אלעס ארום טעקס רעפארם

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כאפצעם, אפשר לייגסטע ארויס די סינעריאו ווען מ'דערלייגט לויט די נייע פלאן? דערווייל וועלעכע משל דו האסט נאר דערמאנט איז בעסער אףף מיט די נייע ווי מיט די אלטע...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כאפצעם האט געשריבן:קודם דעמאקראטן פארטרעטן נאר אונז יודן?....

נאכדעם, וואס הייסט בדרך כלל? וויפיל יודן האבן גרויסע משפחות (איין צוויי קינדער העכער 16) וואס דאן דערלייגט מען דערפון. וויפיל יודן אייטעמייזן יא. וויפיל יודן מאכן יא א נארמאלע וועידזש וואס דאן פארלירט מען שוין ביג טיים.

די דעמאקראטן שרייען זייער קלאר, דו הארגעסט די מיטל קלאס (די וואס מאכן מער פון 100 טויזענט) כדאי צו קענען בענעפעטירן די גאר רייכע מיט ביליאנען. נעמסט אוועק אלע דעדאקשנס וואס די מיטל קלאס ניצט (ספעציעל אין די הויעכע טעקס שטאטן פון ווי רוב דעמאקראטישע פארטרעטער קומען), אפילו מיט א סטאנדארט דעדאקשן אפשען מאכסטו אויך גאר אסאך שאדן פארן מיטל קלאס מיטן עלימינירן די עקזעמפשאנס. און פארוואס? ווייל טראמפ און זיינע פרענדס אין ביליאנער קלאב מוזן קריגן א טעקס קאט פון 30 ביליאן דאלאר?! סיריעסלי?!

און ס'איז נישט נאר דעמאקראטן, סאיז די רעפובליקאנער אויך אין ניו יארק, ניו זשערזי, אילינאו, קאליפארניע. און יא, זיי גייען צום סוף זיך צוזאמלייגן און שטימען דערויף זשאסט פארן אפגאט הנקרא "פארטיי" אבער זיי ווייסן און זאגן קלאר עס גייט זיי קאסטן א טייערע פרייז אין זייערע "רעפובליקאנע" דיסטריקטס, ווייל סאמהאו זענען זייערע קאנסטיטשוענטס מקפיד אז זייער טעקס ביל העכערט זיך דראמאטיש מער ווי זיך ביקן פארן פארטיי..

אויב ווילסטו רעדן דזשענעראל... דזשענעראלי ספיקינג איז דאס אוועקנעמען עקזעמפשאנס נישט קיין לאסס נאכן צולייגן קרעדיטס... ווי מ'האצעך שוין איבערגעצייגט ביי רוב פעלער וואס מ' האט נאר פראבירט...

און אויב דו וועסט נעמען די לעצטע עקזעמפל און צולייגן צוויי קינדער העכער די זעכצן, דאס איז אן עקסטריעם סענעריאו וואס דארף זיין גוט פאר דיין ארגיומענט, האבעך פאר דיר ברעיקינג נייעס...

אין די יעצטיגע טעקס געזעץ קריגט ער נאך 8000 דאללער עקזעמפשאן, 4 פער קינד, וואס דאס סעיווד אים 1200 דאללער, וואס דאס איז 15 פראצענט, איא? ווי געשריבן פריער מיט די נייע פלאן סעיווד ער זיך ארום 1800 דאללער... סאו ווען איינער האט נאך 2 קינדער העכער די זעכצן סעיווד ער זיך נאכאלץ א נעט פון 600 דאללער!!

סאו נאכאמאל, סיז זיכער דא א סענעריאו וואס לויט ווי די פלאן שטייט יעצט, דערלייגט מען, אבער רוב טיפיקל וועגן וואס דו וועסט נעמען איז מען בעסער אףף מיט די נייע...

און די בילל איז נאכניש פיינעל, ס'גייט צוקומען נאך גאר אסאך טוישונגען, לאמער האפן סעט נאר בעסער ווערן...

