די איראנער דיעל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

אמעריקאנער רעגירונג מעלדט גרייטקייט אראפצונעמען סאנקציעס פון איראן אין אויסטויש פאר אויספאלגן דיעל‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

די געשפּרעכן קומען פאָר צווישן רוסלאַנד, כינע, דייטשלאַנד, פראַנקרייך און די אַנדערע לענדער וואָס זענען אָנגעשלאָסן אינעם דיעל, אויפצוקומען מיט א פּלאַן וויאַזוי אַמעריקע זאָל זיך צוריק אָנשליסן אינעם נוקלעאַרן אָפּמאַך. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט אָבער ווידעראַמאָל קלאָרגעשטעלט אַז ביי די געשפּרעכן, וואָס וועלן זיך אָנהייבן מאָרגן אין וויען, וועט זי נאָר אַראָפּנעמען סאַנקציעס אויב איראַן קערט זיך צוריק אויסצופאָלגן אַלע טיילן פונעם דיעל.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

איראנער באאמטע זאגן אז זיי זענען נישט אפטימיסטיש און נישט פעסעמיסטיש איבער די נוקלעארע געשפרעכן וועלכע קומען היינט פאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

רעגירונג ווארטזאגער אלי ראבי זאגט אז טעהראן שפירט אז מען גייט אין גוטן ריכטונג מיט'ן ציל אויפצולעבן די אפמאך, אבער איראן רישט זיך אז עס קען זיך ענדיגן אויף ביידע וועגן. ער זאגט אז עס וועט זיך ווענדן אין די גרייטקייט פון אמעריקא צו זיין ערענסט און ארענטליך.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

אמעריקע און איראן אפגעהאלטן אומאפיציעלע געשפרעכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

א דעלעגאציע פון אמעריקאנער דיפלאמאטן, האבן זיך היינט געטראפן מיט באאמטע פון עטליכע לענדער, אריינגערעכנט איראן, צו פארהאנדלען וויאזוי מ'קען צוריק באנייען די נוקלעארע געשפרעכן וואס דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט צעשטערט.

די געשפרעכן זענען געצילט צו זען וויאזוי מ'קען באנייען די אפמאך, און וואס ס'פארלאנגט זיך. די אמעריקאנער דיפלאמאטן האבן קלארגעשטעלט פאר איראן אז אמעריקע גייט נישט אראפנעמען די סאנקציעס וואס איז ארויפגעלייגט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ, נאר אויב איראן גייט זיך פולקאם צושטעלן צו יעדע דעטאל פון די אבאמא נוקלעארע אפמאך.

אמעריקאנער באאמטע האבן באשטעטיגט אז די געשפרעכן זענען צוריק, צו באנייען די נוקלעארע אפמאך, און ווי מ'הערט פון איראנער באאמטע איז די היינטיגע זיצונג געווען גאנץ פראדוקטיוו.

ווי באקאנט האט פרעזידענט טראמפ אפגעשאפן די אמעריקע-איראן אפמאך, וואס דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא האט צושטאנד געברענגט, און טראמפ האט ארויפגעלייגט שווערע סאנקציעס אויף די איראנער, וואס האט א טיפע ווירקונג ביי זיי אין לאנד.
JPFN
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

JERUSALEM: Mossad chief will travel to the US for meetings with top officials in the White House to present damning evidence on Iran (Channel 13)
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

איך פארשטיי נישט ווי די שכל פון איראן איז פארוואס זאלן זיי צריק גיין צי די דיל מארגן קומט אן א נייע פרעזידענט און צישטערט עס ווייטער
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאנץ 2 »

שקר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ווי די שכל פון איראן איז פארוואס זאלן זיי צריק גיין צי די דיל מארגן קומט אן א נייע פרעזידענט און צישטערט עס ווייטער

מען קען מאכן אפאר טאללער אינצווישען

און אויפבויען נאך אינטערערדישע בונקערס

אזוי ווי ביים לעצטען דיעל


וואסערע פראגע
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

דער ביידען איז דאך ממש א בהמה די חברה האלטן אט אט ביים אינטערברעכען
כאמ אן מען
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שקר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ווי די שכל פון איראן איז פארוואס זאלן זיי צריק גיין צי די דיל מארגן קומט אן א נייע פרעזידענט און צישטערט עס ווייטער

זיי האבן אלעס צו פארדינען פון צוריקגיין צום דיעל און א סאך צו פארלירן פון נישט צוריקגיין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

סטעיט דעפּארטמענט באאמטע זאגן אז זיי זענען אומזיכער צי איראן וויל ערנסט איינגיין אויף א דיעל מיט אמעריקע איבער'ן נוקלעארן אפּמאך, נאך א רונדע געשפּרעכן אין וויען.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

היינט האבן די איראנער געוואלט אנהויבן ארבעטען אין די נוקלער פלאנט מיט א שנעלערע אויפן
אבער אגרויסער תקלה איז געשען וואס מען גיט איבער איז געווען א סייבער אטאקע - כפשוט דורך ארץ ישראל
זע ווי באריכטעט דא


זמן לא רב אחרי שבאיראן אישרו את השמועות על תקלה שהתגלתה במערכת החשמל של המתקן הגרעיני בנתנז, מתברר - כך לפי מומחים שבדקו את המקרה - כי הוא נגרם כתוצאה ממתקפת סייבר ממוקדת.

