שטריימל רעוולוציע $499.00 ביי בינגא
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
משהזוךמיר האט געשריבן:פארוואס עולם גולם? דו זאגסט דאך אליינס אז עס איז די זעלבע סחורה וואס די סוחרים פארקויפן פאר טויזנט צו מער!
1)איך האב קיין מאל נישט געזאגט אז עס איז דער זעלבע סחורה, ( אפשר דער סחורה וואס פארקויפט זיך נישט אין דער סעיל ווייל עס איז דאס אויך נישט ווערד דער סעיל פרייז)
2) ווען א קליינע גראסערי אין וויליאנסבורג וואלט דארט געהאט סערווישען דער אייער דער שטריימלעך פאר דער פרייז וואלט דאס געווארען אויספארקויפט אזוי שנעל ווי בינגו?
בקיצור מען דארף זיין א ישראלי סוחר צי ברענגען שיינע יידען זאלען קויפען דער שטריימלעך
לעצט פארראכטן דורך פסיקתא אום מאנטאג מארטש 05, 2018 10:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משהזוךמיר האט געשריבן:מ'קען נישט ציען די שטריק פון ביידע עקן. אדער איז עס ביליגע סחורה, אדער באקומט עס בינגא פאר ביליגער צוליב זיין בייאינג פאוער.
ביסט גערעכט האסט א פוינט, אבער עס מיז זיין ממש ביסט גערעכט , ווייל עס קען זיין דער סוחרים ווילען נישט בכלל פארקויפען א מין שטריימעל וואס איז ווערד 500 ווייל עס לוינט זיי נישט
איך וויל זאגען איין זאך אז דער מערסטע איז אזוי ווי א סעיל פין 800 הינדרעט דולערדיגער שטריימלעך, ווען איך מיין עולם גולם איז , ווען א שטריימעל סוחר מאכט א סעיל
אויף שטריימליך אויך פין פינעף הינדרעט וואלט מען געזאגט שמאטעס , קויף שוין פאר אביסעל מער א געהעריגער שטריימעל אבער ווען בינגו פארקויפט גלייבט מען עס איז ווערד טויזענט דריי הינדרעט אין מען קויפט איין א מציאה
- פערדס מיניסטער
- שר האלף
- תגובות: 1540
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
- לאקאציע: איך ווייס נישט
ווייסע זאקן האט געשריבן:גראדע געטראפן דא א יוד א נגיד פון בארא פארק ,א באקאנטע בעל צדקה , ער האט געקויפט 5 שטריימלעך פאר זיינע 5 הייזער וואס ער האט, אין די מאונטענס ,מאנסי א.א.וו.
- אטעטשמענטס
-
- IMG-20180305-WA0034.jpg (111.42 KiB) געזען 2824 מאל
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
ווישוואש האט געשריבן:ווייסע זאקן האט געשריבן:גראדע געטראפן דא א יוד א נגיד פון בארא פארק ,א באקאנטע בעל צדקה , ער האט געקויפט 5 שטריימלעך פאר זיינע 5 הייזער וואס ער האט, אין די מאונטענס ,מאנסי א.א.וו.
יאך בין סתם נייגעריק ווען א שטריימעל סוחר מאכט א סעיל אין מען קען דארט האבען אויך פאר 500 דער זעלבע שטריימלעך וואלט עם געפאסט צי קויפען דער ביליגער שטריימלעך, וואס נאר דער וואס האבען נישט קען זיך ערלויבען צי קויפען , אבער ווען בינגו פארקויפט פאר ביליג
שטריימלעך הייסט עס נאר געכאפט א מציאה, אבער דער סחורה איז דאך גיטע קוואליטי. דאס מיין איך עולם גולם
נישטא וואס צו רעדן, בינגא א שטארקע בייאינג פאוער, אין פארדעם האט ער בעסערע סחורה פאר ביליגער, ער שרייבט עס אין זיין סטאר אין אויף זיינע טרעילערס. אבער ווער האט די פראפיט? די קאנסומער. ער נעמט ריסק וואס א צווייטער נעמט נישט. אין דער המון עם פארדינט דערפון. דעי וואס זאגן אז ער האט נאר אריינגעברענגט אפאר שטריימלעך פאר עדווערטייזמענט, כמעט א יעדע פראדוקט איז דארט אן עדווערטייזמענט, עס איז ביליג, סימפל.
פריער האב איך גערעדט צו א מענעדשער פון געשעפט, זאגט ער אז עס איז אויסגעגאנגען סך שנעלער ווי געראכטן, אין מארגן נאכמיטאג דארף אנקומען א פרישע שיפמענט.
