העסליכע גרופעס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועלעכע גרופע איז ארגער

קקק (קו קלוקס קלען) /ניא-נאצי'ס
78
62%
אנטיפא (אנטי-פאשיסטן)
48
38%
 
סך הכל שטימען: 126

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

באמת גייט מיר קיינמאל נישט אהן אז א צווייטער האלט אנדערש ווי מיר, יעדע זאך האט צוויי צדדים, האלסט אנדערש, נישט קיין פראבלעם, כשם שאין פרצופיהם שוות וכו,
אבער דאס גייט מיך נישט אריין אין קאפ, אז א איד קען מאכן וואטוס, ווער ס׳איז ערגער ווי א נאצי!
ר׳ איד! איר האלט באמת אז ס׳איז דא נאך מענטשן אויף דער וועלט וואס איז בדומה צו א נאצי???
מ׳רעדט פון נאצי׳ס!!
יא נאצי׳ס...
אונז זענען קינדער און אייניקליך וואס האבן געהערט פון כלי ראשון וואס זיי האבן אלץ געטוהן מיט אונז,
דאס ווארט כאפט א ציטער, א נאצי!!!
זייט דער וועלט שטייט,
יא אזוי ווי איר הערט זייט דער וועלט שטייט, איז נאך נישט געוועהן אזא זאך אז א גאנצע פאלק, וואס איז געבוירן געווארן ביי מענטשליכע טאטע מאמע, וואס גייט אויף צוויי פיס, האט א מוח,
זאל אויסהארגענען, אויסשעכטן, פארגאזן, מיליאנען מענטשן אנשים, נשים, וטף, מיט די גרעסטע אכזריות, רציחות, וואס דער זון האט נאר געזעהן,
פאר קיין שום חטא ועון, פאר גארנישט,
פשוט ווייל זייער נאז געפעלט מיר נישט... ווייל זייערע אויגן זענען נישט בלוי אזוי ווי מיינס...

אבער אנדערע מענשטן זענען אויך שלעכט, קען זיין,
ווען א גוי וואס זיצט על סיר הבשר, ווייסט נישט פון קיין דאגות, די לעצטע זיבען דורות,
זאגט אזוי, איז אויך א קשיא ווייל גארנישט קומט נישט צו צו קיין נאצי, אבער זאל זיין,
אבער א איד? אזוי צו טראכטן?
זאג נאר, דו האסט פיינט אבאמא?
ווען א געוויסער ראסיסט זאל הארגענען דיין טאטע, אין איינער מאכט א וואוט, וועם האסטו מער פיינט אבאמא, אדער יענער ראסיסט, וואלסטו אויך געענטפערט, אבאמא, וויל ער איז נישט געבוירן אין אמעריקע, אין ער איז א לינקער,
(פארשטיי מיך גוט, איך בין נישט קיין לינקער, איך האב זיי פיינט פונקט ווי דיר, אבער וואס גלייכסטו צו צו וואס?)
זכור! ואל תשכח!
ס׳איז דא גוים וואס ווילן מ׳זאל פארגעסן וואס מ׳האט געטוהן מיט אונז,
באשעפער איינציקער! דער איד הייבט שוין אויך אהן פארגעסן!!!
אידעלעך פארגעסט נישט, דאס האט מען געטוהן מיט ״אונזערע עלטערן״
זיי האבן ״אליינס״ געמוזט צוזעהן ווי מ׳הארג׳ט אויס זייער טאטע, מאמע, ברודער, שוועסטער, און די גאנצע משפחה, מיט די גרעסטע אכזריות וואס איז נאר שייך, און זיי זענען געשטאנען אין דערזייט, אין געלאכט פון אונז...
וואס איז מיט דיר??
ס׳כאפט א ציטער ס׳איז נאך היינט דא, וואס רופן זיך מענטשן, אין זיי האלטן די זעלבע ווי יענע רוצחים
(איך ווייס אפילו נישט צו מ׳מעג ניצן דאס ווארט רוצחים אויף זיי)

איך האף האסט מיר פארשטאנען אויב נישט איז ביטער...

