דער איצטיגער סיסטעם וואלט געברויכט ווערן רעפארמירט?
געוויס דארף מען איינשטעלן א רייע דראסטישע רעפארמען אויף אלע שטאפלען פון די רעגירונג און די נויט דערפאר איז אלץ געווען און וועט אלץ בלייבן אבער דאס נעמט נישט אוועק פון באר זיינע רעכטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דו קענסט דעבאטירן /האבן דיינע צווייפלען/אוועקמאכן די ערשיינונג פון קלינטאן און די מיטינג מיט לינטש

אבער אינעם איצטיגן פאל האט באר ג-א-ר-נ-י-ש-ט געטוהן אויסנאמליך לויט קיינעם נישט

די קריטיקירער זאגן אז ער וואלט פונקט אזוי געקענט פושט זיין לחומרא ווי לקולא
אבער זיי זענען מודה אז די פונקט אזוי גייט אויף ביידע וועגן און ער האט נישט געפאסט קיין שום קאנטערווערסיאלע באשלוס וועלכע דארף אן ערקלערונג


ווילסט דוקא זעהן די פולע באריכט? געזונטערהייט? אקעי , ער האט ניטאמאל קיין פראבלעם דיר עס צו ווייזן דו דארפסט נאר שאפן א בענקל ווייל עס גייט געדויערן עטליכע וואכן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

האלדער ווייסעך נישט וואס דו מיינסט

דו רעדסט פון א ספעציפישע זאך וואס ער האט געטוהן?
איגנארירט קאנגרעס? עס איז געווען א חוצפה פון אים אקעגן קאנגרעס און זיי האבן זייער פראצעדור פון עס פארדאמען וואס זיי האבן געטוהן און מער קענען זיי גארנישט טוהן
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

צל, דו האלטסט נישט אז סיז א פראבלעם אז דער אטוירני דזשענעראל קען פייפן אויף קאנגרעס אן קיין קאנסעקווענצן?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

די טראמפ אדמיניסטראציע האט געליטן א נידערלאגע אין די פעדעראלע די-סי געריכט.

ריכטער דשאן בעיטס א פרעזידענט בוש-2 אפוינטי האט נעכטן גע'פסל'ט אלץ אומלעגאל די אדמיניסטראציע'ס נייע רול צו ערלויבן קליינע ביזנעסער אויסצוקרויזן די אבאמאקעיר און אפערן אינשורענס אינדערויסן פון די אבאמאקעיר נעטווארק וואס וואלט געווען ביליגער אבער צושטעלן ווייניגער פראטעקשענס.


פאר מער אינפארמאציע וועט מען דארפן הערן פונעם עקספערט הכל הבל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

אין א זוג פאר די נרא האט א דיסטריקט קארט אין קאליפארינע געאורטיילט אקעגן קאליפארינעס בען אויף געוויסע פייער ארם מאגאזינען
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א גוט מארגן פון געריכט

אום 930 וועט זיין ארדערס (מעגליך אויף נארישקייט/רציחה)

