בד"ה - רבי שמחה בונם ערנפעלד אב"ד מאטעסדארף

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

למדן וחסיד
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וחסיד »

איז ער דער מחותן פון הרב לייבל ווייס שליט"א???
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

לויה שוין פארטיג?
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

למדן וחסיד האט געשריבן:איז ער דער מחותן פון הרב לייבל ווייס שליט"א???

ניין, ר׳ אנשיל איז א מחותן מיט ר׳ לייבל
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב געלערענט ביי אוהם צוויי יאהר ווען די ישיבה איז נאך געווען און די איסט סייד.

דער סדר און יענע יאהרן איז געווען צו לערנען צוויי יאהר ביי אוהם און דערנאך איז מען אריין און רב פאלער ז"ל שיעור.
עס זענען כסדר געווען צוויי קלאסען און זיין שיעור.
איין קלאס אריינגעקומען, און איין קלאס שוין דאס צווייטע יאהר.
מיין ערשטע יאהר און זיין שיעור איז ר' בנימין גרובער אויך דארט געווען, אבער ער איז שוין געווען דארט דאס צווייטע יאהר.
ר' אלימלך טירנויער נ"ו בנו של הרב טירנויער ז"ל אב"ד שומרי שבת ב"פ איז אויך געווען און מיין קלאס.

דער צווייטע יאהר וואס איך בין געווען און זיין שיעור האט רב פאלער ז"ל איבערגעלאזט חתן סופר און געעפענט זיין אייגענע ישיבה מקור חיים.

דאס ערשטע יאהר וואס איך בין געווען און זיין שיעור האב איך נאך געהערט א יעדען פרייטאג שיעורים און שו"ע או"ח פון זיין טאטע דער פריערדיגע מאטעסדארפער רב, מוה"ר שמואל זצ"ל
the SCY is the limit
למדן וחסיד
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וחסיד »

ישוב הדעת האט געשריבן:
למדן וחסיד האט געשריבן:איז ער דער מחותן פון הרב לייבל ווייס שליט"א???

ניין, ר׳ אנשיל איז א מחותן מיט ר׳ לייבל

א זון א ברודער????
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

למדן וחסיד האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
למדן וחסיד האט געשריבן:איז ער דער מחותן פון הרב לייבל ווייס שליט"א???

ניין, ר׳ אנשיל איז א מחותן מיט ר׳ לייבל

א זון א ברודער????

וואס איז נישט קלאר? בנו הרה"ג ר' אנשיל עהרנפעלד שליט"א איז א מחותן מיט ר' לייבל ווייס פון לאנדאן.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

למדן וחסיד האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
למדן וחסיד האט געשריבן:איז ער דער מחותן פון הרב לייבל ווייס שליט"א???

ניין, ר׳ אנשיל איז א מחותן מיט ר׳ לייבל

א זון א ברודער????

א זון
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

הגאון ר' ליב פישער האט געזאגט אן אינטערעסאנטע זאך ביים הספד. די רב'ס נאמען איז געווען שמחה בונם בן שמואל און זיין זיידע (טאטע'ס טאטע) האט אויך געהייסן שמחה בונם - בעל מענה שמחה בן שמואל - בעל חתן סופר.
די חתן סופר איז נפטר געווארן ר"ח אב, די מענה שמחה ז' אב, די פריעדיגע רב ז' סיון אין היינט ר"ח סיון איז די רב נפטר געווארן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

דריידל האט געשריבן:הגאון ר' ליב פישער האט געזאגט אן אינטערעסאנטע זאך ביים הספד. די רב'ס נאמען איז געווען שמחה בונם בן שמואל און זיין זיידע (טאטע'ס טאטע) האט אויך געהייסן שמחה בונם - בעל מענה שמחה בן שמואל - בעל חתן סופר.

היוצא מזה?

דריידל האט געשריבן:ר' בנימין גרובער האט מספיד געווען בשם די תלמידים און מכתיר געווען בנו ר' דוד ארי' אלס אב"ד מאטערסדארף

די פלאץ ארבעט נאך? מ'דאוונט נאך אשכנזי'ש?
אין דעבערצין איז קוים א מנין נאר שבת. וויען איז שוין ספרד.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובה דורך חמרא טבא »

דער רב זצ"ל
אטעטשמענטס
IMG_2174.JPG
IMG_2174.JPG (332.4 KiB) געזען 1896 מאל
דביה תחדי נפשא
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אבן יקרה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ר' בנימין גרובער האט מספיד געווען בשם די תלמידים און מכתיר געווען בנו ר' דוד ארי' אלס אב"ד מאטערסדארף

די פלאץ ארבעט נאך? מ'דאוונט נאך אשכנזי'ש?
אין דעבערצין איז קוים א מנין נאר שבת. וויען איז שוין ספרד.

