נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פעדעראלע ריכטער אין ניו יארק בלאקירט אויף צייטווייליג די סטעיט פון אינפארסירן איר וואקסין מאנדאט פאר העלטקעיר ארבעטער.

די צייטווייליגע בלאקאדע קומט נאך וואס א גרופע העלטקעיר איינגעשטעלטע אין אפסטעיט ניו יארק האבן אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט אז די מאנדאט זיך צו וואקסינירן טוט פארלעצן זייערע קאנסטיטוציאנאלע רעכטן, זינט די מאנדאט געט נישט קיין אויסנאם פאר אזעלכע וואס ווילן זיך נישט וואקסינירן צוליב זייערע רעליגיעזע איבערצייגונגען. ריכטער דעיוויד הורד, האט געגעבן צייט פאר די סטעיט ביז סעפטעמבער 22 צו אפענטפערן די טענות פון די קלעגער.

א ווארטזאגער פאר גאווערנאר האוקעל זאגט אז מען קוקט אריין אין אלע לעגאלע אפציעס וויאזוי ווייטער צו גיין.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40431
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די נייע סופרים קאורט סעסיע הויבט זיך אן קומענדיגע וואך

די ריכטער האבן אצינד אקצעפטירט אויסצוהערן א רייע פרישע קעיסעס וועלכע מיר האפן צו דעקן ווי נאר די צייט וועט ערלויבן
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

הכל הבל האט געשריבן:די נייע סופרים קאורט סעסיע הויבט זיך אן קומענדיגע וואך

די ריכטער האבן אצינד אקצעפטירט אויסצוהערן א רייע פרישע קעיסעס וועלכע מיר האפן צו דעקן ווי נאר די צייט וועט ערלויבן

יישר כח גדול!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הכל הבל האט געשריבן:די נייע סופרים קאורט סעסיע הויבט זיך אן קומענדיגע וואך

די ריכטער האבן אצינד אקצעפטירט אויסצוהערן א רייע פרישע קעיסעס וועלכע מיר האפן צו דעקן ווי נאר די צייט וועט ערלויבן

סאטאמאיער האט זיך אפגערעדט אז ס'גייען קומען אסאך "דיעפוינטמענטס" (פארגעסן פון א אידיש ווארט דערפאר)
הכל הבל האט געשריבן:אנטוישונגען
אינעם נייעם טערמין, און שרייבן דיססידענט מיינונגען זענען שווער
לעצט פארראכטן דורך פאליטישע עקספערט אום דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 6:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40431
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די נייע סופרים קאורט סעסיע הויבט זיך אן קומענדיגע וואך

די ריכטער האבן אצינד אקצעפטירט אויסצוהערן א רייע פרישע קעיסעס וועלכע מיר האפן צו דעקן ווי נאר די צייט וועט ערלויבן

סאטאמאיער האט זיך אפגערעדט אז ס'גייען קומען אסאך "דיעפוינטמענטס" (פארגעסן פון א אידיש ווארט דערפאר) אינעם נייעם טערמין, און שרייבן דיססידענט מיינונגען זענען שווער

אנטוישונגען
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הכל הבל האט געשריבן:

ש'כח!
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ש'כח!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

WASHINGTON: Supreme Court Justice Brett Kavanaugh, who's been fully vaccinated since January, has tested positive for COVID, but has no symptoms.
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די נייע סופרים קאורט סעסיע הויבט זיך אן קומענדיגע וואך

די ריכטער האבן אצינד אקצעפטירט אויסצוהערן א רייע פרישע קעיסעס וועלכע מיר האפן צו דעקן ווי נאר די צייט וועט ערלויבן

סאטאמאיער האט זיך אפגערעדט אז ס'גייען קומען אסאך "דיעפוינטמענטס" (פארגעסן פון א אידיש ווארט דערפאר)
הכל הבל האט געשריבן:אנטוישונגען
אינעם נייעם טערמין, און שרייבן דיססידענט מיינונגען זענען שווער

