אל תחטאו בילד! פארט נישט אריבער סקול באס מיט לייטס אנגעצינדן

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קושטא האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:יעדער בר דעת פארשטייט אז געזעץ לחוד וסעפטי לחוד, ווען א באס וויל כאפן די לייט און ס'ווערט די לעצטע רגע גרין, ווי ביי דעם באס אין ק''י, איז עס אפשר קעגן געזעץ אבער ער האט קיינעם נישט געשטעלט אין סכנה, און די אלע קאר דרייווערס וואס לייגן ארויף די קליפס, זיי אליין טוען אויך אזוי ווען זיי יאגן זיך, און באמת יעדער טוט אזוי.
און אפילו ביי דעם פאלענד ספרינג טראק איז גאנץ מעגליך אז ער האט נישט באמערקט די רויטע לייטס, ווייל די ראוד איז זייער ברייט, יעדער קען מאכן א טעות, און מעשים בכל יום אזעלכע זאכן.

ממילא זאלן וויסן די אלע וואס לייגן דא ארויף קליפס, עטס זענטס גרויסע רשעים וואס נעמען צו פרנסות און באשמוצן מענטשן סתם פאר גארנישט אונטערן שלייער פון סעפטי, און עטס זענטס עתידין ליתן את הדין, דו קענסט טאקע פארגיסן יענעמ'ס בלוט אונטער א באהאלטענעם ניק, אבער דער אויבערשטער ווייסט ווער דו ביסט און ער וועט אנקומען צו דיר, מיינטס נישט אז די וועלט איז הפקר.


דער פאלענד ספרינגס איז זיכער נישט קיין איד, און מ'נעמט נישט צו קיינעמס פרנסה
בנוגע באס סעיפטי, כ'וואלט געזאגט מ'זאל אויסמעקן די באס נאמבער, אבער די זאך בעצם איז לעניית דעתי מצוה לפרסם, פרעג א מורה הוראה יעדעס מאל עקסטער, און פרעג טאקע, איך זאג נאר מיין סברא וואס מ'זאל פרעגן, מוסדות זענען לענ"ד נישט גענוג פארזיכטיג, מען כאפט זיך א מינוט צו שפעט מער ווי איין מאל, מען דארף קוקן אויף די תשב"ר ערשט און כבוד הדרייווערס והמוסדות צווייט און נאכאמאל נאר דורך פרעגן א מורה הוראה קודם להלכה למעשה!

אויב מיינסטו אז אן אומשולדיגן גוי'ס פרנסה מעג יא צונעמען, דאן האסטו א גרויסן טעות, ורחמיו על כל מעשיו כתיב, און גאט וועט זיך פאר אים אויך אננעמען.
רוב פטאלע עקסידענטן ל''ע, גשעהן נעבעך פון אזעלכע אומשולדיגע סיטואציעס, בכלל נישט פון אזעלכע פעלער.
דאס איז מעשים בכל יום וואס ס'איז אלץ געווען און מ'קען דאס נישט ממילא פארמיידן.


איך זאג נישט, מ'דארף זיין פארזיכטיג און מטאר נישט זיין לייכטזיניג ביים דרייוון, און מ'מעג און מ'דארף מעורר זיין דערויף, אבער פון דארט ביזן צונעמען איינעם א פרנסה אדער באשמוצען אין אלע גאסן, איז א עוון פלילי בל יכופר.

און זיי נישט און דו ביסט נישט אזא תמים, נישט יעדע שאלה קען מען פרעגן א מורה הוראה, ס'דא שאלות וואס מ'דארף זיך אליין פרעגן.


איר קענט ביטע מסביר זיין די ארויסגעשטארטע ווערטער? ווייל יאך פארשטיי זיי נישט אזוי גוט.
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קושטא, איך בין מיט דיר [עכ״פ כמעט אינגאנצן]

כ׳וועל פראבירן שפעטער צו צולייגן דיין נקודה.

דאס קען איך דיר שוין זאגן, דער וואס האט געשיקט דעם ווידיאו צו פאולאנד איז א... אקעי, כ׳האלט מיך איין.

