צהלה ושמחה האט געשריבן:מים שלנו האט געשריבן:ערבות לוינט זיך פאר יעדן וואס לייגט אריין
איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס עס לוינט זיך פאר די אידן פון וועם מ'גייט בעטן געלט?
עס לוינט זיך ווייל מען איז א חלק פון א קהלה, און מען ווייל אז די קהלה זאל גיבן גוטע מלמדים, ווייל אזוי וועט מען אליינס האבן גיטע מלמדים פאר די אייגענע קינדער אין אייניקליך.
"וואס מען טוט טוט מען פאר זיך אליינס" די ציל דא איז מיט א כוח הרבים אהערצושטעלן פאר די אויסגעהארוועטע מלמדים נאך א שכר פאר זייער שווערע ארבייט, און דורוך דעם וועט יעדער אליינס האבן גיטע מלמדים פאר די אייגענע קינדער אין איינקליך..
איט'ס סימפל, און בכלל נישט קאמפלעצירט, שכ"ל קען מען נישט צופיל העכערן, און דערפאר באקומען די מלמדים באקימען ווייניג באצאלט, און מיט א כוח הרבים ווי יעדער וועט געבן עטליכע דאלערן פאר צדקה וועט יעדער בענעפעטירען אז די מלמדים וועלן ווערן אויף נאך א אופן באצאלט פאר זייער שווערע ארבייט.
דאס איז אן אריינגיין אין די מצוות צדקה וואס יעדער טיילט מיט א ברייטע האנט לויט זיינע מעגליכקייטען, און די מלמדים פארדינען זיך עס.
לאמיך נאכאמאל איבערגיין ווי א צובראכענע טעיפ ריקארדער
ווען דער פראבלעם זאל זיין, אז דער מוסד זוכט די טאפ מלמדים, און פשוט מ'טרעפט נישט ווייל מ'צאלט נישט גענוג, און מ'פרובירט מטיב צו זיין די מלמדים, האסטו א שטארקע פוינט
אבער ווי לאנג ס'זענען דא מלמדים וואס זיצן אין מוסד מאיזה סיבה שיהי', און זיי טויגן אויף כפרות, און הרג'נען אפ קינדער יעדעס יאר, און אין מוסד איז נישטא צו וועם צו רעדן, זע איך נישט וואס איך טו אויף מיט אזא קרן לטובת 'אז די קהלה זאל האבן גוטע מלמדים'
מיין פלאן צו האבן גוטע מלמדים איז (ווי לאנג דער מוסד ארבעט נישט מיט), עלטערן פון א כתה זאלן זיך אליין צאמנעמען, און אז מ'האט א גוטן מלמד, זאל מען צוזאמען אריינווארפן א אלף'ל יעדן חודש פארן מלמד, אלע עלטערן צוזאמען, דאס וועט געבן געזאלין פארן גוטן מלמד ווייטער צו גיין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.