בלאט 69 פון 228

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2018 4:12 pm
דורך הצדיק
100
percent, [the FBI and DOJ] are putting all their chips on the Republicans losing the House and all these investigations will shut down," Nunes said

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2018 4:20 pm
דורך צל עובר
עפעס א רעפאבליקאנער קאמפעני

אהייא גאווערנער דזשענערעל עלעקשן

רעפאבליקען מייק דעווין 42 +4
דעמאקראט ריטשארד קארדרעי 38

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2018 4:21 pm
דורך צל עובר
פון די זעלבע קאמפעני

אהייא סענאט דזשענערעל עלעקשן

אינקאמבענט דעמאקראט שעראד בראון 45 +4
רעפאבליקען דזשים רענאסי 41

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2018 4:25 pm
דורך צל עובר
לויט די אנקעטע זענען מסתמא די דעמאקרעטס שטערקער אין די אהייא גאווערנער פארמעסט, ווייל בראון איז אין אנדערע אנקעטעס אסאך שטערקער, אויב די דעמאקרעטס נעמען איבער אהייא גאווערנער און אויך די לעגיסלאטאר, קומט דארט א פעסטע רידיסטריקטינג.

אויף די יעצטיגע מעפ האט ראמני געווינען אין אהייא 12 צו פיר דיסטריקטס פאר אבאמע, ווען אבאמע האט געווינען אהייא מיט 2%.

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2018 4:25 pm
דורך הכל הבל
טרעפלעגער אנקעטע אויף וועסט ווירדזשיניע סענאט פארמעסט גיבט 10% אויבערהאנט פאר אינקאמבענט דעמאקראט

מענשין (ד) 50%
מאריסי (ר) 40%
האלין (ליבערטעריען) 2%
אומבאשטימט 8%

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2018 4:32 pm
דורך הכל הבל
אין די דזשארדזשיע גאווערנאר ראנאף האט פרעזידענט טראמפ היינט אינדארסירט ברייען קעמפ אבער דער אמטירנדע רעפובליקאנער גאווערנאר האט לעצטנס אינדארסירט קעמפס קעגנער קעיסי קעיגל

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2018 7:06 pm
דורך צל עובר
לויט די טראפאלגאר אנקעטע איז טראמפס עפראוועל אין וועסט ווירדזשיניע פלאס 32 33-65.

לויט דעם קוקט נישט אויס אז ער האט צופיל דעמאקרעטס.

טראפאלגאר איז א רעפאבליקאנער גענויגטע פירמע.

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2018 7:24 pm
דורך צל עובר
PRRI דזשענעריק בעלאט דעמאקרעטס פלאס 11 42-53

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2018 9:12 pm
דורך ליבלעך
הכל הבל האט געשריבן:טרעפלעגער אנקעטע אויף וועסט ווירדזשיניע סענאט פארמעסט גיבט 10% אויבערהאנט פאר אינקאמבענט דעמאקראט

מענשין (ד) 50%
מאריסי (ר) 40%
האלין (ליבערטעריען) 2%
אומבאשטימט 8%

מעסעזש פון דאן בלענקשיפ:
Screenshot_20180718-210937-01.jpeg
Screenshot_20180718-210937-01.jpeg (147.26 KiB) געזען 1350 מאל

געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2018 11:37 am
דורך הכל הבל
מעקאנעל פארבינדעטע גרופע רופט אפ אויף דערווייל א רונדע פון מידיא רעקלאמעס אין די וועסט ווירדזשיניע סענאט פארמעסט

געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2018 12:08 pm
דורך הכל הבל
פרישע אנקעטע אין די דזשארדזשיע רעפובליקאנע ראנאף פארמעסט פאר גאווערנאר
פון אפיניאן סעווי

ברייען קעמפ 55%
קעיסי קעיגל 37%

געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2018 12:30 pm
דורך הכל הבל
די דזשארדזשיע פארמעסט איז גאר א היציגע