מ'האט אלץ געדאווענט דארט ספרד. די רב פאר זיך פלעגט דאווענען אשכנז אבער פאר'ן עמוד האט ער געדאווענט ספרד.
די מאטערסדארפע קהילה איז נישט א קהילה ווי וויען, וואס זיי האבן אויפגענומען א רב פאר די קהילה. ווען די פריעדיגע רב האט געוואינט אין איסט סייד איז ער געווען רב אין צוויי אדער דריי בתי מדרשים און ווען ער איז געקומען קיין בארא פארק האט ער נישט געהאט קיין קהילה נאר די תלמידים האבן געדאווענט מיט אים און פון דעם באשטייט די קהילה. זיינע תלמידים זענען געווען על פי אפשטאמיגע פון חסידים און האבן געוואלט דאווענען ספרד, איז עס אזוי געווארן.
די שול איז היינט שוואכער ווי ס'פלעגט זיין אמאל. רוב עולם דארט איז 60+. קיין קינדער זענען כמעט נישטא, קען זיין איין אדער צוויי יונגלעך אין גאנץ בית מדרש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

דריידל האט געשריבן:

הייסט דאס, איז געקומען צייט צו מאכן א מוזעאום אויף די אשכנזי'שע אלטע קהילות זכרונם לברכה ה' יקום דמם וכו'.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

זיכער אזוי. ס'איז שוין לאנג אינטער געגאנגן. אין וואשינגטאן הייטס איז נאך עפעס פארבליבן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אבן יקרה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:הגאון ר' ליב פישער האט געזאגט אן אינטערעסאנטע זאך ביים הספד. די רב'ס נאמען איז געווען שמחה בונם בן שמואל און זיין זיידע (טאטע'ס טאטע) האט אויך געהייסן שמחה בונם - בעל מענה שמחה בן שמואל - בעל חתן סופר.
די חתן סופר איז נפטר געווארן ר"ח אב, די מענה שמחה ז' אב, די פריעדיגע רב ז' סיון אין היינט ר"ח סיון איז די רב נפטר געווארן

היוצא מזה?

כ'האב אויך נישט געכאפט
בעסיקלי האט ער ארומגערעדט ווי די רב האט ממשיך געווען די מסורת אבות און איז געווען מקושר צו זיי, האט ער צוגעלייגט די קרישקעלע וואס איינער האט אים געזאגט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

די רב ז"ל אליין האט געטראגט די מסורת הדורות פון הייליגן חת"ס עד דורנו, אהן קיין ריר כ"ש, במנהגי אבותינו ואבות אבותינו וואס קיינער מער טרעט נישט אין די הייליגע וועג שביל הזהב. [נא, וודאי, גאנץ סקווירא איז פון די סארט באטשיס געבאקן, אבער זייערע אייניקלעך פארטרעטן אויף די דרך הסלולה לנו מרבוה"ק נבג"מ זי"ע].
זיינע קינדער זענען שוין צאנזע אייניקלעך פון אלע זייטן. שוין, אדער אהין [לייקווד וכו'] אדער אהער.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ביי די הספדים האט מען אויך ארויסגעברענגט זיין יראת שמים און זיין דאווענען וואס איז אפט געווען מיט בכיות.
גראדע איז ער געווען גאר א שיינע בעל תפילה, גוט געקענט נוסח און געדאווענט ווארעם
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

כ׳בין נייגעריג צו ס׳איז נאך געבליבן איינער וואס גייט מיט די לבוש וואס די רב פלעגט גיין חוה״מ פורים וכדו׳ (עפעס ליגט מיר אין קאפ אז שבת נאכמיטאג אויך אבער כ׳בין נישט זיכער) דהיינו א רעקל מיט סאמעט דערויף און א שטריימל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דריידל האט געשריבן:מ'האט אלץ געדאווענט דארט ספרד. די רב פאר זיך פלעגט דאווענען אשכנז אבער פאר'ן עמוד האט ער געדאווענט ספרד.
די מאטערסדארפע קהילה איז נישט א קהילה ווי וויען, וואס זיי האבן אויפגענומען א רב פאר די קהילה. ווען די פריעדיגע רב האט געוואינט אין איסט סייד איז ער געווען רב אין צוויי אדער דריי בתי מדרשים און ווען ער איז געקומען קיין בארא פארק האט ער נישט געהאט קיין קהילה נאר די תלמידים האבן געדאווענט מיט אים און פון דעם באשטייט די קהילה. זיינע תלמידים זענען געווען על פי אפשטאמיגע פון חסידים און האבן געוואלט דאווענען ספרד, איז עס אזוי געווארן.