און דאס וואס דו מיינסט אז ביי העכערע אינקאם דערלייגט מען מער, איז א ריזיגע טעות... ווייל פון יעצט און ווייטער ענדיגן זיך שוין אלע דידאקשענס און מ'הייבט אן צאלן טעקס... לויט די אלטע פלאן 15 פראצענט, און לויט די נייע פלאן 12 פראצענט... סאו אדרבה, ווי העכער דו וועסט גיין, אלץ מער גייט מען זיך סעיוון...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

כאפצעם, אפשר זאלן די דעמקראטן אין ניו יארק, ניו דזשערזי, אילינאו אין קאליפארניע קודם אראפברענגען די הימלשרייענדע סטעיט טעקסעס פון וואס די נעבעכדיגע מיטלקלאס ליידט אזוי צאם? ווילאנג די ווערטער 'דעמאקראטישע סטעיט' גייען אויטאמאטיש צוזאמען מיט 'שרעקליך הויכע טעקסעס' איז זייער היפאקריטיע אומלייקנבאר.

ואגב, די מיליאנערן וואס בקומען מיליאנען אין שטייער שניטן, צאלן אויך רובא דרובא (איבער ניינציג פראצענט!) פון די אינקאם טעקס רעוועניו פון די רעגירונג, און זיי צאלן פיל פיל מער פאר יעדן דאלער - שוין נאך די שרעקליכע קאטס - ווי אלע אייוועלט שרייבער צוזאמען.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בנוגע די וואס פלעגן פיילן אייטעמייזד, איז שטארק מעגליך אז סעצעכעם לוינען צו פיילן סטענדערט אונטער די נייע פלאן, און יא אן אקאונטענט קאסט אסאך געלט! איך צאל פאר מיין אקאונטענט איבער 1000 דאללער, און די ביזנעס צאלט 4 מאל אזויפיהל... פרעג דיך נאך, נישט ביי די וואס קריגן א W-2 און ווארטן אויפן טשעק, נאר ביי די וואס זוכן דידאקשענס און מ'ארבייט מיט זייער ריטורן שעות אויסצופיגערן די קלענסטע טעקס בילל! אונטער 500 קוקט דיך קיין נארמאלע אקאונטענט נישט אן!

סאו ווען איינער פארדינט 75-100 טויזענט דאללער און די רעדע איז זיך סעיוון אפאר הונדערט דאללער, נוץ די סטענדערט דידאקשען און שפאר דיך דיין אקאונטענט קאסטן... צופיהל אףף וועסטו נישט זיין קיינמאל! ווידער די וואס פארדינען מער זענען זיכער בעסער אףף מיט די נידעריגערע ברעקעטס...

און נאך א פוינט, די וואס האבן א סמאלל ביזנעס און פלעגן זיך מוטשענען מיט די גרויסע טעקס ביללס קענען געווענליך מענאווערן זייער אינקאם זאל קומען פון א K1 וואס איז ביז היינט געווען געהעריגע אינקאם, און יעצט גייטעס ווערן גע'טעקס'ט ביי א מקסימום פון 25 פראצענט...

עכ"פ, איך זוך נאך די סענעריאו ווי די עוורידזש מענטש זאל זיך טרעפן צאלן מער טעקס לויט די נייע פלאן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:כאפצעם, אפשר לייגסטע ארויס די סינעריאו ווען מ'דערלייגט לויט די נייע פלאן? דערווייל וועלעכע משל דו האסט נאר דערמאנט איז בעסער אףף מיט די נייע ווי מיט די אלטע...

What about buying a house in Brooklyn, lets say for 900k, for someone who earns 150k annually
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ווי געזאגט נעם עני מיטל קלאס פארדינער העכער 100 טויזענט.

אן עוורידזש מיטל קלאס משפחה פון 5 קינדער וואס פארדינט $125,000, צאלט %25 האט ביז היינט געקענט אראפרעכענען 7 דעדאקשענס פון $4,050 = $7,090, סטאנדארט דעדאקשען פון $12700 =$3,175
האמיר א ס"ה פון $10,265.

לויטן נייעם ביל פארלירט מען די עקזעמפשאנס. מ'באקומט צו $600 מער אויפן קרעדיט פער קינד, ס"ה $3000. מ'באקומט $24,000 סטאנדארט דעדאקשען =$6,000
האמיר א ס"ה פון נאר $9000.

דאס איז די וואס ניצן סטאנדארט.

יעצט די זעלבע פאמיליע אויב ניצן זיי אייטעמייזד. $30,000 סטעיט/סיטי טעקס דעדאקשען, $10,000 מארטגעדזש דעדאקשען, $7,000 (העכער די $10,000) פראפערטי טעקס דעדאקשן, $15,000 טואישען דעדאקשען, $10,000 מעדיקל עקספענסעס דעדאקשן =$72,000

האמיר א ס"ה פון $18,000 אין טעקס.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כאפצעם האט געשריבן:קודם דעמאקראטן פארטרעטן נאר אונז יודן?....

