2018 מידטורם עלעקשאנס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

ארויס געקומען א נייע אנקעטע פון JMC אין נעוואדע רעפובליקאנער פריימערי וואס גיבט אן אויבערהאנט פאר טארקעניען איבער העלער
טארקעניען באקומט 44%
העלער (אינקאמבענט) 38%
מען שפעקולירט צו העלער איז די קומענדיגע אויפן רייע צו ריטייערן.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ברעיקינג:

אן אטלאנטיק באריכט ווייסט צו פארציילן אז רעפובליקאנער סענעטאר -צווייטער אין ראנק אונטער מעקאנעל- 'ארען העטש' פון יוטא פלאנירט צו רעטייערן.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

אן אטלאנטיק באריכט ווייסט צו פארציילן אז רעפובליקאנער סענעטאר -צווייטער אין ראנק אונטער מעקאנעל- 'ארען העטש' פון יוטא פלאנירט צו רעטייערן.


איר מאכט א טעות דער צווייטער און ראנג איז סענאטאר דזשאן קארנין פון טעקסאס.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

אן אטלאנטיק באריכט ווייסט צו פארציילן אז רעפובליקאנער סענעטאר -צווייטער אין ראנק אונטער מעקאנעל- 'ארען העטש' פון יוטא פלאנירט צו רעטייערן.


איר מאכט א טעות דער צווייטער און ראנג איז סענאטאר דזשאן קארנין פון טעקסאס.

לכאורה איז עס נישט זיין טעות עס קען זיין אז די מידיע האט אים יעצט אויפגענומען אלץ צווייטער און ראנג צוליב זיין רעטייערן
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

אן אטלאנטיק באריכט ווייסט צו פארציילן אז רעפובליקאנער סענעטאר -צווייטער אין ראנק אונטער מעקאנעל- 'ארען העטש' פון יוטא פלאנירט צו רעטייערן.


איר מאכט א טעות דער צווייטער און ראנג איז סענאטאר דזשאן קארנין פון טעקסאס.

נו אפשר דער דריטער, ער האט די טיטל פון 'סענאט פרעזידענט' אלס דער לענגסטער סערווינדער סענעטאר און פירט אן די סענאט וואלן פראצעדורן.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

אן אטלאנטיק באריכט ווייסט צו פארציילן אז רעפובליקאנער סענעטאר -צווייטער אין ראנק אונטער מעקאנעל- 'ארען העטש' פון יוטא פלאנירט צו רעטייערן.

Mitt Romney intends to run for his seat, according to five sources familiar with the situation
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

כאפצעם האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

אן אטלאנטיק באריכט ווייסט צו פארציילן אז רעפובליקאנער סענעטאר -צווייטער אין ראנק אונטער מעקאנעל- 'ארען העטש' פון יוטא פלאנירט צו רעטייערן.

Mitt Romney intends to run for his seat, according to five sources familiar with the situation

פיינע נייעס! 8.)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ברעיקינג!!!


יש ברירה האט געשריבן:מיט - שיינע האר - ראמני איז בעק!

באריכטן זאגן אז דער געוועזענער מאסעטשוסעטס גאווערנער און ריפאבליקען נאמעני פון 2012 טראכט ערענסט צו לויפן פארן סענאט אין 18' זאל 'ארין העטש' - דער אמטירענדע סענאטאר פון יוטא - רעטייערן

העטש, וועלכע איז 83 יאר אלט האט נאכנישט געמאכט קיין באשלוס אויב ער ער זאל לויפן פאר א אכטער טערמין צום סענאט. אבער האט געזאגט נישט לאנג צוריק "אויב איך קען טרעפן א גאר גוטע פערזאן צו לויפן פאר מיין פאזיציע, וואלט איך שטארק באטראכט די מעגליכקייט צו רעטייערן"

אינערליכע קוועלער האבן אבער אוועקגעמאכט דעם רעפארט זאגענדיג אז דאס איז נישט די ערשטע מאל אזאלכע שמועות קורסירן

אויב זאל ראמני באשלוסן צו לויפן, וועט ער - ווי סקוקט יעצט אויס - האבן א גרינגע פעלד צו געווינען דעם זיץ. א פאלל גענומען אין פעברואר גיבט אים א 71٪ צופרידענהייט ראטע אינעם סטעיט, צו בלויז 25٪ אומצופרידן

פרעזידענט טראמפ קוקט זיכער נישט ארויס אויף א "סענאטאר ראמני..."
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

אן אטלאנטיק באריכט ווייסט צו פארציילן אז רעפובליקאנער סענעטאר -צווייטער אין ראנק אונטער מעקאנעל- 'ארען העטש' פון יוטא פלאנירט צו רעטייערן.

