אל תחטאו בילד! פארט נישט אריבער סקול באס מיט לייטס אנגעצינדן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ציקוועטשטער
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובהדורך ציקוועטשטער » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:42 pm

farshlufen האט געשריבן:ביי די עשטע קליפ, זעהט מען נישט וואו די קאר סטאפד, ס'איז צו ווייט מ'זאל קענען זען צו ער איז נאך גענצליך פארן באס, ער באמערקט אבער שפעט.
ביטע קוקט איבער דעם קליפ, מען זעט ווי דער קאר פארשטייטערט זיך אפילו אבער גיבט א צוה ארויף ווען עס האט דערגרייכט נעבן דעם באס.
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 3:07 pm

שמו האט געשריבן:איז דא א פלאץ ווי מ'קען באריכטן ווען א קאר פליעט א דורך א באס מיט רויטע לעקטער'ס?

היינט ווען מיינע קינדער האבן געדארפט ארויף גיין אויפן באס, ביי א גרויסע גאס, דער באס האט זיך אפגעשטעלט, און געמאכט די רויטע לעקטער'ס, און מיינע קינדער האבן שוין אנגעהויבן צו גיין, ווען מיטאמאל איז א קאר געגעבן א פליה א דורך (דער קאר האט באמערקט דעם באס, און געסטאפט פאר א סקונדע, און נאכדעם זיך גענומען פליען ווייטער)

וויל איך וויסן, צו ס'איז דא א פלאץ, ווי מ'קען קלאגן אזוינע קאר'ס, ווייל איך האב שוין מיטגעהאלטן אסאך מאל אזא מעשה (בפרט אויף מיין גאס וואס איז א גרעסערע גאס), און אויב איז דא וואו צו באריכטן, וואלט איך געשטאנען מיט א קעמערע יעדן צופרי, אז ווען איינער פליעט א דורך, זאל איך קענען כאפן א פיקטשער און גלייך באריכטן פאר די אינסטאטוצן.

מען ברויך פרעגן א שאלה פאר מען טוט עפעס וואס קען אריינגיין אין מסירה.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 3:40 pm

ציקוועטשטער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ביי די עשטע קליפ, זעהט מען נישט וואו די קאר סטאפד, ס'איז צו ווייט מ'זאל קענען זען צו ער איז נאך גענצליך פארן באס, ער באמערקט אבער שפעט.
ביטע קוקט איבער דעם קליפ, מען זעט ווי דער קאר פארשטייטערט זיך אפילו אבער גיבט א צוה ארויף ווען עס האט דערגרייכט נעבן דעם באס.


טשולדיגט, כ'פארשלאפן ועוד, עס איז שוין געווען גענוג גיטע (ליידער) קליפס דא אויף אייוועלט צו מאכן דעם פוינט, די ערשטע קליפ דא פערצופעל איז בכלל נישט גוט פאר דעם, איך וואלט געזאגט דער באס דרייווער איז א חי', מ'דארף נאר דן זיין לכף זכות וועל איך עס נישט זאגן, אבער ער האט נישט געווארט אויף קעגן קומענדע טרעפיק און דערנאך זיך געשטעלט שיף און אויפגעמאכט די טיר =מינינג אנגעצינדן די רויטע לעמפלעך=.

מ'זעהט ווי די קאר טראכט פון סטאפן אבער באשליסט צו פארן ווייטער ווייל די געלע לייט'ס ארבעטן נאך (ער דארף וועין סלאוען, אבער דאס איז נישט די נושא יעצט), לויט די ווידיאו קען זיין אז די רויטע לייט'ס צינדן זיך אן ווען ער קען עס שוין נישט זעהן, דהיינו ער איז שוין צו נאנט צום באס.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 7:36 pm

צ״ק

פונקט היינט געזעהן.. דאס משוגע-און סכנה איז אן קיין גבול! זעה איך עס היינט צו מיט די אייגענע אויגן ווי א באס שטעלט זיך אפ, מאכט אויף די לייטס מיט די סטאפ-סיין און דער אידיאט!!! כאפט זיך שנעל אריבער!! רוצח! די סיטי מיט מענטשן'ס געדולט גייט ארויס מער און מער פון קאנטראל! ווי זענען די פאליס צו טיילן טיקעטס מיט פוינטס פאר די משוגעים?