יישר כח פון פאראויס.
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

קושטא האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קושטא, איך בין מיט דיר [עכ״פ כמעט אינגאנצן]

כ׳וועל פראבירן שפעטער צו צולייגן דיין נקודה.

דאס קען איך דיר שוין זאגן, דער וואס האט געשיקט דעם ווידיאו צו פאולאנד איז א... אקעי, כ׳האלט מיך איין.

יישר כח פון פאראויס.

עס איז מיר א חידוש, שיקן די קליפ צו פאלענד קען מען כאטש וואס אין זיין פאל איז נישט אזוי קלאר ווי שולדיג ער איז, אבער שיקן צו די באס קאמפעני דאס שוין נישט...

נ.ב. איך בין אויך א באס דרייווער
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

קושטא האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:יעדער בר דעת פארשטייט אז געזעץ לחוד וסעפטי לחוד, ווען א באס וויל כאפן די לייט און ס'ווערט די לעצטע רגע גרין, ווי ביי דעם באס אין ק''י, איז עס אפשר קעגן געזעץ אבער ער האט קיינעם נישט געשטעלט אין סכנה, און די אלע קאר דרייווערס וואס לייגן ארויף די קליפס, זיי אליין טוען אויך אזוי ווען זיי יאגן זיך, און באמת יעדער טוט אזוי.
און אפילו ביי דעם פאלענד ספרינג טראק איז גאנץ מעגליך אז ער האט נישט באמערקט די רויטע לייטס, ווייל די ראוד איז זייער ברייט, יעדער קען מאכן א טעות, און מעשים בכל יום אזעלכע זאכן.

ממילא זאלן וויסן די אלע וואס לייגן דא ארויף קליפס, עטס זענטס גרויסע רשעים וואס נעמען צו פרנסות און באשמוצן מענטשן סתם פאר גארנישט אונטערן שלייער פון סעפטי, און עטס זענטס עתידין ליתן את הדין, דו קענסט טאקע פארגיסן יענעמ'ס בלוט אונטער א באהאלטענעם ניק, אבער דער אויבערשטער ווייסט ווער דו ביסט און ער וועט אנקומען צו דיר, מיינטס נישט אז די וועלט איז הפקר.


דער פאלענד ספרינגס איז זיכער נישט קיין איד, און מ'נעמט נישט צו קיינעמס פרנסה
בנוגע באס סעיפטי, כ'וואלט געזאגט מ'זאל אויסמעקן די באס נאמבער, אבער די זאך בעצם איז לעניית דעתי מצוה לפרסם, פרעג א מורה הוראה יעדעס מאל עקסטער, און פרעג טאקע, איך זאג נאר מיין סברא וואס מ'זאל פרעגן, מוסדות זענען לענ"ד נישט גענוג פארזיכטיג, מען כאפט זיך א מינוט צו שפעט מער ווי איין מאל, מען דארף קוקן אויף די תשב"ר ערשט און כבוד הדרייווערס והמוסדות צווייט און נאכאמאל נאר דורך פרעגן א מורה הוראה קודם להלכה למעשה!

אויב מיינסטו אז אן אומשולדיגן גוי'ס פרנסה מעג יא צונעמען, דאן האסטו א גרויסן טעות, ורחמיו על כל מעשיו כתיב, און גאט וועט זיך פאר אים אויך אננעמען.

איך זאג נישט, מ'דארף זיין פארזיכטיג און מטאר נישט זיין לייכטזיניג ביים דרייוון, און מ'מעג און מ'דארף מעורר זיין דערויף, אבער פון דארט ביזן צונעמען איינעם א פרנסה אדער באשמוצען אין אלע גאסן, איז א עוון פלילי בל יכופר.

און זיי נישט און דו ביסט נישט אזא תמים, נישט יעדע שאלה קען מען פרעגן א מורה הוראה, ס'דא שאלות וואס מ'דארף זיך אליין פרעגן.