עס איז ממש בושות פאר אמעריקע ווי אזוי א סופרים קארט זשאסטיס רעד ווי ליבעראלע עקסטרימיסט עקטעוויסט
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עציץ נקוב האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די נייע סופרים קאורט סעסיע הויבט זיך אן קומענדיגע וואך

די ריכטער האבן אצינד אקצעפטירט אויסצוהערן א רייע פרישע קעיסעס וועלכע מיר האפן צו דעקן ווי נאר די צייט וועט ערלויבן

סאטאמאיער האט זיך אפגערעדט אז ס'גייען קומען אסאך "דיעפוינטמענטס" (פארגעסן פון א אידיש ווארט דערפאר)
הכל הבל האט געשריבן:אנטוישונגען
אינעם נייעם טערמין, און שרייבן דיססידענט מיינונגען זענען שווער

עס איז ממש בושות פאר אמעריקע ווי אזוי א סופרים קארט זשאסטיס רעד ווי ליבעראלע עקסטרימיסט עקטעוויסט

אנדערע האבן געהאלטן אז א פרעזידענט וואס רעדט ווי א כתה ג' אינגל איז גרעסערע בושות, הגם א פרעזידענט איז אפיציעל פארטייאיש משא"כ א ריכטער ודו"ק ועוד חזון
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
עציץ נקוב האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די נייע סופרים קאורט סעסיע הויבט זיך אן קומענדיגע וואך

די ריכטער האבן אצינד אקצעפטירט אויסצוהערן א רייע פרישע קעיסעס וועלכע מיר האפן צו דעקן ווי נאר די צייט וועט ערלויבן

סאטאמאיער האט זיך אפגערעדט אז ס'גייען קומען אסאך "דיעפוינטמענטס" (פארגעסן פון א אידיש ווארט דערפאר)
הכל הבל האט געשריבן:אנטוישונגען
אינעם נייעם טערמין, און שרייבן דיססידענט מיינונגען זענען שווער

עס איז ממש בושות פאר אמעריקע ווי אזוי א סופרים קארט זשאסטיס רעד ווי ליבעראלע עקסטרימיסט עקטעוויסט

אנדערע האבן געהאלטן אז א פרעזידענט וואס רעדט ווי א כתה ג' אינגל איז גרעסערע בושות, הגם א פרעזידענט איז אפיציעל פארטייאיש משא"כ א ריכטער ודו"ק ועוד חזון

ווען ריכטער (ביידע זײטן) טרעטן אויף אין די קאלעזשעס רעדן זיי געהעריג פארטייאיש.
פוצה פה ומצפצף
אנטי פרא
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 4:45 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנטי פרא »

U.S. Supreme Court Justice Brett Kavanaugh has contracted a case of Covid-19 despite being fully vaccinated,
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ריכטער סאטאמאיער האט אפגעווארפן א פארלאנג פון ניו יארק טיטשערס פאר א צייטווייליגע אפהאלט אויף די ניו יארק וואקסין מאנדאט פאר שלוע ארבעטער

(מסתם אין ראם פונעם פאזיציע אלץ קרייז הויפט ריכטער, ותיפשוט האיבעי' בהגעריכט סיסטעם אשכול לגבי מהו העבודה של הסופרים ריכטערס בהקרייז געריכט ודו"ק)
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

געוועזענע פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט אין פרישע אנקלאגע פארלאנגט פון א פעדעראלע ריכטער צו צווינגען טוויטער צו צוריק עפענען זיין אקאונט.

IMG_20211002_203312_720.jpg
IMG_20211002_203312_720.jpg (35.5 KiB) געזען 1330 מאל

ארטיקל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17806
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:געוועזענע פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט אין פרישע אנקלאגע פארלאנגט פון א פעדעראלע ריכטער צו צווינגען טוויטער צו צוריק עפענען זיין אקאונט.

IMG_20211002_203312_720.jpg

ארטיקל

נישט פארגעסן אז טוויטער האט אפילו אנטזאגט די פעדעראלע ארכיוון אפטיילונג פון באקומען צוטריט דערצו!!

