עפעס האט קואומא געהאלטן א דרשה און געלשעפט נחת פון זיין פראיעקט
https://amp.lohud.com/amp/4190157002די ווידיאו דארט פון בערך 5 מינוט איז געראדע ריין מ'קען עס דא אהער ברענגען ווער ס'וויל זיין אזוי גוט, און ווייסט וויאזוי מ'טוט עס, פאר דעי וואס האבן נישט קיין צוטריט
מיין אפשאצונג דערווייל איז, באופן כללי וועט עס פארגרינגערן די טרעפיק און ס'גאנץ א סוקסעספול פראיעקט
אבער צווישן די זאכן וואס ער טוט זיך אויף, זאגט ער 2 זאכן וואס איז טאקע נישט ליגנט, אבער אויך נישט אינגאנצן אמת
1) אז מ'האט אפגעטיילט די לאקאלע טרעפיק פון די שאפינג מאלל געסט
2) אז מ'האט צוגעלייגט א נייע סאוט עקזיט/ענטרענס צום מאל פאר די געסט טרעפיק
אין די ביזי חגאות סעזאן און אויך אסאך פשוטע זונטיג'ס ווען די מאלל שאפערס גייען ניצן יענע נייע עקזיט וועט עס מאכן טרעפיק פאר די לאקאלע איינוואוינער וואס קומען ארויס פון טראוועי צו קרית יואל זייט במילא איז עס נישט גענוג אפגעטיילט די לאקאלע טרעפיק פון די שאפינג געסט
ווען ער וואלט געמאכט די עקזיט/ענטרענס גלייך פון טראוועי רעמפ צום מאלל, אן ארויף קומען צום 32 וואלט עס געווען סאך מער א דבר השלם
יעצט איז עס נאך היפש א טשולענט אין די שווערע טעג (וואס פאר יענע טעג האט מען בעיקר געמאכט דעם פראיעקט)
ס'וועט נאך אלץ זיכער זיין בעסער ווי אמאל אבער מהדורה שנייה קען נאך ניצן הוספות