#באשעפער היט דיינע אידישע קינדער.
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום דינסטאג דעצמבער 12, 2017 10:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

מיר וועלן אי״ה לכאורה ווערן בכלל נישט אדער נאר שוואך אקטיוו פון ארום January 2021 למספרם פאר בערך 2 יאר. ואתכם הסליחה

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 10:00 pm

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:איז דא א פלאץ ווי מ'קען באריכטן ווען א קאר פליעט א דורך א באס מיט רויטע לעקטער'ס?

היינט ווען מיינע קינדער האבן געדארפט ארויף גיין אויפן באס, ביי א גרויסע גאס, דער באס האט זיך אפגעשטעלט, און געמאכט די רויטע לעקטער'ס, און מיינע קינדער האבן שוין אנגעהויבן צו גיין, ווען מיטאמאל איז א קאר געגעבן א פליה א דורך (דער קאר האט באמערקט דעם באס, און געסטאפט פאר א סקונדע, און נאכדעם זיך גענומען פליען ווייטער)

וויל איך וויסן, צו ס'איז דא א פלאץ, ווי מ'קען קלאגן אזוינע קאר'ס, ווייל איך האב שוין מיטגעהאלטן אסאך מאל אזא מעשה (בפרט אויף מיין גאס וואס איז א גרעסערע גאס), און אויב איז דא וואו צו באריכטן, וואלט איך געשטאנען מיט א קעמערע יעדן צופרי, אז ווען איינער פליעט א דורך, זאל איך קענען כאפן א פיקטשער און גלייך באריכטן פאר די אינסטאטוצן.

מען ברויך פרעגן א שאלה פאר מען טוט עפעס וואס קען אריינגיין אין מסירה.


קוק דא
גאלדענע פעדער האט געשריבן:צ״ק

פונקט היינט געזעהן דאס משוגע-און סכנה איז אן קיין גבול! זעה איך עס היינט צו מיט שי אייגענע אויגן ווי א באס שטעלט זיך אפ, מאכט אויף די לייטס מיט די סטאפ-סיין און דער עדיאט!!! כאפט זיך שנעל אריבער!! רוצח! די סיטי מיט מענטשן געדולט גייט ארויס מער און מער פון קאנטראל! ווי זענען די פאליס צו טיילן טיקעטס מיט פוינטס פאר די משוגאים?

#באשעפער היט דיינע אידישע קינדער.


וויל איך וויסן, ממש אזוי האב איך געזעהן, ווען יענער האט א דין רודף, איז דאך דא א ענין פון מצילים בכל מה שיכול, טאר מען נישט גיין מסר'ן?, און אגב וויל איך וויסן אויב ס'דא א נפק"מ בין דרייווער יהודי לדרווייער נכרי
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3778
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 10:11 pm

פון וויפיל איך האב געהערט פון מענטשן וואס האבען געפרעגט דיינים, פון עטליכע שיכטען און קרייזען און אלע "אלע" האבען געזאגט אז דאס אדורכפארען א סקול באס איז רציחה
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 10:13 pm

שמו האט געשריבן:
רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:איז דא א פלאץ ווי מ'קען באריכטן ווען א קאר פליעט א דורך א באס מיט רויטע לעקטער'ס?

היינט ווען מיינע קינדער האבן געדארפט ארויף גיין אויפן באס, ביי א גרויסע גאס, דער באס האט זיך אפגעשטעלט, און געמאכט די רויטע לעקטער'ס, און מיינע קינדער האבן שוין אנגעהויבן צו גיין, ווען מיטאמאל איז א קאר געגעבן א פליה א דורך (דער קאר האט באמערקט דעם באס, און געסטאפט פאר א סקונדע, און נאכדעם זיך גענומען פליען ווייטער)

וויל איך וויסן, צו ס'איז דא א פלאץ, ווי מ'קען קלאגן אזוינע קאר'ס, ווייל איך האב שוין מיטגעהאלטן אסאך מאל אזא מעשה (בפרט אויף מיין גאס וואס איז א גרעסערע גאס), און אויב איז דא וואו צו באריכטן, וואלט איך געשטאנען מיט א קעמערע יעדן צופרי, אז ווען איינער פליעט א דורך, זאל איך קענען כאפן א פיקטשער און גלייך באריכטן פאר די אינסטאטוצן.

