שאק: מצבה פונעם הייליגן פנים מאירות אין אייזענשטאט פארשוואונדן!

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

שאק: מצבה פונעם הייליגן פנים מאירות אין אייזענשטאט פארשוואונדן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

שרעקליכע פארשוועכונג פונעם ציון בעל פנים מאירות

יודען וואס זענען געקומען מתפלל זיין היינט ביים ציון פונעם הייליגן פנים מאירות זענען געכאפט געווארן אין שאק צו געפונען אז די מצבה מיטן גדר ארום דעם קבר זענען נישט דא!!!

די ארגינאלע מצבה וועלכע שטייט שוין דארט מיום קבורתו עד היום הזה, זייט כ״ז סיון תק״ד, פאר 274 יאר אין איין המשך, איז פשוטו כמשמעו פארשוואונדן געווארן.

עס איז שנעל פארשפרייט געווארן די שוידערליכע ידיעה און עסקנים פון אלע זייטן האבן זיך אריינגעלייגט אויסצוגעפונען וואס האט דא פאסירט. ווי עס שטעלט זיך ארויס האט א גוישע איינגעשטעלטע פונעם פרייע קהילה אין עסטרייך מחליט געווען אויפן אייגענע האנט צו גיין באנייען די מציבה און האט אן זיך דורך צו רעדן מיט סיי וועם, אוועק געטראגן דאס שטיין און איבערגעלזט דאס פלאץ בבזיון גדול ונורא.

די חרדישע ציבור אין וויען ובראשם זייערע רבנים, וועלכע פאלגן כסדר נאך יעדע טריט און שריט בנוגע בתי חיים אין לאנד און האבן אן אפמאך מיטן פרייע קהילה אז זיי וועלן גארנישט טוהן אן די הסכמה פון ערליכע רבנים מומחים בענינים אלו, זענען ארויס מיט א געשריי אויפן בזיון המקום, זיי פארשרייען די פרעמדע הענט וועלכע האבן פארשוועכט דעם הייליגן צדיק מאורן של ישראל. זיי פארלאנגן אז מען זאל שוין צוריק שטעלן די מציבה און פארפירן מיט אלע מיטלען אז מער זאל קיין גוי נישט קענען שולט זיין אין א בית החיים.

נאך וואס עס איז באקאנט געווארן די שרעקליכע מצב הציון, זענען צענדליגע יודען בהוראת רבני העיר וויען הרה״ג רבי אברהם יונה שווארץ שליט״א און הרה״ג רבי אלכסנדר אשר מרגליות שליט״א, ארויסגעפארן קיין אייזענשטאט און בשם כל הקהל איבערגעבעטן דעם הייליגן פנים מאירות.

עס איז געהערט געווארן ווארמע דברי התעוררות פון הרה״ג הרב מרגליות שליט״א וועלכע האט מוחה געווען אויפן בזיון הגדול און איבערגעבעטן דעם צדיק און אזוי אויך פארשפראכן צו טוהן וואס מעגליך צו פארעכטן דעם שאנד. דערנאך איז געשטעלט געווארן א צייטווייליגע צעטל מיטן נוסח המציבה.

א בילד פונעם מקום הציון הקדוש אן קיין מצבה רח"ל

20180211_134317.jpg
20180211_134317.jpg (711.74 KiB) געזען 3286 מאל
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

יציב פתגם האט געשריבן:שרעקליכע פארשוועכונג פונעם ציון בעל פנים מאירות

יודען וואס זענען געקומען מתפלל זיין היינט ביים ציון פונעם הייליגן פנים מאירות זענען געכאפט געווארן אין שאק צו געפונען אז די מצבה מיטן גדר ארום דעם קבר זענען נישט דא!!!

די ארגינאלע מצבה וועלכע שטייט שוין דארט מיום קבורתו עד היום הזה, זייט כ״ז סיון תק״ד, פאר 274 יאר אין איין המשך, איז פשוטו כמשמעו פארשוואונדן געווארן.