אום 10 וועט זיין אורטיילן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איין שאכטל אריינגעברענגט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין א 4-5 אורטייל שרייבט די מאיאריטעט אז א פאראורטיילטער מיט א זעלטענע מעדיצינישע פראבלעם קען באקומען טויט שטראף דורך אן איינשפריץ
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רעגירונג בעהט פונעם 5'טן קרייז געריכט פאראויסצורוקן די מונדליכע ארגומענטן אין די אבאמאקעיר קעיס צו אנהויב יולי למספרם
קיין איינע פון די זייטן האבן נישט אויסגעדרוקט קעגנערשאפט צו אזא פארלאנג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעדעראלע ריכטער אין קאליפארניע פארבאט טראמפ אדמניסיטראציע פאליסי פון צוריקשיקן פלטים וועלכע זוכן צו באקומען אזיל רעכט צו די מעקסיקאנע זייט פון די גרעניץ אויף אזוי לאנג ווי זייערע קעיסעס ווערן איבערגעקוקט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דורכאויס די 2009 למספרם פריימערי פארמעסט פון די ווארקינג פעמילי פארטיי אין טראי ניו יארק האבן א רייע אינווידועלן געפעלשט אונטערשריפטן אויף עבסענטי בעלאט אפליקאציעס אין א פארזוך צו באאיינפלוסן די אויסגאנג פון די פריימערי
זיי האבן אריינגעגעבן די דאקומענטן צו די קאונטי עלעקשאן קאמישאנער עדווארד מעקדאנאו וועלכע האט דערנאך באשטעטיגט די אפליקאציעס
מעקדאנאו האט אבער שפעטער געלייקנט אז ער זאל האבן געווען באוואוסטזיניג איבער די פאלשע אונטערשריפטן
ווען די סקאנדאל איז געווארן אויפגעדעקט האט די סטעיט געריכט באשטימט א יואל סמיט אלץ א ספעציעלע דיסטריקט פראקוראר אויסצופארשן און אנקלאגן די וועלכע זענען געווען פארמישט דערין
מעקדאנאו טענה'ט אז סמיט איז האט גענומען פאר א מיסיע אים אריינצולייגן אין פעקל און אים פארוואנדלען אינעם קרבן אלץ דער הויפט פאראנטווארטליכער אינעם סקאנגאל אין די צייט וואס ער איז גאר געווען גענצליך אומשולדיג
לויט מעקדאנאו האט סמיט קלאר געוואוסט אז ער איז ריין פון יעדע שולד אבער סמיט האט פאבריצירט באווייזן אין פארעם פון פאלשע אפידעיוויטס און עדות'שאפט ווי אויך די באנוץ פון א רייע צווייפלהאפטיגע די ען עי מעטאדן אים צו באשמוצן
די פראצעס איבער מעקדאנאו האט זיך געענדיגט אין א מיסטרייעל און דאן געגאנגען צו א פרישע פראצעס וועלכע האט זיך געענדיגט אום דעצעמבער 21 2012 למספרם אין וועלכע מעקדאנאו איז ארויס גענצליך ריינגעוואשן
דעצעמבער 18 2015 למספרם האט מעקדאנאו אריינגעטראגן אן אנקלאגע באשולדיגנדיג סמיט און די אנדערע אנגעקלאגטע וועלכע האבן קאלאבארירט מיט סמיט צו זאגן פאלש עדות אין פארלעצן זיינע רעכטן מיט פאבריצירן פאלשע עדות און עס נוצן אקעגן אים פארנט פון א גרענד דזשורי דורכאויס די צוויי פראצעסן
די אנגעקלאגטע האבן געפיילט א מאושען אז מען זאל ארויסווארפן די קעיס און צווישן אנדערן געשריבן אז מעקדאנאו האט זיך ערוועקט צו שפעט און ער איעז געווען באוואוסטזיניג איבער די אומאויסגעהאלטנקייט פון די עדות שוין פאר איבער דריי יאר איידער ער האט אריינגעגעבן זיין קלאגע און אלץ רעזולטאט איז שוין אפגעלאפן די סטעטשו אף לימיטעישאנס וועלכע אין אזא פאל איז דריי יאר (דהיינו, אז אויב דו קלאגסט נישט אין די דריי יאר פארלירסטו דיין רעכט צו קלאגן)
די דיסטריקט קאורט האט אקצעפטירט די ארגומענט און טאקע ארויסגעווארפן די מעקדאנאו קעיס באזירט אויף די סטעטשו אף לימיטעישאן
די צווייטע סירקוט קאורט אף אפיעלס האט אויך באשטעטיגט די זעלבע ווי די דיסטריקט קאורט און די קעיס האט ווידער אריינגעהויבן א פארלוסט
איצט, אויב האט איר געליינט די אויבנדערמאנטע באריכט מיט פארזיכטיגקייט איז מעגליך אז איר האט אויפגעפאסט דיכראנאלאגיע פון די דאטומען פון דעצעמבער 21 2012 ווען מעקדאנאו איז געווארן ענדגילטיג ריינגעוואשן ביז דעצעמבער 18 2015 ווען ער האט אריינגעטראגן זיין קאנטער קלאגע
אויב איר קוקט אויפן קאלענדאר קומט עס אויס הארט "אונטער דריי יאר" פונעם שליסונג פון זיין פראצעס ביז זיין קעגן קלאגע
נו, אויב אזוי וואס איז די סטעטשו אף לימיטעישאנס ארגומענט?!
אה, איר פרעגט גוט, אבער די צווייטע סירקוט שרייבט אז באזירט אויף פרעצעדענט אין זייער געריכט הויבט די דריי יאר פעריאד אן צו לויפן ווי נאר די קלעגער (מעקדאנאו אין אונזער פאל) ווערט באוואוסטזיניג פון די פארלעצונגען וואס ווערט באגאנגען אקעגן אים און אין די איצטיגע פאל האט שוין מעקדאנאו געוואוסט דערפון אין לויף פון זיין פראצעס און טאקע עס גענוצט איבערצוצייגן זיין אומשולד
דעריבער שרייבן די ריכטער אז צוריקגייענדיג צו יענע טעג קומט אויס אז די דריי יאר האבן זיך אנגעהויבן היבש פריער ווי דעצעמבער 21 2012 און לויט דעם זענען די דריי יאר שוין געווען פארביי ביים אנקום פון דעצעמבער 18 2015
די געריכט האט אבער אנערקענט אז די דריטע, ניינטע און צענטע סירקוטס האבן אלע געאורטיילט אנדערש רעכענענדיג די סטעטשו אף לימיטעישאנס פונעם ענדע פונעם פראצעס אבער זיי האלטן זיך ביי דאס זייעריגע
מיט עטליכע טעג צוריק האט די סופרים קאורט באוויליגט אויפצונעמען די קעיס
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג אפריל 09, 2019 2:10 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

