חתונה תקנות איבערפרישונג (מהר"א)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

הענדימען האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:עסקנים געבן איבער אז די גמ"ח פארמאגט שוין בערך 50 מיליאן דאלאר גרייט !

דאס איז גארנישט קעגן וויפיל מ'דארף באמת האבן אויב מ'וויל אז די גמ"ח זאל פונקציאנירן מער ווי א חודש צוויי.

אױב די גמ"ח בארגט 30 אלפים פאר א מחותן האבן זיי פאר 1,666.67 מחותנים

כ'מיין אז ס'נישט אזויפיל אין 2 חדשים

גערעכט, אבער אין דריי יאר יא, און מ'רעדט דא פון פעימענטס אויף 25 יאר.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

שפיגליצקי האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:עסקנים געבן איבער אז די גמ"ח פארמאגט שוין בערך 50 מיליאן דאלאר גרייט !

דאס איז גארנישט קעגן וויפיל מ'דארף באמת האבן אויב מ'וויל אז די גמ"ח זאל פונקציאנירן מער ווי א חודש צוויי.

אױב די גמ"ח בארגט 30 אלפים פאר א מחותן האבן זיי פאר 1,666.67 מחותנים

כ'מיין אז ס'נישט אזויפיל אין 2 חדשים

גערעכט, אבער אין דריי יאר יא, און מ'רעדט דא פון פעימענטס אויף 25 יאר.


איך ווייס פון א עסקן וואס זיצט כמעט יעדע וואך ביי מיטונגען צוזאמען מיט די וועד החתונה תקנות פאר די לעצטע צוויי יאר איבער די נושא , דאס איז שוין אלעס אויסגעארבעט, טאמער איר ווייסט נישט ,גייען זיי נישט טיילען קיין איין קוואדער ,און אויך נישט נאר פאר די וואס שטעלן זיך צו פון א ביז ת ממש , זיי גייען באצאלן די תנאים זאל , חתונה מאל ,חתונה נאכט , שבת שבע ברכות ,חתונה קליידער פון גמ"ח , סא אוטאמאטיש איז דא מער געלט , זיי וועלן האבן בארג אויף די פלעצער ווי למשל זייער אייגענע זאלן א.א.וו. , און נישט יעדער גייט צאלן אום 25 יאר , עס וועט זיין וואס וועלן האבן גרעסערע פעימענטס און שנעלער , און טאמער האבן זיי 300 חתונות א יאר האבן זיי צייט 6 יאר , און אין 6 יאר וועט שוין זיין צוריק מיליאנען , בקיצור עס איז נישט אזוי פשוט ,און עס גייען נישט זיין אזוי סאך חתונות וואס גייען זיך צושטעלן עד שרוך הנעל מיט די תקנות , הלואי יא , דעמאלס וועלן זיי האבן גענוג געלט פון אידן
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

צל עובר האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:יעצט האט די רבי אפיציעל געמאלדען ביי זיין דרשה ביים דינער אז הרבני הנגיד המפואר ר' אברהם יהודה מאנדעל איז די נדבן פונעם נייעם תקנות חתונה זאל אין ווי אויך דעם גאנצען בנין תלמוד תורה אויף בעדפארד עוועניו קארנער קיעפ אין וויליאמסבורג


האט מען אויכט גערעדט וועגן די נייע גמח לב אהרן?


ניין , די גמ"ח קען נישט אריינגיין אין באניץ,פאר עס איז דא א תקנות חתונה זאל אין יעדע שטאט , ב"ה אז די קאנסטראקשען גייט אן פיבערהאפטיג אין וויליאמסבורג און בקרוב האפט מען צו מעלדן א תקנות זאל אין בארא פארק אויך , לכאורה אין די געוועזענע תורה ויראה זאלן , און האפענטליך ערגעץ ווי אין דעם לאנגען ווינטער, גייט אי"ה זיין א כינוס כללי פאר אנ"ש חסידי סאטמאר איבערן גמ"ח לב אהרן , אלע דעטאלן זענען כמעט גרייט , נאר די חתונה זאלן אויף וואס מען ווארט בעיקר, עסקנים געבן איבער אז די גמ"ח פארמאגט שוין בערך 50 מיליאן דאלאר גרייט !