ער האט היינט געלייקנט די באריכט.
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

ערשטע אנקעטע צו ווייזן אז די רעפובליקאנער האבן אן אויבערהאנט

Screenshot_20171030-005858-01.jpeg
Screenshot_20171030-005858-01.jpeg (96.37 KiB) געזען 4761 מאל
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

אריזאנא סענאטאר זשעף פלעיק וואס האט פאריגע וואך געמאלדן אז ער גייט נישט לויפן פאר ריעלעקשען אין 2018 האט היינט געזאגט אז ער טראכט צו לויפן פאר סענאטאר אויף די אינדיפענדענטס פארטיי.
ס'גייט די וואך גענומען ווערן אן אנקעטע איבער זיינע טשאנסעס צו געווינען אלס אינדיפענדענט און אויב ס'קומט צירוק פאזיטיוו טראכט ער ערנסט פון לויפן!
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

מאן און ווייב האבן דערקלערט זייער קאנדידאטור אין די מאנטענע וואלן פאר סענאט קומענדיגן יאר, זשעימס דיען לויפט אין די רעפובליקאנער פריימערי און זיין ווייב לויפט אין די דעמאקראטישע פריימערי!
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

א ריכטיגע עזר כנגד״ו.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ליבלעך האט געשריבן:אריזאנא סענאטאר זשעף פלעיק וואס האט פאריגע וואך געמאלדן אז ער גייט נישט לויפן פאר ריעלעקשען אין 2018 האט היינט געזאגט אז ער טראכט צו לויפן פאר סענאטאר אויף די אינדיפענדענטס פארטיי.
ס'גייט די וואך גענומען ווערן אן אנקעטע איבער זיינע טשאנסעס צו געווינען אלס אינדיפענדענט און אויב ס'קומט צירוק פאזיטיוו טראכט ער ערנסט פון לויפן!


= צעטיילן די רעפאבליקען וואוט = א זיכערע זיג פארן דעמאקראט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:אריזאנא סענאטאר זשעף פלעיק וואס האט פאריגע וואך געמאלדן אז ער גייט נישט לויפן פאר ריעלעקשען אין 2018 האט היינט געזאגט אז ער טראכט צו לויפן פאר סענאטאר אויף די אינדיפענדענטס פארטיי.
ס'גייט די וואך גענומען ווערן אן אנקעטע איבער זיינע טשאנסעס צו געווינען אלס אינדיפענדענט און אויב ס'קומט צירוק פאזיטיוו טראכט ער ערנסט פון לויפן!


= צעטיילן די רעפאבליקען וואוט = א זיכערע זיג פארן דעמאקראט


דעיס איז וואס ער וויל, דער עיקר אינטערצוברענגען טראמפ
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

Dallas Morning News: U.S. Rep. Jeb Hensarling, R-Dallas, won't run for re-election next year

Hensarling is the second North Texas congressman to opt against another term in Congress. In January Rep. Sam Johnson, R-Plano, announced that he would retire when his term ends next year
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

נאך א שיכעלע איז אראפגעפאלן, דאס מאל אין סווינג דיסטריקט אין ניו דזשערסי.

GOP Rep. LoBiondo to retire: reports
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:נאך א שיכעלע איז אראפגעפאלן, דאס מאל אין סווינג דיסטריקט אין ניו דזשערסי.

GOP Rep. LoBiondo to retire: reports

מזל טוב רעפובליקאנער. נאך א דעמאקראטישע שטימע וואס ריטייערט.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

די עולם מאכט פליטה פון קאנגרעס מיט די נשמה אין די הענט........
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:נאך א שיכעלע איז אראפגעפאלן, דאס מאל אין א סווינג דיסטריקט אין ווידזשיניע.


Virginia Republican Rep. Bob Goodlatte, the chairman of the House judiciary committee, announced he won't run for re-election on Thursday, just two days after the stunning defeat by GOP candidates in statewide and local contests his home state.

געדענק! סטיוו בענאן האט נישט דערקלערט קריג קעגן די קארגרעס רעפובליקאנער, נאר די סענאט רעפובליקאנער. ער האט דאס שוין עטליכע מאל איבערגעזאגט.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

סאבסיטוט האט געשריבן:די עולם מאכט פליטה פון קאנגרעס מיט די נשמה אין די הענט........