איך האב בעיקר געענטפערט אויף דעם וואס דו האסט געשריבן אז פאר אחינו בני ישראל איזעס א שאד ווייל מ'גייט דערלייגן עקזעמפשאנס... פיהל פרי צו ברענגען א סענעריאו ווי מ'דערלייגט...

נאכדעם, וואס הייסט בדרך כלל? וויפיל יודן האבן גרויסע משפחות (איין צוויי קינדער העכער 16) וואס דאן דערלייגט מען דערפון. וויפיל יודן אייטעמייזן יא. וויפיל יודן מאכן יא א נארמאלע וועידזש וואס דאן פארלירט מען שוין ביג טיים.

ווי געשריבן, וויפיל קינדער ווילסטו לייגן העכער די זעכצן? אין די אלטע פלאן סעיווד מען זיך 600 פער קינד, 15 פראצענט פון 4000 עקזעמפשאן... מיט די נייע קרעדיטס וועסטו ברעיקן "איוון" ווען איינער האט 3 העכער די זעכצן, און פארדינען ביי 1 אדער 2...

און די וואס אייטעמייזן, אויב איזער א קליינע פארדינער געווענליך אייטעמייזן זיי סייווי נישט, און אפילו די וואס יא, וועלן יעצט קענען נוצן די סטענדערט און זיך סעיוון טעקס און אקאונטינג קאסטן... און די גרעסערע פארדינער וועלן זיך מחיה זיין מיט די נייע רעיטס פון די K1 און די וואס פארדינען 3-4 הונדערט טויזענט האבן דאך בעסערע רעיטס...

די דעמאקראטן שרייען זייער קלאר, דו הארגעסט די מיטל קלאס (די וואס מאכן מער פון 100 טויזענט) כדאי צו קענען בענעפעטירן די גאר רייכע מיט ביליאנען. נעמסט אוועק אלע דעדאקשנס וואס די מיטל קלאס ניצט (ספעציעל אין די הויעכע טעקס שטאטן פון ווי רוב דעמאקראטישע פארטרעטער קומען), אפילו מיט א סטאנדארט דעדאקשן אפשען מאכסטו אויך גאר אסאך שאדן פארן מיטל קלאס מיטן עלימינירן די עקזעמפשאנס. און פארוואס? ווייל טראמפ און זיינע פרענדס אין ביליאנער קלאב מוזן קריגן א טעקס קאט פון 30 ביליאן דאלאר?! סיריעסלי?!

ווי געשריבן, סיז הוילע רעטאריק! ברענג מיר די סענעריאו ווי כ'נעם עפעס אוועק? דערווייל יעדע סענעריאו וואס דו האסט געברענגט האט מען פארדינט!

און ס'איז נישט נאר דעמאקראטן, סאיז די רעפובליקאנער אויך אין ניו יארק, ניו זשערזי, אילינאו, קאליפארניע. און יא, זיי גייען צום סוף זיך צוזאמלייגן און שטימען דערויף זשאסט פארן אפגאט הנקרא "פארטיי" אבער זיי ווייסן און זאגן קלאר עס גייט זיי קאסטן א טייערע פרייז אין זייערע "רעפובליקאנע" דיסטריקטס, ווייל סאמהאו זענען זייערע קאנסטיטשוענטס מקפיד אז זייער טעקס ביל העכערט זיך דראמאטיש מער ווי זיך ביקן פארן פארטיי..

ווי געזאגט, ס'העכערט זיך נישט...

און כאילו דעמעקראטן האבן זיך נישט געבויגן צוליב פארטיי,
למשל ביי אבאמאקעיר, גאר אסאך דעמעקראטן זענען געווען דערקעגן, טייל האבן פובליק אויסגעדרוקט חרטה פארן וואוטן דערויף... דאס איז פאליטיק! און נאכאמאל, טרעף דעם עוורידזש מענטש וואס גייט דערלייגן העמער רעדן ווייטער...

דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ואגב, אלטע מארגידזשעס ווערן נישט אוועקגענומען, נאר נייע... סאו די איינציגסטע דידאקשן וואס ווערט אוועקגענומען איז סטעיט טעקס! פיהל פרי צו שניידן סטעיט טעקס, סיז דא צענדליגער סטעיטס מיט נידעריגע סטעיט טעקס ווי די פאר ליבעראלע סטעיטס... אדרבה!

