סאודי אראביע זיכט קריג מיט איראן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

נחום וואהלינער האט געשריבן:הרב טראכטער: איך טראכט אנדרעש ווי דיין קעפיל [תרתי משמע].

1. סאודי זוכט נישט קיין קריג מיט איראן, זי זוכט אראפ צו נעמען די איראנע לאפעס וואס פראבירען איר צו דערשטיקן.
זיי האב פאר לאנגע יאר געווען א דיפלאמאטישע [עכ"פ לפנים = אלע אראבער זענען שקרנים] מדינה אין נישט געזוכט קיין "אפענע" פראבלעמען מיט קיינעם, ממילא אויב איינער מאכט פראוועקאציע איז איראן.

2. כ'גיי נישט זאגן אז זיי זענען אטהבי ישראל וכל שכן אוהדי מדינת ישראל, אבער במציאות זענען זיי די קלענסטע פראבלעם פאר מדנ"י אין די מיטל מזרח, חיזבאלא און חאמאס באקומען אפענע שטיצע פון איראן נישט פון סאודי, ועוד ועוד
פארקערט ווען נישט די "רעליגיע מלחמה" וואלטען זיי שוין לאנג געהאט אפענע באציהונגען מיט מדינת ישראל.


1. לעת עתה - אויפן מאמענט זענען זיי וואס בונטעווען.

2. סאודי איז די עקסטרעמסטע איסלאמישע לאנד
אמת צוליב אסאך סיבות זענען זיי די נאנסטע צו מדנ''י - איז עס אבער נאר מלחוץ, מיסודו זענען זיי אבער די גרעסטע שונאים פאר מדנ''י, עס איז א זה לעומת זה.

(איך שרייב פון א אראבישע קוק ווינקעל וויאזוי א אראבער קוקט אן מדנ''י ווי די פארטרעטער פון אידיש פאלק, מיר ווייסען אז ציונים מיט אידישקייט האבן גאנץ קנאפ שייכות)
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

א. טראכטער האט געשריבן:
1. לעת עתה - אויפן מאמענט זענען זיי וואס בונטעווען.

2. סאודי איז די עקסטרעמסטע איסלאמישע לאנד
אמת צוליב אסאך סיבות זענען זיי די נאנסטע צו מדנ''י - איז עס אבער נאר מלחוץ, מיסודו זענען זיי אבער די גרעסטע שונאים פאר מדנ''י, עס איז א זה לעומת זה.

1. זיי בונטעווען און וויינען מחמת פחד. נישט קיין מיליטערישע אקטיוויטעטן - איראן וואלט שוין זיך ווילד געווארן ווען א מיסל קומט צו פליען אין איר טעריטאריע.

2. עקסטרעם אין רעליגיע, אבער אין די זעלבע צייט די מערסטע מאדערן פארגעשריטען אין אפענ"ד מיינדעד אראבער [איך רעד נישט פון די פרייע], זייער אמאליגע [היינטיגע] שטיצע פאר טעראר איז אזוי ווי ביי קאטאר, עס קומט פון א גילטי סענ"ס אז היות איך בין א נייס גיי און נישט א שאהיד זאל איך כאטש העלפען די שאהידן..
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

נחום וואהלינער האט געשריבן:איר שרייבט זייער ריכטיג, אבער אנשטאט שרייבן אז זיי "פלאנען" איבער צונעמען די וועלט, שרייבטס בעסער אז זיי "ווילען". ודו"ק

למעשה היינטיגע צייטן ארבעטען זיי אסאך מער צו איבער נעמען דורך פרעדיגען אין פארשפרייטען זייער רעליגיע און ווייניגער דורך מלחמה.