פריער האב איך גערעדט צו א מענעדשער פון געשעפט, זאגט ער אז עס איז אויסגעגאנגען סך שנעלער ווי געראכטן, אין מארגן נאכמיטאג דארף אנקומען א פרישע שיפמענט.
ברוך האט געשריבן:נישטא וואס צו רעדן, בינגא א שטארקע בייאינג פאוער, אין פארדעם האט ער בעסערע סחורה פאר ביליגער, ער שרייבט עס אין זיין סטאר אין אויף זיינע טרעילערס. אבער ווער האט די פראפיט? די קאנסומער. ער נעמט ריסק וואס א צווייטער נעמט נישט. אין דער המון עם פארדינט דערפון. דעי וואס זאגן אז ער האט נאר אריינגעברענגט אפאר שטריימלעך פאר עדווערטייזמענט, כמעט א יעדע פראדוקט איז דארט אן עדווערטייזמענט, עס איז ביליג, סימפל.
פריער האב איך גערעדט צו א מענעדשער פון געשעפט, זאגט ער אז עס איז אויסגעגאנגען סך שנעלער ווי געראכטן, אין מארגן נאכמיטאג דארף אנקומען א פרישע שיפמענט.
וואס האט שטריימליך מיט א גראסערי וואס האט פערניטשע מיט א גראסערי אדער קארס מיט א גראסערי
ייעטץ עס איז דא זאכען וואס האט גארנישט ציטיען מיט זייערע ביזנעס נאר א וועג פין אדווערטייזמענט דעמאלסט מיינט אז עס איז מסתבר אז זיי פארדינען נישט אויף דעם נאר זיי ווילען כאפען דער עולם וואס קויפען לאקעל וועגען בייקוועמליכקייט אדער ווילען דוקא יא שטיצען ....עירך , אבער שטריימלעך פאר 500 דאס גייט שוין אריין אין דער נגידס אויער אויך ער קימט צי לויפען דארט וכ״ש דער פושעטע באלעבאס אין והעיר בינגו צהלה ושמח
ווער האט געזאגט אז ער איז א גראסערי?
קאסקאו, בי דשעיס, וואלמארט פארקויפן נאר עסן?
אויב דו האסט א עמעזאן ביזנעס וואס פארקויפט זייגערס אין דו האסט יעצט א גוטן דיעל פאר פלעסטיג טעלערס וועסטו עס נישט פארקויפן?
ער וועט פארקויפן וואס אימער ער קען פארקויפן ביליג.
איך קוק עס אן אווי די גראסערייען פון קרית יואל אדער סיי וועלכע אנדערע סטאר יעצט לעצטנס GB וואס געט א ריפאנד, עס איז געמאכט אז דו זאלסט קומען, אין קומען נאכאמאל, ער גיט נישט צוריק, ער נעמט נישט לכתחילה.
סוף פסוק, זיינע קאסטומערס, באקומען נישט קיין שוה כסף, מען בלייבט מיט די כסף אליינס.

.
- אטעטשמענטס
-
- image.jpeg (134.97 KiB) געזען 2658 מאל
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 829
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 829
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am
דאס איז א פראבלעם וואס מיטשעט שוין אלע דער הויעך פרייז שטריימלעך וועגען דעם איז דא היינט תקנות אויך מען זאל נישט קויפען קיין טייערע שטריימליך
אבער ווען דא צאלסט ביי בינגו 499 מיינט עס ווערד 499
לט דער פרייזען וואס דער שטריימעל סוחר בעט, דער נישט נארמאלע פרייזען פין דער סוחרים וואלטען זיי אויף דער שטריימעל נאר געקענט בעטען 500 אויב איינע וואלט עס בכלל אנגעקוקט

- קענדי'ס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3430
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
- לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס
פסיקתא האט געשריבן:דאס איז א פראבלעם וואס מיטשעט שוין אלע דער הויעך פרייז שטריימלעך וועגען דעם איז דא היינט תקנות אויך מען זאל נישט קויפען קיין טייערע שטריימליך
אבער ווען דא צאלסט ביי בינגו 499 מיינט עס ווערד 499
לט דער פרייזען וואס דער שטריימעל סוחר בעט, דער נישט נארמאלע פרייזען פין דער סוחרים וואלטען זיי אויף דער שטריימעל נאר געקענט בעטען 500 אויב איינע וואלט עס בכלל אנגעקוקט
איך בון נישט מחולק מיטן עולם אז בינגא איז נישטא פאר רעוולאצע נאר פאר ביזנעס
אבער דאס וואס די עולם שרייט אז ס'נישט ווערט בון איך מחולק און גרויסן
איך האלט אז ס'איז נאך אזוי ווערט ווי די 800 דאללאר'דיגע סיעל
נידער מיט פאקטען פארן אויסטשעקן
וואס עפעס? האט געשריבן:איך הער נישט האט געשריבן:אקעי אז מען רעדט שוין
ער איז נישטא פאר קיין רעוואלוציעס זייטס נישט נעריש!!!! ער איז דא פאר זיין געלט און פארטיג!!