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער ס'נישטא אזא זאך עפעס וואס מען קען נישט פרעגן קיין מורה הוראה! די תורה איז די איינציגסטער קובע וואס יא און וואס נישט, און די תורה זאגט אז כל המרחם על האכזרים (צב''ש א דרייווער פון א באס פול מיט קינדערלעך וועלכער פעסט א לייט בשאט נפש) סופו מתאכזר על הרחמנים, אפי' אויב דיין דעת בעל הבית זאגט אנדערש!
לעצט פארראכטן דורך Think and Thank אום דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 11:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

Think and Thank האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:[quote="קושטא"

און זיי נישט און דו ביסט נישט אזא תמים, נישט יעדע שאלה קען מען פרעגן א מורה הוראה, ס'דא שאלות וואס מ'דארף זיך אליין פרעגן.

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער ס'נישטא אזא זאך עפעס וואס מען קען נישט פרעגן קיין מורה הוראה! די תורה איז די איינציגסטער קובע וואס יא און וואס נישט, און די תורה זאגט אז כל המרחם על האכזרים (צב''ש א דרייווער פון א באס פול מיט קינדערלעך וועלכער פעסט א לייט בשאט נפש) סופו מתאכזר על הרומנים, אפי' אויב דיין דעת בעל הבית זאגט אנדערש!

אן אכזר איז נאר אויב מען שטעלט יענעם אריין אין א סכנה, אויב איז א מצב וואס שטעלט נישט קיינעם אין קיין סכנה, איז דער קליפ ארויפשטעלר אן אכזר.
למשל ווען דו זעהסט א קאר שטיין ביי א רויט לייט פיר אזייגער פארטאגס אויף א שטילן געסעל ווי ס'איז נישט דא קיין נפש חי, און דו זעהסט ווי ער קוקט זיך גוט אום אויב ס'איז נישט דא קיין מענטשן און ער פעסט, און דו גייסט און שטעלסט ארויף דא א קליפ פון אים, ביסטו אן אכזר, און נישט ער, אפילו ער ''פעסט א לייט בשאט נפש''

ווער ס'האט שכל להבחין בין דבר לדבר פארשטייט וואס איך זאג. און ווער ס'איז וואס מ'פלעגט ביי אונז רופן ''א גראדער מעכל'' קען מען זיך טענה'ן אהין און צוריק א גאנצע נאכט און אין ערגעץ נישט אנקומען.
לעניות דעתי איז דאס דער פשט אין מדרש וואס שטייט ביי שלמה המלך 'ויחכם מכל האדם' זאגט דער מדרש אפילו מן השוטים. והבן
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

וואס איז מיט דינא דמלכותא דינא?
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ס'פליעט אכזרים דא... טיטלען און סטעמפלעך.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

קושטא האט געשריבן:אן אכזר איז נאר אויב מען שטעלט יענעם אריין אין א סכנה, אויב איז א מצב וואס שטעלט נישט קיינעם אין קיין סכנה, איז דער קליפ ארויפשטעלר אן אכזר.
למשל ווען דו זעהסט א קאר שטיין ביי א רויט לייט פיר אזייגער פארטאגס אויף א שטילן געסעל ווי ס'איז נישט דא קיין נפש חי, און דו זעהסט ווי ער קוקט זיך גוט אום אויב ס'איז נישט דא קיין מענטשן און ער פעסט, און דו גייסט און שטעלסט ארויף דא א קליפ פון אים, ביסטו אן אכזר, און נישט ער, אפילו ער ''פעסט א לייט בשאט נפש''

דער האט בעצם היום מיט אב (מיט קינדער?) געפעסט א רויט, בשעת עס איז געווען קארס ביי ביידע זייטן פונעם אינטערסעקשאן גרייט צו פארן, און מענטשען האבן געמעגט קראסן, ער האט גענימען א ריסק צו זיין א רוצח אבי צו כאפן די לייט.