זייער קלאר!

שכח
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

האסט נייעס האט געשריבן:זייער קלאר!

שכח
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

Wow אזא שיינע קלארע באריכט ש'כח
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

תיקון טעות הדפוס
די געריכט האט שוין אקצעפטירט די קעיס מיט א צייט צוריק
איך האב עס אראפגעברענגט איצט ווייל די מונדליכע ארגומענטן גייען שוין פארקומען די קומענדיגע וואך
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אפריל 10, 2019 9:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

א שיינע קלארע באריכט. יישר כח
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ייש"כ 'הבל' פאר 'הכל'.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:רעגירונג בעהט פונעם 5'טן קרייז געריכט פאראויסצורוקן די מונדליכע ארגומענטן אין די אבאמאקעיר קעיס צו אנהויב יולי למספרם
קיין איינע פון די זייטן האבן נישט אויסגעדרוקט קעגנערשאפט צו אזא פארלאנג

פארלאנג נארוואס געווארן נאכגעגעבן
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שמואל בארג האט געשריבן:ייש"כ 'הבל' פאר 'הכל'.

!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די 9'טע סירקוט קאורט האט פרייטאג געגעבן ערלויבעניש אויף דערווייל פאר די טראמפ אדמיניסטראציע פאראויסצוגיין מיטן פאליסי פון פלאצירן אפליקאנטן פא אזיל רעכט אין מעקסיקא דורכאויס די פראצעדור פון איבערקוקן זייער פארלאנג
אינעם דיסטריקט קאורט האט א ריכטער געלייגט א זאפארטיגע בלאקאדא אויף די פאליסי אבער די סירקוט קאורט ערלויבט יא די פאליסי פארצוזעצן לענגאויס די צייט וואס די קעיס שפילט זיך אויס אין געריכט
נודניק
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

הכל הבל האט געשריבן:די 9'טע סירקוט קאורט האט פרייטאג געגעבן ערלויבעניש אויף דערווייל פאר די טראמפ אדמיניסטראציע פאראויסצוגיין מיטן פאליסי פון פלאצירן אפליקאנטן פא אזיל רעכט אין מעקסיקא דורכאויס די פראצעדור פון איבערקוקן זייער פארלאנג
אינעם דיסטריקט קאורט האט א ריכטער געלייגט א זאפארטיגע בלאקאדא אויף די פאליסי אבער די סירקוט קאורט ערלויבט יא די פאליסי פארצוזעצן לענגאויס די צייט וואס די קעיס שפילט זיך אויס אין געריכט



דעס מיינט אז פין יעצט אין ווייטער איז מער נישט דא קיין קעטש ענד ריליס? אדער בעסער געזאגט ריליס אבער אין מעקסיקא?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נודניק האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די 9'טע סירקוט קאורט האט פרייטאג געגעבן ערלויבעניש אויף דערווייל פאר די טראמפ אדמיניסטראציע פאראויסצוגיין מיטן פאליסי פון פלאצירן אפליקאנטן פא אזיל רעכט אין מעקסיקא דורכאויס די פראצעדור פון איבערקוקן זייער פארלאנג
אינעם דיסטריקט קאורט האט א ריכטער געלייגט א זאפארטיגע בלאקאדא אויף די פאליסי אבער די סירקוט קאורט ערלויבט יא די פאליסי פארצוזעצן לענגאויס די צייט וואס די קעיס שפילט זיך אויס אין געריכט



דעס מיינט אז פין יעצט אין ווייטער איז מער נישט דא קיין קעטש ענד ריליס? אדער בעסער געזאגט ריליס אבער אין מעקסיקא?[/quote

מען רעדט נישט פון די וועלכע שווערצן זיך אריין אומלעגאל און ווערן געכאפט

מען רעדט פון די וועלכע קומען צום גרעניץ פארלאנגען אזיל רעכט קענסטו זיי הייסן ווארטן דארט ביז מען וועט דורכקוקן זיין קעיס
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”