זיי ווילן. גערעכט.
און דאס יוטס זיי פלאנען יא, איז א תוצאה פון זייערע רצונות.
און דאס וואס זיי פארשפרייטן זייער אידאלאגיע און רעליגיע, שטעלט זיך אויס צו זיין ליידער גאר שעדליך.
mi a nagy ügy
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

סאודי אראביע האט נעכטן פארארדענט אלע אירע בירגער וואס געפינען זיך אין לבנון, אז זיי זאלן וואס שנעלער עוואקואירן, נאכדעם וואס דער געפאר פון א באלדיגער קריג ווערט ערנסטער

איד דעלי
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:רוסלאנד חלומ'ט נישט פון איינעמען מער טעריטאריע? גרוזיע און קריימיע יוכיח.
כינע חלומ'ט נישט? דרום כינעזע ים און נאך ערטער זאגן אנדערש. פאקטיש האבן זיי טעריטאריע קאנפליקטן מיט כמעט יעדע שכן, וואס אלע זענען אין רעזולטאט פון כינע'ס נעמען מיט כח.

מיט גרוזיע אויב געדענק איך גוט איז די מלחמה געווען איבער 2 טעריטאריעס אין גרוזיע וואס האבן זיך אפגעריסן און זיך דערקלערט אלץ זעלבסשטענדיגע לענדער, די גאנצע וועלט אנערקענט זיי נישט אויסער רוסלאנד, און ווען גרוזיע האט איינמאל געטרייט זיי צוריק איינצונעמען איז רוסלאנד זיי געקומען צו הילף און פארטריבן גרוזיע,

דאס אז געוויסע פעלקער זאלן זיך וועלן אפרייסן פון די לאנד ווי זיי עגפונען זיך און ווערן זעלבסשטענדיג גייט אן מיט א פעסקייט אלע יארן ווי די לעצטע וואכן אליינס האבן די קורדן אין איראק, די קאטלוינישע פון שפאניע פראבירט צו באקומען זעלבסשטענדיקייט, אבער איינעמען אנדערע לענדער און עס דערקלערן פאר אייגענע טעראטאריע האט שוין נישט פאסירט זייט נאך די צווייטע וועלט מלחמה ווען רוסלאנד האט אריינגענומען אירע ארומיגע לענדער אונטער אירע לאפעס, (חוץ אפשר די פאלקלענד איילענדס פון ארגענטינע וואס ענגלאנד האט פארכאפט)

זייט דעמאלסט זענען געווען געציילטע מאל וואס א לאנד האט פראבירט איינצונעמען טערעטאריע פון א צווייטן, סאדאם כוסעין האט פארכאפט קאוועיט, און ביז אפאר חדשים פארטריבן געווארן דורך אמעריקע און די קאליציע, מדנ"י האט יא סוקסעספול פארכאפט שטחים פון אירע שכנים, מערב ברעג און אלט ירושלים פון ירדן, גולן פון סיריע, ריזיגע שטחים פון מצרים, אבער נאר נאכדעם וואס זיי האבן אנגעהויבן מלחמה מיט איר.

ווייטער ביי קריימיע איז עמטליך עכ"פ געווען א רעפערענדום וואס כלומפר'ש האבן די וויילער פארלאנגט צוריקצוגיין צו רוסלאנד, אבער מ'רעדט פון א שטח וואס האט פאר 1954 דוכט זיך, באלאנגט פאר רוסלאנד.

טשיינע האט דערקלערט אינטערנאצינאלע הפקר'דיגע וואסערן אלץ אירע שטחים, אדער אומבאוואוינטע אינזלעך.
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

SPUSMN האט געשריבן:אויף וואס נישט.

איך האב אויך חשק צו אונען די עמפייער סטעיט בילדינג!
--
סאדי אראביע אדער איראן קענען האבן אויף זייערע בוקס אז זיי ווילן הערשן אויף די גאנצע וועלט אבער זיי ביידע ווייסן אז דאס איז בלויז הילכתא למשיחא, נישט אז ס'גייט פאסירן אין מציאות, די וועלט מאפע האט נישט געהאט קיין ערענסטע טעינדשעס אין די לעצטע 70 יאר און זיי גלייבן נישט אז אין די קומענדיגע 70 יאר וועט זיך עס יא טשעינדשן אפי' אויב זיי וועלן אלע האבן אטאמישע וואפן.