מען ברויך פרעגן א שאלה פאר מען טוט עפעס וואס קען אריינגיין אין מסירה.


קוק דא
גאלדענע פעדער האט געשריבן:צ״ק

פונקט היינט געזעהן דאס משוגע-און סכנה איז אן קיין גבול! זעה איך עס היינט צו מיט שי אייגענע אויגן ווי א באס שטעלט זיך אפ, מאכט אויף די לייטס מיט די סטאפ-סיין און דער עדיאט!!! כאפט זיך שנעל אריבער!! רוצח! די סיטי מיט מענטשן געדולט גייט ארויס מער און מער פון קאנטראל! ווי זענען די פאליס צו טיילן טיקעטס מיט פוינטס פאר די משוגאים?

#באשעפער היט דיינע אידישע קינדער.


וויל איך וויסן, ממש אזוי האב איך געזעהן, ווען יענער האט א דין רודף, איז דאך דא א ענין פון מצילים בכל מה שיכול, טאר מען נישט גיין מסר'ן?, און אגב וויל איך וויסן אויב ס'דא א נפק"מ בין דרייווער יהודי לדרווייער נכרי


וואס מיינסטו צו זאגן אז מ'זאל נישט פרעגן א שאלה ווייל גאלדענע פעדער האט געזען אזא מעשה?
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 11:29 pm

עס איז זיכער א עולה און א סכנה צו פעסן א באס מיט די לייטס אנגעצינדן אבער אז באסעס נוצן די לייטס צו פעסן טרעפיק טראכטן דרייווערס אז קען זיין יעצט גייען נישט קיין קינדער

https://www.dropbox.com/s/nrs1ainx7nkui ... 4.mp4?dl=0

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 11:44 pm

חי' רעה

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 12:04 am

ליידיג גייער האט געשריבן:עס איז זיכער א עולה און א סכנה צו פעסן א באס מיט די לייטס אנגעצינדן אבער אז באסעס נוצן די לייטס צו פעסן טרעפיק טראכטן דרייווערס אז קען זיין יעצט גייען נישט קיין קינדער

https://www.dropbox.com/s/nrs1ainx7nkui ... 4.mp4?dl=0


לויטן געזעץ ברויך א קאר אדורך לאזן א סקול באס פריער, א סקול באס האט די רייט אוו וועי.

ציקוועטשטער
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובהדורך ציקוועטשטער » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 12:36 am

דער קוטשער האט געשריבן:
ציקוועטשטער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ביי די עשטע קליפ, זעהט מען נישט וואו די קאר סטאפד, ס'איז צו ווייט מ'זאל קענען זען צו ער איז נאך גענצליך פארן באס, ער באמערקט אבער שפעט.
ביטע קוקט איבער דעם קליפ, מען זעט ווי דער קאר פארשטייטערט זיך אפילו אבער גיבט א צוה ארויף ווען עס האט דערגרייכט נעבן דעם באס.


טשולדיגט, כ'פארשלאפן ועוד, עס איז שוין געווען גענוג גיטע (ליידער) קליפס דא אויף אייוועלט צו מאכן דעם פוינט, די ערשטע קליפ דא פערצופעל איז בכלל נישט גוט פאר דעם, איך וואלט געזאגט דער באס דרייווער איז א חי', מ'דארף נאר דן זיין לכף זכות וועל איך עס נישט זאגן, אבער ער האט נישט געווארט אויף קעגן קומענדע טרעפיק און דערנאך זיך געשטעלט שיף און אויפגעמאכט די טיר =מינינג אנגעצינדן די רויטע לעמפלעך=.

