בלאט 1 פון 4

בד"ה - סאטמאר'ער ק"י משמש רבי אברהם יהושע ווצ"ב ז"ל

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 6:34 pm
דורך קאץ און מויז
בד"ה
ר' אברהם יהושע ווערצבערגער - משמש ק"י

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 6:34 pm
דורך יסוד ארי
בד"ה
המשמש הרה"ח ר' אברהם יושע ווערצבערגער

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 6:38 pm
דורך אלט מאנרא
יסוד ארי האט געשריבן:בד"ה
המשמש הרה"ח ר' אברהם יושע ווערצבערגער

בד"ה
א צדיק פון אאיד געוועזן, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 6:53 pm
דורך שטייגען
אלט מאנרא האט געשריבן:
יסוד ארי האט געשריבן:בד"ה
המשמש הרה"ח ר' אברהם יושע ווערצבערגער

בד"ה
אוי טאטע מען נעמט פון אונז די שענסטע

אלס געווען גרייט צוטאן א חסד פאר א צווייטע איד
נישט קיין חילוק וועלכע קרייז.
וי דארה....

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 6:55 pm
דורך ggg
קאץ און מויז האט געשריבן:בד"ה
ר' אברהם יהושע ווערצבערגער - משמש ק"י

אוי געוואלד!
וויפיל יאר איז ער געווען?

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 6:57 pm
דורך ניס קראכער
ggg האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:בד"ה
ר' אברהם יהושע ווערצבערגער - משמש ק"י

אוי געוואלד!
וויפיל יאר איז ער געווען?

בד"ה
א לייב האמיר פארלוירן
68 יאר
בשירות טובות

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 7:13 pm
דורך ggg
זיין מאמע לעבט נאך, נעבעך די צער פון א מאמע.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 7:16 pm
דורך ידעתי
ברוך דיין האמת.
מוויינט מיט מיט טויזענטער אידן.
וויפיל מזאל שרייבן איז א פינטל וואס מקען ארויסברענגען זיינע פעולות אויף די וועלט. זיין גאלדענע הארץ און אין די זעלבע צייט א אייזערנע תקיפות לדרכי השם.
אלע קרייזן אין סאטמאר און אלע יחידים האבן אים ליב געהאט. געזען אין אים א איש האמת. א לב טוב. א ישרן און חכם.
זיינע אומשאצבארע מעשי חסדים ארויס פון די ראמען פון זיין אפיציעלע פאזיציע אלס שמש. למשל ער איז געווען פון די מייסדים און די ערשטע פיר הצלה מעמבערס אין קרית יואל. געהאלפן הונדעטער תושבים אין טיפע פריוואטע פראבלעמען. אלס געהאט א אפן אויער און א שמייכל.
זיין תקיפות ווען מהאט געדארפט מאכן "סדר". מהאט געהערט "אברהם יושע קומט" איז געווען גענוג.
זיין איבערגעגעבנקייט צו אלע תושבים בעת שמחה אדער ח"ו בעת צרה ל"ע איז עפעס וואס מקען נישט ביישרייבן. יעדער סארט מענטש האט זיך געפילט באקוועם מיט אים.

מקען און מדארף נאך סאך מער שרייבן ווען די צייט וועט ערלויבן מער.

ברוך דיין האמת

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 7:17 pm
דורך ממש אזוי
ניס קראכער האט געשריבן:
ggg האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:בד"ה
ר' אברהם יהושע ווערצבערגער - משמש ק"י

אוי געוואלד!
וויפיל יאר איז ער געווען?

בד"ה
א לייב האמיר פארלוירן
68 יאר
בשירות טובות


געווען קראנק?