ועוד, די דעמעקראטן רעדן אייביג פון פעירנעסס... זיי וואלטן געדארפט טאנצן אז מ'נעמט אוועק די דידאקשענס וואס די רייכע נוצן! די רייכע מיט די גוטע אקאונטענט האבן געטראפן גענוג און נאך דידאקשענס, די קלענערע פארדינער האבן זיך גע'מוטשעט... יעצט זאגט טראמפ, אוועק מיט די אלע זייטיגע דידאקשענס... יעדער צאלט מער ווייניגער די זעלבע לויט ווי ער פארדינט... און די דעמעקראטן זענען ווייטער נישט העפי...

עכ"פ, דו זאגסט אז איינער וואס פארדינט 100 - 150 טויזענט איז ערגער לויט די נייע פלאן... איך זוך דעם עוורידזש סענעריאו... כ'רעד שוין נישט פונעם פשוטן גוי מיט ווייניג קינדער... נאר אפילו מיט קינדער-געבענטשטע פאמיליעס וואס מ'נעמט זיי אוועק דעם עקזעמפשאן... געמער די סענעריאו ביטע...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:כאפצעם, אפשר לייגסטע ארויס די סינעריאו ווען מ'דערלייגט לויט די נייע פלאן? דערווייל וועלעכע משל דו האסט נאר דערמאנט איז בעסער אףף מיט די נייע ווי מיט די אלטע...

What about buying a house in Brooklyn, lets say for 900k, for someone who earns 150k annually

וואס איז די פראגע? ווער לאטעך נישט קויפן?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

א מיטל קלאס משפחה וואס פארדינט אין די עריע פון 125,00 מיט עטליכע קינדער הייסט בכלל נישט רייך, זיי דארפן יעדע דאלאר.

מ'העלפט נישט די עקאנאמיע מיטן אוועקנעמען פון זיי טויזענטער דאלאר א יאר און עס געבן פאר די טאפ %10 רייכע וואס האבן שוין גענוג רעקארדס פארדינסטן אין די סטאק מארקעט און דאך זעהט מען עפעס נישט ס'זאל זיך "טריקלען דאון" אויף וועידזשעס.. זיי אינוועסטן עס ווייטער אדער לייגט מען עס אוועק פאר די קינדער וואס גייען מער נישט דארפן צאלן קיין טעקס אויף זייער 5 ביליאן דאלארדיגע ירושה...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כאפצעם האט געשריבן:א מיטל קלאס משפחה וואס פארדינט אין די עריע פון 125,00 מיט עטליכע קינדער הייסט בכלל נישט רייך, זיי דארפן יעדע דאלאר.

מ'העלפט נישט די עקאנאמיע מיטן אוועקנעמען פון זיי טויזענטער דאלאר א יאר און עס געבן פאר די טאפ %10 רייכע וואס האבן שוין גענוג רעקארדס פארדינסטן אין די סטאק מארקעט און דאך זעהט מען עפעס נישט ס'זאל זיך "טריקלען דאון" אויף וועידזשעס.. זיי אינוועסטן עס ווייטער אדער לייגט מען עס אוועק פאר די קינדער וואס גייען מער נישט דארפן צאלן קיין טעקס אויף זייער 5 ביליאן דאלארדיגע ירושה...

ווייטער מיט רעטאריק... מ'נעמט אוועק... סלאו דאון! וויפיל קינדער האט דער מענטש? לאמער זעהן צו מ'נעמטעם עפעס אוועק...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

געשריבן עטליכע משלים, קוק צוריק אפאר תגובות
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:כאפצעם, אפשר לייגסטע ארויס די סינעריאו ווען מ'דערלייגט לויט די נייע פלאן? דערווייל וועלעכע משל דו האסט נאר דערמאנט איז בעסער אףף מיט די נייע ווי מיט די אלטע...

ווי געזאגט נעם עני מיטל קלאס פארדינער העכער 100 טויזענט.

אן עוורידזש מיטל קלאס משפחה פון 5 קינדער וואס פארדינט $125,000, צאלט %25 האט ביז היינט געקענט אראפרעכענען 7 דעדאקשענס פון $4,050 = $7,090, סטאנדארט דעדאקשען פון $12700 =$3,175
האמיר א ס"ה פון $10,265.

