סאבסיטוט האט געשריבן:שטייצעך מ'רעדט פון ארבייטער וואס מ'קען שניידן דורך אטאמעישאן אד"ג, סתם אזוי, ביז יעצט, האט ער נישט געהאט דעם אינסענטיוו דאס צו טוהן, מ'דארף ריסטראקטשערן די ביזנעס, מ'דארף אינוועסטן דערין וכו'
אבער יעצט האט ער פאר זיך ממש א גאלדען גרוב און ממש א שאד נישט צו טוהן
עי טי ענד טי, א פירמע מיט באלד א פערטל מיליאן ארבעטער אין אמעריקע אליינס, האט זעקס הונדערט ארבעטער (0.25% פון זייער ארבעטס קראפט) וואס קאסטן אפ ארום 20-30 מעלאנעס א יאר, און מען קען אויטאמעיטן זייער דזשאב נאר עס קאסט זייער אסאך, לאמיר זאגן 100 מיליאן. בעצם, וואלטן זיי - וואס האבן אין 2016 געהאט רעוועניו 71 ביליאן דאלער - עס געטון וויבאלד אין די לאנג ראן לוינט זיך עס ווייל מען שפארט 30 מיליאן א יאר, נאר דעמאלטס וואלטן זיי געדארפט צאלן 39% טעקס אויף די 20 מעלאונעס און זיי ואלטן זיך געשפארט בלויז 18 מיליאן יערליך אנשטאט 30, ממילא האבן זיי דעסיידעד ענדערש אןועקצוגעבן די גאנצע געלט ווי איידער בלייבן מיט בלויז זעכציג פראצענט. שטימט....
און יעצט קומט שוין גג על גג: הני מילי, ווען ער בלייבט ווען מיט זעכציג פראצענט ריוח, דעמאלטס וויל ער עס ענדערש אוועקגעבן אינגאנצן ווייל די ריסטראקטשערינג קאסט אים אויך. אויב אבער בלייבט ער אבער מיט אכציג פראצענט דערפון, ןועט ער עד שוין יא אינוועסטן די 500 מעלאונעס, ווייל אנשטאט בלייבן מיט 18 מעלאנעס וועלן זיי בלייבן מיט 24 מיליאן.
סאו עי טי ענד טי האט זיך משוגע געמאכט פאר זעכציג פראצענט פון די וועידזש פון א פערטל פון א פראצענט פון זייער ארבעטס קראפט, אבער פאר פערציג פראצענט פון די וועידזש פון 0.25% פון זייער ווארקפארס האט עס נישט געלוינט...
פאר 18 מיליאן א יאר האט עס נישט געלוינט, אבער פאר 24 לוינט עס יא... (פאר א קאמפאני וואס האט ארום זיבעציג ביליאן דאלער הכנסה יערליך...)
און פארגעס נישט אז דאס שפארן די וועידזשעס פון די ערשטע ארום צען יאר וועט הערשט בלויז אויסצאלן די באונעס וואס זיי האבן געגעבן פאר 200,000 ארבעטער אין ליכט פון די קאטס... ווען זיי גיבן ווען נישט די באונעס שפארן זיי זיך צען יאר וועידזשעס...
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.