איראן וויל און פראבירט אלעס אין די וועלט צו דרייען א רעדל אז די מיטל מזרח זאלן זיך פירן לויט זייער געשמאק, און זיכען אונטערצומינעוון סאודי אראביע אויף טריט און שריט, שטיצן די שאיאטישע סעקטעס אין ארומיגע אראבישע מדינות, (בערך ווי אמעריקע און רוסלאנד האבן זיך געטרייט צוצופיקסן איינס דעם צווייטן אין אפגאניסטאן אדער דרום אמעריקע) אבער איינעמען נייע שטחים?
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

פאר אלע תמימים, אדער מאכן זיך פאר תמימים.
איראן האלט און איין ציזאגען אז זיי גייען אפמעקן מדנ"י ה"י היל"ת.
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

אוי באשעפער זיסער

איראן "זאגט צו"
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

מיר וואונדערט דאס אז אויסער אין די אידישע מידיע האב איך נאך אין ערגעץ געהערט איבער סיי וואספארא אנגעצויגנקייט צווישן אראביע און איראן איבער די לעצטערע צייט.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

לחם לשובע האט געשריבן:פאר אלע תמימים, אדער מאכן זיך פאר תמימים.
איראן האלט און איין ציזאגען אז זיי גייען אפמעקן מדנ"י ה"י היל"ת.

צוזאגן און ליבהאבן קאסט נישט קיין געלט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שאהן הענניטי האט געשריבן:מיר וואונדערט דאס אז אויסער אין די אידישע מידיע האב איך נאך אין ערגעץ געהערט איבער סיי וואספארא אנגעצויגנקייט צווישן אראביע און איראן איבער די לעצטערע צייט.


ס'איז א אייביגע אנגעצויגנקייט, ס'איז א דבר ידוע מען דארף נישט יעדן טאג רעדן דערפון
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

סאו דו זאגסט אז גארנישט ספעציעל קומט פאר.

פון די אשכול איז משמע אז עפעס אויסערגעווענליך גייט פאר אזש מען רופט אהיים בירגער פון לבנון.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

לאלתר לחיים האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:פאר אלע תמימים, אדער מאכן זיך פאר תמימים.
איראן האלט און איין ציזאגען אז זיי גייען אפמעקן מדנ"י ה"י היל"ת.

צוזאגן און ליבהאבן קאסט נישט קיין געלט.

איראן האט גענוג א גרויסע רעזומעי פון הרג'ענען און באמבארדירן איבער די וועלט, אריינגערעכנט די יעצטיגע פראקסי מלחמה אין תימן. זיי האבן גאנץ א קליינער פראבלעם מקיים צו זיין זייער צוזאג אזויווי זיי באקומען נאר די מעגליכקייט רח''ל, איבערהויפט אז די גאנצע אראבישע וועלט וועט זיי שטיצן, באונס (סאודי אראביע וכדו') צו ברצון (קאטאר וכדו').
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

שאהן הענניטי האט געשריבן:סאו דו זאגסט אז גארנישט ספעציעל קומט פאר.

פון די אשכול איז משמע אז עפעס אויסערגעווענליך גייט פאר אזש מען רופט אהיים בירגער פון לבנון.

דאס אז מען רופט אהיים בירגער פון לבנון איז אויך נישט געמאלדן געווארן אין ערגעץ חוץ ביי די היימישע?
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש »

שאהן הענניטי האט געשריבן:מיר וואונדערט דאס אז אויסער אין די אידישע מידיע האב איך נאך אין ערגעץ געהערט איבער סיי וואספארא אנגעצויגנקייט צווישן אראביע און איראן איבער די לעצטערע צייט.

Google search
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

לאלתר לחיים האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:פאר אלע תמימים, אדער מאכן זיך פאר תמימים.
איראן האלט און איין ציזאגען אז זיי גייען אפמעקן מדנ"י ה"י היל"ת.

צוזאגן און ליבהאבן קאסט נישט קיין געלט.