מ'זעהט ווי די קאר טראכט פון סטאפן אבער באשליסט צו פארן ווייטער ווייל די געלע לייט'ס ארבעטן נאך (ער דארף וועין סלאוען, אבער דאס איז נישט די נושא יעצט), לויט די ווידיאו קען זיין אז די רויטע לייט'ס צינדן זיך אן ווען ער קען עס שוין נישט זעהן, דהיינו ער איז שוין צו נאנט צום באס.

אויסדרוקלעך נישט אמת. עס איז דא א היבשע צייט אפשניט פון ווען דער באס האט זיך געשטעלט שיעף ביז דער קאר קומט אן, און דער קאר איז נישט געפארן בכלל שנעל לכתחילה, אבער גיבט א ציהט ארויף ווען די רויטע לייטס ארבייטן. דער שטעלונג פונעם באס צייגט קלאר אז עס גייט דא אראפלייגן/אויפנעמען קינדער. און ווען די געלע לייטס ארבייטן און א באס שיעף און מען ציהט ארויף "צו כאפן" דעם לייט איז מען באגאנגען אן עוולה. והא ראי' דאס קינד איז שוין געווען היבש טיעף אינעם ראוד דאן.
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 2:34 am

צווייפעל האט געשריבן:
ליידיג גייער האט געשריבן:עס איז זיכער א עולה און א סכנה צו פעסן א באס מיט די לייטס אנגעצינדן אבער אז באסעס נוצן די לייטס צו פעסן טרעפיק טראכטן דרייווערס אז קען זיין יעצט גייען נישט קיין קינדער

https://www.dropbox.com/s/nrs1ainx7nkui ... 4.mp4?dl=0


לויטן געזעץ ברויך א קאר אדורך לאזן א סקול באס פריער, א סקול באס האט די רייט אוו וועי
.

אזוי גאר, אפשר האט ער דין וואו א Emergency vehicle, און יעדער מוז זיך רוקען פאר איהם.
ביטע צייכן צו אזא געזעץ.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 2:51 am

קנאפער ידען האט געשריבן:נאך איינס (דער דעיט פונעם קעמערע איז נישט אנגעשטעלט) https://www.dropbox.com/s/1ekeloxgom0zwyr/2.mp4?dl=0


די דרייווער פון די צווייטע באס (וואס האט דעם דעש קעם) קען אויך באקומען א טיקעט מיט פוינטס פאר'ן פעסן א סקול באס.

דאס געזעץ זאגט אז מען מוז סטאפן צוואנציג פיס פון א סקול באס, און אויב א באס שטעלט זיך אפ ביי א אינטער סעקשאן דארפן אלע פיר זייטן טרעפיק קומען צו א גענצליכע אפשטעל.

און דא זעהט מען קלאר אז די ערשטע באס שטעלט זיך אפ הארט ביים אינטער-סעקשאן, און די צווייטע באס מאכט א לינקס אין די צוואנציג פיס פון א אפגעשטעלטע באס.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 7:28 am

דא וואלט געדארפט פאסירן צוויי זאכען בנוגע דע נושא
די ערשטע איז אז די מוסדות זאלן זיך ארויסלאזן אין א מאסיווע קאמפיין אויפקלערן דעם עולם די רציחה פון אריבערפארן א סקול באס
והשנית דארפן די עסקנים ארבעטן מיט די ערוויילטע באמטע אויף א געזעץ וואס סוספענדירט די לייסענס פאר א חודש/יאר - אדער עפעס אנדרעש
עס זאל ארויסגיין די אפעטיט פון איינעם אריבערצופארן א סקול באס
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3900
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 7:56 am

קעו איך א באס דרייווער וואס פלעגט האלטן זיין טעלעפאן אים די האנט און גערופן 911 יעדע מאל איינער האט אים געפעסט אומלעגאל.
ער זאגט אז ער ציטערט! ער ציטערט צו אראפלייגן אדער אויפנעמען קינדער ווען ער ווייסט נישט אויב איינער וואס קומט צו פליען וועט אים אראפהאקן!

ס'איז אגב כדאי צו וויסן, אז בעצם טאר א באס נישט זיין שיף אויפן צווייטן ליניע, אבער ס'איז ליידער נישטא קיין ברירה!
...