זעהט אויס ווי דרעין די סוואמפ געשעהט יא צום סוף
האב שכל און גיב א שמייכעל!
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

יא יא - ס'האט זיך אנגעהויבן דעם דינסטאג און ס'האלט אן פעסט
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

אין די פאליטישע וועלט פון פאונדיט׳ס ווי מ׳רופט זיי, הייבט זיך אן עלעקשאן סעזאן א טאג נאכן ענדיגן די ציילן די שטימען פון די פריערדיגע וואלן. מיטוואך אינדערפרי א טאג נאך די וואלן איז שוין די שאלה ווער לויפט אין די קומענדע וואלן? ווי לויפט מען? און בעיקר הייבט מען שוין אן צו שאצן ווער גייט געווינען?

פארגאנגענעם דינסטאג נאכט האבן די דעמאקראטן אפגעהאלטן גרויסע זיגן אין עטליכע סטעיטס. עס האט אויפגעהויבן די געמיטער פון די דעמאקראטן ארום דאס לאנד, נאכן האבן דעם שטוינענדן פארלוסט א יאר פריער. די אנגענומענע מיינוג איז, אז די שטארקע זיג פאר די דעמאקראטן איז געווען א מעסעטש פאר טראמפ און זיין אדימינסטראציע: מיר גלייכן נישט ווי אזוי זאכן פירן זיך יעצט, מיר גלייכן נישט די יעצטיגע ווערטשאפט. אויב דאס איז וואר און זאכן טוישן זיך נישט קיין סאך אין קומענדע חדשים וועלן די דעמאקראטן זעהן גרויסע זיגן אין די מיד טוירם וואלן.

בקיצר, יעצט הייבט מען אן צוקוקן און צו שאצן די מיד טוירם וואלן. ווי עס קוקט יעצט אויס וועט קאנגרעס זיין א גרעסערע אינטערעס ווי די סענאט. פארוואס? ווייל דאס האט א גרעסערע טשאנס לעת עתה, צו בייטן פארטיי פירערשאפט. ד״ה די רעפוליקאנער וואס זענען יעצט אינעם מאיארעטעט, האבן א טשאנס צו ווערן די מינארעטעט אין קאנגרעס.

פארוואס טאקע?

כדי דאס צו פארשטיין דארפן מיר קודם מסביר זיין אביסל ווי אזוי די קאנגרעס וואל סיסטעם ארבעט.

עס ארבעט אזוי: אנדיש ווי די סענאטארן וואס לויפן איינמאל אין 6 יאר, לויפן די קאנגרעסלייט יעדע צוויי יאר. אנדיש ווי די צוויי סענטארן וואס רעפרעזעטירן זייער גאנצע סטעיט, זענען די קאנגרעסלייט נאר אויף א קליין חלק פונעם סטעיט און דאס ווערט אנגערופן זייער דיסטריקט.

אין די לעצטע צענדליגער יארן ווען מ׳נעמט אנקעטעס פונעם קאנגרעס אין אלגעמיין קומען זיין אריין מיט בערך 15 פראצענט דורכשניט צופרידענהייט ראטע, למעשה ווען עס קומט צו די וואלן ווערט כמעט יעדע איינע פון 435 מעמבערס ווידערוויילט צו זייערע פאזיציעס, און אפילו ווען עס איז דא א גרויסע ווינט פאר איין פארטיי וואס דרייט איבער זיצן פון איין פארטיי צום צווייטן, איז דאס נאר א קליינע פראצענט, צום ביישפיל אין 10׳ ווען עס איז געווען א גרויסע ״רעפוליקען וועיו״ האבן אינגאנצען 63 זיצן געביטן פארטיי ווייניגער ווי 15 פראצענט א פונעם קאנגרעס.

די קשיא איז אויב איז דער עולם אזוי נישט צופרידן פון קאנגרעס דעמאלס פארוואס האלטן זיין אין איין ווידערוויילן די חברה?

דער געוועזענער ספיקער אוף דע האוס ‘טיפ אניעל’ האט אמאל געזאגט: ״אלל פאליטיקס איז לאוקל״ און די כלל גייט זייער שטארק אן ביי די קאנגרעס וואלן. אפילו בעצם איז דער עולם נישט צופרידן פון קאנגרעס וועסטו אים אבער פרעגן וועגן דיין לאקל קאנגרעסמאן וועט ער דיר ענטפערן א מיין קאנגרעסמאן ער איז א נייס גיי ער איז געקומען זאגן העלאו אין מיין קאפי שאפ און להבדיל ביי די אידן ער איז געקומען צו די דינער פון מיין מוסד ער האט אפילו א טובה געטוען פאר איינעם וועם איך קען וכו׳ וכו׳. דער עולם פארלאנגט נישט צופיל פון א קאנגרעסמאן, ס׳איז אזא מיינד סעט אז מיין קאנגרעסמאן האט נישט גענוג כח צו טוישן עפעס, ער איז דאך נאר איין פון 435 ממילא נישט ער איז שולדיג אויף עפעס נאר א די איבריגע.