המומחים, שצוטטו בכלי התקשורת, הוסיפו והסבירו, לאחר שניתחו את פרטי האירוע, כי מערכות שלמות בתוך המתקן המסווג הושבתו באופן חלקי או מלא, בעקבות הקריסה החשמלית שיצרה מתקפת הסייבר.

כזכור, מפרטים שמסר היום (ראשון) דובר ארגון האנרגיה האטומית של איראן, לא נפלטו לאוויר חומרים מזהמים, ואף לא היו בו נפגעים ישירים כלשהם, במתקן זה, שכבר חווה לפני כתשעה חודשים פיצוץ מסתורי שהיסב נזק רב.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

NYT אדעטאריעל רייסט אראפ די שטרענגע טראמפ סאנקציעס אלס עפעס וואס האט זיך אויפגעוויזן אז עס ארבעט נישט
והא ראיה איראן האט זיך נישט געבראכן ביז אהער

צום שטוינען!
די דעמס האבן געשיקט צענדליגע מעסעדשעס אז זיי גייען זיין ווייכער ווען זיי נעמען איבער די White House געשיקט קערי זאגן אז עס קומט ניייע צייטן און דא זאגט מען אז טראמפס מהלך האט נישט געארבעט

האט איינער א ספק אז אויב וואלט טראמפ געווינען א צווייטע מאל וואלטן זיי זיך געבראכן ?!
אוודאי ווען זיי זעהן מיט וואספארא שוואכעטשקע מען האט דא צוטוהן נעמען זיי עדווענטעדש

נישט בחינם האט ביבי יעצט געזאגט אז ער איז נישט מחיוב צום אמעריקאנע אפמאכען איבער איראן
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אבער די מידיע אויב בכלל נישט בייעסד! זשאסט פעיר!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

און די רעפובליקאנער זענען די וואס באגייען די 'פאסקודנע שטיק' (קרעדיט: פראגרעמינג).
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גיבראלטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:23 pm
לאקאציע: אין אידישן קווארטל

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבראלטאר »

שקר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ווי די שכל פון איראן איז פארוואס זאלן זיי צריק גיין צי די דיל מארגן קומט אן א נייע פרעזידענט און צישטערט עס ווייטער

ווי איך האב פארשטאנען, איז איראן מסכים צו א דיעל בתנאי אז מארגן קען נישט קומען א פרעזידענט און צוברעכן דעם אפמאך!
גם זה יעבור
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איראן'ס גייסטליכער פירער איאטאלא כאמינעי האט אוועקגעמאכט די יעצטיגע געשפּרעכן וואס ווערן געפירט צווישן דיפּלאמאטן פון איראן, כינע, רוסלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד און אמעריקע מיט'ן ציל צו ראטעווען דעם נוקלעארן אפּמאך.

כאמינעי האט אדרעסירט די געשפּרעכן וואס קומען פאר אין וויען, עסטרייך, און ער זאגט אז די אנבאטן וואס די אנדערע לענדער האבן דערווייל ארויסגעשטעלט פאר איראן, זענען ניטאמאל ווערד צו קוקן אויף זיי.


דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פעיק ניוז האט געשריבן:איראן'ס גייסטליכער פירער איאטאלא כאמינעי האט אוועקגעמאכט די יעצטיגע געשפּרעכן


גיבראלטאר האט געשריבן: זאריף קריטיקירט דעם אומגעברענגטן אל קודס קאמאנדיר סולימאני פארן פראבירן צו שטערן דעם נולעארן דיעל,.

כומעיני און סאלימיני דארפן זיך נישט זארגן, ער קען שלאפן במנוחה אין קבר וויסנדיג אז די רעפובליקען פארטיי אין אמעריקא טוט שוין די ארבייט פאר אים
אוועטאר
גיבראלטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:23 pm
לאקאציע: אין אידישן קווארטל

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבראלטאר »

כאפצעם האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:איראן'ס גייסטליכער פירער איאטאלא כאמינעי האט אוועקגעמאכט די יעצטיגע געשפּרעכן


גיבראלטאר האט געשריבן: זאריף קריטיקירט דעם אומגעברענגטן אל קודס קאמאנדיר סולימאני פארן פראבירן צו שטערן דעם נולעארן דיעל,.

כומעיני און סאלימיני דארפן זיך נישט זארגן, ער קען שלאפן במנוחה אין קבר וויסנדיג אז די רעפובליקען פארטיי אין אמעריקא טוט שוין די ארבייט פאר אים

איראן'ס גייסטליכער פירער איאטאלע אלי כומאנעי מיטן נייעם אל קודס פירער קענען אויכעט שטערן א נייעם נוקעארן דיעל.
גם זה יעבור
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כאפצעם האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:איראן'ס גייסטליכער פירער איאטאלא כאמינעי האט אוועקגעמאכט די יעצטיגע געשפּרעכן


גיבראלטאר האט געשריבן: זאריף קריטיקירט דעם אומגעברענגטן אל קודס קאמאנדיר סולימאני פארן פראבירן צו שטערן דעם נולעארן דיעל,.