קעמפ וועט באטראכט ווי מער אן אויסגעשפראכענע קאנדידאט אויף אימיגראציע און צווייטע אמענדמענט אישוס ווי קעיגל און פילע רעפובליקאנע פירער שטיצן קעיגל אבער פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אינדארסירט קעמפ כאפנדיג טייל מעסיגערע אין די פירערשאפט אין שאק
קעמפ סערווירט אצינד אלץ דזשארדזשיע סעקרעטערי אף סטעיט אן אמט וואס ער האט איבערגענומען פון קערען הענדל וועלכע איז האט זיך פארמאסטן אין די 2010 למספרם גאווערנאר פריימערי און גאר שמאל פארלוירן צום איצטיגן גאווערנער נעיטן דיעל וועלכע האט אינדארסירט קעיגל צו זיין זיין נאכפאלגער
פרוי הענדל איז פאריאר געלאפן אין א ברייט נאכגעפאלגטע פארמעסט פאר א קאנגרעס זיץ און א פארלוסט וואלט צו יענע צייט באצייכנט געווארן אלץ פאטאל פאר די רעפובליקאנער צוליב די אנטי טראמפ אטמאספערע וואס האט דאן אנגעצויגן זיגן אין ספעציעלע וואלן איבערן לאנד
אין די ענדע האט הענדל געזיגט אין יענע פארמעסט אין דינט אצינד אין קאנגרעס
קעיגל דינט איצט אלץ סטעיט אטוירני דזשענעראל און די אורזאך צוליב וואס מעסיגע רעפובליקאנער וואלטן געוואלט א קעיגל זיג איז ווייל הגם די סטעיט איז אין געווענליכע אומשטענדן נישט אין געפאר לויפט אבער היי יאר אויף די דעמאקראטישע זייט אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי וועלכע האט באוויזן אויפצוהייטערן די ליבעראלע באזע און פילע אפריקאנע אמעריקאנע וויילער מיט וועלכע די סטעיט איז געבענטשט
די רעפובליקאנע פירערשאפט זענען אביסל נערוועז אז זי וועט שטייגן נאכמער און זענען נישט אינגאנצן רואיג מיט קעיגל און שפירן אז קעמפ וועט בלויז נאכמער באדראען זייערע שאנסן אנצוהאלטן די גאווערנאר שטוהל

געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2018 6:28 pm
דורך צל עובר
WOW דאס הייסט אז מעקאנעל טוט צו די זאך און געט אפעציעל אויף אויף וועסט ווירדזשיניע, גיי פארשטיי פארוואס עס איז נאך רעיטעד איבעראל טאסאפ.

דע בלענקענשיפ איז שוין נאר די טשערי אנטאפ די פיי.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2018 9:12 pm
דורך פעיק ניוז
די קאנגרעסיאנאלע דעמאקראטן האבן נעכטן ארויסגעשטעלט זייער נייעם סלאגאן פאר די יעצטיגע מידטוירם וואלן, און דער סלאגאן איז "פאר די בירגער". דער סלאגאן נעמט זיך פון א היסטארישן אויסדרוק פון די גרינדער פון די פאראייניגטע שטאטן, אז אמעריקע איז א לאנד "דורך די בירגער און פאר די בירגער". ביז יעצט האבן די דעמאקראטן גענוצט פאר די מידטוירם וואלן דעם סלאגאן "א בעסערער דיעל", אבער זיי האבן געטוישט צו "פאר די בירגער", וויבאלד זיי ווילן אז די וויילער זאלן באקומען דעם איינפאכן מעסעדזש, אז די דעמאקראטן זענען דא צו רעפרעזענטירן די בירגער און ארויסהעלפן די בירגער. דעמאקראטן זאגן אבער פארט, אז זיי זעען איין, אז ס'איז ווייט פון אזא צוציענדיגע און מאגנעטישע סלאגאן ווי "מעיק אמעריקע גרעיט עגעין".

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 10:55 pm
דורך הכל הבל
הכל הבל האט געשריבן:די דזשארדזשיע פארמעסט איז גאר א היציגע

קעמפ וועט באטראכט ווי מער אן אויסגעשפראכענע קאנדידאט אויף אימיגראציע און צווייטע אמענדמענט אישוס ווי קעיגל און פילע רעפובליקאנע פירער שטיצן קעיגל אבער פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אינדארסירט קעמפ כאפנדיג טייל מעסיגערע אין די פירערשאפט אין שאק
קעמפ סערווירט אצינד אלץ דזשארדזשיע סעקרעטערי אף סטעיט אן אמט וואס ער האט איבערגענומען פון קערען הענדל וועלכע איז האט זיך פארמאסטן אין די 2010 למספרם גאווערנאר פריימערי און גאר שמאל פארלוירן צום איצטיגן גאווערנער נעיטן דיעל וועלכע האט אינדארסירט קעיגל צו זיין זיין נאכפאלגער
פרוי הענדל איז פאריאר געלאפן אין א ברייט נאכגעפאלגטע פארמעסט פאר א קאנגרעס זיץ און א פארלוסט וואלט צו יענע צייט באצייכנט געווארן אלץ פאטאל פאר די רעפובליקאנער צוליב די אנטי טראמפ אטמאספערע וואס האט דאן אנגעצויגן זיגן אין ספעציעלע וואלן איבערן לאנד
אין די ענדע האט הענדל געזיגט אין יענע פארמעסט אין דינט אצינד אין קאנגרעס
קעיגל דינט איצט אלץ סטעיט אטוירני דזשענעראל און די אורזאך צוליב וואס מעסיגע רעפובליקאנער וואלטן געוואלט א קעיגל זיג איז ווייל הגם די סטעיט איז אין געווענליכע אומשטענדן נישט אין געפאר לויפט אבער היי יאר אויף די דעמאקראטישע זייט אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי וועלכע האט באוויזן אויפצוהייטערן די ליבעראלע באזע און פילע אפריקאנע אמעריקאנע וויילער מיט וועלכע די סטעיט איז געבענטשט
די רעפובליקאנע פירערשאפט זענען אביסל נערוועז אז זי וועט שטייגן נאכמער און זענען נישט אינגאנצן רואיג מיט קעיגל און שפירן אז קעמפ וועט בלויז נאכמער באדראען זייערע שאנסן אנצוהאלטן די גאווערנאר שטוהל