עס איז שנעל פארשפרייט געווארן די שוידערליכע ידיעה און עסקנים פון אלע זייטן האבן זיך אריינגעלייגט אויסצוגעפונען וואס האט דא פאסירט. ווי עס שטעלט זיך ארויס האט א גוישע איינגעשטעלטע פונעם פרייע קהילה אין עסטרייך מחליט געווען אויפן אייגענע האנט צו גיין באנייען די מציבה און האט אן זיך דורך צו רעדן מיט סיי וועם, אוועק געטראגן דאס שטיין און איבערגעלזט דאס פלאץ בבזיון גדול ונורא.

די חרדישע ציבור אין וויען ובראשם זייערע רבנים, וועלכע פאלגן כסדר נאך יעדע טריט און שריט בנוגע בתי חיים אין לאנד און האבן אן אפמאך מיטן פרייע קהילה אז זיי וועלן גארנישט טוהן אן די הסכמה פון ערליכע רבנים מומחים בענינים אלו, זענען ארויס מיט א געשריי אויפן בזיון המקום, זיי פארשרייען די פרעמדע הענט וועלכע האבן פארשוועכט דעם הייליגן צדיק מאורן של ישראל. זיי פארלאנגן אז מען זאל שוין צוריק שטעלן די מציבה און פארפירן מיט אלע מיטלען אז מער זאל קיין גוי נישט קענען שולט זיין אין א בית החיים.

נאך וואס עס איז באקאנט געווארן די שרעקליכע מצב הציון, זענען צענדליגע יודען בהוראת רבני העיר וויען הרה״ג רבי אברהם יונה שווארץ שליט״א און הרה״ג רבי אלכסנדר אשר מרגליות שליט״א, ארויסגעפארן קיין אייזענשטאט און בשם כל הקהל איבערגעבעטן דעם הייליגן פנים מאירות.

עס איז געהערט געווארן ווארמע דברי התעוררות פון הרה״ג הרב מרגליות שליט״א וועלכע האט מוחה געווען אויפן בזיון הגדול און איבערגעבעטן דעם צדיק און אזוי אויך פארשפראכן צו טוהן וואס מעגליך צו פארעכטן דעם שאנד. דערנאך איז געשטעלט געווארן א צייטווייליגע צעטל מיטן נוסח המציבה.

א בילד פונעם מקום הציון הקדוש אן קיין מצבה רח"ל

20180211_134317.jpg

any update?
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

פארוואס מישט מען נישט אריין די פאליציי אדער אנדערע באאמטע?
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

מסתמא האט די פרייע קהילה די לעגאלע רעכטן.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

אז מ'גייט באנייען די מצבה, פארוואס מעגן מען דאס נישט טוהן? וואס איז די עוולה אין דעם?
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

שוידערלעך!
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

איז דא א בילד פונעם ציון מיט די מציבה?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

די מעשה איז אז עס איז דא איין איינציגסטע אזוי גערופענע קהילה אין לאנד וואס פארטרעט יידישע אינטערעסן, דאס האט נאך קייזער פראנץ יאזעף אזוי אוועק געשטעלט. דאס ווערט אנגערופן "קולטוס געמיינדע". זיי זענען די בעלי בתים פון אלע בתי חיים אין עסטרייך. למעשה זענען זיי רוב רובם פרייע מענטשען אדער נישט ווייט פון דארט.

פריערדיגע יארן (פאר 40 יאר און מער) איז ליידער געווען פארשידענע מכשולות בנושא בתי חיים (וואס איז נישט יעצט די צייט אריינצוגיין), אבער די לעצטערע יארן האבן זיך אסאך זאכן געענדערט שטארק לטובה מיט דעם וואס אלעס ווערט קאנטראלירט און נאכגעפאלגט דורך ערליכע רבנים. די רבנים האבן אבער נישט קיין גענצליכע קאנטראלע, דאס הייסט, מען ברויך צוקומען אביסל צו זייער ישרות און זייער מיטארבייט, און זיי ארבעטן טאקע ביז צו א געוויסע מאס מיט מיט די רבנים. אויך האבן זיי א אייגענע היימישע רב וועלכער פראבירט דאס צו פארזיכערן. חוץ פון דעם גייט מען כסדר באזוכן די מקומות צו זעהן מהנעשה והנשמע.

