בלאט 1 פון 3

מאנקי סי, מאנקי סו - בצל כוואפאפעיכו שאו

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 10:23 am
דורך שמאטע
שטורעמישע לאכערייען האבן זיך ארויסגעהערט מיטוואך אווענט פונעם סאן פראנציסקא'ס געריכט זאל אויף די 9'טע יו.עס. סירקוט קארט אוף אפיעלס.

די געלעכטער איז געווען צוליב די הומאריסטישע קעיס מיט וועלכע די דריי ריכטער אויפן פאנעל זענען געווען פארנומען פאר 45 מינוט.

די קעיס איז איבער די קלאגע אויף די רעכטען פון מר. "נערוטא מעקעעק" פון אינדיאניזיע איבער א סעלפי בילד וועלכעס דער אויבענדערמאנטער האט געכאפט מיט די קאמערע פון א בריטישער נאטורן פאטאגרעפירער מר. דעוויד סלעיטער צוריק אין יאר 2011.

די קלאגע, וועלכע איז אריינגעגעבן געווארען אין געריכט דורך די "מענטשען פאר עטישע באהאנדלונג איבער חיות" - אויך באקאנט אלס PETA - זוכט צו אנקלאגען מר. דעוויד סלעיטער און א פראנסיסקא באזירטע פאבלישינג פירמע "גרעפץ" (בלורב) וועלכעס האט ארויסגעגעבען א בוך "וויילדלייף פערסאנעלעטיס" אין וועלכען עס געפונט זיך די בילד פון "נערוטא מעקעעק" פאר "קאפירייט אינפרינדשמענט. די קלאגע - אריינגעגעבן אין 2015 - זוכט צו פארזיכערען אלע רווחים פון די בילד וואס איז גענומען געווארן אין 2011 אין א וויילדלייף רעזערוו אין 'סולאוואסי, אינדאניזיע' פון די מאנקי.

די בילד געכאפעכץ איז פארגעקומען ווען די מעקעעק מאנקי מר. נערוטא האט באמערקט די אנגעשטעלטע קאמערע פונעם בריטישן פאטאגראפירער און געגעבן א דריק די קנעפל און געכאפט א זיסליכע סעלפי מיט א גרויסע שמייכעל פון זיך. זעהט אינטען פונעם תגובה.

די לויער פאר פיט"א - מר. דוד שווארץ.... - האט געזאגט אז די מאנקי איז געווען געוואוינט צו זעהן קאמערעס און האט גענומען די סעלפי ווען ער האט זיך געזעהן אין די ריפלעקשען פון די לענס.

סלעיטער און זיין פירמע האבן געטענ'הט אז די געריכט זאל איינהאלטן די קאפירייט וואס די פירמע האט אויף די בילדער גענומען דורך זייער פאטאגראפירער.

א פעדעראלע געריכט האט געאוטיילט אנטקעגען פיט"א און די מאנקי, זאגענדיג אז די מאנקי האט נישט קיין עמטליכע רעכטען צו קלאגן, ווארום עס איז נישט פארהאנען קיין אנדייטונג אז קאנגרעס זאל וועלען אויסברייטערען די קאפירייט פראטעקשען אויך צו חיות.

דורכאויס די 45 מינוטיגע סירקוס האט שווארץ זיך גע'עקשנ'ט אז די עיקר אויף וואס מען דארף קוקן איז אז "בילדער קענען זיין קאפירייט, און די מאנקי איז די פאטאגראפירער" סאו ס'איז זיין אייגענטום, אמער "די מאנקי" האט אייגענטליך בפועל "געכאפט" די בילד...."מיר דארפן קוקן אויף די ווארט "ארויסגעבער - Authorship" אין א ברייטערע באדייט - האט שווארץ געזאגט.