(די ארכיוון אפטיילונג ארכיווירט אלע טוויטער קאנטעס פון אלע פרעזידענטן, און אנדערע הויכע באאמטע)
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:געוועזענע פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט אין פרישע אנקלאגע פארלאנגט פון א פעדעראלע ריכטער צו צווינגען טוויטער צו צוריק עפענען זיין אקאונט.

IMG_20211002_203312_720.jpg

ווער געדענקט ווען ער האט געשריגן אז אפילו אויב טוויטער זאלזט איהם צוריק וועט ער נישט קומען?...
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40431
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פעדעראלע קאמפיין פינאנץ געזעץ פארבאט פאר קאמפיינס צוריקצוצאהלן פאר הלואות וועלכע די קאנדידאטן זעלבסט לייען אויס פאר די קאמפיינס מער ווי 250 טויזנט דאלער פון ביישטייערונגען געמאכט נאך די ענדע פונעם קאמפיין

די געזעץ ערלויבט זיך זעלבסט צו באצאהלן אפילו העכער 250 טויזנט אבער בלויז פון געלט וואס מענטשן האבן בייגעשטייערט בעפאר די וואלן און דאס זיך זעלבסט באצאהלן מוז פאסירן ביז שפעטסטנס 20 טאג נאך די וואלן

סענאטאר טעד קרוז זוכט אויסצופרובירן אויב די יורידישע סיסטעם וועט געפונען אזא באגרעניצונג קאנסטיטוציאנאל און האט דעריבער אויסגעבארגט פון זיין אייגן טאש 260 טויזנט דאלער פאר זיין ווידערערוויילונג קאמפיין אקעגן בעטא ארורק

די קרוז קאמפיין האט אויסגעווארט די 20 טאג און ערשט דערנאך געזוכט צו טראנזאקטירן 260די טויזנט דאלער פון די קאמפיין צום סענאטאר'ס אקאונט אבער וויבאלד די געזעץ פארבאט צו גיין העכער 250 טויזנט איז דער קאנדידאט אויסגעטאנען צו דערלייגן 10 טויזנט דאלער און האט אנגעקלגט די פעדעראלע עלעקשאן קאמיסיע פארנט פון א דריי ריכטער פאנעל אין וואשינגטאן זיך באקלאגענדיג אז די פארבאט פארלעצט זיינע ערשטע אמענדמענט רעכטן

די קעיס איז געווארן אויסגעהערט דורך סירקוט ריכטערין נעאמי רעא נאמנירט דורך פרעזידענט טראמפ און די קרייז געריכט האט איינגעשפאנט צוויי דיסטריקט ריכטער צו שאפן א דריי ריכטער פאנעל

די צוויי ריכטער זענען געווען טים קעלי נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און אמיט מעטא נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא

ריכטערין רעא האט געשריבן איר אורטייל פאר אן איינשטימיגן פאנעל אז די פארבאט איז אומקאנסטיטוציאנאל צוליב וואס פרייהייט פון אויסדרוק פארלאנגט צו ספענדן געלט און באגרעניצן די מעגליכקייט אויסצובארגן און צוריק איינקאסירן די געלט אן וואס עס זאל דינען אן ערנסטע רעגיורנגס אינטערעסע איז נישט אויסגעהאלטן

די ביידען אדמיניסטראציע האט אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט און געשריבן די פארבאט איז יא אויסגעהאלטן און שטעלט בלויז ארויף א גאר מינימאלע באגרעניצונג אויף די ערשטע אמענדמענט רעכט און אז עס איז געציהלט צו באקעמפן קארופציע צוליב וואס די נאטור פון ביישטייערונגען וואס קומען אריין נאך די וואלן קענען פיל לייכטער בענעפיטירן זיגרייכע קאנדידאטן און ווערן געמאכט מיט די ערווארטונג פאר טובות אין אויסטויש

