שערוריה אין ענגלאנד וועגן נעמען פראגראמען (under 5)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

דרשת אב"ד סאטמאר לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

גרינע בוים האט געשריבן:איינער מיט די רעקארדינג ביטע

https://drive.google.com/open?id=0B2eSJ ... FaWU9jdHVn
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

רצון טוב האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:פרישע פייערדיגע שלש סעודות תורה פון ר' ב"נ הלברשטאם שליט"א
דברים חוצבים מלהבות אש, מיט בכיות, זייער זייער שארף, אז ס'איז נישטא קיין היתר שבעולם צו מאכן סיי וואסארא פשרה.
זעקת האמונה - מהגה''צ אב''ד סאטמאר שליט''א לונדון ס''ג יתרו ע''ח.pdf

סאטמאר לאנדאן רב שליט"א האט געזאגט ביי זיין דרשה האט געשריבן:די אומות העולם פארלייגן זיך אזוי, מיט אלע כוחות, אויסצורייסן די אמונה פון אידישע קינדער אינעם אייבערשטען, ס'שטעכט זיי אז ס'איז דא אידן וואס גלייבן אינעם אייבערשטען, זיי געבן ארויס גזירות מיום אל יום, .................. מ'זאל נישט לערנען מיט די קינדער אז אונזערע אבות הק' אברהם אבינו האבן משיג געווען דעם אייבערשטען מיט חקירה, יא מיט ראיות מיט עווידענטס, ווי איז דען מעגליך אז ס'זאל זיין א בירה בלא מנהיג, מ'זאל זיי נישט זאגן אז דער רמב"ם מיטן חובות הלבבות, אונזערע אלע מנהיגים וואס זיי האבן אונז געלערנט די אמונה שלימה האבן עס משיג געווען מיט מציאות, מיט חקירה, מיט עווידענטס, מיט אלע מיני ראיות שבעולם, מיט סייענס, מיט א פאקט, מיט אלעם.

ליידער איז געקומען פשרנים, זיי גייען צו די גויים און זיי שלאגן זיי פאר פארשידענע זאכן, ס'איז אלעס שטותים און הבלים, כ'האב געזעהן דאס צעטל, כ'קען עס ווייזן פאר יעדן, ס'איז די זעלבע גזירה וואס די גויים האבן גוזר געווען, ס'איז נאר אנדערש פארדרייט די ווערטער, ס'שטייט קלאר אז מ'וועט נישט לערנען מיט קיין עווידענטס מיט קיין חקירה מיט קיין הוכחות, אז מ'וועלמיר נישט איינפלאנצן אין די קינדער מיט א הוכחה אז דאס איז די אמת'ע אמונה, מ'וועלמיר נאר לערנען מיט זיי אז ס'איז דא א תורה, און די תורה איז אמת, און אונז האמיר א רעליגיע אז אונז גלייב מיר אין די תורה, אבער איינפלאנצן אין די קינדער מיט הוכחות מיט עווידענטס דעס וואס זיי רופן עס, מיט סייענס, מיט פאקט, דעס וועלמיר נישט טוהן.

ס'איז נישטא קיין שום היתר בעולם דעס צו טוהן, ס'קען קיינער דאס נישט מתיר זיין, אפילו אלע חכמי ישראל וועלן זיך צוזאמקומען קען זיי דאס נישט מתיר זיין, אויף דעם דארף מען האבן די סנהדרין פון די זמן הבית, ס'רירט אהן די פינטעלע אמונה אין כבוד שמו יתברך. ס'איז נישטא קיין שום היתר מוותר צו זיין א זיז כל שהוא, אפילו ווען מ'האלט אז אזוי וועט מען נישט באקומען קיין געלט. ליידער, נישט יעדער קען עומד בנסיון זיין, ס'האט נישט קיין שכל אויכעט, ווייל די גויים האבן שוין צוגעגרייט גזירות נאך די גזירה, זיי האבן שוין אפן געזאגט, מ'דארף לערנען שמוץ, מ'דארף לערנען אלע אנדערע טומאות, אז מ'וועלמיר זיך נישט שלאגן אויף דעם, העמיר זיך שלאגן אויף די אנדערע גזירות, ס'איז קלאר ווי דער טאג.