די ריכטער (ווארשיינליך א זוהן פון יענעם בריוו שרייבער...) האט גע'גרילט מר. שווארץ און געפרעגט פארוואס עפעס פיט"א האט די סטאטוס צו רעפרעזענטירען די מאנקי? - "צו האבן א געפיל צו א מאנקי איז נאכנישט גענוג צו אוועקשטעלען אז מען איז א "פריינד" רילעישענשיפ" וועלכעס פארלאנגט זיך צו קענען רעפרעזענטירען די מאנקי אין געריכט - האט דער ריכטער געזאגט.

די ריכטער האבן נישט ארויסגעגבען זייער פסק מיטוואך. כלל ישראל ווערט געבעטען צו איינרייסען וועלטען און שפאלטען הימלען אז די גזירה זאל בטל ווערען ברוב און מיר זאלן קענען כאלעמויד האלטן ווי אונזערע עלטערען האבן זיך געפירט אלע יארן צו גיין צום זו, לראות את עצמו, און די טרויעריגע פיט"א זאל נישט האבן קיין שליטה אויף אונז!.

מרת דאנינג, די לויער פאר די פאבלישונג פירמע, האט זיך געוואנדערט צו איז בכלל פארהאן א עמגליכקייט אז זיי וועלען נישט זיגן. "וואו ענדיגט זיך די צידרייטקייט? אויב א מאנקי קען קלאגן אויף קאפירייט אינפרינדשמענט, וואס נאך קען א מאנקי טון?" - האט זי אויסגעדריקט איר וואונדער נאכן הירינג.

פיטא'ס קאונסיל "דשעףף קערר" האט געזאגט אז די גרופע פלאנט צו ניצן די געלטער פון די בילדער צו העלפען מענטשען שטודירען מאלפעס. שמאטע - דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו - זאגט אז עס פעלט שויניש אויס, ווייל זייער גאנצע קלאגע אליינס איז שוין גענוג פאר א נארמאלע מענטש צו וויסן וואס מענטשליכע מאנקיס זענען אומשטאנד צו טון.

פיט"א טוט קלאר ארבייטען אין די אינטערעסען צו פארזיכערען די בעסטע פאר נערוטא - האט דשעף קערר געזאגט.

"ענדרו דהואי" - די לויער וועלכע האט רעפרעזענטירט דעפ פאטאגראפירער דעוויד סלעיטער האט געזאגט א זדי נארישע חוזק'דיגע לעגאלע קלאגע איז ענדערש א פובליק סטאנט פון פיט"א ווי א ערענסטע קלאגע. ער האט אראפגעריסן פיט"א נאך די הירינג זאגענדיג "נערוטא האט געמאכט א פרקטישע טעות מיטן נישט אליינס אראפקומען אין געריכט צו די פארהערען איבער זיינע רעכטען!"

ס'זעהט אויס ווי ס'גייט אים נישט אן בכלל! נישט שיין, נישט שיין - האט ער געזאגט איידערן אוועקשפאצירען פון די קאמערע (פון וועלכע ער האט, אגב, "נישט" געכאפט קיין סעלפי).

https://www.nytimes.com/aponline/2017/0 ... wsuit.html

אוי ווי זיס... "ציקאש" וואלט די באבע געשריגען - אבער זי איז א רעפיוג'י אין ענגלאנד.... סאו זי קען נישט רעדן אויס מורא אז די ווייטע האנט פון די NSA וועט איר גרייכן...
(די ניינטע סירקוט האט אין א ארטיקעל געזאגט אז אויב זאל די באבע וועלען אריינקומען אין לאנד וועט זי קענען קלעימען "באבישע רעכטען", נאך טראמפס טרעוועל בענענע איז אריין אין קראפט).

23064199-mmmain.jpg
23064199-mmmain.jpg (63.48 KiB) געזען 7740 מאל

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 10:59 am
דורך צווייפעל
חחח נורא נוראות....

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 11:00 am
דורך ענדע צדיק!
חחחח אנבעליוועבל!