לויטן נייעם ביל פארלירט מען די עקזעמפשאנס. מ'באקומט צו $600 מער אויפן קרעדיט פער קינד, ס"ה $3000. מ'באקומט $24,000 סטאנדארט דעדאקשען =$6,000
האמיר א ס"ה פון נאר $9000.

דאס איז די וואס ניצן סטאנדארט.

יעצט די זעלבע פאמיליע אויב ניצן זיי אייטעמייזד. $30,000 סטעיט/סיטי טעקס דעדאקשען, $10,000 מארטגעדזש דעדאקשען, $7,000 (העכער די $10,000) פראפערטי טעקס דעדאקשן, $15,000 טואישען דעדאקשען, $10,000 מעדיקל עקספענסעס דעדאקשן =$72,000

האמיר א ס"ה פון $18,000 אין טעקס.

כאפצעם, איך עגרי גראדע מיט אייך אז "לאקעל טעקסעס" מיט "מארטגעדזש איטערעסט", קען זיין א לאך (ווי איך האב שוין אויב געשריבן), און מיט די אנדערע זאכן וואס איר שרייבט ווי "טואישען" וכדו', קען עס אויסקומען סאך מער.

און אנדערע ווערטער, איך וויל אויך זען א סינעריאו פין 100,000 - 150,000 מיט 7 קינדער, און שפילן מיט די נומערן דארט. נישט אראפשטעלן אן הנחה אז נאר 100,000 איז די נומבער פאר אחב"י.

אבער איר מאכט נאכאמאל און נאכאמאל דעם טעות מיט די טעקס ברעקעטס; אז איינער פארדינט 125,000, צאלט ער נאר די 25% אויף די חלק פין 75K ביז 125K, ביז 75K צאלט מען נאר די נידעריגע 15% (און דאכט זיך אז אויב זיין נעט קאונטעבל אינקאם איז ס"ה ווייניגער ווי 75K קומט ער קיינמאל נישט אן צו די 25%), סאו אייער חשבון איז אביסל גרייזיג.

אגב דאגב, צווישן 75K און בערך 125K איז די ערגסטע ברעקעט פאר א W2 ארבעטער ווייל ער צאלט עפעקטיוולי 32.5% אויף יעדן דאלער, 25% + פייק"א 7.5%.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

איך פארשטיי נישט די טענה, אז די דעמאקראטן אין קאנגרעס וואס וויינען איבער די סטעיט טעקס דידאקשען פארלוסט, זאלן זעהן אנשטאט, צו נידערן די טעקסעס אין זייער סטעיטס, זיי זענען געזעצגעבער אין וואשינגטאן נישט אין די רעספעקטיוו סטעיטס, וואס פאר א ווארט האבן זיי אריינצורעדן אין לאקאלע טעקסעס?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אַבּערוואַס האט געשריבן:אבער איר מאכט נאכאמאל און נאכאמאל דעם טעות מיט די טעקס ברעקעטס; אז איינער פארדינט 125,000, צאלט ער נאר די 25% אויף די חלק פין 75K ביז 125K, ביז 75K צאלט מען נאר די נידעריגע 15% (און דאכט זיך אז אויב זיין נעט קאונטעבל אינקאם איז ס"ה ווייניגער ווי 75K קומט ער קיינמאל נישט אן צו די 25%), סאו אייער חשבון איז אביסל גרייזיג.
.

וואס מאכט דיר טראכטן אז איך רעכן די ראטע אונטער 75k?

שאהן הענניטי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די טענה, אז די דעמאקראטן אין קאנגרעס וואס וויינען איבער די סטעיט טעקס דידאקשען פארלוסט, זאלן זעהן אנשטאט, צו נידערן די טעקסעס אין זייער סטעיטס, זיי זענען געזעצגעבער אין וואשינגטאן נישט אין די רעספעקטיוו סטעיטס, וואס פאר א ווארט האבן זיי אריינצורעדן אין לאקאלע טעקסעס?

עקזעקטלי. זיי זענען וואשינגטאן רעפרעזענטיטיווס. די לאקאל טעקס געזעצן האט מיט די לאקאל באאמטע
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

כאפצעם האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די טענה, אז די דעמאקראטן אין קאנגרעס וואס וויינען איבער די סטעיט טעקס דידאקשען פארלוסט, זאלן זעהן אנשטאט, צו נידערן די טעקסעס אין זייער סטעיטס, זיי זענען געזעצגעבער אין וואשינגטאן נישט אין די רעספעקטיוו סטעיטס, וואס פאר א ווארט האבן זיי אריינצורעדן אין לאקאלע טעקסעס?