באזונדער אדרעסירן זיי די שטיק פון די קרוזקאמפיין ספעציפיש שרייבנדיג אז די קאמפיין איז געזיצן אויף מער פון 2 מיליאן דאלער נאך די וואלן און וואלט לייכט געקענט מאכן די צאהלונג פון די ביישטייערונגען ערהאלטן בעפאר די וואלן אזוי לאנג ווי זי טוט עס אין די ערשטע 20 טאג און אז די שאדנס פון 10 טויזנט דאלער איז עפעס וואס ער האט זיך זעלבסט פאראורזאכט

די קאמפיין האט רעאגירט זאגנדיג אז זיי האבן אינעם ווא טאג געהאט מער חובות וויפיל געלט זיי האבן געהאט אין די באנק און זיי האן בעפארצוגט צו דעקן הלוואות פון אנדערע מענטשן בעפאר זיי באצאהלן די הלוואה פונעם קאנדידאט זעלבסט

פארלאפענע דאנערשטאג האט די סופרים קאורט געמאלדן אז זיי וועלן אויסהערן די קעיס און די פראגע אויב זיי פארמאגן יוריסדיקציע איבער דעם וועלן זיי אויך באהאנדלען אין די זעלבע צייט וואס זיי וועלן באהאנדלען די מעריטס
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הר גריזים האט געשריבן:WASHINGTON: Supreme Court Justice Brett Kavanaugh, who's been fully vaccinated since January, has tested positive for COVID, but has no symptoms.

געריכט ווארטזאגער באשטעטיגט אז קעווענאו וועט אנטייל נעמען אין די געריכטליכע סעסיעס פונדערהיים.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40431
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סיטי האל געביידע אין באסטאן אין מאסאטשוסעטס פארמאגט דריי זוילן אינדרויסן פונעם קאמפלעקס אויף וועלכע עס פלאטערן פארשידענע פענער

אויף איינע פון די דריי איז ארויפגעצויגן א פאן פון די סיטי אבער עס ווערט רעגלמעסיג ארומגעטוישט צו גיבן א שאנס פאר אנדערע סימבאלישע פענער צו פלאטערן נאך וואס אזעלכע פארלאנגען גייען אריבער א באשטעטיגונגס פראצעדור

אין די 12 יאר אפשניט ביז 2017 למספרם האט די סיטי געהאט באשטעטיגט 284 פענער אויף די דערמאנטע סלופע אין פארבינדונג מיט עטנישע און קולטוראלע אפצייכענונגען אריינגערעכנט פון אנדערע לענדער און היסטארישע געשעענישן ווי צום ביישפיל איינס צו סאלידארירן מיט א געמיינע מארש

דאן איז אריינגעקומען א ביטע פון א רעליגיעזע גרופע וועלכע האט געזוכט ארויפצוציען א קריסטליכע פאן מיט א שתי וערב אין די צייט וואס זיי האבן דורכגעפירט א פארזאמלונג מיט קורצע רעדעס איבער די באסטאן היסטאריע אבער די סיטי האט אפגעווארפן די פארלאנג

די גרופע האט אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט זאגנדיג צווישן אנדערן אז זייערע רעכטן פאר פרייהייט פון אויסדרוק איז געווארן פארלעצט אבעראן איינשטימיגע דריי ריכטער פאנעל אויפן ערשטן סירקוט קאורט האט גענומען די זייט פון די סיטי שרייבנדיג אז עס איז פאר די רעגירונג צו באשליסן וועלכע סארט מעסעדזשעס זיי ווילן אינדארסירן

די אורטייל איז געשירבן געווארן דורך ריכטערברוס סעליא און געשטיצט געווארן דורך ריכטער קערמיט ליפעז און ריכטערין סאנדרע לינטש ביידע נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן

די גרופע האט אפעלירט זייער קעיס צום סופרים קאורט שרייבנדיג אז די שטאנג אויף וועלכע זיי ווילן ארויפציען זייער קרייץ פאן איז א פובליק אייגנטום און די סיטי דיסקרימינירט אקעגן זיי