יעצט, עס איז דא א געוויסע פערשוין וואס ער איז ממונה אויף די פראפערטיס פונעם קהילה, וואס דאס באדייט אויך בתי עלמין. זיין אויפגאבע איז בעיקר אויף זאכן ווי צום ביישפיל, שניידן די גראז א.ד.ג. דער מענטש איז אן הלכה'דיגע גוי און האט נישט קיין שייכות צו תו"מ, ביי איהם פארעכטן א מציבה איז פונקט ווי שניידן גראז. דער יעניגער איז געווארן זייער גרויס און באקוועם אויף זיין פאזיציע און פאר א געוויסע סיבה האט איהם אנגעשמעקט צו באנייען די מציבה. וויסענדיג אז עס וועט איהם נישט זיין גרינג דאס צו טוהן אזוי גלאטיג, האט ער על דעת עצמו זיך דאס גענומען מאכן, אן דעם וויסן אפילו פון זיינע בעלי בתים די פרייע קהילה, ער פרעגט אויך נישט אן יעדעס מאל בעפארן שניידן די גראז....

למעשה איז געווארן ב"ה א גערודער, און קיינער ברויך נישט קיין סקאנדאל, וועט עס האבן מיטן אייבירשטענס הילף א שטארקן השפעה לטובה אינעם עתיד. ע"כ.

לגבי דאס עצם באנייען, איז שוין עטליכע יארן דא א מדובר, דערווייל האבן גדולי ישראל וואס האבן דערמיט א שייכות מחליט געווען גארנישט צו טוהן, און אז מען וועט יא טוהן וועט עס זיין בפיקוח פון ערנסטע מענטשען ע"פ הלכה והמסורה און נישט חלילה א גוי.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:איז דא א בילד פונעם ציון מיט די מציבה?

image-2018-02-12.jpg
image-2018-02-12.jpg (44.03 KiB) געזען 2577 מאל
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

שמחת עולם האט געשריבן:די מעשה איז אז עס איז דא איין איינציגסטע אזוי גערופענע קהילה אין לאנד וואס פארטרעט יידישע אינטערעסן, דאס האט נאך קייזער פראנץ יאזעף אזוי אוועק געשטעלט. דאס ווערט אנגערופן "קולטוס געמיינדע". זיי זענען די בעלי בתים פון אלע בתי חיים אין עסטרייך. למעשה זענען זיי רוב רובם פרייע מענטשען אדער נישט ווייט פון דארט.

פריערדיגע יארן (פאר 40 יאר און מער) איז ליידער געווען פארשידענע מכשולות בנושא בתי חיים (וואס איז נישט יעצט די צייט אריינצוגיין), אבער די לעצטערע יארן האבן זיך אסאך זאכן געענדערט שטארק לטובה מיט דעם וואס אלעס ווערט קאנטראלירט און נאכגעפאלגט דורך ערליכע רבנים. די רבנים האבן אבער נישט קיין גענצליכע קאנטראלע, דאס הייסט, מען ברויך צוקומען אביסל צו זייער ישרות און זייער מיטארבייט, און זיי ארבעטן טאקע ביז צו א געוויסע מאס מיט מיט די רבנים. אויך האבן זיי א אייגענע היימישע רב וועלכער פראבירט דאס צו פארזיכערן. חוץ פון דעם גייט מען כסדר באזוכן די מקומות צו זעהן מהנעשה והנשמע.

יעצט, עס איז דא א געוויסע פערשוין וואס ער איז ממונה אויף די פראפערטיס פונעם קהילה, וואס דאס באדייט אויך בתי עלמין. זיין אויפגאבע איז בעיקר אויף זאכן ווי צום ביישפיל, שניידן די גראז א.ד.ג. דער מענטש איז אן הלכה'דיגע גוי און האט נישט קיין שייכות צו תו"מ, ביי איהם פארעכטן א מציבה איז פונקט ווי שניידן גראז. דער יעניגער איז געווארן זייער גרויס און באקוועם אויף זיין פאזיציע און פאר א געוויסע סיבה האט איהם אנגעשמעקט צו באנייען די מציבה. וויסענדיג אז עס וועט איהם נישט זיין גרינג דאס צו טוהן אזוי גלאטיג, האט ער על דעת עצמו זיך דאס גענומען מאכן, אן דעם וויסן אפילו פון זיינע בעלי בתים די פרייע קהילה, ער פרעגט אויך נישט אן יעדעס מאל בעפארן שניידן די גראז....