די פאקט אז ער איז א בר מזל אין ער האט קיינעם נישט געהארגעט מאכט אים. נישט אויס אכזר.
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

דממה דקה האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:אן אכזר איז נאר אויב מען שטעלט יענעם אריין אין א סכנה, אויב איז א מצב וואס שטעלט נישט קיינעם אין קיין סכנה, איז דער קליפ ארויפשטעלר אן אכזר.
למשל ווען דו זעהסט א קאר שטיין ביי א רויט לייט פיר אזייגער פארטאגס אויף א שטילן געסעל ווי ס'איז נישט דא קיין נפש חי, און דו זעהסט ווי ער קוקט זיך גוט אום אויב ס'איז נישט דא קיין מענטשן און ער פעסט, און דו גייסט און שטעלסט ארויף דא א קליפ פון אים, ביסטו אן אכזר, און נישט ער, אפילו ער ''פעסט א לייט בשאט נפש''

דער האט בעצם היום מיט אב (מיט קינדער?) געפעסט א רויט, בשעת עס איז געווען קארס ביי ביידע זייטן פונעם אינטערסעקשאן גרייט צו פארן, און מענטשען האבן געמעגט קראסן, ער האט גענימען א ריסק צו זיין א רוצח אבי צו כאפן די לייט.

די פאקט אז ער איז א בר מזל אין ער האט קיינעם נישט געהארגעט מאכט אים. נישט אויס אכזר.



מ'דארף דן זיין לכף . . . . . . .

די רויט לייט האט ער אפשר באמערקט, ,

די דעש קעמרא האט ער נישט באמערקט!
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

קושטא האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:[quote="קושטא"

און זיי נישט און דו ביסט נישט אזא תמים, נישט יעדע שאלה קען מען פרעגן א מורה הוראה, ס'דא שאלות וואס מ'דארף זיך אליין פרעגן.

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער ס'נישטא אזא זאך עפעס וואס מען קען נישט פרעגן קיין מורה הוראה! די תורה איז די איינציגסטער קובע וואס יא און וואס נישט, און די תורה זאגט אז כל המרחם על האכזרים (צב''ש א דרייווער פון א באס פול מיט קינדערלעך וועלכער פעסט א לייט בשאט נפש) סופו מתאכזר על הרומנים, אפי' אויב דיין דעת בעל הבית זאגט אנדערש!

אן אכזר איז נאר אויב מען שטעלט יענעם אריין אין א סכנה, אויב איז א מצב וואס שטעלט נישט קיינעם אין קיין סכנה, איז דער קליפ ארויפשטעלר אן אכזר.
למשל ווען דו זעהסט א קאר שטיין ביי א רויט לייט פיר אזייגער פארטאגס אויף א שטילן געסעל ווי ס'איז נישט דא קיין נפש חי, און דו זעהסט ווי ער קוקט זיך גוט אום אויב ס'איז נישט דא קיין מענטשן און ער פעסט, און דו גייסט און שטעלסט ארויף דא א קליפ פון אים, ביסטו אן אכזר, און נישט ער, אפילו ער ''פעסט א לייט בשאט נפש''

ווער ס'האט שכל להבחין בין דבר לדבר פארשטייט וואס איך זאג. און ווער ס'איז וואס מ'פלעגט ביי אונז רופן ''א גראדער מעכל'' קען מען זיך טענה'ן אהין און צוריק א גאנצע נאכט און אין ערגעץ נישט אנקומען.
לעניות דעתי איז דאס דער פשט אין מדרש וואס שטייט ביי שלמה המלך 'ויחכם מכל האדם' זאגט דער מדרש אפילו מן השוטים. והבן

אהא, און די מורי הוראה זענען נעבעך... וויאזוי רוםסטו עס אן? שוטים... און דערפאר פארשטיין זיי דאס נישט, נאר דו מיט דיין גרויסן קאפ פארשטייט עס.

כאפטי.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

Think and Thank האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:[quote="קושטא"

און זיי נישט און דו ביסט נישט אזא תמים, נישט יעדע שאלה קען מען פרעגן א מורה הוראה, ס'דא שאלות וואס מ'דארף זיך אליין פרעגן.

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער ס'נישטא אזא זאך עפעס וואס מען קען נישט פרעגן קיין מורה הוראה! די תורה איז די איינציגסטער קובע וואס יא און וואס נישט, און די תורה זאגט אז כל המרחם על האכזרים (צב''ש א דרייווער פון א באס פול מיט קינדערלעך וועלכער פעסט א לייט בשאט נפש) סופו מתאכזר על הרומנים, אפי' אויב דיין דעת בעל הבית זאגט אנדערש!