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 8:35 am

פומפדותא האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:
ליידיג גייער האט געשריבן:עס איז זיכער א עולה און א סכנה צו פעסן א באס מיט די לייטס אנגעצינדן אבער אז באסעס נוצן די לייטס צו פעסן טרעפיק טראכטן דרייווערס אז קען זיין יעצט גייען נישט קיין קינדער

https://www.dropbox.com/s/nrs1ainx7nkui ... 4.mp4?dl=0


לויטן געזעץ ברויך א קאר אדורך לאזן א סקול באס פריער, א סקול באס האט די רייט אוו וועי
.

אזוי גאר, אפשר האט ער דין וואו א Emergency vehicle, און יעדער מוז זיך רוקען פאר איהם.
ביטע צייכן צו אזא געזעץ.


יא יא, אזוי ווי א עמערדזשענסי וויעקל....
צוגעלייגטע
20171213_083421.png
20171213_083421.png (134.84 KiB) געזעהן 3216 מאל

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 9:14 am

דאס איז דאך די טענה, וויבאלד לויט די געזעץ האט דער באס די אויבערהאנט, איז אויב נוצט ער זיינע לייטס נישט אראפצולייגן קינדער נאר צו אנקומען פאר מיר, קען עס ח"ו גורם זיין אז מענטשן זאלן נישט נעמען ערענסט זיינע לייטס.

ווען דו זאלסט אסאך מאל שטיין אין טרעפיק און ס'וועט אנקומען א הצלה וואלונטיר און אנצינדען זיינע עמערדשענסי לייטס, אבער ווי נאר ער איז אריבער דעם טרעפיק וועט ער פארלעשן זיינע לייטס, נאך אפאר מאל וועט עסהאבן א השפעה אויף דיין נאטורליכע רעאקציע ווען דו זעסט א עמערדשענסי וויהיקל.
פארשטייט זיך אז מען דארף אים נאכאלטס אדורכלאזען אבער א פראבלעם אאיז עס.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 10:17 am

ווער זאגט אז ער לאזט נישט אראפ די קינדער פון די צווייטע זייט ?

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 10:50 am

צווייפעל האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:
ליידיג גייער האט געשריבן:עס איז זיכער א עולה און א סכנה צו פעסן א באס מיט די לייטס אנגעצינדן אבער אז באסעס נוצן די לייטס צו פעסן טרעפיק טראכטן דרייווערס אז קען זיין יעצט גייען נישט קיין קינדער

https://www.dropbox.com/s/nrs1ainx7nkui ... 4.mp4?dl=0


לויטן געזעץ ברויך א קאר אדורך לאזן א סקול באס פריער, א סקול באס האט די רייט אוו וועי
.

אזוי גאר, אפשר האט ער דין וואו א Emergency vehicle, און יעדער מוז זיך רוקען פאר איהם.
ביטע צייכן צו אזא געזעץ.


יא יא, אזוי ווי א עמערדזשענסי וויעקל....
בילד

האסט נישט גוט אפגעלערנט דעם שטיקל.
קיינער דארף זיך נישט רוקן פאר א באס (ער איז נישט א עמערדזשענסי וויעקל ).
ער האט נישט קיין שום רעכט לויטן געזעץ צו אריינקאטן מיט פלעשינג לייטס, צוויי פונקטן
1 )אויב מאכט ער ווען א עקסידענט ביים דאס טוהן איז ער Guilty,
2 )אויב א פאליס זעהט איהם ווען באקומט ער א טיקעט.

עס איז א misconception וואס עס מיינט Right of way.
נארמאל אז איך פאר אין מיין לעין און איך האב נישט קיין רויט לייט מעג איך פאר'ן, זאגט אבער דאס געזעץ אז אויב א סקול באס צינדט אן די פלעשינג לייטס האט ער די רעכט מיר אפצושטעלן.