ס'איז נישטא קיין שום היתר בעולם אז א איד זאל אויף אזא פאפיר אונטערשרייבן, איך פארשטיי נישט וויאזוי די הענט פון די מנהלים ווערן נישט פארפרוירן פאר זיי שרייבן דאס אונטער? א איד זאל גרייט זיין צו שרייבן, אז ער איז גרייט צו לייקענען אינעם אייבערשטען, ער וועט נישט לערנען מיט זיינע קינדער אזוי ווי זיין טאטע האט מיט איהם געלערנט, ס'איז נישטא קיין שום היתר בעולם, ס'איז נאר א נסיון וואס דער אייבעשטער פריווט אונז, וועלמיר אונז ארויסווייזן אהבה פארן אייבערשטען, וועט דער אייבערשטער אונז ראטעווען פון די צרות, חלילה טאמער גיבט מען נאך, איז אזוי ווי ס'שטייט אין די תוכחה, "אם תלכי עמי בקרי וגו' שבע על חטאותיכם", קומט א פרישע גזירה, ס'קומט א פרישע גזירה נאכדעם.

ביטע שרייבען א ביאור מרחיב איבער וואס ער איז מעורר,

ביי אונז דא אין נ"י לערענט מען אויך נישט מיט די קינדער אינטער פינף יאר אז די תורה איז באשטעטיגט דורוך חקירה, סייענעס, און עווידענטס, מעלום לא שמעתי אז מען לייגט דא א דגוש אויסצולערנען די פיצליך קליינע קינדער אז אונזערע עלטערן האבן משיג געווען די תורה מיט חקירה, סייענעס און עווידענטס, אויף פארקערט האבן מיר יא געהערט, מיר האבן געהערט אז מען דארף גלייבען בשם ותורתו אן קיין שום חקירה, סייענעס, און עווידענטס, נאר דשאסט מיר גלייבען ווייל אזוי האבן מיר מקבל געווען פון די אבות ארויף, אונזערע קינדער לערענט מען אויס אז מען דארף גלייבען אפילו מען פארשטייט נישט און מען האט נישט קיין שום הוכחה.

אויף דאס וואס ער וויינט אז מען גייט ח"ו טיען דארט - אז מען גייט אויסלערנען די קינדער אז די תורה איז תורת אמת און מען דארף עס גלייבען צילוב אמונה, טאקע דאס איז די מהלך ווי אזוי מען לערענט דאהי מיט אונזערע קינדער, און זיכער אזוי מיט קינדער אינטער פינף יאר, איך האב קיינמאל נישט געהערט א קינדערגארטען יונגעל אהיים קומען זאגען אז זיין רבי האט אים אויסגעלערנט אז די תורה איז באשטעטעיגט מיט עווידענס סייענס און חקירה, וועלכע יונגעל אינטער פינף יאר איז בכלל משיג די מושג פון חקירה, סייענעס, און עווידענטס? אין דבר כזה אז מען לערענט אזוי מיט די פעמפער קינדער.

ביטע מסביר זיין זיין קלאר וואס דא גייט פאר און וואס גייט זיין אנדערש דארט ווי דאהי.
לעצט פארראכטן דורך צהלה ושמחה אום מאנטאג פעברואר 05, 2018 2:08 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

מ'וועלמיר נאר לערנען מיט זיי אז ס'איז דא א תורה, און די תורה איז
אמת, און אונז האמיר א רעליגיע אז אונז גלייב מיר אין די תורה, אבער איינפלאנצן אין די קינדער מיט הוכחות
מיט עווידענטס דעס וואס זיי רופן עס, מיט סייענס, מיט א פאקט, דעס וועלמיר נישט טוהן
, אויף דעם שרייבט
מען אונטער, אויף דעם איז מען גרייט, ס'איז נישט ווערד די פאפיר אויף וואס ס'איז געשריבן, ס'איז א היתר
פורח באויר.
ס'איז נישטא קיין שום היתר בעולם דעס צו טוהן,

די ווערטער צו זאגן אז מען וועט נישט איבערצייגן אינזערע קינדער די אמונה טאר מען נישט חתמ'ן
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

דו מאכסט סתם ק/פ, איך האב געזען במקור אינעם PDF וואס ער האט געזאגט, איך וויל עס נאר באמת פארשטיין.