אן אכזר איז נאר אויב מען שטעלט יענעם אריין אין א סכנה, אויב איז א מצב וואס שטעלט נישט קיינעם אין קיין סכנה, איז דער קליפ ארויפשטעלר אן אכזר.
למשל ווען דו זעהסט א קאר שטיין ביי א רויט לייט פיר אזייגער פארטאגס אויף א שטילן געסעל ווי ס'איז נישט דא קיין נפש חי, און דו זעהסט ווי ער קוקט זיך גוט אום אויב ס'איז נישט דא קיין מענטשן און ער פעסט, און דו גייסט און שטעלסט ארויף דא א קליפ פון אים, ביסטו אן אכזר, און נישט ער, אפילו ער ''פעסט א לייט בשאט נפש''

ווער ס'האט שכל להבחין בין דבר לדבר פארשטייט וואס איך זאג. און ווער ס'איז וואס מ'פלעגט ביי אונז רופן ''א גראדער מעכל'' קען מען זיך טענה'ן אהין און צוריק א גאנצע נאכט און אין ערגעץ נישט אנקומען.
לעניות דעתי איז דאס דער פשט אין מדרש וואס שטייט ביי שלמה המלך 'ויחכם מכל האדם' זאגט דער מדרש אפילו מן השוטים. והבן

אהא, און די מורי הוראה זענען נעבעך... וויאזוי רוםסטו עס אן? שוטים... און דערפאר פארשטיין זיי דאס נישט, נאר דו מיט דיין גרויסן קאפ פארשטייט עס.

כאפטי.

דו דערמאנסט מיך פון געוויסע פעלער ביי געגעטע עלטערן, וויאזוי כלומר'שטע עסקנים טוען אפ אזעלכע אומדערהערטע רשעות מיט מסירה, נישט צוצלאזן קינדער צו עלטערן פאר יארן, אפילו נישט ביי קיין שמחות וכדו', אלעס פאר אביסל תאוות הנצחון און געלט, און ווען מ'האלט זיי פאר איז דער תירוץ כ'האב א היתר פון א רב.
דאס טייטש לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דבריהם על דין תורה, דאס הייסט זיי האבן געטוהן רציחה און זיי האבן נאך גענומען די תורה אויף זייער זייט אויך, אלע רשעות האט געהאט דעקונג פון די תורה גאר, אזוי ווי ביי מנשה ווען ער האט געהארגעט זיין זיידן ישעיהו הנביא מיטן תירוץ אז ישעי' האט גאר עובר געווען אויף די תורה, עיין גמ' סנהדרין. אבער נישט געזארגט גאט ברוך הוא האט זיך מיט זיי אלע אן עצה געגעבן.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אלע תורה'לעך זענען זייער שיין, אבער דו האסט אראפגעשטעלט אן הנחה אז דיין מיינונג איז פארקערט ווי סיי וועלכער דעת תורה וועט דיר זאגן, און דערפאר 'איז דא זאכן וואס מען קען נישט פרעגן קיין מורה הוראה (כלשונך), ווייל זיי פארשטיין נישט ריכטיג (לייען: אנדערש ווי דיר).

עניוועיז, איך בין נישט אין די גיסטע זיך צו טענה'ן הין און צוריק, גיי ווייטער אן מיט דיין הייליגע מיסיע נישט צוצולאזן צו פארלאנגען די מינדעסטע אחריות פון די וועלכע פירן ארום אונזערע קינדערלעך.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

אן אריינגיין אין די גאנצע דיבאטע דא

עס איז דא חיוב מן התורה פון דן זיין לכף זכות, "הוי דן את כל האדם לכף זכות"

א מענטש קען אמאל מאכען א טעות, עס פאסירט ביי יעדעם, אפילו ביי מענטשן,

מען פאר'גולם'ט זיך, מען כאפט זיך נישט, מען האט געזען א קאר פארט און געמאכט די טעות.