ער גייט נישט איבערדרייען זיין געשעפט צו פארקויפן ביליגע שטריימלעך! עס לוינט אים פשוט נישט עס מאכט נישט קיין סענס!
וואזשע דען?????? האט איינער געזעהן איין איינציגע עד פון בינגא זייט פאריאר פסח???? ניין!!!
געדענקט איינער אז בינגא האט געהאט כפרות פאר $3 עשי"ת? געדענקט איינער אז ער האט פארקויפט פאר אנדערטהאלבן שעה סוכה ברעטער פאר סוכות פאר $14.99 ביז עס איז אויסגעגאנגען?
וואס פשט? דאס רופט זיך און די מארקעטינג וועלט גערילע מארקעטינג אן קיין גרעפיקס אן קיין עדס מאכסטו זיכער צו זיין און יעדנס מויל און אריינקריכן און יעדנס מח...
דאס איז אסאך אסאך מיר עפעקטיוו ווי די שטארקסטע מארקעטינג קאמפיין און ע"פ רוב איז עס אסאך טייערער אויך,
לענינו, בינגאו מאכט זיכער יעדע שטיק צייט אויפצוקימען מיט א פרישע חידוש פשוט די גאנצע גאס זאל זיין אויף, עס איז נישט קיין פראבלעם און עס ארבעט פיין!! עס גייט אריין פאר מענטשן אז ער איז דא בלויז פאר אונז און פאר אויסטערליש ביליג, וואס הייסט? די אלע זאכן מיט וואס ער טוט עס מאכט ער זיכער צו זיין פיפציג, זעכציג, זיבעציג, פארצענט ביליגער
און דאס זעהן מענטשן גייט אריין פאר מענטשן און קאפ אז דער איז עפעס צודרייט ביליג און די צייט וואס אויף א באטעל מילעך איז ער לאמיר זאגן צען פארצענט ביליגער ווי אנדערע,
א דוגמה כפרות פאר $2.50 ווען מען צאלט איבעראל נענטער צו $10, סוכה פענעלס פאר בערך $15 ווען מען צאלט דערפאר בערך $35, שטריימלעך פאר $4.99, עס איז גאנץ מעגלעך אז ער דערלייגט געלט דעראויף וואס הייסט אז ער צאלט מער וויפל ער בעט, אבער עס איז ווערט דא ספענט ער זיין געלט פאר מארקעטינג,
און דאס איז די סיבה אז רוב פון די אויפרייסן האלט אן פאר געציילטע טעג אדער שעה מיט א מינעמאלע קוואנטעטי עס גייט אויס און נישטא מער, ווייל די ציהל איז סך הכל די פי אר און פאר דעם צוועק איז גענוג דאס,
און אט דאס איז די סיבה צו געבן א רוק ארויס א מאנטאג פארמיטאג ווען דער געשעפט איז נישט צו ביזי א הינדערט שטריימלעך פונקט געניג פאר בילדער און קליפס און עס צושפרייט זיך ווי א ווילד פייער די שטאט איז אויף רעדער און. .. און ...... נישטא מער! מישען אקאומפלישד!!!!
הערט אויף חלומן נישטא קיין רעוואלוציע, בינגא פארקויפט נישט קיין שטריימלעך קיין זאקן קיין סוכה ברעטער כפרות!! א פיינע ביליגע גראסערי און פארטיג
ווערטס נישט אזוי פארשיכרט
כל מילה בסלע!
פיין און צום פינטעל און לאז מיך צולייגען עטליכע ווערטער:
בינגו מאכט חוזק פונעם עולם און ער מאכט אדווערטייזמענט בחינם
ער ברענגט אפאר שטריימלעך, טויזענט סוכה ברעטער..