דאס איז נאר ווען א קאנגרעסמאן לויפט פאר ווידערוויילונג, אבער טאמער ריטייערט א קאנגרעסמאן דעמאלס איז אן אנדערע מעשה, דעמאלס קען אסאך גרינגער א צווייטער פארטיי אוועקנעמען א זיץ, פארשטייט זיך א דער דיסטריקט איז נישט צו שטארק גענויגט צו איין זייט.

היי יאר האבן שוין 29 רעפובליקאנער געמאלדן ריטייערמענט אין פארגלייך צו 11 דעמאקראטן. דאס זאגט פאר נישט אזעלעכע גוטע נייעס פאר די רעפוליקאנער פארטיי.

די רעפוליקאנער האבן239 קאנגרעסלייט קעגן די דעמאקראטן מיט 194 קאנגרעסלייט מיט א טויש פון 24 זיצן וועלן די דעמאקראטן האבן דעם מאירעטעט.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

הערליכע אנעליז פאליטיקלי, זייער א נארמאלע חשבון און נישט פאליטיש געספינט ווי געוויסע טוען דא לעצטענס.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

טענקס פאליטיקלי פארען עפענען דעם פרישען וואל יאר מיט אזא שיינע באשרייבונג.

אמת אז די דעמאקראטען האבען געווינען אפאר פארמעסטען אבער עס איז רעלאטיוולי נארמאלע געווינסען און נישט עפעס משוגע שטארק ארויס פון די נארמאלע אנגענימענע געווינסען פון געווענדליכע עלעקשאנס.

פארוואס זאג איך אזוי? ווייל אין 2009 האבען די רעפובליקאנע געווינען אזאנע אבנארמאלע געווינסען ווי למשל מעסעטשוסעס און ניו זשערסי וואס האט געדארפט לייגען די דעמאקראטען אויף היי אלערט, אבער ווי עס שיינט האבען זיי זיך נישט געקימערט דערמיט איז טאקע אין 2010 געקומען אזא מין שטארקע וועיוו וואס האט צוריק געברענגט די רעפובליקאנע צו פאוער אין קאנגרעס אפילו אן קיין געהעריג פאראייניגטע מעסעדזש און אן קיין געהעריגע לידערשיפ, האסט נאר געדאפט שרייען אבאמאקעיר איז שלעכט און האסט געקענט געווינען דיין קאנגרעשאנעל זיץ.

דערווייל איז נאכנישט דא אזא שטארקע אנטי טראמפ אינדיקעיטאר, די איינציגסטע אינדיקעיטאר איבער טראמפ איז זיינע פאול נאמבערס, אבער סאליד פארמעסטען האט ער דערווייל נאכנישט עכט פארלוירען.

עס איז דא נאך איין סיבה פארוואס דאס יאר קען זיין אביסעל אנדערשט, די סיבה פארוואס זייער א סך רעפובליקאנע ריטייערן איז נישט אזוי ווייט אז זייער אייגענע זיץ איז אין א סכנה עס איז מער די גאנצע פארטיי איז אין א סכנה, די רעפובליקאנע פארטיי אין קאנגרעס און אין סענאט האבען נישט אויף זייער רעקארד קיין איין עכטע סוקסעס אין די לעצטע אכט יאר, פאר די פרא טראמפ פארטיי זענען די רעפובליקאנע קאנגרעסלייט און סענעטארען נישט מער ווי א באנדע קאפי טרינקערס וואס שטערן די פרעזידענט דורעך צו פירען זיין אגענדע.

לאמיר זאגען אז די רעפובליקאנע פארלירען די הויז - זעהט טאקע דערווייל נאך נישט אויס אזוי - מיז אבער בכלל נישט זיין אז טראמפ האט פארלוירען זיינע שטיצער, און עס קען גאר זיין אז זיינע שטיצער וועלן ווייטער האלטען אז ער איז די ריכטיגע מאן צום ווייסען הויז און א נייע קאנגרעס ווידער וועט אפשר קענען ארויסברענגען ביללס פון קאנגרעס מכח אל הפועל און זיי וועלן כאטש האבען א פרעזידענט וואס איז גרייט צו סיינען ביללס.

טראמפ איז ווייט פון א פארטיי מאן אז די פארטייס פראבלעמען זאל אפיציעל מיינען זיינע פראבלעמען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”