הייסט עס אז מעכתה"ר טענה'ט אז זיי זאגען נאר צי, און מיינען עס נישט ערנסט, אבער אויב עס איז דא מענטשן וואס נעמען עס יא ערנסט, ווייל דא רעדט מען פון גרויזאמע מערדער, אנטיסעמיטן, מיט א בלוטיגע רעקארד, ימ"ש, פארוואס מיינט איהר אז עס איז נאר א אנשטעל? פארוואס מיינט איהר אז מען דארף זיי לאכן אין די פנים.

פאר קנאפע אכציג יאר צוריק איז אויך געווען א פארשוין וואס האט געסטראשעט, ווען איהר וואלט געווען דעמאלט וואלט איהר אויך געזאגט אז זיי זאגן סתם ווייל עס קאסט נישט קיין געלט.

נישט חלילה איך געב דא רעכט פאר די ציוניסטישע פושעים ופורקים שר"י [זאל זייער ממשלה שנעל קומען צי א ענד ברחמים ובחסדים], אבער מיט די נקודה האבן זיי רעכט, און מען מוז מתפלל זיין אז די איראנע רעזשים זאל האבן א מפלה.
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

איז דא עמיצער וואס קען סאמערייזן די דיבאטע, קלאר אראפשטעלן די שיטות כל הצדדים כדי שירוץ בו הקורא און פארשטיין די יסודות פון די פלוגתא?
שבעה מי יודע!?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

zibala האט געשריבן:איז דא עמיצער וואס קען סאמערייזן די דיבאטע, קלאר אראפשטעלן די שיטות כל הצדדים כדי שירוץ בו הקורא און פארשטיין די יסודות פון די פלוגתא?

;l;p- נאכן דורכליינען די אלע תגובות האב איך געקריגן אין קאפ די זעלבע פראגע...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א פרישער באריכט אין "רויטערס" דעטאליזירט די דראמא וואס שפילט זיך אפ צווישן לבנון און סאודי אראביע, נאכדעם וואס דער לבנון פרעמיער מיניסטער, סאאד הארירי, האט אומדערווארט געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון אמט פאריגע וואך שבת. דער באריכט באשטעטיגט די לעבאנעזער באשולדיגונגען, אז הארירי האט נישט רעזיגנירט פון זיין אייגענעם ווילן, נאר די סאודיער האבן אים געצוואונגען דאס צו טאן.

דער באריכט לויטעט אז הארירי האט צום ערשט געמיינט, ווען ער איז געקומען אויף זיין באזוך קיין סאודי אראביע, אז ער קומט פאר א רוטינעם באזוך צום קעניג סאלמאן, אבער גלייך ווען ער איז אפגעשטיגן פון פליגער, האט ער געזען אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, ווען קיין איין סאודיער פרינץ אדער רעגירונג מיניסטער האט אים נישט אפגעווארט, ווי ס'איז דער סדר ביי אזעלכע באזוכן. מינוטן שפעטער, זענען סאודיער אגענטן צוגעטרעטן צו אים, אים אריינגעזעצט אין א קאר געצווינגענערהייט, און אינעם קאר קאנפיסקירט זיין סעלפאון. 24 שעה שפעטער איז ער ערשינען אויף א נייעס סטאנציע, וואס ווערט קאנטראלירט דורך דער סאודיער מלוכה, און געצווינגענערהייט האט ער פארגעלייענט א פארגעשריבענעם סטעיטמענט, מעלדנדיג זיין רעזיגנאציע.

איד דעלי
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איין טאג נאכדעם וואס ס'איז אויפגעדעקט געווארן פאר דער וועלט, אז דער לבנון פרעמיער מיניסטער סאאד הארירי האט נישט רעזיגנירט פון אייגענעם ווילן, נאר די סאודיער מלוכה האט אים געצוואונגען דאס צו טאן, האט הארירי געזאגט נעכטן אז ער גרייט זיך צוריקצוקומען צו זיין היימלאנד לבנון ביז געציילטע טעג.

