וואלן אין עסטרייך

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פעיק נוז
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

וואלן אין עסטרייך

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 3:40 pm

וויען – נעכטן זענען פארגעקומען פארלאמענט וואלן אין עסטרייך, און עס שטעלט זיך ארויס אז עסטרייך איז איינס פון די אייראפעאישע לענדער וועלכע רוקט זיך צוביסלעך צו רעכטס, און די עקסטרעם-רעכטע באוועגונגען ווערן מער פאפולער. די קאנסערוואטיווע "פּיפּעלס פארטיי" האט געוואונען א מערהייט פון די פארלאמענט זיצן, וואס באדייט אז איר פירער, דער יונגער סעבעסטשען קורטז, וועט ווארשיינליך זיין עסטרייך'ס נייער קאנצלער. קורטז איז געלאפן אויף אן אנטי-אימיגראנטן פלאטפארמע, ברויזנדיג איבער דעם וואס עסטרייך האט געדינט אלס דער דורכגאנג וועג פאר מער ווי איין מיליאן מיטל מזרח פליטים וועלכע זענען געגאנגען עווענטועל קיין דייטשלאנד אין יאר 15', און עס זעט אויס ווי זיין אנטי-אימיגראנטן מעסעדזש האט אפעלירט ביי די עסטרייכישע מאסן. קורטז'ס פארטיי האט אבער נישט געוואונען קיין מאיאריטעט אינעם פארלאמענט, וואס באדייט אז ער וועט זיך דארפן צוזאמשטעלן מיט די נאך-מער-עקסטרעמע "פרידאם פארטיי" צו שאפן א רעגירונג קאאליציע. קורטז וועט אצינד זיין דער וועלט'ס יונגסטער פירער, זייענדיג בלויז 31 יאר אלט.

דער איד דעלי
סאבסיטוט האט געשריבן:אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Cognitive hypnosis, וואלד רויבער, זאכליך, סאבסיטוט און 30 געסט