כומעיני און סאלימיני דארפן זיך נישט זארגן, ער קען שלאפן במנוחה אין קבר וויסנדיג אז די רעפובליקען פארטיי אין אמעריקא טוט שוין די ארבייט פאר אים

אמת
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

עפעס איז דא א ארויסגעליקטע אינטערוויא פון זאריף, איז עס שוין געווען באריכטעט דא?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

יו-ען קריטיקירט איראן איבער אוראניום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

יו-ען קריטיקירט איראן איבער אוראניום

טעהראן – די יו-ען אטאמישע ענערגיע אגענטור האט געזאגט נעכטן אז איראן האט נישט דערווייל געגעבן קיין קלארן הסבר איבער דער אנוועזנהייט פון שפּורן פון אוראניום וואס מען האט געטראפן ביי עטליכע פּלעצער וואו איראן האט אפיציעל געזאגט אז זי האט נישט אנטוויקלט קיין שום נוקלעארע ענערגיע. די שארפע קריטיק פון די יו-ען אינספּעקטארס קעגן איראן קען ברענגען קאמפּליקאציעס אין די אנגייענדיגע געשפּרעכן צו באנייען דעם יאר 15' דיעל.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

עפנטליכע רייבעריי צווישן גאנץ און נתניהו איבער איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

עפנטליכע רייבעריי צווישן גאנץ און נתניהו איבער איראנער דיעל

בילד

ירושלים - שטייענדיג בעפאר די מעגליכקייט אז וואשינגטאן וועט צוריק אנהייבן נוקלעארע געשפרעכן מיט איראן, האט דער (ארויסגייענדער?) פירער נתניהו קלאר געשטעלט ביי א צערעמאניע אין די הויפטקווארטיר פונעם "מוסד" אז מדינת ישראל וועט טון וואס אינמער עס פעלט נאר אויס צוריקצוהאלטן איראן פון לייגן א האנט אויף נוקלעארע וואפן, אויך אויב דאס וועט קאסטן קריגעריי מיט וואשינגטאן. אבער גאנץ האט נאכדעם גערעדט און ארויסגעהויבן די געטריישאפט פון די ביידן אדמיניסטראציע צו מדינת ישראל, זאגנדיג אז אפילו אויב עס וועט זיך מאכן דיפערענצן וועט מען דאס אויסגלייכן שטילערהייט צווישן זיך, נישט דורך געבן חוצפה'דיגע רעדעס.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: די איראנער דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

מדינת ישראל דיפענס מיניסטער בעני גאנץ רייזט היינט אפ קיין וואשינגטאן פאר געשפרעכן מיט אמעריקאנער זיכערהייט און דיפענס באאמטע, צו רעדן מיט זיי איבער איראן'ס נוקלעארע פראגראם, די פייעראפשטעל מיט כאמאס און אנדערע זיכערהייט איינגעלעגענהייטן

דער נייער מדינת ישראל מוסד הויפט דוד בארנע באשולדיגט אז איראן ארבייט כסדר צו עררייכן איר חלום פון נוקלעארע וואפן, אפגעזען אויב די לאנד איז יא אדער נישט אנגעשלאסן אין א נוקלעארע אפמאך
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

סענעטאר גרעהעם ווארענט אז מען גייט זיך איין טאג טרעפן מיט אוראניום בארייכערונג פראגראמאן לענגאויס די מיטל מזרח

ער זאגט אז אראבישע לענדער האלטן גענוי ווי מדינת ישראל אז איראן איז נישט א לאנד וואס מען קען געטרויען, דעריבער האלט ער אז מען דארף אדאפטירן די פראנצויזישע פלאן אז קיין איין אראבישע לאנד זאל נישט מעגן בארייכערן אוראניום, נאר יעדער זאל נעמען נוקלעארע קראפט פון אן אינטערנאציאנאלא ברענשטאף באנק.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

פרישע יו-ען באריכט דעקט אויף נייע דעטאלן איבער שאדנס וואס אויפרייס האט געברענגט אויף איראן'ס נאטאנז איינריכטונג‎

ביז יעצט איז נישט געווען קלאָר וואָס די שאָדנס פון די אויפרייס איז געווען, אָבער די יו-ען באַריכט איבער איראַן'ס אוראַניום באַרייכערונג אין די לעצטערע מאָנאַטן, דערציילט פרישע דעטאַלן. פונעם יו-ען באַריכט שטעלט זיך אַרויס אַז איראַן פאַרמאָגט 174 צענטריפיודזשעס אין די נאַטאַנז איינריכטונג, און דערפון זענען 164 שטיק שאָדן געגאַנגען דורכ'ן אויפרייס.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”