בד"ה - סאטמאר'ער ק"י משמש רבי אברהם יהושע ווצ"ב ז"ל

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובה דורך איינפאכער איד »

נאך א בילד פון די שרעקליכע מיאמי טראגעדיע רח"ל, ר' אברהם יושע ז"ל מיט'ן רוקן צום בילד, ווערט געזעהן ר' אברהם יודא ראזנבערג הי"ו אחיו של להבחל"ח ר' יצחק ז"ל.

אברהם יושע ע''ה ביים שפיטאל.PNG
אברהם יושע ע''ה ביים שפיטאל.PNG (561.52 KiB) געזען 4252 מאל
אטעטשמענטס
ר' אברהם יושע ביים שפיטאל.jpg
ר' אברהם יושע ביים שפיטאל.jpg (221.93 KiB) געזען 4267 מאל
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

וואס הערט זיך האט געשריבן:די לוי' וועט זיין מארגן אינדערפרי

יעצט געקריגן 2 טעלעפאון קאלס פון קהל אז ס'איז היינט נאכט 11:30

בד"ה עס גלייבט זיך נישט אז ר' אברהם יושע איז נישטא
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

בד"ה - סאטמאר'ער ק"י משמש רבי אברהם יהושע ווצ"ב ז"ל

תגובה דורך עכט היימיש »

ווען מען קיקט אויף היסטאריע, וואס זי וועט פארצייכענען, און פארשרייבן, איז דער פרי צייטיגער פטירה פון דעם לעגלאנדער סאטמאר'ער משמש רבי אברהם יהושע ז"ל ווערט א באזינדערע אשכול.
בפרט ווען אין די ימי השבעה אין ארום וועט אסאך געהערט ווערן ארום פטירתו און זיין פאזיציע וואס וועט היפש עפעקטירט'ן סאטמאר אלטוועלטליך, ווען סאטמאר'ע ביהמ"ד אין קר"י מיינט רבי אברהם יהושע און רבי אברהם יהושע איז טייטש דער ביהמ"ד.
ווי אויך די סדר ההספדים און אפדעיטס היינט באנייכט וועט דא געמאלדן ווערן, ווי אויך פאר בילדער פון די פארגאנגענהייט וכו'.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

תגובה דורך אהבת השם »

איינפאכער איד האט געשריבן:ר' אברהם יושע ז"ל נעבן שפיטאל אין פלארידע ביים אפנעמען די ארונות פון די נפטרים הרה"ג ר' ישראל פרנס ז"ל און הרה"ח ר' יצחק ראזנבערג ז"ל, נאך די שוידערליכע טראגעדיע ביים ים רח"ל.
דער אנדערער איז דוכט זיך ר' יודא דייטש פון הצלה, אדער ר' אברהם יודא גאלדבערגער אפשר?

ר' אברהם יושע ע''ה.jpg

מיינסט אוואדאי ר' חיים פרנס ז"ל נישט ישראל. עס קוקט נישט אויס אויפן בילד ווי יודי ג"ב
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובה דורך עכט היימיש »

מען האט געפענט א באזינדערע אשכול אויף רבי אברהם יהושע ז"ל ביטע אהין פירן דיסקוציעס און הספדים און בילדער און אלעס ארום.
דער נייער אשכול
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

די באשיידענע געביידע אויף 37 סאטמאר דרייוו, איז היינט א ריכטיגער בית האבל, ס'הערשט אן אבילות שטימונג בבית הגה"צ הדומ"ץ שליט"א ע"פ אחיו, און ביים באליבטן לאנגיעריגן שכן וואו ס'איז פארלאשן געווארן דאס 'שמש ליכטל' וואס האט געשיינט אזויפיל יאר מיט עסקנות פאר'ן כלל ופרט.
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

תגובה דורך milech fried »

בד"ה
אוי! דער גוט מארגן יעדן אינדערפרי אין בית מדרש איז דאך געווען כמים קרים על נפש עיפה
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אוי נא לנו, מיר האבן אים פארלוירן. עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן אויף דעם איש צדיק תמים, אבער די געפיהלן לאזן נאכנישט.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

עפעס באריכטן פון די לויה?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אהבת השם האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:ר' אברהם יושע ז"ל נעבן שפיטאל אין פלארידע ביים אפנעמען די ארונות פון די נפטרים הרה"ג ר' ישראל פרנס ז"ל און הרה"ח ר' יצחק ראזנבערג ז"ל, נאך די שוידערליכע טראגעדיע ביים ים רח"ל.
דער אנדערער איז דוכט זיך ר' יודא דייטש פון הצלה, אדער ר' אברהם יודא גאלדבערגער אפשר?