רבונו של עולם היט אונז!

כל טוב סלה!
לעצט פארראכטן דורך חיי אריכי אום מיטוואך אוגוסט 16, 2017 5:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
א גרויסע קוגל פון אויסגעמישטע ליגיונות גג על גג =דעילי ניוס

פון א צייטונג וואס האט אינדארסט הילערי קלינטאן צוויי מאל און פארלירט ליינער טעגליך...
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

רב@ חיי ארוכי זייער גוט אראפ געלייגט, גיט ארויסגעברענגט.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:נאך א CEO האט געשטימט אז די ווייסע ראסיסטן וכל שום וחניכה דאית להם - איז ערגער ווי די אזוי גערופענע אנטיפא.

Another CEO has resigned on Wednesday from an advisory council to President Trump over his remarks about violence at a white supremacist rally in Charlottesville, Va.

Inge Thulin, 3M's chairman of the board, president and CEO, became the sixth business leader in three days to resign from Trump's Manufacturing Advisory Council, following the president's controversial remarks on neo-Nazis and white supremacists.

איין פראבלעם, ער האט נישט קיין ניק דא, האט ער נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט אנעמען א צוויטע מיטל...

ער האט געשטימט? סיענען האט באריכטעט אז די לינקע טעראריזירן די סי אי אוס צו רעזיגנירן. זיין רעזיגנאציע איז א ראי' אויף די שעדליכקייט פון אנטיפא.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

חיי אריכי האט געשריבן:באמת...

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:די ערשטע תגובה פונעם פותח האשכול, רעדט פון עטליכע פאקטארן, געוואלטאטן, טראמפ'ס פארגלייכן, וועלכע זענען מער שעדליך.

און צום סוף פרעגט ער צו וועלכע שפירסטו די מערסטע שנאה, איז די שאלה איינע פון די ערשטע, וואס זענען מער פאקטן אדער אידעאלאגיע פראגעס, אדער די לעצטע וואס איז פשוט א געפילישע פראגע?

און אויב ס'קומט צו געפיל, איז נישט דוקא שייך אז מ'מוז עס קענען מסביר זיין לאגיש, ער מעג פילן וויאזוי ער פילט, אן קיין פליכט צו קענען דשאסטיפייען זיינע פילינגס.

געפיליש ביזטו 100% גערעכט. קיינער אין די היסטאריע האט נאך קיינמאל נישט געטון וואס די נאציס האבן, אויף אזא סיסטעמאטישע אופן און מיט אזא בארבארישקייט.

אויב אבער איז די שאלה, לויט די פאקטן, ווער האלטסטו איז ערגער פאר אונז היינט צו טאגס, דאן איז נישט דא קיין מקום פאר אייער פליאה בכלל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

חיי אריכי האט געשריבן:באמת גייט מיר קיינמאל נישט אהן אז א צווייטער האלט אנדערש ווי מיר, יעדע זאך האט צוויי צדדים, האלסט אנדערש, נישט קיין פראבלעם, כשם שאין פרצופיהם שוות וכו,
אבער דאס גייט מיך נישט אריין אין קאפ, אז א איד קען מאכן וואטוס, ווער ס׳איז ערגער ווי א נאצי!
ר׳ איד! איר האלט באמת אז ס׳איז דא נאך מענטשן אויף דער וועלט וואס איז בדומה צו א נאצי???
מ׳רעדט פון נאצי׳ס!!
יא נאצי׳ס...
אונז זענען קינדער און אייניקליך וואס האבן געהערט פון כלי ראשון וואס זיי האבן אלץ געטוהן מיט אונז,
דאס ווארט כאפט א ציטער, א נאצי!!!
זייט דער וועלט שטייט,
יא אזוי ווי איר הערט זייט דער וועלט שטייט, איז נאך נישט געוועהן אזא זאך אז א גאנצע פאלק, וואס איז געבוירן געווארן ביי מענטשליכע טאטע מאמע, וואס גייט אויף צוויי פיס, האט א מוח,
זאל אויסהארגענען, אויסשעכטן, פארגאזן, מיליאנען מענטשן אנשים, נשים, וטף, מיט די גרעסטע אכזריות, רציחות, וואס דער זון האט נאר געזעהן,
פאר קיין שום חטא ועון, פאר גארנישט,
פשוט ווייל זייער נאז געפעלט מיר נישט... ווייל זייערע אויגן זענען נישט בלוי אזוי ווי מיינס...