זאג, דיין קינדערגארטען רבי האט דיר אויפגעוויזען מיט חקירה, סייענעס, און עווידענטס אז די תורה איז אמת?
דיין כיתה ג' רבי האט דיר אויפגעוויזען מיט חקירה, סייענעס, און עווידענטס אז די תורה איז תורת אמת?

און אויב איז עס עפעס וואס קיינער דאהי טוט נישט מיט קליינע קינדער, טא על מה כל הרעש?
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

צהלה ושמחה האט געשריבן:דו מאכסט סתם ק/פ, איך האב געזען במקור אינעם PDF וואס ער האט געזאגט, איך וויל עס נאר באמת פארשטיין.

ווי אזוי לערנט מען עס ביי די גוים?
אפשר לערנט מען עס ביי זיי יא אויף דעם אופן, און דאס וויל מען חלילה נישט איינפירן ביי אונז
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

זבחי צדק האט געשריבן:

איך גלייב זייער זייער שווער אז ביי די גוים לערענט מען אז די תורה איז תורת אמת און מען דארף גלייבען דערין,
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

האסט נישט פארשטאנען וואס כ'שרייב
ער וויינט אז די רעגירונג וויל ארויף צווינגען די מהלך הלימודים זאל גיין אז מען זאל לערנען די תורה ביי אונז אין די חדרים אין נורסערי'ס ווי א סייענס, מיט הוכחות אזוי ווי מען לערנט עס ביי די גוים, און ביי די גוי'אישע שרצים'לעך אין די קינדער גארטנס, כ'בין כמעט זיכער אז אין די גוי'אישע פאבליק סקול'ס לערנט מען נישט אז די בייבל איז געגעבן געווארן ביים בארג סיני מפי הגבורה בקולות וברקים, נאר מען לערנט עס אז די דזשוס גלייבן עפעס ס'האט אמאל פאסירט עפעס א מעשה סאו און סאו....
עפעס איז נאך אייך שווער?
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

זבחי צדק האט געשריבן:האסט נישט פארשטאנען וואס כ'שרייב

ער וויינט אז די רעגירונג וויל ארויף צווינגען די מהלך הלימודים זאל גיין אז מען זאל לערנען די תורה ביי אונז אין די חדרים אין נורסערי'ס ווי א סייענס

.....

עפעס איז נאך אייך שווער?

יעצט דשאסט לייען איבער אויף וואס ער וויינט, ער וויינט אויף פונקט די פארקערטע וואס דו האסט דא געשריבען, די PDF מיט זיין דרשה איז דא אויף די בלאט עטליכע תגובות ארויף.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

סי'ז עפעס נישט גוט איבער געשריבן, אבער ער זאגט די נקודה, ופשוט הוא
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

זבחי צדק האט געשריבן:סי'ז עפעס נישט גוט איבער געשריבן, אבער ער זאגט די נקודה, ופשוט הוא

מסכים, דאן זאל ארויסקומען א הבהרה איבער זיינע ווערטער, ווייל די PDF איז זייער נישט גוט געשריבען,
און לויט ווי עס איז געשריבען איז עס מיר זייער נישט פארשטענדליך וואס ער וויל, און אויף וואס ער וויינט.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

נו שיק צום תורה שרייבער ער זאל עס פיקסן, ס'ניש געפערליך ווייסעך וואס....
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

זבחי צדק האט געשריבן:נו שיק צום תורה שרייבער ער זאל עס פיקסן, ס'ניש געפערליך ווייסעך וואס....

עס איז יא געפערליך, מען שרייבט נישט קיין צעטליך אז עס איז שעת שמד און מען דארף מסירת נפש דשאסט פאר נאטינג, אנגעצינדען די וואליום אויף די העכסטע אז די ערד ברענט דא אינטער די פוס.. אז? פארוואס?