ר' אברהם יושע ע''ה.jpg

מיינסט אוואדאי ר' חיים פרנס ז"ל נישט ישראל. עס קוקט נישט אויס אויפן בילד ווי יודי ג"ב



דאס איז ר' יודל (ב"ר סענדער) דייטש, לאנגיעריגער הצלה מעמבער און דיספעטשער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

זעהט אויס אז די עולם איז אהין געגאנגען, קען מען נישט שרייבן, קודם האט מספיד געווען ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א, נאך דעם בשם הקהילה האט גערעדט ר' מאיר הירש מהנהלת הקהילה, יעצט רעדט די שוואגער ר' מרדכי דוד ווידער.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובה דורך שאהן הענניטי »

און דערנאך ר' שלום אליעזר פראנקל
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

תגובה דורך ווייסע זאקן »

.
אטעטשמענטס
IMG-20180509-WA0162.jpg
IMG-20180509-WA0162.jpg (235.8 KiB) געזען 3708 מאל
IMG-20180510-WA0004.jpg
IMG-20180510-WA0004.jpg (153.42 KiB) געזען 3708 מאל
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובה דורך מענטשאלע »

?, כפארשטיי נישט, א מצבה פאר די לוויה?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

די מצבה איז פון זיין פאטער הי"ד.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובה דורך פ' לך לך »

ער איז געווען א יחיד מומחה אין בויען מקוואות, סיי בהלכה און סיי אין פראקטיק.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובה דורך שואלכענין »

אויך איז ער געווען א יחיד מומחה אין עניני קברים ובית עלמין. ווען מען האט מחדש געווען א בית עלמין אין לאנדאן פאר סאטמאר, האט מען אים אהינגערופן צו קומען אנפירן מיט די גאנצע פראצעדור.
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובה דורך איינפאכער איד »

אהבת השם האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:ר' אברהם יושע ז"ל נעבן שפיטאל אין פלארידע ביים אפנעמען די ארונות פון די נפטרים הרה"ג ר' ישראל פרנס ז"ל און הרה"ח ר' יצחק ראזנבערג ז"ל, נאך די שוידערליכע טראגעדיע ביים ים רח"ל.
דער אנדערער איז דוכט זיך ר' יודא דייטש פון הצלה, אדער ר' אברהם יודא גאלדבערגער אפשר?

ר' אברהם יושע ע''ה.jpg

מיינסט אוואדאי ר' חיים פרנס ז"ל נישט ישראל. עס קוקט נישט אויס אויפן בילד ווי יודי ג"ב

א דאנק, שוין פארראכטן.
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובה דורך איינפאכער איד »

לא לנו האט געשריבן:די באשיידענע געביידע אויף 37 סאטמאר דרייוו, איז היינט א ריכטיגער בית האבל, ס'הערשט אן אבילות שטימונג בבית הגה"צ הדומ"ץ שליט"א ע"פ אחיו, און ביים באליבטן לאנגיעריגן שכן וואו ס'איז פארלאשן געווארן דאס 'שמש ליכטל' וואס האט געשיינט אזויפיל יאר מיט עסקנות פאר'ן כלל ופרט.

דו מיינסט אפשר "39" סאטמאר דרייוו.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובה דורך שואלכענין »

עס איז א עקסטערע חוש, צו קענען זיין דער וואס מאכט סדר און שטיפט דיך אוועק, און גלייכצייטיג אזוי באליבט ביי אלעמען.
עס איז קלאר, צוליב זיין "נישט פערזענליך" וועג, בשעת ווען ער האט יענעם אוועקגעשטיפט.
זיין פאטער האט דאס אויך גוט געקענט.
אגב, איז ער אנגעקומען לשנות אביו? (ווי חז"ל זאגן ידאג)
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובה דורך איינפאכער איד »

זיכער! געלעבט 8 יאר לענגער.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

ר' אברהם יושע ע"ה (ערשטער לינקס) ביים קידוש ביה"ח אין קר"י
בילד
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובה דורך אוהב ספרים »

שואלכענין האט געשריבן:עס איז א עקסטערע חוש, צו קענען זיין דער וואס מאכט סדר און שטיפט דיך אוועק, און גלייכצייטיג אזוי באליבט ביי אלעמען.
עס איז קלאר, צוליב זיין "נישט פערזענליך" וועג, בשעת ווען ער האט יענעם אוועקגעשטיפט.
זיין פאטער האט דאס אויך גוט געקענט.
אגב, איז ער אנגעקומען לשנות אביו? (ווי חז"ל זאגן ידאג)


דאס איז נאר לכאורה ביי מיתה טבעית
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובה דורך מאתים »

אוי ווי לי' להאי שופרא,
געווען א איש ציבור, פארן ציבור, אהוב לציבור,
מיר האבן אים גוט געקענט, און ווער נישט
,ער האט באגלייט א מענטש פונעם געבוירן - אויסרופן זכרים-קדישים, זיין געשריי "קוווואטער" מיטן קוועטש ביי בריתן, און שפעטער ביי די חופות אלס מסדר געווען, געזונגען מי אדיר מיטן שריי, ביזן אריינשרייען די נאמען פארן צומאכן די ברעטער דארט אין אפענעם לאך..
יהא זכרו ברוך
'ומאתים לנוטרים את פריו'
וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובה דורך וואס הערט זיך »

ניס קראכער האט געשריבן:ר' אברהם יושע ע"ה (ערשטער לינקס) ביים קידוש ביה"ח אין קר"י
בילד

געהערט פון אן אנוועזענדער אז ווען כמעט קיינער האט שוין נישט געהאט קיין כח צו מאכן די הקפות, איז ער אבער אנגעגאגנגען מיטן גאנצן פרישקייט ביזן לעצן מינוט און אנגעפירט מיטן מקדש זיין
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”