ווען דו סקראולסט ווען אביסל ווייטער זעסטו דאס.
Screenshot_2017-12-13-10-36-18-1.png
Screenshot_2017-12-13-10-36-18-1.png (104.64 KiB) געזעהן 3083 מאל

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 11:08 am

בין איך נישט קיין לויער, אבער מיר זעט אויס אז מען ברויך יולדען די רייט אוו וועי פאר א באס, כאילו עס וואלט געווען א יועלד טאוול, אזוי ווי סעיף א' גארנישט מיט פלעשינג לייטס.

ביי עמערדזשענסי וויעקלס שטייט ווען זיינע לייטס זענען אן, ביי א באס שטייט סתמא.

איך פארשטיי עס אז א באס האט א זכות קדימה.

זכריהו
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2017 12:47 pm

תגובהדורך זכריהו » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 11:12 am

ליידיג גייער האט געשריבן:עס איז זיכער א עולה און א סכנה צו פעסן א באס מיט די לייטס אנגעצינדן אבער אז באסעס נוצן די לייטס צו פעסן טרעפיק טראכטן דרייווערס אז קען זיין יעצט גייען נישט קיין קינדער

https://www.dropbox.com/s/nrs1ainx7nkui ... 4.mp4?dl=0


וואס זעט מען דא? אז א באס נעמט מעגליך איבריגע עדווענטעדזש פון זיינע רעכטן?

עס האט נישט קיין שייכות מיט קיין רציחה, ער האט קיינעם נישט געלייגט אין א סכנה

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 4:37 pm

ליידיג גייער האט געשריבן:עס איז זיכער א עולה און א סכנה צו פעסן א באס מיט די לייטס אנגעצינדן אבער אז באסעס נוצן די לייטס צו פעסן טרעפיק טראכטן דרייווערס אז קען זיין יעצט גייען נישט קיין קינדער

https://www.dropbox.com/s/nrs1ainx7nkui ... 4.mp4?dl=0

דו זעהסט דען צו ער לאזט נישט אראפ קינדער אויף די אנדערע זייט ??????
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 4:51 pm

מיינסט אז ער האט טאקע אראפגעלאזט די קינד ביי חי קעיר, יענער נוצט דאך אסותא?!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 5:34 pm

זכריהו האט געשריבן:
ליידיג גייער האט געשריבן:עס איז זיכער א עולה און א סכנה צו פעסן א באס מיט די לייטס אנגעצינדן אבער אז באסעס נוצן די לייטס צו פעסן טרעפיק טראכטן דרייווערס אז קען זיין יעצט גייען נישט קיין קינדער

https://www.dropbox.com/s/nrs1ainx7nkui ... 4.mp4?dl=0


וואס זעט מען דא? אז א באס נעמט מעגליך איבריגע עדווענטעדזש פון זיינע רעכטן?

עס האט נישט קיין שייכות מיט קיין רציחה, ער האט קיינעם נישט געלייגט אין א סכנה



איינער האט געזאגט אז יא?

ליין וואס ער האט געשריבן
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

פעסט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2016 3:42 pm

תגובהדורך פעסט » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 10:38 pm

eller האט געשריבן:
ליידיג גייער האט געשריבן:עס איז זיכער א עולה און א סכנה צו פעסן א באס מיט די לייטס אנגעצינדן אבער אז באסעס נוצן די לייטס צו פעסן טרעפיק טראכטן דרייווערס אז קען זיין יעצט גייען נישט קיין קינדער

https://www.dropbox.com/s/nrs1ainx7nkui ... 4.mp4?dl=0

דו זעהסט דען צו ער לאזט נישט אראפ קינדער אויף די אנדערע זייט ??????


9:30 צופרי לייגט מען נישט אראפ קינדער, מזעט אויך נישט קיין קינדער ווארטן דארט ארויפציגיין אויפן באס
אפילו סאיז יא ארויף קינדער האט ער אנגעהיובן פארן ווען דו לייטס האבן נאך געארבעט וואס סאיז ממש מוכח אז סאיז געטוען געווארן צי קראסן דו טרעפיק.
אבער דו הלכה איז אז מאיז נאך אלץ מחוייב צו דן זיין לכף זכות, עמיר טאקע דן זיין לכף זכות.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Alexa [Bot] און 4 געסט