עקזעקטלי. זיי זענען וואשינגטאן רעפרעזענטיטיווס. די לאקאל טעקס געזעצן האט מיט די לאקאל באאמטע

ריכטיג. אבער פארוואס פארפירן זיי נאר איבער די קאלטבלוטיגע רעפאבליקאנער אין וואשינגטאן וואס הרג'נען די מיטל קלאס און נישט איבער די לאקאלע געזעץ געבער אין זייערע שטאטן וואס זענען 'באמת' שולדיג?..

הה"ד זיך ביקן פארן פארטיי (קוואוט: כאפצעם)
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

סתם אגב, שלא מן הענין, אויב איינער האט קאננעקשענס מיט די טראמפ אדמיניסטראציע, זאל ער זיי איבעגעבן בשמי, אז אויב ווילן זיי באמת שניידן די בודזשעט און בוסטן די עקאנאמיע, דארפן זיין נישט מער ווי 1. איינשטעלן א 1:1 רעשיאו פאר סאציאלע פראגראמען (סנע"פ, מעדיקעיד, סעקשען 8, וכדו'). דהיינו אז מיט יעדע דאלער וואס א מענטש פארדינט מער, זאל ער נאר פארלירן דארט א דאלער און נישט טויזנטער, כידוע. 2. אז די פארמולע וויאזוי מ'רעכנט אינקאם פאר די אלע פראגראמען, זאל זיין זעלבע ווי די איי. אר. עס. און נישט מיט די איציטיגע דאבל סטאנדארטן ביי די סאציאלע פראגראמען (אפגערעדט אז למשל א "לאון" הייסט ביי זיי אינקאם, וכדו').

אויב וואלט מען דאס געקענט באווייזן, וואלט דאס געווען א ווין-ווין סיטואציע, מיליאנען מענטשן וואלטן אנגעהויבן ארבעטן ווי מענטשן, די עקאנאמיע וואלט גע'בומט, און די טעקסעס וואלטן אריינגעקומען ווי קיינמאל בעפאר (אפי' אויב ס'וואלט בעיקר צוגעקומען קלענערע סכומים, אבער פין אסאך מער מענטשן). ודו"ק כי קצרתי!

3# פייגל מיט איין שאס
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

כאפצעם האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:אבער איר מאכט נאכאמאל און נאכאמאל דעם טעות מיט די טעקס ברעקעטס; אז איינער פארדינט 125,000, צאלט ער נאר די 25% אויף די חלק פין 75K ביז 125K, ביז 75K צאלט מען נאר די נידעריגע 15% (און דאכט זיך אז אויב זיין נעט קאונטעבל אינקאם איז ס"ה ווייניגער ווי 75K קומט ער קיינמאל נישט אן צו די 25%), סאו אייער חשבון איז אביסל גרייזיג.
.

וואס מאכט דיר טראכטן אז איך רעכן די ראטע אונטער 75k?

קען זיין איך כאפ נישט וויאזוי איר רעכנט. וואס איז די 18,000 טעקס וואס איר האט פריער געשריבן?

ביטע קום אריין אביסל קלארער.
לעצט פארראכטן דורך אַבּערוואַס אום מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 11:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די טענה, אז די דעמאקראטן אין קאנגרעס וואס וויינען איבער די סטעיט טעקס דידאקשען פארלוסט, זאלן זעהן אנשטאט, צו נידערן די טעקסעס אין זייער סטעיטס, זיי זענען געזעצגעבער אין וואשינגטאן נישט אין די רעספעקטיוו סטעיטס, וואס פאר א ווארט האבן זיי אריינצורעדן אין לאקאלע טעקסעס?

עקזעקטלי. זיי זענען וואשינגטאן רעפרעזענטיטיווס. די לאקאל טעקס געזעצן האט מיט די לאקאל באאמטע

ריכטיג. אבער פארוואס פארפירן זיי נאר איבער די קאלטבלוטיגע רעפאבליקאנער אין וואשינגטאן וואס הרג'נען די מיטל קלאס און נישט איבער די לאקאלע געזעץ געבער אין זייערע שטאטן וואס זענען 'באמת' שולדיג?..

ווייל זיי האבן נישט קיין ווארט אויף לאקאל. זייער זשאב איז צו ארבייטן/שרייען/פראטעסטירן אין "וואשינגטאן".