די סופרים קאורט האט פארלאפענע דאנערשטאג אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס
צוריק ארויף
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

קעפיטאל פאליציי פארשט א פארדעכטיגטע קאר נעבן די סופרים קאורט געביידע.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40431
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין 1986 למספרם האט קאנגרעס באשטעטיגט א געזעץ וועלכע העכערט די שטראף פארן באזיצן קרעק קאקעין אז יעדע גראם קאקעין וואס מען באזיצט ווערט פאררעכנט ווי 100 גראם פאודער קאקעין ווען עס קומט צו די גרויס פונעם שטראף

אין 2010 למספרם האט קאנגרעס שטארק רעדוצירט די רעכענונג אין די היסטארישע פעיר סענטענסינג אקט אבער בלויז פאר צוקונפטיגע פארלעצער לאזנדיג טויזנטער פאראורטיילטע שימעלן איו טורמע אונטער צוגעטיילטע לאנגע שטראפן לויט די אמליגע סטאנדארטן

אלץ טייל פון די פוירסט סטעפ אקט אין 2018 למספרם האט קאנגרעס אדרעסירט די אישו מיטן שרייב אז די נייע 2010 למספרם געזעץ זאל אפעקטירן אויך די וועלכע זענען געווארן פאראורטיילט בעפאר יענע געזעץ

עדי יוסטאן איז געווען איינע די באטראפענע ווען ער איז אין 2008 למספרם געווארן פאראוטיילט פארן באזיצן מיטן פלאן צו פארקויפן קרעק קאקעין און נאך די באשטעטיגונג פונעם פוירסט סטעפ אקט האט ער זיך צוגעכאפט דערצו און פארלאנגט אז מען זאל איבערמאכן זיין סענטענס לויט באזירט אויף די פעיר סענטענסינג אקט סטאנדארד

אין זיי מאושען האט ער ציטירט די באקאנטע געזעץ וועלכע פארלאנגט פון ריכטער צו נעמען אין באטראכט א רייע פאקטארן בעפאר זיי פאראורטיילן עימיצן אריינגערעכנט די נאטור פון און אומשטענדן ארום די פארברעך, דעם אנגעקלאגטן'ס היסטאריע און כאראקטער, די סענטענסינג גיידליינס, און געברויך צו פארמיידן אומוויכטיגע עקסטרעמע סענטענס

די געזעץ איז די באקאנטע געזעץ באקאנט אלץ 3553 וועלכע פארלאנגט פון ריכטער צו באטראכטן די אויבנדערמאנטע פאקטארן ווען זיי פאראורטיילן אנגעקלאגטע "אונטער סיי וועלכע געזעץ"

ווען יוסטאן האט אריינגעגעבן זיין רעסענטענסינג פארלאנג און געבעטן די געריכט צו באטראכטן אט די פאקטארן האבן זיי אפגעווארפן זיין פארלאנג און ווען ער האט עס אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט האבן זיי געגעבן רעכט פארן דיסטריקט געריכט אז די פארלאנגען אין געזעץ 3553 זכענען נישט גילטיג ביי רעסענטענסינג אפליקאציעס זינט קאנגרעס האט נישט ארויסגעשריבן בפירוש אין די פוירסט סטעפ אקט אז מען דארף באטראכטן די 3553 פקטארן אויך ביים איבערמאכן אן אורטייל

יוסטאן האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט שרייבנדיג אז די פוירסט סטעפ אקט פארלאנגט פון ריכטער צו באטראכטן צו צו רעדוצירן אורטיילן און עס אנקוקן "אזוי ווי די פעיר סענטענסינג אקט סטאנדארטן זאלן ווען האבן געווען אין אפעקט אין די צייט פון די פארברעך"