אבער אנדערע מענשטן זענען אויך שלעכט, קען זיין,
ווען א גוי וואס זיצט על סיר הבשר, ווייסט נישט פון קיין דאגות, די לעצטע זיבען דורות,
זאגט אזוי, איז אויך א קשיא ווייל גארנישט קומט נישט צו צו קיין נאצי, אבער זאל זיין,
אבער א איד? אזוי צו טראכטן?
זאג נאר, דו האסט פיינט אבאמא?
ווען א געוויסער ראסיסט זאל הארגענען דיין טאטע, אין איינער מאכט א וואוט, וועם האסטו מער פיינט אבאמא, אדער יענער ראסיסט, וואלסטו אויך געענטפערט, אבאמא, וויל ער איז נישט געבוירן אין אמעריקע, אין ער איז א לינקער,
(פארשטיי מיך גוט, איך בין נישט קיין לינקער, איך האב זיי פיינט פונקט ווי דיר, אבער וואס גלייכסטו צו צו וואס?)
זכור! ואל תשכח!
ס׳איז דא גוים וואס ווילן מ׳זאל פארגעסן וואס מ׳האט געטוהן מיט אונז,
באשעפער איינציקער! דער איד הייבט שוין אויך אהן פארגעסן!!!
אידעלעך פארגעסט נישט, דאס האט מען געטוהן מיט ״אונזערע עלטערן״
זיי האבן ״אליינס״ געמוזט צוזעהן ווי מ׳הארג׳ט אויס זייער טאטע, מאמע, ברודער, שוועסטער, און די גאנצע משפחה, מיט די גרעסטע אכזריות וואס איז נאר שייך, און זיי זענען געשטאנען אין דערזייט, אין געלאכט פון אונז...
וואס איז מיט דיר??
ס׳כאפט א ציטער ס׳איז נאך היינט דא, וואס רופן זיך מענטשן, אין זיי האלטן די זעלבע ווי יענע רוצחים
(איך ווייס אפילו נישט צו מ׳מעג ניצן דאס ווארט רוצחים אויף זיי)

איך האף האסט מיר פארשטאנען אויב נישט איז ביטער...

רבונו של עולם היט אונז!

כל טוב סלה!

זאל איך איבערשרייבן די תגובה אויף קאמיניזם און וואס זיי האבן געטאן צו יודן?
פארגעס נישט די אנטיפא זענען געהעריגע קאמעניסטן זיי מארשירן מיט זייערע פענער
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כא'געמאכט די אנקעטע צו זעהן צו מיינע חשדות זענען געווען ריכטיג.

אנבעליוועבל. זשאסט אנבעליוועבל.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

כאפצעם, די וואס האבען געוואוט פאר אנטיפא האבען זיך זייער נארמאל מסביר געוועהן איך זעה נישט וואס דו ביזט אזוי אנציקט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

באמת האב איך אין די אשכול נישט אריינצורעדן זינט איך פראביר נאך צוזאמצושטעלן די פאזל וואס איז במציאות געווען די מעשה פון אנפאנג ביזן סוף.