אַבּערוואַס האט געשריבן:18,000 איז גאנצע 25% פין אייער 72,00 טאטעל פריער. וואס איך פארשטי טאקע נישט, ווייל 72,00 איז דאך די אייטעמייזד דעדאקשען'ס נישט די איבערגעבליבענע אינקאם.

ביטע קום אריין אביסל קלארער.

ריכטיג אויב ביים צווייטן מעשה איז די זעלבע אינקאם ד.ה. אז 50,000 פארדינט ער %25 און אויף די איבעריגע 22,000 פארדינט ער %12 איז עס ס"ה $15,580 vs די נייע פלאן ווי ער וועט נאר קענען ניצן די סטאנדארט וועט ער קריגן בלויז $9000.

און מיט יעדן דאלאר מער פאלט דאך מער אריין אינעם העכערן ברעקעט, פארלירט ער מער און מער מיטן נייעם ביל.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

כאפצעם האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די טענה, אז די דעמאקראטן אין קאנגרעס וואס וויינען איבער די סטעיט טעקס דידאקשען פארלוסט, זאלן זעהן אנשטאט, צו נידערן די טעקסעס אין זייער סטעיטס, זיי זענען געזעצגעבער אין וואשינגטאן נישט אין די רעספעקטיוו סטעיטס, וואס פאר א ווארט האבן זיי אריינצורעדן אין לאקאלע טעקסעס?

עקזעקטלי. זיי זענען וואשינגטאן רעפרעזענטיטיווס. די לאקאל טעקס געזעצן האט מיט די לאקאל באאמטע

ריכטיג. אבער פארוואס פארפירן זיי נאר איבער די קאלטבלוטיגע רעפאבליקאנער אין וואשינגטאן וואס הרג'נען די מיטל קלאס און נישט איבער די לאקאלע געזעץ געבער אין זייערע שטאטן וואס זענען 'באמת' שולדיג?..

ווייל זיי האבן נישט קיין ווארט אויף לאקאל. זייער זשאב איז צו ארבייטן/שרייען/פראטעסטירן אין "וואשינגטאן".

די לאקאלע דעמאקראטן האבן די זעלבע שיטות ווי די רעפובליקאנער אין וואשינגטאן?
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:כאפצעם, אפשר לייגסטע ארויס די סינעריאו ווען מ'דערלייגט לויט די נייע פלאן? דערווייל וועלעכע משל דו האסט נאר דערמאנט איז בעסער אףף מיט די נייע ווי מיט די אלטע...

ווי געזאגט נעם עני מיטל קלאס פארדינער העכער 100 טויזענט.

אן עוורידזש מיטל קלאס משפחה פון 5 קינדער וואס פארדינט $125,000

לויט די נייע ביל - סטענדערד דידאקשענס
Estimated Tax Analysis
Gross income $125,000
Qualified plan contributions - $0
Adjusted gross income = $125,000
Standard/Itemized deductions - $24,400
Taxable income = $100,600
Tax liability before credits $13,450
Child/Family tax credits - $8,600
Estimated tax liability = $4,850
- גענומען פון דא - https://www.calcxml.com/calculators/tru ... calculator

אן עוורידזש מיטל קלאס משפחה פון 5 קינדער וואס פארדינט $125,000
לויט די יעצטיגע טעקס סיסטעם - סטענדערד דידאקשענס
Estimated Tax Analysis
Gross income $125,000
Qualified plan contributions - $0
Adjusted gross income = $125,000
Standard/Itemized deductions - $12,700
Personal exemptions - $28,350
Taxable income = $83,950
Tax liability before credits $12,465
Child tax credits - $4,250
Estimated tax liability = $8,215
- גענומען פון דא - https://www.calcxml.com/calculators/fed ... n=#results

עניבאדי איז וועלקאם צו ניצן די קאלקיולעטערס פאר אייטעמייזד דידאקשענס (איך ווייס נישט וויאזוי עס אויסצישטעלען)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

יישר כח פאר אלע שרייבערס, זייער אינפארמעטיוו, קיפ איט קמינג.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כ'ווייס נישט וואס ער זאגט, ער גיבט נישט קיין דין וחשבון וואס ער רעכנט, קוקט אויס סתם א האוקס וועבסייט צו פראמאוטן די ביל.

אדרבה נעם אליין א קאלקולעטער און רעכן, נישט זוי שווער
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”