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 11:04 am
דורך שעמעדיגער
מיט וואסערע איידיעס דער קומט אלס אויף.....
#ציקאש

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 11:26 am
דורך מונאוויטש
שמאטעלוכעס בתפארתו!

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 11:45 am
דורך שמואל בארג
מאנקי סי, פיט"א סאו.

צום שמייכלען.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 11:46 am
דורך משה כספי
;l;p- שמאטעניו
כדי דער עוילעם זאל בעסער פארשטיין
וואס איז שמאטע די האוסט אדער די קארעספאנדאט?
בד"ו עס איז א פיינער שאו מיט אינהאלטסרייכע נייעס און מיט אן אינדעפענדענט בליק!
קיעפ אן ;l;p- ווי זאגט די באבע צוקאש

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 12:47 pm
דורך זאכליך
ליידער האט עס אמת'דיג פאסירט. וויאזוי פלעגט נאר צווייפעל זאגן "נאך אביסל וועלן די סקאנקס האבן שטים רעכטן".

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 12:56 pm
דורך נא_שכל
שמאטע זאג נאר, פארוועם האסטו געצאלט געלט צו באקומען רשות ארויפצולייגן דעם בילד?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 12:58 pm
דורך עקבי הצאן
ענדע צדיק! האט געשריבן:חחחח אנבעליוועבל!

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 1:03 pm
דורך Kiwi
;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 1:50 pm
דורך איש האשכולות
;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 2:43 pm
דורך דונש
יו איז דער גוט!!!

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 2:50 pm
דורך נגיד
שמאטע!!! :lol: :lol: :lol:

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:00 pm
דורך וויל זיין גוט
איז עס א מעשה שהיה? אדער אפשר א גוטער שיינער דמיון, ווערק פון אונזער אויסגעדינטער שמאטעס שעפערישער מח

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:07 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
וויל זיין גוט האט געשריבן:איז עס א מעשה שהיה?

יא

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:16 pm
דורך פאראינטערסירט
;l;p- ;l;p- שמאַטע אזוי זאַפטיג אראָפּצולייגן א משוגענע נייעס..!!

וויל זיין גוט האט געשריבן:איז עס א מעשה שהיה? אדער אפשר א גוטער שיינער דמיון, ווערק פון אונזער אויסגעדינטער שמאטעס שעפערישער מח

נישט צום גלייבן ווי משוגע די חברה זענען,

עס איז נעבעך א אמת'דיגע פּאַסירונג, %f#@ %f#@

א פשוט'ע סוירטש אויף גוגעל די Monkey selfie case האט דאס ארויפגעברענגט

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 5:24 pm
דורך eller
גיט גיט
אבער כ'פארשטיי נישט וואס מ'מאכט חוזק פון די טונקעלע מאניראטעט .. ענק מעגן זיך אמאל אויך זיך אנעמען פאר זיי סטאפסט מיט די ראסע !

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 5:49 pm
דורך farshlufen
אה, שמאטע מאכט פריילעך און גוטמוטיג, א דאנק אייך.

נ.ב. א באזונדערע דאנק פאר די מאלפע.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 5:57 pm
דורך maybeeynot
farshlufen האט געשריבן:אה, שמאטע מאכט פריילעך און גוטמוטיג, א דאנק אייך.

נ.ב. א באזונדערע דאנק פאר די מאלפע.