אבער איין ווארט נאר, געווען וואס האבן דא געזאגט אז איין צד איז קאמעניסטן קעגן די אנדערע וואס זענען נאצי'ס, און מען זעט קלאר אז די אנדערע נעמען דאס נישט אן. קלער איך זיך צו מיר אזוי, אז די סיבה 'פארוואס' מיר 'שפירן' אזא געפיל קעגן די נאצי'ס איז נישט ווייל זיי האבן אלעס אפגע'הרג'עט נאר פונקט פארקערט ווייל אונזערע זיידעס זענען יא איבערגעבליבן, און אונז איבערדערציילט די מעשים נוראים, און וויבאלד דאס איז עצמי ובשרי, האט מען אזא האס צו זיי, און מען איז מקיים דעם זכור את אשר עשה לך עמלק.

משא"כ ביי די קאמעניסטן איז ליידער גארנישט! געבליבן קיין היימישע חסידישע קינדער וואס זאלן הערן וואס זייערע עלטערן האבן מיטגעמאכט כדי זיי זאלן עס שפירן, יא אוודאי איז געבליבן אחד בעיר שנים במשפחה גאר ערליך, אבער דא איז נישט פארהאן זייערע אייניקלעך וואס זאלן פארציילן וואס עצמי ובשרי האט מיטגעמאכט, ממילא קוקט מען עס אן ווי די אלע שחיטות בימים ההם... [און לאמיר טאקע זען, פון די אונגארישע אידן איז דאך יא דא וואס האבן דאס אביסל מיטגעמאכט, לאמיר הערן פון זיי וואס זיי זאגן, ווער איז ארגער].
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

למעלה משבעים האט געשריבן:באמת האב איך אין די אשכול נישט אריינצורעדן זינט איך פראביר נאך צוזאמצושטעלן די פאזל וואס איז במציאות געווען די מעשה פון אנפאנג ביזן סוף.

עמעצער וואס איז ״למעלה משבעים״ איז נישטא עפעס ערגערס ווי א נאצי...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

דאס זאג איך דאך, עס ווענד זיך פון וואנט דער יענער קומט. א רוסישער [וואס אגב האט אויך מיטגעמאכט מיט די דייטשן] בין איך בכלל נישט אזוי זיכער אז ער וועט מודה זיין אז זיי זענען ארגער, יתכן ער וועט האלטן אז ביידע זענען די זעלבע, אדער גאר די רוסקי איז ארגער.

אייער מחשבה קומט פון אייער עלטערן/זיידעס, וואס האבן מיטגעמאכט "נאר" מיט די נאצישע רשעים.

פארשטיי מיר נישט שלעכט, ס'דא גענוג מעשיות נאכן מלחמה ווי מען האט מיטגעמאכט מיט די רוסקי'ס, אבער דאס איז נישט געווען אלץ קאמעניזעם, נאר פשוט אלץ די עצם מהות פון די רוסישע חיות טורפות סאלדאטן.
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

וואו זענען אלע אידן געלאפן ווען די קריג האט אויסגעבראכן, נו וואו? קיין רוסלאנד!!! זייער גוט...
פארוואס? ווייל ווילאנג דו האסט דיך נישט פארטשעפט מיט קיינעם האט דיך קיינער גארנישט געטוהן (איך מיין ח״ו נישט צו שרייבן קיין איין גוט ווארט אויף זיי, פארשטיי מיר גוט) ווידער דער נאצי האט נאכגעיאגט דיין שאטן מיט כל מיני אכזריות משונות, פאר? פאר גארנישט!!!
ס׳איז אן עקל צו זעהן ווי קינדער און אייניקלעך פון אידן וואס האבן אזוי געליטן קענען נאך טראכטן אז ס׳איז דא עפעס בדומה (איך מיין נישט דיר פרעזענדליך)
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

למעלה משבעים האט געשריבן:באמת האב איך אין די אשכול נישט אריינצורעדן זינט איך פראביר נאך צוזאמצושטעלן די פאזל וואס איז במציאות געווען די מעשה פון אנפאנג ביזן סוף.

