ר' אויבערחכם, איך מוז דיר זאגן אז דו מאכסט מיר לאכן. דו ברענגסט אליינס אזוי גוט ארויס צוויי שטארקע נקודות פארוואס סיענען איז נישט באגלייבט קיין ווארט, אז ווען נישט וואס איך קען דיינע מיינונגען וואלט איך דער דערקלערט אלס פייערדיגער טראמפיסט.
צוערשט ביזטו אזוי שיין מסביר וואס איז דער חילוק צווישן א טעות און א שקר:
אויבער-חכם האט געשריבן:הער צו טייערע אייניקלעך, די מידיע ריפארט די נייעס כמעט פיר אין צוואנציג שעה א טאג זיבן טעג א וואך, אין יעדער ווייסט אז עס איז אומעגליך אז ס׳זאל נישט אריין פאלן קיין טעותים, דאס מאכט זיך זייער סיי ביי די רעכטע אין ביי ביי לינקע נייעס סטאנציעס.
וואס יא, א ליגענער וועט אלעמאל טרעפן יענעמס טעות אין זאגן זעהסט, יעדער זאגט ליגענט, נישט נאר איך,
נאר די אמת איז אז ס׳דא א ריזן חילוק פין א טעות ביז א ליגענט,
ווען אייער באריכט א נייעס וואס איז נישט אקאראט אין דערנאך שרייט ער אויס הויעך טעיתי, כ׳האב מיך טועה געווען, דאס איז א טעות,
ווען איינער זאגט עפעס וואס איז נישט וואר אין ווען ס׳ווייזט זיך אויף, מאכט זיך יענער נישט וויסענדיג, דאס איז א שקרן!
א שיינער ביאור, עס איז נאר נישט מסביר פארוואס די מידיע האט קיינמאל נישט געמאכט קיין טעות לטובת טראמפ. באט עניוועיז, לאמיר נישט פארקריכן פונ'ם טאפיק.
דערנאך קלערסטו אויף פארוואס די פאלגנדע געשיכטע איז נישט פעיק ניוז:
אויבער-חכם האט געשריבן:9. און ווידעראמאל סי ען ען.
זיי האבן פאלשערהייט באריכטעט אז דזשעימס קאומי גייט צוריקציען אז עכט איז פרעזידענט טראמפ יא אינטער אינוועסטיגעישאן.
זיי האבן עס נאך געשריבן פין א מקור, אבער קוקט אויס יענער האט נישט געוויסט וואס ער רעהט
אין זיי האבן דאס פאראכטן.
אט דא האסטו אות באות זייער 'פאררעכטונג':
.CORRECTION AND UPDATE: This article was published before Comey released his prepared opening statement. The article and headline have been corrected to reflect that Comey does not directly dispute that Trump was told multiple times he was not under investigation in his prepared testimony released after this story was published.
דאס האבן זיי געשריבן נאכדעם וואס קאומי האט באשטעטיגט אונטער שבועה אז ער האט יא געזאגט פאר'ן פרעזידענט אז ער איז נישט אונטער אויספארשונג. אטע דער 'קארעקשאן' איז א קלאסישער ביישפיל פון בייזוויליגע פעיק ניוז לכל הדיעות.
דו בארירסט אבער אן נאך א נקודה:
אויבער-חכם האט געשריבן:
זיי האבן עס נאך געשריבן פין א מקור, אבער קוקט אויס יענער האט נישט געוויסט וואס ער רעהט
הונדערטער בלעטער, טוינטער געמעקטע תגובות, און אן א שיעור קריגערייען באצירן אייוועלט איבער די נושא פון גלייבן סארסעס. די אנטי טראמפער האבן פארשריגן סיי ווער עס גלייבט נישט סי ען ען'ס אזויגערופענע 'סארסעס' אלס משוגעים און בעלי דמיון, וויבאלד סי ען ען האו אזא שטרענגע וועטינג סיסטעם און איז אן ערנסטע און פארלעסליכע נעטווארק בלא בלא בלא. און דא, ווען עס קומט צוניץ צו פארטייגן די שקרנים פונ'ם יאר,איז עס גאר א דבר פשוט און א נארמאלע זאך אז די סארס האט גע'חלומ'ט הויך, אזש עס פארענטפערט גאר סי ען ען!
און דאס איז במילתא דעבידי לגלויי שוין אויפצומארגנס. משוגע דארף מען זיין צו גלייבן סיי וואס די כאפטע שקרנים באריכטן, וכ''ש ווען זיי באריכטן עס בשם אנאנימע סארסעס (ס'הייסט, ניטאמאל קענסטו זיי אפפרעגן).
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.