יואב בן צרויה האט געשריבן:איך בין דער ערשטער צו באשולדיגן נאר דעם רוצח. דו ווילסט באשולדיגן דעם ביקס און דו וועסט אוועק-קוקן פון אלעם אבי צו עררייכן דאס דייניגע.
לאמיר דיר פראבירן מסביר זיין פארוואס מ'בלעימט דווקא דאס.
יא, הכל מודים די אלע זאכן זענען אויך שולדיג, און מ'ברויך קעיר נעמען דערפון. אבער מ'הערט דאך נאך יעדע מאסן שיסעריי א פרישע (לעגעטימע) תירוץ.
פארקלענד שולע? עף בי איי/שולע סעקיורעטי
טעקסעס קירכע? די מיליטערס דאטאבעיס
לאס וועיגעס קאנצערט? די האטעל סעקיורעטי
ארלאנדאו נאכט קלאב? אייסיס
סענדי הוק שולע? מענטל קעיס
אלעס פיין און וואיל אבער דו ווייסט די צד השוה פון די אלע פעלער?
יאפ, דער AR-15.
איז וואספארא סעלושענס הערט מען?
טאטס ענד פרעיערס, באוואפענען טיטשערס, סטאפן די מוללער אויספארשונג, סטאפן די מאוויס/ווידיא געימס, סטאפן די מידיע'ס שיסער פובליסיטי, מער וועכטער. וכו'
גאן קאנטראל? צו פריה צו רעדן!....
די אלע סעלושענס איז בעסיקלי אונטערגעלייגט א שיסל אונטער א צולעכערטע אריינרעגנדע דאך. זעהסטיך ווי נאך יעדע מאסן שיסעריי ווערט געבוירן א פרישע תירוץ, אבער די פראבלעם וואס לויפט נאך אייניג איבעראל איז דער ביקס!
ווילסטו פון אלעם רעדן חוץ טאקע פון דעם?!