אבער איין ווארט נאר, געווען וואס האבן דא געזאגט אז איין צד איז קאמעניסטן קעגן די אנדערע וואס זענען נאצי'ס, און מען זעט קלאר אז די אנדערע נעמען דאס נישט אן. קלער איך זיך צו מיר אזוי, אז די סיבה 'פארוואס' מיר 'שפירן' אזא געפיל קעגן די נאצי'ס איז נישט ווייל זיי האבן אלעס אפגע'הרג'עט נאר פונקט פארקערט ווייל אונזערע זיידעס זענען יא איבערגעבליבן, און אונז איבערדערציילט די מעשים נוראים, און וויבאלד דאס איז עצמי ובשרי, האט מען אזא האס צו זיי, און מען איז מקיים דעם זכור את אשר עשה לך עמלק.

משא"כ ביי די קאמעניסטן איז ליידער גארנישט! געבליבן קיין היימישע חסידישע קינדער וואס זאלן הערן וואס זייערע עלטערן האבן מיטגעמאכט כדי זיי זאלן עס שפירן, יא אוודאי איז געבליבן אחד בעיר שנים במשפחה גאר ערליך, אבער דא איז נישט פארהאן זייערע אייניקלעך וואס זאלן פארציילן וואס עצמי ובשרי האט מיטגעמאכט, ממילא קוקט מען עס אן ווי די אלע שחיטות בימים ההם... [און לאמיר טאקע זען, פון די אונגארישע אידן איז דאך יא דא וואס האבן דאס אביסל מיטגעמאכט, לאמיר הערן פון זיי וואס זיי זאגן, ווער איז ארגער].

גוט געזאגט!
פרעג א מענטש ווי איז בעסער געווען? אונטער סטאלין ימ"ש אדער היטלער ימ"ש
די ענטפער לכאורה איז אז פארן יוד בגשמיות איז אונטער סטאלין פארשטייט זיך אן האלטן די תורה... משא"כ היטלער ימ"ש האט געהארגעט א יוד ביז 4 דורות

אבער די ריכטיגע ענטפער איז ביידע זענען געווען רוצחים אכזרים און שונאי ישראל און "ביידע" יא טאקע "ביידע" ברויך מען פארדאמען און עוקר מן השורש זיין
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אמת, א רוסישער וועט שרייבען קאמיוניזעם און פוילישע אידען וועלן שרייבען נאציס און די אונגארישע קריגען זיך יעצט דא.
לעצט פארראכטן דורך מטעמים אום מיטוואך אוגוסט 16, 2017 8:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חיי אריכי, יא יא, און וואס זיי האבן מיטגעמאכט אינעם קאלטן סיביר האסטו עפעס פארגעסן? אדער ביזט פשוט נישט אן אייניקל פון די אידן? שקר וכוזב צו זאגן אז ווילאנג דו האסט זיך נישט פארטשעפעט מיט קיינעם האבן זיי גארנישט געטון, נאר פאר די איינע זאך פון היטן שבת האבן זיי אנגעמאכט צרות יגון ואנחה, כאפן ביים היטן אידישקייט דאס אליין איז געווען די ארגסטע!

סארי מיין זיידע האט יא געליטן פון זיי!
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

חיי אריכי האט געשריבן:וואו זענען אלע אידן געלאפן ווען די קריג האט אויסגעבראכן, נו וואו? קיין רוסלאנד!!! זייער גוט...
פארוואס? ווייל ווילאנג דו האסט דיך נישט פארטשעפט מיט קיינעם האט דיך קיינער גארנישט געטוהן (איך מיין ח״ו נישט צו שרייבן קיין איין גוט ווארט אויף זיי, פארשטיי מיר גוט) ווידער דער נאצי האט נאכגעיאגט דיין שאטן מיט כל מיני אכזריות משונות, פאר? פאר גארנישט!!!
ס׳איז אן עקל צו זעהן ווי קינדער און אייניקלעך פון אידן וואס האבן אזוי געליטן קענען נאך טראכטן אז ס׳איז דא עפעס בדומה (איך מיין נישט דיר פרעזענדליך)