למעשה איז געווארן ב"ה א גערודער, און קיינער ברויך נישט קיין סקאנדאל, וועט עס האבן מיטן אייבירשטענס הילף א שטארקן השפעה לטובה אינעם עתיד. ע"כ.

לגבי דאס עצם באנייען, איז שוין עטליכע יארן דא א מדובר, דערווייל האבן גדולי ישראל וואס האבן דערמיט א שייכות מחליט געווען גארנישט צו טוהן, און אז מען וועט יא טוהן וועט עס זיין בפיקוח פון ערנסטע מענטשען ע"פ הלכה והמסורה און נישט חלילה א גוי.

מדבריך ניכר כי ההעלם יותר על הגלוי
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

maharamAschGR.jpg
maharamAschGR.jpg (152.84 KiB) געזען 2510 מאל
20180211_134317.jpg
20180211_134317.jpg (711.74 KiB) געזען 2510 מאל
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

אבן יקרה האט געשריבן:אז מ'גייט באנייען די מצבה, פארוואס מעגן מען דאס נישט טוהן? וואס איז די עוולה אין דעם?

מען לאזט נישט א קבר אן קיין מצבה. קענסט ברענגען די נייע און עס ערזעצן, אבער אוועקנעמען די אלטע ווייל דו 'גייסט' ברענגען א נייע??
Get your facts first, then you can distort them as you please.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מה כל הרעש? איז דא עפעס א פראבלעם עפ"י הלכה צו לייגן א נייע מצבה?
איז עס א בזיון המת צו לאזן את קבר עטליכע טעג אן א מצבה?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

פארשוואונדן הייסט אז מ'האט אראפגענומען אפאר אלטע צעבראכענע אייזענעס ארום די אלטע מצבה כדי צו באנייען?
וואס פאר א שפראך איז דאס?

איז דא פאליטיק ווער וועט האבן שליטה אויף די פלאץ, וועגן דעם דארף מען ניצן אזעלכע מאדענע שפראכן? אראפ פון זינען
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

דריידל האט געשריבן:איז עס א בזיון המת צו לאזן את קבר עטליכע טעג אן א מצבה?

יא!

פאר עטליכע יאר צוריק ביים פארעכטן די מצבה פון הגה"ק המקובל רבי יעקב טעמירלש זי"ע אינעם אלטע ביה"ח אין וויען, האט כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א בשום אופן נישט געלאזט אוועקנעמען די מצבה צו פאררעכטן, נאר מ'זאל אריבערברענגן די אלע נויטיגע כלים און פאררעכטן דארט אויפן ארט, ווייל א מצבה איז א "ציון לנפש חיה"!

אבן יקרה האט געשריבן:פארשוואונדן הייסט אז מ'האט אראפגענומען אפאר אלטע צעבראכענע אייזענעס ארום די אלטע מצבה כדי צו באנייען?
וואס פאר א שפראך איז דאס?

איז דא פאליטיק ווער וועט האבן שליטה אויף די פלאץ, וועגן דעם דארף מען ניצן אזעלכע מאדענע שפראכן? אראפ פון זינען

מ'רעדט יעצט פון א "אבן יקרה" וואס איז פארשוואונדען געווארן
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

אבן יקרה האט געשריבן:פארשוואונדן הייסט אז מ'האט אראפגענומען אפאר אלטע צעבראכענע אייזענעס ארום די אלטע מצבה כדי צו באנייען?
וואס פאר א שפראך איז דאס?

איז דא פאליטיק ווער וועט האבן שליטה אויף די פלאץ, וועגן דעם דארף מען ניצן אזעלכע מאדענע שפראכן? אראפ פון זינען

רבי יוד, די מצבה איז פארשוואונדן!!!