WOW
ישר כח פארן באריכט
אגב מהריי האט נעכטן ביי זיין דרשה דערמאנט אז ער ארבעט יעצט אויף א קרן מלמדים, און ווי די זאכן גייען גלייב איך וועט מען אויכט מאכן אזא סארט גמ"ח אויב עס וועט זיך אויסארבעטן ביי מהר"א


געוואלדיגע נייעס, ממנו ילמדו, וכן יעשו.

וואס איז למעשה געווארן?
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

מיט?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

רעסטאראנט האט געשריבן:
איך ווייס פון א עסקן וואס זיצט כמעט יעדע וואך ביי מיטונגען צוזאמען מיט די וועד החתונה תקנות פאר די לעצטע צוויי יאר איבער די נושא , דאס איז שוין אלעס אויסגעארבעט,


אפשר גיבט איר א פרעג דעם עסקן וואס טוט זיך מיט איינפירן אז מ'קויפט נישט טייערע פורניטשער נאר ביליגע ? (ווי עס איז געווען די שטימען פון רוב אנ''ש)
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אפענע וועלט האט געשריבן:אפשר גיבט איר א פרעג דעם עסקן וואס טוט זיך מיט איינפירן אז מ'קויפט נישט טייערע פורניטשער נאר ביליגע ? (ווי עס איז געווען די שטימען פון רוב אנ''ש)

איך ווייס נישט אויב ס'שוין עפעס געווארן, אבער איך קען דיך זאגן וואס ס'גייט ווארשיינליך ווערן. יא, מען גייט קויפן ביליגע פורניטשער, אבער פארן זעלבן פרייז (כמעט) ווי די טייערע ביז היינט...
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

ניס קראכער האט געשריבן:מיט?

קרן מלמדים ביי קהילת מהרז''ל
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

משה11 האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:מיט?

קרן מלמדים ביי קהילת מהרז''ל

מ'האט שוין גערעדט דערפון אינעם אנדערן אשכול
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

אפענע וועלט האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
איך ווייס פון א עסקן וואס זיצט כמעט יעדע וואך ביי מיטונגען צוזאמען מיט די וועד החתונה תקנות פאר די לעצטע צוויי יאר איבער די נושא , דאס איז שוין אלעס אויסגעארבעט,


אפשר גיבט איר א פרעג דעם עסקן וואס טוט זיך מיט איינפירן אז מ'קויפט נישט טייערע פורניטשער נאר ביליגע ? (ווי עס איז געווען די שטימען פון רוב אנ''ש)


עס גייט נאר זיין ביליגע און גייט זיין צובאקומען ביי א חתונה מאל
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:זעה איך דא אז מען בויעט צוויי נייע תנאים זאלן אין קרית יואל, און מען גייט דארט קענען מאכן שבת שבע ברכות פאר גאר ביליג,

אויך זעה איז אז עס קומט א נייע קליינע שמחה תקנות זאל אין ביהמ"ד ישמח משה,

און ביהמ"ד ישמח משה איז שוין דא א זאל, נישט עס קומט, די וואך געווען דארט א שמחה
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

אהבת השם האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:זעה איך דא אז מען בויעט צוויי נייע תנאים זאלן אין קרית יואל, און מען גייט דארט קענען מאכן שבת שבע ברכות פאר גאר ביליג,

אויך זעה איז אז עס קומט א נייע קליינע שמחה תקנות זאל אין ביהמ"ד ישמח משה,

און ביהמ"ד ישמח משה איז שוין דא א זאל, נישט עס קומט, די וואך געווען דארט א שמחה

עס איז פלאצירט און ווייבער שול, זייער שיין איבערגעבויט,
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

ניס קראכער האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:מיט?

קרן מלמדים ביי קהילת מהרז''ל

מ'האט שוין גערעדט דערפון אינעם אנדערן אשכול

ביטע צוצייכענען ווי
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

משה11 האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:מיט?

קרן מלמדים ביי קהילת מהרז''ל

מ'האט שוין גערעדט דערפון אינעם אנדערן אשכול

ביטע צוצייכענען ווי

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 8#p1846448
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען צוויי שידוך שליסן אין קרית יואל וואס מען האט געפראוועט אן קיין מסיבת תנאים. מען האט געליינט די תנאים ביים ווארט, ביים מחותן אינדערהיים א טאג נאכן שידוך שליסן.