מען בעט די מדקדקים איינצוזיצען אביסל, און זיך קיקען אין שפיגעל ווען זיי מאכען א מיסטעיק.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איינער וואס פעסט א לייט ווייל ער יאגט זיך און ער זעהט נישט קיין אנדערע קאר, געוויינט זיך למעשה צי פעסן לייטס און "די" געוואוינהייט איז שוין יא א גרויסע סכנה

למעשה. דארף מען נאכאלטס דן זיין לכף זכות אבער מ'טאר נישט פארקוקן אויף סעיפטי און זאפארט נעמען שריט

קיין איין מוסד גייט נישט ארויסווארפן קיין דרייווער פאר איינמאל פעסן א לייט סאו מודיע זיין דעם מוסד איז גארנישט שלעכט

דעת קאטשי
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

בקיצור דו ווילסט נישט דן זיין לכף זכות, מיינוג פראטאקאלירט, די תורה האלט אנדערש.

איך בין אים 100% דן לכף זכות, ווייל דאס איז מיין חיוב מן התורה, און דאס איז מענטשליך צו טיען, ער איז מיין קינדס באס דריווער, איך רעספעקטיר אים פארוואס ער טוט, איך ווייס אז מענטשן מאכען טעותים, ער האט א אנגעצויגענע דשאב, און א טעות קען פאסירען.

מען קען צירוק גיין צו טראמפ.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דן זיין לכף זכות איז נישט קיין שום סתירה מיט כבדהו וחשדהו

איך בין אים דן לכף זכות אבער איך וויל זיכער מאכן אז ס'געשעט נישט נאכאמאל

איך רעד נישט פון מסר'ן. איך רעד פון מודיע זיין די מוסד. אויב באקומען זיי נישט קיין קאלס, ווייסן זיי נישט אבער אויב באקומען זיי נאר איין קאל גייען סיי נאכנישט אויפזאגן דעם דרייווער.

נישטא וואס צו דערלייגן פון א פאון קאל
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

נישטא וואס צו רעדן די באס דרייווערס דארפן זיין מער אחריותדיג און אלץ ערבות ווען די זעהסט ווי א איד טוט אן עוולה מאך אים אויפזאמערקאם, קוק איבער די דעש קעם, די נומבער פונעם באס און ווער געוואויר ווער דער דרייווער איז און רוף אים אן און זיי אים מעורר איבער די עוולה וואס ער איז באגאנגען, אויב ח״ו פאסירט עס נאכאמאל קום צוריק אויף אייוועלט און פרעג אן דעם דעת בעל הבית
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

שאלה? מעג א געלע באס אויפנעמען גרעסערע בחורים און נישט בלינקען די רויטע ליכט?
(געזעהן אזוינס לעצטנס)
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קושטא האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:יעדער בר דעת פארשטייט אז געזעץ לחוד וסעפטי לחוד, ווען א באס וויל כאפן די לייט און ס'ווערט די לעצטע רגע גרין, ווי ביי דעם באס אין ק''י, איז עס אפשר קעגן געזעץ אבער ער האט קיינעם נישט געשטעלט אין סכנה, און די אלע קאר דרייווערס וואס לייגן ארויף די קליפס, זיי אליין טוען אויך אזוי ווען זיי יאגן זיך, און באמת יעדער טוט אזוי.
און אפילו ביי דעם פאלענד ספרינג טראק איז גאנץ מעגליך אז ער האט נישט באמערקט די רויטע לייטס, ווייל די ראוד איז זייער ברייט, יעדער קען מאכן א טעות, און מעשים בכל יום אזעלכע זאכן.

ממילא זאלן וויסן די אלע וואס לייגן דא ארויף קליפס, עטס זענטס גרויסע רשעים וואס נעמען צו פרנסות און באשמוצן מענטשן סתם פאר גארנישט אונטערן שלייער פון סעפטי, און עטס זענטס עתידין ליתן את הדין, דו קענסט טאקע פארגיסן יענעמ'ס בלוט אונטער א באהאלטענעם ניק, אבער דער אויבערשטער ווייסט ווער דו ביסט און ער וועט אנקומען צו דיר, מיינטס נישט אז די וועלט איז הפקר.