זאל אזא צעטיל קודם דורוך גיין א מגיה.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

צהלה ושמחה האט געשריבן:

עס איז נישט פאר נאטינג, זעה מיין פריערדיגע תגובה
מען דארף יא מסי"נ, אויב די רעגירונג וויל צווינגען מחנך זיין צו לערנען די תורה אלס א סייענס און נישט מיט אמונה דארף מען האבן אויף דעם מסי"נ, ביזט מחולק מיט דעם?
אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבגדהוזחטי »

אינעם צעטיל שטייט פונקט פארקערט אז דאס איז געווען די פשרה און דאס איז ממש געפערליך די שאלה איז צו וואס מהערט אויפן רעקארדינג
יענקל לעדערמאן
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

דארף מען וויסן וואס די פשרה איז געווען, לויט ווי ער לייגט עס אראפ איז דא עפעס א טעות, ווייל ס'יז ניש פארשטענדליך כנ"ל
יבואו הלונדונים ויבארו סיפור הדברים
אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבגדהוזחטי »

זבחי צדק האט געשריבן:דארף מען וויסן וואס די פשרה איז געווען, לויט ווי ער לייגט עס אראפ איז דא עפעס א טעות, ווייל ס'יז ניש פארשטענדליך כנ"ל
יבואו הלונדונים ויבארו סיפור הדברים

אדער איזעס נישט קיין טעות נאר פשוט דברים כהוויתן כנ"ל
יענקל לעדערמאן
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

סאו, וואס איז געווען די 'פשרה'?, וואס האט די רעגירונג געוואלט, און וואס האט מען געוואלט נאכגעבן?
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

אויסגעהערט די דרשה, די צעטיל איז ווארט ביי ווארט נאכגעשריבען.

האפענטליך וועט דא איינער אריינקומען מיט א פולע הסבר אויף די גאנצע נושא.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

ווי עס קוקט אויס איז די ממשלה אויסן אז די קינדער זאלן נישט אנעמען די אמונה וואס מען לערנט אלץ א מציאות
דערפאר איז דא א מהלך פין זיך מתחייב זיין אז די קינדער וועלן עס נישט ערהאלטן באופן מציאותי נאר אז אינזער קבלה איז אזוי
כנראה איז דאס די פשרה.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

צהלה ושמחה האט געשריבן:ביי אונז דא אין נ"י לערענט מען אויך נישט מיט די קינדער אינטער פינף יאר אז די תורה איז באשטעטיגט דורוך חקירה, סייענעס, און עווידענטס, מעלום לא שמעתי אז מען לייגט דא א דגוש אויסצולערנען די פיצליך קליינע קינדער אז אונזערע עלטערן האבן משיג געווען די תורה מיט חקירה, סייענעס און עווידענטס, אויף פארקערט האבן מיר יא געהערט, מיר האבן געהערט אז מען דארף גלייבען בשם ותורתו אן קיין שום חקירה, סייענעס, און עווידענטס, נאר דשאסט מיר גלייבען ווייל אזוי האבן מיר מקבל געווען פון די אבות ארויף, אונזערע קינדער לערענט מען אויס אז מען דארף גלייבען אפילו מען פארשטייט נישט און מען האט נישט קיין שום הוכחה.

קודם צו מען לערנט יא צו נישט, דאס עצם מסכים זיין אז די קינדער זאלן נישט וויסן אז דער באשעפער און די תורה איז א מציאות, איז אומדערהערט. אבער לאמיר שוין מסכים זיין אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, ס'האט מיר שוין לאנג אויסגעזען אז איר האט נישט קיין קינדער אין חדר... אוודאי לערנט מען מיט די קינדער דאס.

פארציילט מען דען נישט פאר די קינדער די פאלגענדע?

גראדער האט געשריבן:איין טאג, ווען אברם איז געווען 3 יאר אלט, האט ער אנגעהויבן צו טראכטן, איך זעה דא פאר מיר אזא שיינע וועלט, פול מיט אזויפיל שיינע זאכן, ס'קען דאך נישט זיין אז די אלע זאכן זענען געווארן פון זיך אליינס, ס'מוז זיין אז איינער האט די אלע זאכן געמאכט און ער פירט אלעס ווייטער, "ס'מוז זיין זייער אינטערעסאנט זיך צו באקענען מיט אים, ער מוז זיין זייער גרויס און שטארק צו קענען געוועלטיגן איבער אלעם, ס'איז נישט מער ווי יושר איך זאל אים לויבן און דאווענען צו אים" האט אברם אנגעהויבן צו טראכטן ווער קען זיין דער באשעפער?