לויט יוסטאן צייגן אט די ווערטער אז קאנגרעס האט געמיינט צו זאגן אז צוליב די נייע סטאנדארד דארף מען צוריקגיין למפרע און פונדאסניי פאראורטיילן די באשולדיגטע ווי עס וואלט געווען זייער ערשטע סענטענסינג (דהיינו, מיטן מוזן באטראכטן די פאקטארן אויסגערעכנט אין 3553) אבער מיט די נייע סטאנדארד

די סופרים קאורט האט פארלאפענע דאנערשטאג אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס

די קלעגער לייגן אויך א דגוש אז די פוירסט סטעפ אקט נוצט די ווארט "ארויפשטעלן אן אורטייל" וואס ווייזט אז קאנגרעס באטראכט די רעסענטענסינג ווי א פרישע סענטענסינג וואס באדייט אז אלעס וואס ריכטער דארפן באטראכטן ביים ארגינעלן אורטייל איז חל אויך ביים איבערגעמאכטן אורטייל

די קלעגער ברענגן ארויס אז די שפראך אין די פוירסט סטעפ אקט איז נישט געציהלט אוועקצושטעלן ווי אזוי ריכטער דארפן זיך אומגיין ביים ווידעראורטיילן מיטן אויסנאם פונעם פארלאנג זיך צו רעכענען די פעיר סענטענסינג סטאנדארד

אבער איבער די אלגעמיינע פארשריפטן ווי וועלכע פאקטארן יא אדער נישט צו באטראכטן איז בכלל נישט עפעס וואס זיי האבן געזוכט דירעקט צו אדרעסירן זיך פארלאזנדיג אויף די ארגינעלע סענטענסינג גיידליינס (וועלכע פארלאנגט צו קוקן אויף די 3553 פאקטארן)

פארלאפענע דאנערשטאג האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן די קעיס
צוריק ארויף
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40431
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דריי ריכטער פאנעל אויפן ניינטן סירקוט האט איצט בלאקירט א קאליפארניע געזעץ וועלכע האט פארבאטן פריוואטע טורמע פירמעס פון אויפבויען נייע פארהאלטונגס צענטערן פאר אומלעגאלע אימיגראנטן און עס באצייכנט די סטעיט געזעץ אלץ אומקאנסטיטוציאנאל צוליב וואס עס אינואדירט די פעדעראלע אימיגראציע אויטאריטעט

די מאיריטעט זענען געווען ריכטער לי און ריכטערין בעיד וועלכע זענען ביידע געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און ריכטערין מארגוויא וועלכע איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא איז געווען אין די מינאריטעט
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

הכל הבל האט געשריבן:א דריי ריכטער פאנעל אויפן ניינטן סירקוט האט איצט בלאקירט א קאליפארניע געזעץ וועלכע האט פארבאטן פריוואטע טורמע פירמעס פון אויפבויען נייע פארהאלטונגס צענטערן פאר אומלעגאלע אימיגראנטן און עס באצייכנט די סטעיט געזעץ אלץ אומקאנסטיטוציאנאל צוליב וואס עס אינואדירט די פעדעראלע אימיגראציע אויטאריטעט

די מאיריטעט זענען געווען ריכטער לי און ריכטערין בעיד וועלכע זענען ביידע געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ און ריכטערין מארגוויא וועלכע איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא איז געווען אין די מינאריטעט

דאס איז נייעס!!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

טענקס הבל זייער אינטערעסאנט
אז יענער קען קענסטו אויך
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40431
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין די צייט וואס מען האט גערעדט שידוכים פאר דזשאן וואלווארט פון קליוולאנד אהייא איז אים אויסגעקומען אריבערצוגיין צו די מדוברת אין שטוב זיי און זיי איבערצייגן איבער זיינע מדות מוזהבות און דער בחור האט טאקע באוויזן ווען ער איז פארבעטן געווארן אפצולאדענען א שאכטל וועלכע האט אנטהאלטן פיר איין גאלאנדיגע פלעשער מיט עסיג און זיי פלאצירן אין קעלער פון איר היים