קעמפ פאראויס מיט 6% אין פרישע אנקעטע
קעמפ און קעיגל ביידע פאראויס מיט 2% פונעם דעמאקראט פרוי עיברעמס

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2018 11:11 pm
דורך צל עובר
דזשענעריק בעלאט

רויטערס איפסוס יולי 13-17 דעמאקרעטס פלאס 9 35-44

מארנינג קאנסאולט פאליטיקא יולי 13-14 דעמאקרעטס פלאס 8 37-45

NBS WSJ יולי 15-18 דעמאקרעטס פלאס 6 43-49

עקאנעמיסט יו גאוו יולי 15-17 דעמאקרעטס פלאס 8 37-45

בעסיקלי לויט אלע פלאס 8% רוב טעג פון די אנקעטעס איז פאר די פרשה פאריגע וואך.

געשריבן: מאנטאג יולי 23, 2018 10:17 am
דורך הכל הבל
דזשאש האולי דער רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט אין מיזורי האט שוין אין 2011 למספרם גערעדט פון די מעגליכקייט צו לויפן פאר די מיזורי סענאט זיץ לויט אימעילס
איינע פון די אימעילס איז פון 2013 למספרם אין וועלכע האולי שרייבט צו א פריינט: טייל פון די סיבה פון מיין זיך צוריקציען קיין מיזורי איז פאליטיש

געשריבן: מאנטאג יולי 23, 2018 11:02 am
דורך פארדינט
הכל הבל האט געשריבן:דזשאש האולי דער רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט אין מיזורי האט שוין אין 2011 למספרם גערעדט פון די מעגליכקייט צו לויפן פאר די מיזורי סענאט זיץ לויט אימעילס
איינע פון די אימעילס איז פון 2013 למספרם אין וועלכע האולי שרייבט צו א פריינט: טייל פון די סיבה פון מיין זיך צוריקציען קיין מיזורי איז פאליטיש


און?

געשריבן: מאנטאג יולי 23, 2018 12:57 pm
דורך צל עובר
דער דעמאקראט קען מאכן א מצב פון די אימעיל אז ער האט געמופט וועגן פאליטיק.

געשריבן: מאנטאג יולי 23, 2018 1:32 pm
דורך א נייער
צל עובר האט געשריבן:דער דעמאקראט קען מאכן א מצב פון די אימעיל אז ער האט געמופט וועגן פאליטיק.

ווער טוט עס נישט
קלינטאן (ניו יארק)
ראמני (יוטא)

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2018 11:59 am
דורך כאפצעם
צוליב די געטוישטע דיסטריקטס לויפט יעצט קאנאר לעמב אין אינעם נייעם דיסטריקט PA-17 קעגן דעם אינקאמבענט רעפובליקאנער 'קייט ראטאפס'.

א נייע מאנמאוט אנקעטע שטעלט לעמב +13.

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2018 11:59 am
דורך צל עובר
קוק האלט אין איין טענה'ן אז יענע רעיס איז א טאסאפ.

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2018 4:54 pm
דורך צל עובר
דזשארדזשיע רעפאבליקאנער גאווערנער פריימערי ראנאף

טראפאלגאר קעמפ פלאס 18 41-59

סורוועי יו עס עי קעמפ פלאס 6 34-40

אפיניען סעווי קעמפ פלאס 18 55-37

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2018 5:14 pm
דורך צל עובר
לערי סאבאטא געט יעצט פאר די דעמאקרעטס 199 זיצן קעגן 200 זיצן פאר די רעפאבליקענס, און 36 טאסאפ'ס.

אלע אנדערע געבן נאך היפש מער זיצן פאר די רעפאבליקענס, נאר וויבאלד מען האלט אז די דעמאקרעטס וועלן געווינען רוב טאסאפ'ס, פלאס א גרויסע חלק פון די רעפאבליקענס זיצן זענען בלויז לייקלי און אסאך בלויז ליען, פון אלעס אינאיינעם האבן די דעמאקרעטס א גרעסערע טשענס, משא"כ סאבאטא געט שוין פאר די רעפאבליקענס בלויז איין זיץ מער ווי פאר די דעמאקרעטס.

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2018 5:30 pm
דורך צל עובר
אין סענאט האט סאבאטא געריקט וועסט ווירדזשיניע פון טאסאפ צו ליען דעמאקראט, ברענגענדיג די נאמבער פון דעמאקראטישע זיצן צו 45 קעגן 49 פאר די רעפאבליקענס, און זעקס טאסאפ'ס, אינדיענע מיזורי פלארידע, און נארט דעקאטע וואס ווערן יעצט געהאלטן ביי דעמאקרעטס, און אריזאנע נעוואדע וואס ווערן יעצט געהאלטן ביי רעפאבליקאנער.

טענעסי איז ליען רעפאבליקען און מאנטענע ליען דעמאקרעט.