ווען זיין מאמע פלעגט אים קומען באזוכן אין הייל האט ער איר אלעמאל געפרעגט ווער עס איז דער באשעפער, "וואס הייסט ווער? האט זי זיך געוואונדערט, דער גרויסער נמרוד!, ס'קען נישט זיין האט אברם זיך גע'טענה'ט, ער איז דאך א מענטש וואס איז נעכטן געבוירן געווארן און מארגן שטארבט ער, ווי קען ער זיין דער וואס האט באשאפן הימל און ערד?

"איך ווייס ווער" האט ער איין טאג מחליט געווען, "קוק אן דעם זון, ער איז אזוי גרויס און שטארק, די גאנצע וועלט איז ליכטיג מיט זיין כח, ער קען מאכן הייס דעם גאנצן ערד קוגל, ס'מוז זיין אז ער איז דער באשעפער," האט דער 3 יעריגער אברמ'ל זיך געשטעלט דאווענען מיט גרויס כוונה צום זון.

דער טאג האט זיך געריקט פאראויס, אברם נעמט נישט אראפ קיין אויג פון זיין נייעם גאט, דער זון, פלוצלונג ווערט אים שלעכט, אוי, דער זון ווערט שוואכער און שוואכער, ס'ווערט טונקעלער און טונקעלער, דער גאט גייט אונטער, און ווער נעמט אים איבער? די לבנה! ס'מוז זיין אז די לבנה האט באשאפן די וועלט האט אברם באשלאסן, אויב ער איז אזוי שטארק אז ער קען אוועקשטיפן די זון, מוז זיין אז ער איז דער גאט, האט אברם זיך געשטעלט פרום דאווענען צו די לבנה.

די נאכט גייט אריבער, און פלוצלונג זעהט אברם ווי די לבנה ווערט נעלם, און דער נעכטיגער זון איז צוריק דא... ס'מוז זיין אז קיינער פון זיי האט נישט באשאפן די וועלט, זיכער איז דא איינער העכער זיי וואס האט באשאפן די וועלט און ער פירט די זון מיט די לבנה און אלע באשעפענישן אויף די וועלט! און נאר אים דארף מען דינען! אברם האט אנגעהויבן דאווענען צום אויבערשטן, און דער גרויסער באשעפער האט טאקע זיך אנטפלעקט פאר אברם, "איך בין דער באשעפער און מיר דארף מען דינען!"

לפי זייער פשרה טאר מען דאס נישט פארציילן.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

לאמיר גיין צוביסיליכווייז. מ'טאר נישט פארציילן אז אברהם האט דאס אלעס געקלערט און ער אנגעקומען צו א מסקנא?
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

שטאלצער יוד האט געשריבן:לאמיר גיין צוביסיליכווייז. מ'טאר נישט פארציילן אז אברהם האט דאס אלעס געקלערט און ער אנגעקומען צו א מסקנא?

קינדער טאר מען נישט לערנען די אלע לימודים וואס באשטעטיגן די מציאות הבורא
קיינע פרטים שטייט נישט
עס איז נאר אינטערגענימען אז אינז זענען פארבאטען צו לערנען תורהדיגע יסודות פאר די קינדער
אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבגדהוזחטי »

רצון טוב האט געשריבן:ווי עס קוקט אויס איז די ממשלה אויסן אז די קינדער זאלן נישט אנעמען די אמונה וואס מען לערנט אלץ א מציאות
דערפאר איז דא א מהלך פין זיך מתחייב זיין אז די קינדער וועלן עס נישט ערהאלטן באופן מציאותי נאר אז אינזער קבלה איז אזוי
כנראה איז דאס די פשרה.

וואס א נפקא מינה וואס זיי ווילן
יענקל לעדערמאן
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

למעלהמשבעים, איר דרייט אביסל מיטען רב'ס ווערטער איבער וואס ער האט מעורר געווען, און אביסל מיט מיינס, ואחרי ככלות הכול אולי יש ליישב בדוחק גדול די צעטיל.

בעסער וואלט געווען די עקסנים קומען ארויס מסודר כשלחך ערוך מיט די פראבלעמען וואס עס איז דא מיט די א"ג פשרה, און ווי ווייט עס גייט, די חומר האיסור, און אזוי יעדער זאל זיין קלאר און נישט בלייבען מיט קיין ספיקות.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”