און די איסט סייד האט דער פריעדיגע רב ז"ל געוואלט איינפירען צו דאווענען אשכנז און ישיבה. עס האט דענמאלטס געדאווענט פארען עמוד א יתום, און יענער האט געבעטען ברחמים נישט צו טוישען. איז עס געבליבען אזוי אז מען דאווענט ספרד.
דער פריעדיגע רב ז"ל האט געוואוינט דא און ב"פ אויף 48 גאס צווישען 17 און 18 עוועניו.
פון צייט צו צייט פלעגט זיין ביי אוהם און שטוב מנין שבת. איך פלעג מאנכע מאהל זיין דארט בעל קורא.
דארט האט מען אויך געדאווענט ספרד.
the SCY is the limit
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

חמרא טבא האט געשריבן:כ׳בין נייגעריג צו ס׳איז נאך געבליבן איינער וואס גייט מיט די לבוש וואס די רב פלעגט גיין חוה״מ פורים וכדו׳ (עפעס ליגט מיר אין קאפ אז שבת נאכמיטאג אויך אבער כ׳בין נישט זיכער) דהיינו א רעקל מיט סאמעט דערויף און א שטריימל

ער פלעגט גיין גאנץ שבת אזוי
אגב, די שטריימל האט ער אנגעטון נאך זיין טאטע'ס פטירה ווען ער איז געווארן רב אלס א רבניש מלבוש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אבן יקרה האט געשריבן:אינטרעסאנט צו לערנען די זאך, בשעת הסתלקות פון דעם אדם גדול, ממשיך שושלתא דדהבא, פארוואס די וועג, פון די תלמידי החת"ס וממשיכי דרכם בקודש, מעמידי תורה והוראה ויראה טהורה בישראל עשרות בשנים לפי דרך אשכנז, בתמימות וענווה, מיט געוואלדיגע ערליכקייט, האט נישט געהאט הצלחה אין די נייע דור נאכ'ן קריג. טראץ דעם, וואס פון די ביהמ"ד זענען ארויס רוב מנין ובנין פון די היינטיגע כלל ישראל.

פאר'ן קריג האט עס שוין געהאלטן אינמיטן צעפאלן. די מנח"א שרייבט לגבי תפילין חול המועד אז ס'וועט נישט בלייבן ווער ס'לייגט תפילין חוה"מ ווייל די קינדער פון אשכנז'ישע אידן אדער ווערן זיי נתקרב צום דרך החסידות אדער פארן זיי אפ
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

כאבעם געקענט אביסל

ווייניג אזעלכע פשטנים ווי אים. ממש גארנישט געמאכט פון זיך
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דריידל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:כ׳בין נייגעריג צו ס׳איז נאך געבליבן איינער וואס גייט מיט די לבוש וואס די רב פלעגט גיין חוה״מ פורים וכדו׳ (עפעס ליגט מיר אין קאפ אז שבת נאכמיטאג אויך אבער כ׳בין נישט זיכער) דהיינו א רעקל מיט סאמעט דערויף און א שטריימל

ער פלעגט גיין גאנץ שבת אזוי
אגב, די שטריימל האט ער אנגעטון נאך זיין טאטע'ס פטירה ווען ער איז געווארן רב אלס א רבניש מלבוש

עכ"פ לעצטנס איז ער זיכער געגאנגן א טיש בעקיטשע
דביה תחדי נפשא
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

חמרא טבא האט געשריבן:

ביים עסן אבער נישט ביים דאווענען
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

הענדימען האט געשריבן:כאבעם געקענט אביסל

ווייניג אזעלכע פשטנים ווי אים. ממש גארנישט געמאכט פון זיך

איינער האט עס גוט מגדיר געווען. אסאך האבן אים מיטאמאל געהאלטן פאר א עניו ווייל זיין פשתנית איז געווען אזוי נאטירליך

איך געדענק ווען ער איז נאך געווען אין די כוחות, פלעג איך אים זעהן ביי שמחות קומען אליינס אדער מיט די רעבעצין. מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין שכל פלעגן אים זעצן אויפ'ן אויבן אן ארויפציר און יונגע בנשקלך זענען געזעצן אינדערמיט. און כאטש וואס ער איז געווען עלטער דער גרויסער מרביץ תורה פאר טויזענטער תלמידים. מיר פלעגט עס זייער פארדריסן ווען כ'האב עס געזעהן אבער מענטשן האבן עס פארט געטון ווייל זיין צוגעלאזנקייט און איידעלקייט האט געקענט פארנער'ן איינעם אז ער איז באמת א פשוטע איד.
ווי פאסיג האט איינע פון די מספידים צוגעשטעלט דאס וואס שטייט לא ברעש ה' לא ברוח ה' נאר בקול דממה דקה
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”