2018 מידטורם עלעקשאנס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

מאנמוט - וועסט ווירדזשיניע 3

קארעל מיללער (ר) 48%
ריטשערד אודשעדא (ד) 45%

דער רעפאבליקאנער האט געגעינט 9% זינט זייער לעצטע אנקעטע פון בערך 4 חדשים צוריק.

טראמפ האט געווינען דעם דיסטריקט מיט 49%!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: א וועיוו מיינט 35-45 זיצן! אויב נעמען די דעמעקראטן איבער קאנגרעסס מיט 2-3 זיצן און ריפאבליקענס נעמען צו 2-3 סענאט זיצן הייסט דאס לדעתי נישט קיין וועיוו!

הייסטעס אז די וועיוו ווענצעך אין 8 זיצן, ביי 27 איז עס סתם א גוטער טאג און ביי 35 איזעס שוין א "וועיוו"....

ס'ארבייט נישט אזוי, וועיוו האט נישט קיין נומבער, עס האט מיט עקספעקטעשאנס און ס'האט מיט די אוועראול פראצענטן. צום ביישפיל ווען רעפובליקאנער האבן געווינען מיט 1 פונקט נאציאנאל אבער געקריגן א ריזיגע מעזשארעטי אין קאנגרעס (2012) האט יעדער פארשטאנען דאס איז קיין וועיוו. די זעלבע אויב זאלן דעמאקראטן סאמהאו באווייזן צו געווינען קאנטראל מיט איין/צוויי זיצן מיט א 3 פונקטן ליעד נאציאנאל וועט עס אויך נישט הייסן קיין וועיוו.

נאר ווענזשע יא, אז מ'געווינט נאציאנאל מיט אזא 8 פונקטן, 10 גאווערנערשיפס, 20/30 קאנגרעס זיצן, פליפן 1-2 סענאט זיצן וכו' הייסט דאס א וועיוו. שטייצעך ווי העכער די נומער אלס גרעסער די וועיוו אבער עס האט מיט די אוועראל נומבער (און בעיקר מיט די נאציאנאלע וואוט ליעד), נישט איבער 7 קאנגרעס זיצן ארויף/אראפ.

און דאן קומט אריין עקספעקטעישאנס, ווי יעדער ווייסט איז דאס די נעים אוו די געים! אויב זאלן רעפובליקענס פארלירן אפילו בלויז 1 סענאט זיץ און ברענגען דעם סענאט צו א 50/50 איז דאס א מעכטיגע פארלוסט ווייל יעדער עקספעקט זיי צו אנהאלטן און צולייגן צו זייער מעזשארעטי אין א סיזען ווי רוב קאמפעטיטיוו זיצן זענען אין רויטע טעריטאריע. ווידער אויב דעמאקראטן פארלירן זייערע 5 רויטע זיצן זענען זיי גרויסע לוזערס, הגם ס'איז נישט מער ווי שכל'דיג אז סטעיטס ווי טראמפ האט געווינען מיט 30/40 פוינטס זאלן שטימען מיט זיין קאנדידאט, דאך, היות די "עקספעקטעשאנס" איז שוין אזוי אריינגעבויעט אז דעמאקראטן וועלן האלטן רוב דערפון און אז ס'שטעלט זיך ארויס אנדערש וועט עס זיין א פראסק!

מיט קאנגרעס היות ס'האנדעלט זיך פון א זשערימענדערט מאפע צייגן אלע פאולס אז רוב אמעריקאנער עקספעקטן רעפובליקענס צו האלטן קאנגרעס קאנטראל! (אוודאי דא אויף אייוועלט...), סאו אויב דעמאקראטן דעפייען די אדדס און פליפן דעם טשעמבער וועט עס זיין א מעכטיגע אפסעט זיג. און שטייט זיך מיט יעדע זיץ העכערן פארלאנגטן נומער וועט דער זיג זיין גרעסער, און ווער רעדט נאך אז נאציאנאל זיגן זיי מיט 5 ביז 10 פונקטן וועט דאס שוין זיין א פולקאמע וועיוו. וויכי וועט דעמאלטס קענען זינגען העי, עטץ ברויכטס נאך 7 זיצן אז מיין דיקשאנערי זאל אפראוון די "וועיוו" קרייטעריע, אבער שטייטזעך ס'וועט פאלן אויף טויבע אויערן...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כבוד הרב, לאמער זאגן ווי דיר אז א וועיוו איז בעיסד נאר אויף עקספעקטעישענס... נאך די אלע "מאראלישע געווינסן" און די פאר עכטע געווינסן, ווען דו האסט געפייערט זיג אז ס'קומט א מעגא יאר פאר די דעמעקראטן, האסטו טאקע גערעדט פון 25 זיצן? און נאך פארלירן אין סענאט אפאר? זענען דאס דיינע עקספעקטעישענס?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:כבוד הרב, לאמער זאגן ווי דיר אז א וועיוו איז בעיסד נאר אויף עקספעקטעישענס...