דאס ברענגט ארויס דאס וואס מאנכע קלוגע אידן האבן אויפגעברענגט פון די ערשטע מינוט, אז כדי צו קענען ריכטיג מצמצם זיין די הוצאות ביים שידוך שליסן מיט סוקסעס פעלט זיך אויס גענצליך מבטל צו זיין די מסיבת תנאים, און נישט בלויז מאכן אין אן אזויגערופענע קליינע זאל.

און די סיבות דערצו זענען גאנץ פשוט:
1 - איינמאל עס עקזיסטירט ווייטער די מסיבת תנאים איז נישטא קיין גאראנטי וויאזוי זאכן וועלן פארן, היינט וועט בערל מאכן אין א גרויסע טייערע זאל ווייל די קליינע זאל איז נישט עוועילעבל, נעקסטע וואך וועט גרונם שוין נאכטון בערל אפילו מיטן קליינעם זאל יא עוועילעבל. און פון דאנעט און ווייטער איז שוין א קאצן שפרינג אז דער באלעבאטישער שטאנדארד זאל ווערן די גרויסע זאל מיט די אלע אפגרעידס וואס קומט דערמיט, און ס'וועט זיך דערקייקלען צו א שטאפל וואס וועט אוממעגליך זיין צו קאנטראלירן. אזוי ווי מען זעט לעצטנס בקצי המחנה.

2 - ווען מען מאכט אן אפיציעל געסקעדזשולטע מסיבת תנאים, אפילו אויף א ביליגן אופן אין א קליינע זאל, איז פאראן פארשידענע הוצאות וואס קומט דערמיט. א תנאים קלייד פאר די כלה און געשוויסטער, מאכן די האר א.א.וו. , מחותנ'עסטע קעיק, בלומען, און נאך. און דאס אלעס איז חוץ די קאסטן פאר די זאל און די אומנויטיגע קאפ ווייטאג און אפמוטשענישן. ווען מען לייענט אבער תנאים ביים "ווארט" א טאג נאכן שידוך שליסן, איז אלעס בדווקא אויף א פראוויזארישן פארנעם, און יעדער איז צופרידן פון די געצוימטע אקאמאדאציעס וואס איז דא.

דעריבער איז צופרידנשטעלנד צו הערן אז דער עולם ווארט נישט אויף קיין כבוד, נאר מען מאכט גענצליך נישט קיין אזויגערופענע "תנאים". אין א געוויסע וועג איז דאס גרינגער אויסצופירן ווי ביי אנדערע זאכן, ווייל דער מחותן מצד הכלה איז אין געווענליכע פעלער גענצליך בעה"ב דערויף, און ער דארף זיך נישט אויסקומען דערויף מיטן צווייטן צד.

איז נאכאמאל לאמיר קלארשטעלן. דער געדאנק איז "נישט" אז מען פראוועט דעם תנאים ביים ווארט. ווייל דאן בלייבן מיר ביים אלטן. און דער עולם וועט נישט פארשטיין וויאזוי ס'מעגליך דאס צו מאכן אינדערהיים. נאר וואזשע דען, מען איז גענצליך מבטל דעם מסיבת תנאים, מען מאכט א געהעריגע ווארט ביים מחותן אינדערהיים ביז א טאג נאכן שידוך שליסן, און ערגעץ אינדערמיט ציעט מען ארויס א שטר תנאים און מען לייענט דאס אויף פארן ציבור הנאספים...
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

אמאל - צוואנציג פינף און צוואנציג יאר צירוק - פלעגט נאך זיין א אפטע זאך צו מאכען די תנאים ביים קבלת פנים פון די חתונה.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

ר' יום טוב האט געשריבן:די פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען צוויי שידוך שליסן אין קרית יואל וואס מען האט געפראוועט אן קיין מסיבת תנאים. מען האט געליינט די תנאים ביים ווארט, ביים מחותן אינדערהיים א טאג נאכן שידוך שליסן.

הלוואי דאס געשעהט ביי אונז אין וויליאמסבורג אויך
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

Haklal האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:די פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען צוויי שידוך שליסן אין קרית יואל וואס מען האט געפראוועט אן קיין מסיבת תנאים. מען האט געליינט די תנאים ביים ווארט, ביים מחותן אינדערהיים א טאג נאכן שידוך שליסן.