דזשאן האט טאקע נישט אנטוישט און פלינקערהייט אויסגעפירט וואס מען האט אים באאויפטראגט אבער אביסעלע אומפארזיכטיג
איידער ער האט אנגעהויבן זיין וועג אויף די טרעפ וועלכע פירט צום קעלער האט ער זיך אנגעשטאלפערט אין א פאר שיך וועלכע די בתולה המהוללה האט איבערגעלאזט אויף דער ערד

לויט דזשאן האט ער געהאלטן די שאכטל אין האנט און נישט באמערקט די פאר שיך און זיך איינגעהאנקערט דערין און פארלוירן זיין באלאנס
פירנדיג צו דעם אז די טרעפ פארנט פון אים איז פארוואנדלט געווארן צו אן עסקעלעיטאר אים אראפשליידערנדיג ביז אונטן גאר שנעל

אונטן אינעם קעלער האט דזשאן אנערקענט אז ער איז שוין איינמאל "אריינגעפאלן" מיט א שידוך זיך טרעפנדיג מיט צובראכענע ביינער אין זיינע פיס הענט און ארעם

דזשאן איז ווייטער געגאנגען מיטן שידוך און שפעטער געהייראט די אייגנטומער פון די שיך אבער ער האט צו ערשט געמוזט אריבערגיין 3 אפעראציעס און מאנאטן פון פיזישע טעראפי

אין 2019 למספרם האט דזשאן געפיילט אן אנקלאגע אקעגן זיין פרוי מיט די באשולדיגונג אז איר אהינשטעלן די פאר שיך איז געווען א פארנאכלעסיגונג און געשטעלט זיין וואוילזיין אין געפאר ווען ער איז געלאדנט געווארן אהין אלץ גאסט און פארלאנגט אנטשעדיגונג פון 80 טויזנט דאלער מעדיצינישע בילס אין צוגאב פון 18 טויזנט דאלער אין פארלוירענע געהאלט דורכאויס די מאנאטן פון זיין ערהוילונג

זעלבסטפארשטענדליך אז דזשאן'ס אנקלאגע איז בעיקר געווען מיטן רעכענונג אז די אינשורענס פירמע וועלכע האט געדעקט איר הויז זאל באצאהלן די שאדנס און פרוי וואלווארט איז גערופן געווארן אויפצוטרעטן אין געריכט צו פארציילן איר זייט פון די געשיכטע

די פרוי האט געזאגט פארן געריכט אז זי פלעגט רעגלמעסיג אהינשטעלן אירע שיך און עס איז איר נישט בייגעפאלן צו ווארענען איר גאסט צו זיין פארזיכטיג אבער קען נישט זאגן ווי אזוי איר מאן איז אומגעפאלן זינט זי איז נישט געווען אנוועזנד אין יענע צייט אויפן פלאץ

ווערנדיג געפרעגט אויב זי האלט אז וואס עס האט פאסירט עס איר שולד האט זי ווי אן אשת חיל געזאגט אז זי האלט אזוי

די אדוואקאטן פאר די אינשורענס פירמע האבן נישט באשולדיגט די פארפאלק און וועבן א קנוניא צווישן זיך אויפן חשבון פון די פירמע אבער האבן יא קלארגעשטעלט אז מענטשן וועלכע שענקן געווענליכע אויפמערקזאמקייט ווען זיי גייען וועלן באמערקן ווען א פאר שיך ליגט אפן אויף דער ערד פארנט פון זיי און דעריבער וואלט דזשאן געברויכט זיין מער פארזיכטיג און עס איז נישט די פאראנטווארטליכקייט פון זיין פרוי און דעריבער דארפן זיי נישט דעקן די שאדנס

א לאקאלע דיסטריקט ריכטער האט געגעבן רעכט פאר די פירמע און דזשאן האט עס אפעלירט צום אפעלאט געריכט וואו א דריי ריכטער פאנעל אויפן אכטן דיסטריקט קאורט אוו אפיעלס האט אצינד באשטעיטגט די אורטייל פונעם אונטערשטן געריכט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”