בקיצור ער טרייבט ליצנות און אונז קועה׳לעך מיינען נעבעך אז ער איז דא צו מאכן רעוועלאציעס
העט איינער פרעגן למאי נפק״מ וואס זיין כוונה איז:
זייער פשוט
ווייל למעשה האקט ער אינטער די פוס פון צענדליגע היימישע אידן
איז ווען ער וואלט ווען געמאכט א אמת׳ע רעוועלאציע און געברענגט קוואנטעטי צוצושטעלן פארן עולם דאן האבן כאטש אידן הנאה
יעצט אבער, העלן סיי נאר עטליכע אידן הנאה האבן און מצד שני העט מען שרייען אז קרויס/מילער איז א גנב פארן בעטן 8 מאות וממיילא העט קיינער נישט קויפן ביי די היימישע סוחרים
זייער גערעכט, סטם געמאכט ליצנות פונעם עולם פארקויפט ווייניגער פון 80 שטריימליך.
(ווען איר קומט אן צו א סטאר וואס מאכט א סעיל און אינעם ערשטען טאג זאגט מען אייך אלעס איז אויספארקויפט, וואס זאגט איר דעמאלטס?...דא איז די זעלבע זאך )
ווילסט פארקויפן שטריימליך ברענג קוואנטעטי מאך נישט קיין ליצנות פון דאס מענטשהייט.
מען קען זיך איבערצייגן דא אויף די בילדער פון וויפיל שטריימליך מען רעדט.
לעצט פארראכטן דורך פומפדותא אום דינסטאג מארטש 06, 2018 10:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קענדי'ס האט געשריבן:פסיקתא האט געשריבן:דאס איז א פראבלעם וואס מיטשעט שוין אלע דער הויעך פרייז שטריימלעך וועגען דעם איז דא היינט תקנות אויך מען זאל נישט קויפען קיין טייערע שטריימליך
אבער ווען דא צאלסט ביי בינגו 499 מיינט עס ווערד 499
לט דער פרייזען וואס דער שטריימעל סוחר בעט, דער נישט נארמאלע פרייזען פין דער סוחרים וואלטען זיי אויף דער שטריימעל נאר געקענט בעטען 500 אויב איינע וואלט עס בכלל אנגעקוקט
איך בון נישט מחולק מיטן עולם אז בינגא איז נישטא פאר רעוולאצע נאר פאר ביזנעס
אבער דאס וואס די עולם שרייט אז ס'נישט ווערט בון איך מחולק און גרויסן
איך האלט אז ס'איז נאך אזוי ווערט ווי די 800 דאללאר'דיגע סיעל
נידער מיט פאקטען פארן אויסטשעקן
(אגב האסט גערעד פון תקנות לדעתי תקנות דארפ'ן זיך אן הייבן ביים רעבין
נישט אז די רבי זאל האבן א 5000 און איך א 1200 ס'גייט נישט אזוי)[/qu
וואזע ווילט איר טוישן סדרי ימי בראשית אדער קאלט מאכען דער עולם פין דער תקנות
אגב אלע חסידים ווילען אז דער רבי זאל גיין א 5000 שטריימעל זיי ווילען זעהן דער רבי מלכותדיג אזוי זיי ווילען האבען א מלכותדיגע חתונה וואס קאסט א הון תועפות קיין איינער האט נישט קיין טענות אויף דעם
3) ווען די וועסט עסען ווידער רבי שלאפן ווי דער רבי
וועסט די אויך קענען גיין אזיי שטריימעל ווי דער רבי מען דארף נאך קען איך צילייגען
לעצט פארראכטן דורך פסיקתא אום דינסטאג מארטש 06, 2018 12:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך וויל סתם פארשטיין
דאס איז זיכער בינגא איז דא פאר בינגאס
אגב אז די טרעפסט מיר היינט צוטאגס איינער וואס איז נישדא פאר ביזנעס ביטע לאזט אונז וויסן
וויאזוי עס זאל נישט זיין
אז 100 יודן האבן זיך געשפארט אינאיינעם 30 טויזענט דאלאר אין א אפאר שעה פון שווערע אויסגעהארעוועטע געלט ,קומט זיך אים א מעדאל אפילו עס איז סטריקטלי ביזנעס
די ביליגסטע שטריימעל איז דא פאר 800
טאמער האט ער פארקויפט 100 שטריימלעך פאר 500 איז געשפארט
$30,000
וויפעל געשעפטן קענסטו וואס האבן געשפארט אין א אפאר שעה 30 אלפים פון יודישע קינדער פאר פסח
יעצט איז דא קיטלעך
נעקסטע וואך הוטן און בעקיטשעס
די שטריימלעך זענען גוטע סחורה ,די אלע וואס שרייבן אז נישט ווייסן נישט וואס זיי שרייבן
אבער די שטריימלעך זענען פון איינע פון די היימישע קאמפאניס