איך האף דו פארשטייסט אז דו רעדסט שוין נאך תש"א ביז תש"ו
וואס דעמאלטס איז סטאלין געווען אין קריג מיט היטלער (און קריג'ס צייטן איז א לאנד פשוט נישט אין סדר, א חוץ וואס זיין שנאה צו היטלער האט דעמאלטס געברענט)
בעפאר און דערנאך האט ער אויסגערוידפט יעדע רעליגיע עד חרמה
מאנכע זאגן אז סטאלין האט מער בלוט (אלגעמיין נישט דווקא יודן) אויף זיין האנט ווי היטלער ימ"ש ממילא רוצחים עכ"פ אייניגע זענען זיי
און ער איז נישט געווען ווייניגער שונא ישראל ווי היטלער (נאר ער האט נישט געהאט די ריינע ראסע אידילאגיע ממילא אויב איז איינער טעכניש נישט געווען קיין יוד אפי' ער איז געבוירן א יוד איז אים דאס נישט אנגעגאנגען)
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

ווער רעדט פון נומבערס, ווען מ׳רעד פון נומבערס ביזסטו גערעכט,
אבער אין רוסלאנד האט מען נישט געהארגעט קיין אידן על לא דבר (לפי ערך)
מ׳האט געוויסט אויף וואס מ׳דארף אכטונג געבן, משא״כ ביי די נאצי׳ס,

צווייטענס, דו רעדסט ווער ס׳איז געוועהן א גרעסערע רוצח, איך האף דו פארשטייסט אז נאצי׳ס זענען געוועהן אסאך ערגער פון רוצחים...

דריטענס, ער האט אויסגערוידפט, וואס? רעליגיע, פיין, וואס האט היטלער גערוידעפט... דאס איז די תירוץ
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חיי אריכי איר רעדט מידוע אדער מהשערה? די רוסן האבן גע'הרג'עט אידן פאר די זעלבע סיבה ווי די דייטשן. פשוט ווייל ער איז א איד!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

למעלה משבעים האט געשריבן: די רוסן האבן גע'הרג'עט אידן פאר די זעלבע סיבה ווי די דייטשן. פשוט ווייל ער איז א איד!

נאופ. נאר ווער ס'האט "געהיטן" יודישקייט. ודו"ק.

נישט אז ס'איז גוט, אבער די חילוק צווישן דעם און די נאציס איז הימל און ערד.
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

למעלה משבעים האט געשריבן:חיי אריכי איר רעדט מידוע אדער מהשערה? די רוסן האבן גע'הרג'עט אידן פאר די זעלבע סיבה ווי די דייטשן. פשוט ווייל ער איז א איד!

איז געוועהן א וועג זיך ארויסצודרייען פון די רוסן?
ביי די נאצי׳ס???
ענטפער דו!!

יא ס׳איז מיר ידוע, און פאר דיר אויך...

למעלה טייערער פארשטיי מיך גוט, איך זאג נישט קיין איין גוט ווארט אויף סטאלין, איך האב אויך געהערט ווי דיר, אבער איך קען נישט דערהייבן אז אונז אידן קינדער און אייניקלעך פון די געליטענע (קוק דיך אים און א שיינע פאר אשכולות) קענען זאגן אז דער גרופע, און יענע, זענען בדומה צו נאצי׳ס (לאו דווקא רוסן)
אפילו דו האסט פיינט א לינקער וד״ל
לעצט פארראכטן דורך חיי אריכי אום מיטוואך אוגוסט 16, 2017 8:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

כאפצעם, שקר וכוזב! פארשטייט זיך ס'האט זיך געוואנדן וועלכע צייטן, אבער ביים אזוי גערופענע רייניגונג איז זיין כוונה געווען אויסצוראטן אלע אידן.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