עס איז ארויסגעהויבן געווארן דער אינטערעסאנטער פענאמען אז אין אזא לאנד ווי לבנון, וואו דאס פאלק און די רעגירונג איז צעריסן אין פארשידענע פאליטישע און רעליגיעזע קאנפליקטן, האט זיך דאס גאנצע לאנד ממש פאראייניגט מיט א פארלאנג פון סאודי אראביע צו לאזן הארירי אהיימקומען און מיט א הייסע ביטע צו הארירי אז ער זאל ווייטער דינען אויפ'ן אמט אלס פרעמיער מיניסטער.

הארירי האט נעכטן ביים מעלדן אז ער גייט אהיימקומען געזאגט, אז ער קלערט מעגליך טאקע פון צוריקציען פון זיין רעזיגנאציע, אבער נאר אויב כיזבאלא וועט רעספעקטירן די לעבאנעזער רעגירונג פאליסי פון ארויסשטיין פון אלע קאנפליקטן אינעם מיטל מזרח.

איד דעלי
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

פעיק נוז האט געשריבן:א פרישער באריכט אין "רויטערס" דעטאליזירט די דראמא וואס שפילט זיך אפ צווישן לבנון און סאודי אראביע, נאכדעם וואס דער לבנון פרעמיער מיניסטער, סאאד הארירי, האט אומדערווארט געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון אמט פאריגע וואך שבת. דער באריכט באשטעטיגט די לעבאנעזער באשולדיגונגען, אז הארירי האט נישט רעזיגנירט פון זיין אייגענעם ווילן, נאר די סאודיער האבן אים געצוואונגען דאס צו טאן.

דער באריכט לויטעט אז הארירי האט צום ערשט געמיינט, ווען ער איז געקומען אויף זיין באזוך קיין סאודי אראביע, אז ער קומט פאר א רוטינעם באזוך צום קעניג סאלמאן, אבער גלייך ווען ער איז אפגעשטיגן פון פליגער, האט ער געזען אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, ווען קיין איין סאודיער פרינץ אדער רעגירונג מיניסטער האט אים נישט אפגעווארט, ווי ס'איז דער סדר ביי אזעלכע באזוכן. מינוטן שפעטער, זענען סאודיער אגענטן צוגעטרעטן צו אים, אים אריינגעזעצט אין א קאר געצווינגענערהייט, און אינעם קאר קאנפיסקירט זיין סעלפאון. 24 שעה שפעטער איז ער ערשינען אויף א נייעס סטאנציע, וואס ווערט קאנטראלירט דורך דער סאודיער מלוכה, און געצווינגענערהייט האט ער פארגעלייענט א פארגעשריבענעם סטעיטמענט, מעלדנדיג זיין רעזיגנאציע.

איד דעלי

איז דאס קראנט? אויב יא וועט דאס זיין אן ערנסטע קלאגע אויף פארלעצונגען קעגן סאודיע, שווער צי גלייבען מסתבר אז ס'הוילע טיפיקעל אראבישע שקרים און קאנספיראציעס.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

לחם לשובע האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:א פרישער באריכט אין "רויטערס" דעטאליזירט די דראמא וואס שפילט זיך אפ צווישן לבנון און סאודי אראביע, נאכדעם וואס דער לבנון פרעמיער מיניסטער, סאאד , האט אומדערווארט געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון אמט פאריגע וואך שבת. דער באריכט באשטעטיגט די לעבאנעזער באשולדיגונגען, אז הארירי האט נישט רעזיגנירט פון זיין אייגענעם ווילן, נאר די סאודיער האבן אים געצוואונגען דאס צו טאן.