כהאב דאס קיינמאל געזאגט, לייען איבער. פוינט נומבער 1 איז אז א וועיוו האט נישט אן עקזעקט נומבער פון זיצן, עס האט מיט די אוועראל געווינסן איבערן לאנד, זשענעריק בעלאט, גאווערנערשיפס, קאנגרעס, סענאט, סטעיט לעגיסלאטורן, סטעיט סענאטס, וכו' אא"וו.

פוינט נומבער 2 (אין עדישאן, נישט אז איינס איז אנגעהאנגען אין 2טן) איז די עקספעקטעישאן געים, אז אפילו אין פאל פון אן עכטע געווינס קען עס ווערן פארוואסערט אויב קרעשט עס מיט די עקספעקטעישאנס.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

צל עובר האט געשריבן:עס איז זייער נארמאל צו מאכן העדליינס ווען א סענעטאר כאפט "פאר א מיסטעיק" צו איינעמס סעלפאן.

וואס איז טאקע געווען די מעשה?
איך ווייס נישט וואס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40135
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין מישיגען האט זיך דער רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט אנטשולדיגט פאר א קאמפיין רעקלאמע אין וועמענס אונטערגרונד עס איז געווען א בילד פון א שולע קארידאר און אויפן וונט הענגט א בולעטין מיט א סימבאל וועלכע קען אויסקוקן ווי א האקנקרייץ
דזשעימס זאגט אז ער האט זיך אויסגעלערנט אין מיליטער צו נעמען פאראנטווארטליכקייט ווי איידער צו זוכן אויף וועם צו טייטלען מיט א באשולדיגונגס פינגער
אין אנדערע נייעס גרייט זיך דזשעימס אפצוהאלטן א ראלי אויף מארגן מיטוואך ווי ער ערווארט א באטייליגונג פון 4 טויזנט מענטשן
אנוועזנד וועט זיין דאנאלד טראמפ דזשוניאר און קידראק
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: נאך די אלע "מאראלישע געווינסן" און די פאר עכטע געווינסן, ווען דו האסט געפייערט זיג אז ס'קומט א מעגא יאר פאר די דעמעקראטן, האסטו טאקע גערעדט פון 25 זיצן?

איך האב גראדע עקספעקטעד 28 זיצן. קוק אין פרעדיקשאן אשכול פון עטליכע חדשים צוריק.

סאמהאו אמעריקאנער אין אלגעמיין עקספעקטן דאס אויך נישט. א לעצטערע אנקעטע האט געגעבן פאר דעמאקראטן א 10 פוינט ליעד אבער איבער די פראגע ווער ס'גייט געווינען קאנגרעס קאנטראל האבן רעפובליקענס א ברייטע ליעד..
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כ׳פארשטיי נישט. כ׳האב שויי עטליכע מאל דא געזאגט אז איך בין נישט דער גרויסער חכם ווען ס׳קומט צו נאמבערס, ס׳איז מיר אבער יעצט שווער געווארן א קשיא.

נאך אזאכע צוויי יאר פון דיזעסטער אונטער טראמפ, נאך אזא כוואליע פון געפליפטע סטיעט סענעט זיצן איבערן לאנד, נאכן סאפערן א היסטאריש הויעכע ציפער פון 40 ריפאבליקאנע ריטייערמענטס.. רעד מיר נישט איין אז און ווען מ׳שטייט פאר די לאנג ערווארטעטער מידטורם איז אין קאנגרעס ״עקספעקטעט״ א פליפ פון ״בלויז״ 25 זיצן, אדער ווייניגער!

עני וואן וואס ליינט אייוועלט ווייסט שוין לאנגע חדשים אז כאפצעם עקספעקט די מידטורם וועט זיין א בלוד באד פאר די ריפאבליקאנער, און אז דאס אפשר יא אפשר נישט אויפפיקן קאנטראל איז ״נישט״ דאס וואס ס׳איז עקספעקט!

נאכמער, די גאנצע זאך פארוואס ס׳איז טאקע געווען אזויפיל ריטייערמענטס איז טאקע געווען פאר די סיבה, זיי האבן אלע מורא געהאט פון ווערן דערטראנקן און א בלויע וואסער! פאול רייען איז אנטלאפן פאר זיין לעבן, ער וויל נישט אויסקוקן ווי פאלאוסי וואס איז שוין שטאטס נער עטליכע יאר.

נאכמער, די דעמעקראטן אליינס גארטלען זיך שוין אן א לאנגע צייט און גרייטן זיך אויף זייער ערווארטעטע כוואליע.

אנע אריינגיין אין די ״יעצטיגע״ שאצונגען, עני וואן דא וואס קאלעכט נישט ״עקספעקט״ א בלויע כוואליע, אז די דעמעקרעטס גייען איבערנעמען קאנטראל מיט א היסטארישע לענדסלייד!
לעצט פארראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דינסטאג אקטאבער 16, 2018 12:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

%100, עס קומט א בלויע כוואליע.

מיינע שאצונגען זענען שוין אלט אפאר חדשים, כ'זעה נישט קיין טויש, אויב עפעס וואלט איך צוגעלייגט נאך עטליכע זיצן.
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

כאפצעם האט געשריבן:%100, עס קומט א בלויע כוואליע.