דער פאלענד ספרינגס איז זיכער נישט קיין איד, און מ'נעמט נישט צו קיינעמס פרנסה
בנוגע באס סעיפטי, כ'וואלט געזאגט מ'זאל אויסמעקן די באס נאמבער, אבער די זאך בעצם איז לעניית דעתי מצוה לפרסם, פרעג א מורה הוראה יעדעס מאל עקסטער, און פרעג טאקע, איך זאג נאר מיין סברא וואס מ'זאל פרעגן, מוסדות זענען לענ"ד נישט גענוג פארזיכטיג, מען כאפט זיך א מינוט צו שפעט מער ווי איין מאל, מען דארף קוקן אויף די תשב"ר ערשט און כבוד הדרייווערס והמוסדות צווייט און נאכאמאל נאר דורך פרעגן א מורה הוראה קודם להלכה למעשה!

אויב מיינסטו אז אן אומשולדיגן גוי'ס פרנסה מעג יא צונעמען, דאן האסטו א גרויסן טעות, ורחמיו על כל מעשיו כתיב, און גאט וועט זיך פאר אים אויך אננעמען.

איך זאג נישט, מ'דארף זיין פארזיכטיג און מטאר נישט זיין לייכטזיניג ביים דרייוון, און מ'מעג און מ'דארף מעורר זיין דערויף, אבער פון דארט ביזן צונעמען איינעם א פרנסה אדער באשמוצען אין אלע גאסן, איז א עוון פלילי בל יכופר.

און זיי נישט און דו ביסט נישט אזא תמים, נישט יעדע שאלה קען מען פרעגן א מורה הוראה, ס'דא שאלות וואס מ'דארף זיך אליין פרעגן.


כ'זע נישט פארוואס די לויפסט אזוי ווילד דא מיט דעם נושא
פארוואס טראכסטו נישט אז פאלענד ספרינג קאמפעני וועט דן זיין בצדק וביושר לויט זיין קאנטראקט און די יוניאן וועט זיך זיכער אויך אננעמען פאר אים, געדענק מ'רעדט דא פון א אינו בן ברית און ביזט אזוי ווילד (אונזערע עלטערן פלעגן נישט אזוי ווילד ווערן איבער זיי - פארשטייט זיך מענטשליך אבער זאגן השי"ת וועט זיך פאר זיי אננעמען האווא דו גייסט עקסטרים ליבעראל) דער מענטש האט דאך אים נישט געפייערט.
און צו פרעגן א מורה הוראה האב איך זעלבסט פארשטענדליך געמיינט "נאכן זיך אליין פרעגן, און באשליסן אז ביי יענעם איז דא א פראבלעם" זאלסטו נאך אלץ פרעגן א מורה הוראה.
אני הקטן האב מער ווי איינמאל געזען לייכטזיניקייט אויף גאר א שטארקן אופן, סיי מצד דרייווער און סיי מצד הנהלת'ער וואס מ'מאכט זיי אויפמערקזאם צו פארבעסערן סעיפטי.
און זיי לאכן זיך אויס
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קאנסילמאן האט געשריבן:בקיצור דו ווילסט נישט דן זיין לכף זכות, מיינוג פראטאקאלירט, די תורה האלט אנדערש.

איך בין אים 100% דן לכף זכות, ווייל דאס איז מיין חיוב מן התורה, און דאס איז מענטשליך צו טיען, ער איז מיין קינדס באס דריווער, איך רעספעקטיר אים פארוואס ער טוט, איך ווייס אז מענטשן מאכען טעותים, ער האט א אנגעצויגענע דשאב, און א טעות קען פאסירען.

מען קען צירוק גיין צו טראמפ.