חיי אריכי האט געשריבן:ווער רעדט פון נומבערס, ווען מ׳רעד פון נומבערס ביזסטו גערעכט,
אבער אין רוסלאנד האט מען נישט געהארגעט קיין אידן על לא דבר (לפי ערך)
נאר פארן האלטן יודישקייט, הייסט ביי דיר מיינט דאס על לא דבר??? דאס איז דאך אנטיסעמיטיזם!
מ׳האט געוויסט אויף וואס מ׳דארף אכטונג געבן, משא״כ ביי די נאצי׳ס,
גייסטו אריין צו גוף איז ערגער ווי נשמה? כמעלניצקי ימ"ש איז אויך גוט געווען אויב מען האט זיך גע'שמד'ט! אין אלע דורות האבן שונאי ישראל פארלאנגט שמד! און אז היטלער האט עס נישט געהאלפן איז ער אזויפיל ארגער???
צווייטענס, דו רעדסט ווער ס׳איז געוועהן א גרעסערע רוצח, איך האף דו פארשטייסט אז נאצי׳ס זענען געוועהן אסאך ערגער פון רוצחים...
אז? היטלער האט פארגאזט און סטאלין האט געשלאגן און פארפרוירן צום טויט? ארבעט'ס לאגערן האבן ביידע זיך געקענט פארמעסטן

דריטענס, ער האט אויסגערוידפט, וואס? רעליגיע, פיין, וואס האט היטלער גערוידעפט...
ראסע! נו איז ווייטער גוף ארגער ווי נשמה?
דאס איז די תירוץ
איך פארשטיי נישט די תירוץ

קוקט אויס ווי איר קענט נישט די היסטאריע פון קאמיניזם ווייל ווען יא וואלט איר אנדערש געשריבן
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

למעלה משבעים האט געשריבן:שקר וכוזב! פארשטייט זיך ס'האט זיך געוואנדן וועלכע צייטן, אבער ביים אזוי גערופענע רייניגונג איז זיין כוונה געווען אויסצוראטן אלע אידן.

ליינטס ביטע איבער די היסטאריע ביכער, און פרעגט די עלטערע אידן ווילאנג זיי לעבן!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חיי אריכי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:חיי אריכי איר רעדט מידוע אדער מהשערה? די רוסן האבן גע'הרג'עט אידן פאר די זעלבע סיבה ווי די דייטשן. פשוט ווייל ער איז א איד!

איז געוועהן א וועג זיך ארויסצודרייען פון די רוסן?
ביי די נאצי׳ס???
ענטפער דו!!

יא ס׳איז מיר ידוע, און פאר דיר אויך...

למעלה טייערער פארשטיי מיך גוט, איך זאג נישט קיין איין גוט ווארט אויף סטאלין, איך האב אויך געהערט ווי דיר, אבער איך קען נישט דערהייבן אז אונז אידן קינדער און אייניקלעך פון די געליטענע (קוק דיך אים און א שיינע פאר אשכולות) קענען זאגן אז דער גרופע, און יענע, זענען בדומה צו נאצי׳ס (לאו דווקא רוסן)
אפילו דו האסט פיינט א לינקער וד״ל

ארויסצודרייען פון די רוס איז נאר געווען דורך גיין צו אזעלכע שטעטלעך ווי זייער אויג איז נישט געווען אזוי שטארק געוואנדן, אדער דורך זיך אויסבאהאלטן די אידישקייט. ביים דייטש איז געווען די זעלבע, די וואס האבן געקענט זענען אדער געלאפן אין די וועלדער, אדער זיך פארשטעלט אלץ אריער.

די קענסט נישט דערהייבן ווייל דיינע זיידעס האבן נישט מיטגעמאכט פון די רוס [ווען יא וואלסטו דא נישט געשריבן, נאר אולי געווען פון די טעקסי דרייווער'ס :evil: ], ממילא "שפירסטו" עס נישט.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

געוואלד געשריגן!
היטלער איז געווען א ראסיסט און אנטיסעמיט און סטאלין א ראסיסט און אנטיסעמיט
סטאלין האט גע'הרג'ט די פויערן צוליב ראסיזם! און יודן צוליב אנטיסעמיטיזם
היטלער האט גע'הרג'ט יודן און להבדיל צוגאנער צוליב ראסיזם און אנטיסעמיטיזם

אבער ביידע האבן געהאט די זעלבע מידות
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”