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 7:18 pm
דורך בבל
נאך אין בראשית יארן אין ק'י אין למד יארן ביי די רויטע גארדן הייזער האט ער גאר אסאך ארויסגעהאלפן לעשות רצון צדיק אין איין צי ביז היינט. געווען באליבט ביי די גאנצע שטאט אלע יארן כילם שוים לטובה
זיך מיטגעפרייט מיט יעדעם שמחה זיין ווארימע חופה ניגון אין מיטגעוויינט ביי יענעמס לוויה א שטיק אהבת ישראל
געדענקט איך זייער אסאך זכרונות פון זיין איבערגעגעבנקייט ביי שמשות. ערב שבתות אין ערב יו'ט פארן זמן. ביים ליינען שבת ביים אויסריפן זכרים. אויב עס איז דא אזא זאך ווי א שמש איז ער עס געווען


דא איז באשריבן זיין טאטע וואס די נפטר האט געהאט די זעלבע שטריכן
viewtopic.php?t=3625

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 7:19 pm
דורך מי יודע
אוי בד"ה!
נעבעך זיך אזוי געמוטשעט די לעצטע צוויי יאר
שמעתי אז ער האט אסאך אידן געהאלפן מתן בסתר

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 7:20 pm
דורך ראפאט קראמפלי
ברוך דיין האמת! אזא ווייטאג!!!

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 7:25 pm
דורך וואס הערט זיך
פרטים איבער די לוי' ??

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 7:27 pm
דורך וואס הערט זיך
די לוי' וועט זיין מארגן אינדערפרי

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 7:37 pm
דורך ידעתי
ביים פארקויפן הושענות. ווערט געזען רבי חיים פרנס ז"ל


IMG-20180509-WA0159.jpg
IMG-20180509-WA0159.jpg (162.3 KiB) געזען 5768 מאל

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 8:09 pm
דורך לא לנו
ווען מארגן צופרי?

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 8:12 pm
דורך משה כהן
א צדיק פון אאיד געוועזן, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 8:27 pm
דורך דריידל
אין בקשו רחמים אשכול איז געשטאנען אז ער איז געווען אין שפיטאל אין פלארידע. איז ער דארט נפטר געווארן?

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 8:36 pm
דורך בבל
דריידל האט געשריבן:אין בקשו רחמים אשכול איז געשטאנען אז ער איז געווען אין שפיטאל אין פלארידע. איז ער דארט נפטר געווארן?

ניין ער איז געווען אין לעיקוואד געגענט די לעצטע חודש

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 8:41 pm
דורך גם זה יעבור
וואס הערט זיך האט געשריבן:די לוי' וועט זיין מארגן אינדערפרי

לוי' היינט נאכט 11:45, פארענט פון ביהמ"ד הג' ק"י

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 9:39 pm
דורך איינפאכער איד
ווער קען דען פארגעסן ווי אין די צייטן ווען ס'איז געווען א גרעסערער צבור אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל - א שטייגער ווי יו"ט שבועות - וכדו' און ס'איז נישט גרינג אנגעקומען צו האלטן ארדענונג, אבער ווי נאר מען האט געהערט ר' אברהם יושע מיט זיין הויכע שטימע ארויסזאגנדיג דעם שטרענגען "זיי מוחל" איז אלעס געשטעלט געווארן אויפ'ן פלאץ.

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 9:55 pm
דורך איינפאכער איד
דאס איז א באקאנט בילד פונעם דינער כ"א כסליו תשל"ז, דוכט זיך אז דער אינגערמאן וואס שטייט פארנט פון מרן הברך משה זצ"ל איז ר' אברהם יושע וו"ב משמש ז"ל, קען דאס איינער באשטעטיגן אדער אפווענדען?
כ''א כסליו תשל''ז.jpg
כ''א כסליו תשל''ז.jpg (122.27 KiB) געזען 5779 מאל

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 9:58 pm
דורך lebediger berel
זיינע נעפיוס קוקן פונקט אזוי אויס, סאיז ממש זיכער אז ס'איז ער

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 10:06 pm
דורך סאדאם חוסעין
Capture.PNG
Capture.PNG (48.85 KiB) געזען 5608 מאל

געשריבן: מיטוואך מאי 09, 2018 10:11 pm
דורך איינפאכער איד
ר' אברהם יושע ז"ל נעבן שפיטאל אין פלארידע ביים אפנעמען די ארונות פון די נפטרים הרה"ג ר' חיים פרנס ז"ל און הרה"ח ר' יצחק ראזנבערג ז"ל, נאך די שוידערליכע טראגעדיע ביים ים רח"ל.
דער אנדערער איז דוכט זיך ר' יודא דייטש פון הצלה, אדער ר' אברהם יודא גאלדבערגער אפשר?

ר' אברהם יושע ע''ה.jpg
ר' אברהם יושע ע''ה.jpg (93.77 KiB) געזען 5645 מאל