הלוואי דאס געשעהט ביי אונז אין וויליאמסבורג אויך

געשעהט כסדר (ביי גאנץ בעל בתישע אידן) נאכנישט דערגרייכט דיינע אויערן
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

א 3'טע שטארקע סיבה פארוואס צו לייענען די תנאים ביים ווארט, ווייל דאן איז די עפענונג פון די שמחה וואס שטעלט די ריכטיגע טאן אויף וועלכע מהלך די גאנצע שמחה זאל זיך ווייטער פירן על צד היותר טוב.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ר' יום טוב האט געשריבן:א 3'טע שטארקע סיבה פארוואס צו לייענען די תנאים ביים ווארט, ווייל דאן איז די עפענונג פון די שמחה וואס שטעלט די ריכטיגע טאן אויף וועלכע מהלך די גאנצע שמחה זאל זיך ווייטער פירן על צד היותר טוב.

גאר א שטארקע פונקט דעס ווייזט פאר די אנדערע צד ווי אויך פאר חתן כלה אז אונז זעמער דא פאר ביזנעס
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

El Rushbo האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:די פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען צוויי שידוך שליסן אין קרית יואל וואס מען האט געפראוועט אן קיין מסיבת תנאים. מען האט געליינט די תנאים ביים ווארט, ביים מחותן אינדערהיים א טאג נאכן שידוך שליסן.

הלוואי דאס געשעהט ביי אונז אין וויליאמסבורג אויך

געשעהט כסדר (ביי גאנץ בעל בתישע אידן) נאכנישט דערגרייכט דיינע אויערן


קען זיין סאיז נאר ביי שטארק בעל'בתישע יודן וואס דארפן גארנישט נישט ווייזן פאר קיינעם אבער נישט די סתם עמך
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שכחום וחזרום ויסדום

דאס איז געווען אין די תקנות פאר 11 יאר צוריק
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

מיטגעהלטן א שידוך די וואך אין ווילי נישט געווין קיין תנאים דער עולם האט זייער הנאה גהאט גראדע גאנץ א בעלבטישע משפחה
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

וואס איז געווארן מיט די תקנות איבערפרישונג וואס מען האט געשטימט אין די זוממער?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

וואס איז געווארן מיט די תקנות??

אפילו מיט די תקנות וועט קאסטן אומגעפער 40 טויזנט דאללאר א זייט, און לאמיר זאגן אז איך וועל עס אפירקראצן איך ווייס נישט פון ווי, וואס איז אבער די סעלושען פאר רוב קינדער-געבענטשטע משפחות וועלכע טרענקען זיך אין חובות נאך איידערן א שידוך טאן דעם ערשטן קינד?
אוועטאר
Builder
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 6:07 pm
לאקאציע: קאנסטראקשען סייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Builder »

ר' יום טוב האט געשריבן:וואס איז געווארן מיט די תקנות??

אפילו מיט די תקנות וועט קאסטן אומגעפער 40 טויזנט דאללאר א זייט, און לאמיר זאגן אז איך וועל עס אפירקראצן איך ווייס נישט פון ווי, וואס איז אבער די סעלושען פאר רוב קינדער-געבענטשטע משפחות וועלכע טרענקען זיך אין חובות נאך איידערן א שידוך טאן דעם ערשטן קינד?


זייער שווער צו טראכטען דערוועגן,וויזוי עס זאל נישט זיין ,לעבט יעצט למעשה א ריזען עולם אזוי אין עולם כמנהגו נוהג

און פאר די וואס האלטען חשבון למשל כתר ריזל און קאנטינענטעל האבן פיל מיט ליידיגע דעיטס לרחצה

אויך געהערט אז כינור דוד האט פאר די יאר " עט איבער 30 חתונות מער פון פאראדייס

נישט אז דאס איז א סעלושען, נאר פשוט דער עולם דערהייבט נישט מער

מען ארבעט אויף קעסען און כלים צו ברענגן תורה ויראה זאל אריין אין קראפט ווי אמשנעלסטען ,און אויך האלט מען אט ביים סיינען קאנטראקט אויף א בילדונג וואס זאל דינען פאר צוויי חתונה זאלן אין וויליאמסבורג ווילאנג ספינקא בילדונג ווערט פערטיג

איך זיך נישט צו פארדרייען די אשכול אבער מיט א ניכטערן בליק אן קיין אזשענדעס און דמיונות און צו פארענטפערן דיין שאלה איז ר' יואל ראטה חתונה פלאן די איינציגסטע סעלושען וואס קען מאכן סענס אויפן קאלקאלעיטער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”