קיינער קיינער האט פאר לאנגע שעות נישט געוויסט וואס גייט פאר, יעצט איז נתברר געווארן וואס איז געשעהן און כולה עלמא מודה אז עס איז א בזיון גדול, נישט בחינם זענען נעכטן שפעט ביינאכט ארויס געפארן קרוב צו הונדערט יודען בהוראת רבני וויען און איבערגעבטן דעם פנים מאירות און האבן געשטעלט א צייטווייליגע צעטל מיטן נוסח המציבה.

פאליטיק קומט דא נישט אריין.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

שמחת עולם האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:פארשוואונדן הייסט אז מ'האט אראפגענומען אפאר אלטע צעבראכענע אייזענעס ארום די אלטע מצבה כדי צו באנייען?
וואס פאר א שפראך איז דאס?

איז דא פאליטיק ווער וועט האבן שליטה אויף די פלאץ, וועגן דעם דארף מען ניצן אזעלכע מאדענע שפראכן? אראפ פון זינען

רבי יוד, די מצבה איז פארשוואונדן!!!

קיינער קיינער האט פאר לאנגע שעות נישט געוויסט וואס גייט פאר, יעצט איז נתברר געווארן וואס איז געשעהן און כולה עלמא מודה אז עס איז א בזיון גדול, נישט בחינם זענען נעכטן שפעט ביינאכט ארויס געפארן קרוב צו הונדערט יודען בהוראת רבני וויען און איבערגעבטן דעם פנים מאירות און האבן געשטעלט א צייטווייליגע צעטל מיטן נוסח המציבה.

פאליטיק קומט דא נישט אריין.

פארשווינדן מיינט ווען די אייגענטומער ווייסט נישט ווי עס איז.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

יציב פתגם האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איז עס א בזיון המת צו לאזן את קבר עטליכע טעג אן א מצבה?

יא!

פאר עטליכע יאר צוריק ביים פארעכטן די מצבה פון הגה"ק המקובל רבי יעקב טעמירלש זי"ע אינעם אלטע ביה"ח אין וויען, האט כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א בשום אופן נישט געלאזט אוועקנעמען די מצבה צו פאררעכטן, נאר מ'זאל אריבערברענגן די אלע נויטיגע כלים און פאררעכטן דארט אויפן ארט, ווייל א מצבה איז א "ציון לנפש חיה"!

שרייבסט א לשון קודש'דיגע ווארט מיינט נאכנישט אז ס'איז עפעס מורא'דיג. שרייבסט אז פשעווארסקע רבי האלט נישט דערפון, אקעי. אבער וואס ווילסטי צולייגן מיט'ן שרייבן אז ס'איז א ציון לנפש חיה? סה"כ וואס דאס מיינט איז אז ס'איז א צייכענונג אז איינער איז דארט באגראבן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

דריידל האט געשריבן:שרייבסט א לשון קודש'דיגע ווארט מיינט נאכנישט אז ס'איז עפעס מורא'דיג. שרייבסט אז פשעווארסקע רבי האלט נישט דערפון, אקעי. אבער וואס ווילסטי צולייגן מיט'ן שרייבן אז ס'איז א ציון לנפש חיה? סה"כ וואס דאס מיינט איז אז ס'איז א צייכענונג אז איינער איז דארט באגראבן.

גערעכט. אדער דארף עס מקור בכתב, אדער דארף עס כאטש זיין א באקאנטע מסורה.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

זעהט עפעס אויס ווי איינער זוכט אויפצובלאזן א שערוריה.

וואס איז געשען? א האלבע גוי וויל איבערמאכן די מציבה? וועמען שטערט עס?

איז עפעס דא א מסורה אז קריצן א מציבה מוז געטון ווערן דורך א יוד, א טבול יום?

ביי אונז קריצן נישט די גוישע ארבייטערס די מציבות? און ווער שטעלט אויף די מציבה זעלבסט? נישט א גוי?