ס'איז אמת אז דרייוון א סקול באס איז א אנגעצויגענע דזשאב, אבער ס'איז א חיוב סיי מצד הנהלת המוסד און סיי מצד די עלטערן עס צו מאכן ווי ווייניגער אנגעצויגן, ענדערש ווארטן אפאר מינוט, און צאלן פאר נאך אפאר דרייווערס - מיטפארערס א גוט געהאלט, זיי זאלן טון זייער ארבעט בשלימות - מיר וואלטן נישט געוואלט אז דער בודק סכינים אין א שחט' הויז זאל זיין אנגעצויגן יאגעדיג און נערוועז, על אחת כמה וכמה אלף אלפי אלפים פעמים ככה, די וואס טראגן אונזערע קינדערלעך אויף סכנה'דיגע ראוידס!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איינער אויבן האט דא געשריבן
רוב פטאלע עקסידענטן ל''ע, גשעהן נעבעך פון אזעלכע אומשולדיגע סיטואציעס, בכלל נישט פון אזעלכע פעלער.
דאס איז מעשים בכל יום וואס ס'איז אלץ געווען און מ'קען דאס נישט ממילא פארמיידן.
ס'איז נישט אמת, סגעשעט אמאל עקסידענטן פון אומשולדיגע
אבער ליידער ליידער ליידער, וויפיל איך האב געזען פון דערנאנט און מיטגעהאלטן די "אמת" איז נישט אלץ אזוי, זייער זייער אסאך וואלט געקענט פארמיטן ווערן ווען מ'טוט ווען וואס מ'דארף צוטון, און די ערשטע זאך איז "נא ראש" ווען מ'טראגט קינדער!
ס'קומט שוין שבת און ס'איז א ראש אוועק צו גיין פונעם קאמפיוטער, "אבער נישט אויפן ראויד" !
א גוט שבת
אז מ'לעבט דערלעבט מען
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אלץ א באניצער פון פאבליק טראנספארטאציע מוז מען זיך לערנען פון זיי איין זאך, זייער דשאב איז צו פארן און נישט אנצוקומען, ממילא דרייווט ער מיט די פולסטע רואיגקייט, אמת איך אלץ פאסאזשיר פלאץ אוועק, אבער ער אלץ דרייווער טוט זיין דשאב בשלימות, ת"ת באסעס דארפן זיי פונקט אזוי, די דשאב איז מאכן די רוט, און פינעף מינוט פריער צו שפעטער טאר נישט שפילן א ראלע.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דממה דקה האט געשריבן:אלץ א באניצער פון פאבליק טראנספארטאציע מוז מען זיך לערנען פון זיי איין זאך, זייער דשאב איז צו פארן און נישט אנצוקומען, ממילא דרייווט ער מיט די פולסטע רואיגקייט, אמת איך אלץ פאסאזשיר פלאץ אוועק, אבער ער אלץ דרייווער טוט זיין דשאב בשלימות, ת"ת באסעס דארפן זיי פונקט אזוי, די דשאב איז מאכן די רוט, און פינעף מינוט פריער צו שפעטער טאר נישט שפילן א ראלע.

מיט א TINY פיצי פיצי צווישנשייד. זיי זיינען יוניאן ארבעטערס, און אויב קומען זיי נישט אן צו די נעקסטע ראן שיקט מען א צווייטען (אויך א יוניאן ארבייטער) צו מאכען וואס פעלט אויס. משא"כ... והמכין יכין
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קאנסילמאן האט געשריבן:אן אריינגיין אין די גאנצע דיבאטע דא

עס איז דא חיוב מן התורה פון דן זיין לכף זכות, "הוי דן את כל האדם לכף זכות"

א מענטש קען אמאל מאכען א טעות, עס פאסירט ביי יעדעם, אפילו ביי מענטשן,

מען פאר'גולם'ט זיך, מען כאפט זיך נישט, מען האט געזען א קאר פארט און געמאכט די טעות.

מען בעט די מדקדקים איינצוזיצען אביסל, און זיך קיקען אין שפיגעל ווען זיי מאכען א מיסטעיק.

א חיוב מן התורה? איך מיין אז ס'איז נאר ביי בית דין ווען מ'איז דן דיני נפשות.
אקעי, איך בין דיך דן לכף זכות אז די האסט נישט געמיינט ממש אז ס'איז א חיוב מן התורה
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

נו וודאי איז דאס מן התורה, דאס גייט אריין אינעם מצות עשה פון בצדק תשפוט עמיתך.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”