גא"מ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 6:51 pm
דורך sukoss
אויסצוג פון למען תדע פון אנטווערפן

נייער פארשלאג:"בהמות זאלען ווערען ווי מענטשען"
איינע פון די דעפוטאטען אין וואלאנישען פארליאמענט, א געוויסע פרוי
קריסטין דעפרעניע וועלכע האט "שווער געארבעט" מען זאל דארט אדורך
פיהרען דעם געזעץ קעגען די שחיטה, איז לעצטע וואך ארויס געקומען מיט
א פרישען פארשלאג. דער "זיג" ביי די שחיטה איז איהר "געשטיגען אין
קאפ" און יעצט גייט זי ווייטער.
זי האט אין פארליאמענט איינגערייכט א פארשלאג אז מען זאל אללע
בהמות )אויך עופות( באטראכטען ווי "באשעפענישען מיט א געפיהל".
נאך מעהר זי וויל די רעכטען פון די בהמות אריינשטעלען אין בעלגישען
גרונד-געזעץ(constitutie ,(אזוי אז מען זאל דאס שווער קענען ענדערען
און די בהמות זאלען האבען די זעלבע רעכטען ווי די פארשיעדענע
רעליגיעס. זי האט צוגעלייגט אז דאס געזעץ איז "אויך נוגע היישעריקען
און פליגען".
21
מען קען ב"ה פעסטשטעלען אז די וועלט גייט פארויס. אז בקרוב וועט מען
בויען שפיטעלער פאר די בהמות און זיי וועלען אויך קענען אריין שיקען א
פארטרעטער אין פארליאמענט צו פארטיידיקען זייערע רעכטען גלייך ווי
די מענטשען.....
לויט זייער שיטה אז זיי שטאמען פון מאלפעס, איז נישט קיין חידוש אז

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 7:43 pm
דורך Efroiach
sukoss האט געשריבן:אויסצוג פון למען תדע פון אנטווערפן

נייער פארשלאג:"בהמות זאלען ווערען ווי מענטשען"
איינע פון די דעפוטאטען אין וואלאנישען פארליאמענט, א געוויסע פרוי
קריסטין דעפרעניע וועלכע האט "שווער געארבעט" מען זאל דארט אדורך
פיהרען דעם געזעץ קעגען די שחיטה, איז לעצטע וואך ארויס געקומען מיט
א פרישען פארשלאג. דער "זיג" ביי די שחיטה איז איהר "געשטיגען אין
קאפ" און יעצט גייט זי ווייטער.
זי האט אין פארליאמענט איינגערייכט א פארשלאג אז מען זאל אללע
בהמות )אויך עופות( באטראכטען ווי "באשעפענישען מיט א געפיהל".
נאך מעהר זי וויל די רעכטען פון די בהמות אריינשטעלען אין בעלגישען
גרונד-געזעץ(constitutie ,(אזוי אז מען זאל דאס שווער קענען ענדערען
און די בהמות זאלען האבען די זעלבע רעכטען ווי די פארשיעדענע
רעליגיעס. זי האט צוגעלייגט אז דאס געזעץ איז "אויך נוגע היישעריקען
און פליגען".
21
מען קען ב"ה פעסטשטעלען אז די וועלט גייט פארויס. אז בקרוב וועט מען
בויען שפיטעלער פאר די בהמות און זיי וועלען אויך קענען אריין שיקען א
פארטרעטער אין פארליאמענט צו פארטיידיקען זייערע רעכטען גלייך ווי
די מענטשען.....
לויט זייער שיטה אז זיי שטאמען פון מאלפעס, איז נישט קיין חידוש אז

ווער ווייסט? אפשר מיט די צייט וועלן זיי גאר צאלן שטייער....

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 7:45 pm
דורך זאכליך
אך און וויי אויב מ'וועט טרעפן א פליגן כאפער ביי איינעם...
פון די אנדערע זייט וועט מען קענען קלאגן עין געריכט אויף יעדע מוסקיטאו ביס...

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 7:52 pm
דורך זאכליך
אה, כ'האב יעצט געכאפט פשט אין די קעפל
Monkey see monkey sue

געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2017 11:55 pm
דורך גיי שוין גיי
איך פארשטיי נישט איין זאך,
לאמיר זאגן די מאנקי האט א רעכט ווי א געהעריגע מענטש. ווען איך נעם יענעמס א קעמרא אן רשות און איך מאך א סעלפי באלאנגט די בילד צו מיר???