איי, ער האט געלאזט די ארט ליידיג אפאר טעג (לאמיר שוין זאגן ס'איז א פראבלעם), נו, ווער שטערט די דארט אראפ צו לייגן א שטיינדל?
איך האף אז די עסקנים און רודערעס דארט האבן שוין געלייגט א שטיינדל אלץ מציינין על הקברות.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

כ'וויל שוין לאנג וויסן וואס איז די גדולה מיט א 'ארגינעלע מצבה', וואס א נפקא מינה צו די מצבה איז די זעלבע וואס איז געלייגט געווארן נאך די פטירה, אדער געטוישט געווארן יארן שפעטער?
כ'האב געזעהן אין קינד ליין באשריבן דעם בית החיים און שוהל אין פראג, שרייבט ער דארט אז די ארגינעלע מצבה פון רבי אביגדור קרא [געלעבט אין פראג פאר לערך 600 יאר צוריק] ליגט אין ביהמ"ד אין מוזואם, און אויפן קבר איז שוין פארהאן א נייע מצבה, זעהט אויס אז ס'יז נישט עפעס וואס מען דארף איבער דרייען א שטאט אויף דעם
כ'ווינדער מיך אויף די אלע באנייטע קברים, קלעבט מען ארויף די אלטע ציבראכענע מצבה, כאילו ס'האט עפעס אן ענין, ילמדנו רבינו ווער ס'ווייסט וואס די פשט דערפון איז?
[קען זיין אז די אלטע מצבה פראבירט מען צוריק צו לייגן, ווייל די מצבה איז אסור בהנאה, ווי ס'ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע, דעריבער איז נישטא וואס צו טוהן דערמיט נאר צוריק לייגן אויפן קבר, אבער דאס איז בדאיכא, אבער בדליכא, זאל זיין א נייע מצבה, וואסי די גדולה מיט די אלטע?]
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

וויאזוי איך פארשטיי איז דער פראבלעם אז דער גוי טוט דארט כאדם העושה בתוך שלו אן אן איבערזיכט. סימפל עז דהעט.
צום עצם ענין צו עס איז יא אדער נישט דא אן ענין אדער א פראבלעם לגבי א אלטע אריגיעלע מציבה אדער סתם א שגעון וה׳׳ה לגבי אראפנעמען א מציבה פאר א קורצע טערמין כדי לתקן בין איך צו א קליינער בקי אין די ענינים צו האבן א מיינונג בכלל
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

שאק!

אזא שרייעדיגע קעפל אז מ'קען מיינען אז ווייסעך וואס שרעקעדיג אדער מיסטעריעז האט פאסירט. יא ס'איז נישט קיין גוטע פאסירונג, אבער דאס איבערטרייבן מאכט אויסזען ווי דער פאסטאך וואס שרייט וואלף
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

זבחי צדק האט געשריבן:כ'וויל שוין לאנג וויסן וואס איז די גדולה מיט א 'ארגינעלע מצבה', וואס א נפקא מינה צו די מצבה איז די זעלבע וואס איז געלייגט געווארן נאך די פטירה, אדער געטוישט געווארן יארן שפעטער?
כ'האב געזעהן אין קינד ליין באשריבן דעם בית החיים און שוהל אין פראג, שרייבט ער דארט אז די ארגינעלע מצבה פון רבי אביגדור קרא [געלעבט אין פראג פאר לערך 600 יאר צוריק] ליגט אין ביהמ"ד אין מוזואם, און אויפן קבר איז שוין פארהאן א נייע מצבה, זעהט אויס אז ס'יז נישט עפעס וואס מען דארף איבער דרייען א שטאט אויף דעם
כ'ווינדער מיך אויף די אלע באנייטע קברים, קלעבט מען ארויף די אלטע ציבראכענע מצבה, כאילו ס'האט עפעס אן ענין, ילמדנו רבינו ווער ס'ווייסט וואס די פשט דערפון איז?
[קען זיין אז די אלטע מצבה פראבירט מען צוריק צו לייגן, ווייל די מצבה איז אסור בהנאה, ווי ס'ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע, דעריבער איז נישטא וואס צו טוהן דערמיט נאר צוריק לייגן אויפן קבר, אבער דאס איז בדאיכא, אבער בדליכא, זאל זיין א נייע מצבה, וואסי די גדולה מיט די אלטע?]

אן ארגינעלע מציבה האט א סענטימענטל וועליו, בפרט ווען מ'ווייסט אז גדולי ישראל האבן זיך מטפל געווען דערמיט און אז אזויפיל אידן האבן זיך אויסגעוויינט הונדרעטע יאר ביי די שטיין.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”