דער באריכט לויטעט אז הארירי האט צום ערשט געמיינט, ווען ער איז געקומען אויף זיין באזוך קיין סאודי אראביע, אז ער קומט פאר א רוטינעם באזוך צום קעניג סאלמאן, אבער גלייך ווען ער איז אפגעשטיגן פון פליגער, האט ער געזען אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, ווען קיין איין סאודיער פרינץ אדער רעגירונג מיניסטער האט אים נישט אפגעווארט, ווי ס'איז דער סדר ביי אזעלכע באזוכן. מינוטן שפעטער, זענען סאודיער אגענטן צוגעטרעטן צו אים, אים אריינגעזעצט אין א קאר געצווינגענערהייט, און אינעם קאר קאנפיסקירט זיין סעלפאון. 24 שעה שפעטער איז ער ערשינען אויף א נייעס סטאנציע, וואס ווערט קאנטראלירט דורך דער סאודיער מלוכה, און געצווינגענערהייט האט ער פארגעלייענט א פארגעשריבענעם סטעיטמענט, מעלדנדיג זיין רעזיגנאציע.

איד דעלי

איז דאס קראנט? אויב יא וועט דאס זיין אן ערנסטע קלאגע אויף פארלעצונגען קעגן סאודיע, שווער צי גלייבען מסתבר אז ס'הוילע טיפיקעל אראבישע שקרים און קאנספיראציעס.

הארירי אליין האט עס נעכטן געלייקנט, און געזאגט אז ביז אפאר טעג וועט ער צוריק זיין אין לבנון. גיי ווייס...
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

נאר וואס, ער האט סתם אזוי באשלאסן צו פארן קיין סאודי אראביע צו מעלדן זיין רעזיגנאציע?
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

לחם לשובע האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:א פרישער באריכט אין "רויטערס" דעטאליזירט די דראמא וואס שפילט זיך אפ צווישן לבנון און סאודי אראביע, נאכדעם וואס דער לבנון פרעמיער מיניסטער, סאאד הארירי, האט אומדערווארט געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון אמט פאריגע וואך שבת. דער באריכט באשטעטיגט די לעבאנעזער באשולדיגונגען, אז הארירי האט נישט רעזיגנירט פון זיין אייגענעם ווילן, נאר די סאודיער האבן אים געצוואונגען דאס צו טאן.

דער באריכט לויטעט אז הארירי האט צום ערשט געמיינט, ווען ער איז געקומען אויף זיין באזוך קיין סאודי אראביע, אז ער קומט פאר א רוטינעם באזוך צום קעניג סאלמאן, אבער גלייך ווען ער איז אפגעשטיגן פון פליגער, האט ער געזען אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, ווען קיין איין סאודיער פרינץ אדער רעגירונג מיניסטער האט אים נישט אפגעווארט, ווי ס'איז דער סדר ביי אזעלכע באזוכן. מינוטן שפעטער, זענען סאודיער אגענטן צוגעטרעטן צו אים, אים אריינגעזעצט אין א קאר געצווינגענערהייט, און אינעם קאר קאנפיסקירט זיין סעלפאון. 24 שעה שפעטער איז ער ערשינען אויף א נייעס סטאנציע, וואס ווערט קאנטראלירט דורך דער סאודיער מלוכה, און געצווינגענערהייט האט ער פארגעלייענט א פארגעשריבענעם סטעיטמענט, מעלדנדיג זיין רעזיגנאציע.

איד דעלי

איז דאס קראנט? אויב יא וועט דאס זיין אן ערנסטע קלאגע אויף פארלעצונגען קעגן סאודיע, שווער צי גלייבען מסתבר אז ס'הוילע טיפיקעל אראבישע שקרים און קאנספיראציעס.

און? ווער גייט וואס טון פאר סאודיע איבער די קלאגעס?
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

קידנעפן א אמטירענדען פרעמיער מיניסטער איז גאנץ א ווילד שטיקל, עס טוט שאדן די אנשטעל כאילו סאודיע ארביע איז א ארנטליך מדינה - אויב ס'אמת, (נאר יענע וואך האבן זיי ארעסטירט פול פון די קעניגליכע פאמיליע איבער קאראפציע), זיי זענען דאך נישט קיין טפשים, זיי ווייסן אז אזא זאך קען מען נישט האלטן א סוד, מאכט פשוט נישט קיין סענס
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”