מיינע שאצונגען זענען שוין אלט אפאר חדשים, כ'זעה נישט קיין טויש, אויב עפעס וואלט איך צוגעלייגט נאך עטליכע זיצן.

כננ זעהט אויך נישט קיין טויש, אז מוויל נישט זעהט מען נישט.
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40135
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טעקסאס דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט בעטא ארורק האט איצט געהאט אום סעפטעמבער 30 למספרם 22.9 מיליאן צו די האנט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40135
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פרישע אנקעטע גיבט א 4% אויבערהאנט פארן אמטירנדער רעפובליקאנער אין די טעקסאס סענאט פארמעסט

קרוז 49%
ארורק 45%
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אנע אריינגיין אין די ״יעצטיגע״ שאצונגען, עני וואן דא וואס קאלעכט נישט ״עקספעקט״ א בלויע כוואליע, אז די דעמעקרעטס גייען איבערנעמען קאנטראל מיט א היסטארישע לענדסלייד!

מ'ברויך נישט זיך פארלאזן אויפן זכרון און מעסטן די קאלעכן לעוול פון ניקס. אייוועלט האט א פארגעשריטענע סורטש ענדזשין און מ'קען אלעס טרעפן איינס צוויי..

דא האסטו פון אנהויב 2018, אייוועלט איז איינשטימיג אין א לענדסלייד אז דעמאקראטן געווינען נישט קאנגרעס:

viewtopic.php?f=6&t=35863
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כאפצעם האט געשריבן:מיט קאנגרעס היות ס'האנדעלט זיך פון א זשערימענדערט מאפע צייגן אלע פאולס אז רוב אמעריקאנער עקספעקטן רעפובליקענס צו האלטן קאנגרעס קאנטראל! (אוודאי דא אויף אייוועלט...), סאו אויב דעמאקראטן דעפייען די אדדס און פליפן דעם טשעמבער וועט עס זיין א מעכטיגע אפסעט זיג. און שטייט זיך מיט יעדע זיץ העכערן פארלאנגטן נומער וועט דער זיג זיין גרעסער, און ווער רעדט נאך אז נאציאנאל זיגן זיי מיט 5 ביז 10 פונקטן וועט דאס שוין זיין א פולקאמע וועיוו. וויכי וועט דעמאלטס קענען זינגען העי, עטץ ברויכטס נאך 7 זיצן אז מיין דיקשאנערי זאל אפראוון די "וועיוו" קרייטעריע, אבער שטייטזעך ס'וועט פאלן אויף טויבע אויערן...


כ'האב גענצליך איגנארירן די חלק פון דיין תגובה, ווייל כ'ביניש געווען אין די מאאד אריינצוגיין אין דעם... למעשה האבעך געזעהן ווי איזי ס'איז צו ווייזן די פאלטשקייט דערפון, בינעך צוריקגעקומען דערצו...

קודם וואלטעך געוואלט זעהן די פאולס, אז רוב אמעריקאנע עקספעקטן די ריפאבליקענס צו האלטן קאנגרעסס...

חוץ מזה, איך ליין דא פון 538, קוק וכד', ווער עקספעקט די ריפאבליקענס צו האלטן די הויז?

און קוקענדיג אביסל אויף אייוועלט, זעה אונזער באליבטע חבר צל עובר שרייבט נאך די "מאראלישע געווינס" אין די ספעשל אהייאו עלעקשן...

צל עובר האט געשריבן:לגבי וואס עס מיינט פאר נאוועמבער, איז אזוי איך האב בעיקר געוואלט זעהן צו דאס וואס די אנקעטעס האבן געוויזן איז געווען אמת, למעשה יא, ממילא נעם איך אז די האוז איז לייקלי דעמאקרעט, לגבי די סענאט האט זיך יא אויסגעפעלט די מאמענטום פון עקטשועל געווינען אז איך זאל עס געבן פאר די דעמאקרעטס, יעצט איזעס א טאסאפ, אפשר טילט GOP.

די סיבה פארוואס איך האלט אז די דעמאקרעטס וועלן געווינען איז ווייל עס איז קלאר אז זיי קלאוזן די אנדיסיידעט וויילער אין זייער פעוואר נענטער צו די עלעקשנס, דאס מיינט אז די דעמאקרעטס וועלן געווינען א אווערמעלגינג מעדזשאריטי פון די טאסאפ זיצן, וואס איז איבער גענוג, און מסתמא אויך געווינען א שיינע חלק ליען רעפאבליקען זיצן.

נאך א שטארקע זאך וואס מען האט היינט געזעהן, די ערשטע מאל עס איז געלונגען פאר א דעמאקרעט אין א ספעשל עלעקשן צו באסטן קלינטאן'ס מארדזשין'ס ביי די היי עדזשוקעיטעט, ווען עס געלונגט ווען פאר אסאף וואלט ער געווינען, וואס דאס מאכט מיר טראכטן אז כמעט אלע 25 רעפאבליקאנער זיצן וואס קלינטאן האט געווינען זענען א פארגאנגענהייט אפילו עס איז דא אינקאמבענט רעפאבליקאנער אין 17 פון זיי.


און נאכדעם נאכאמאל דאס...

צל עובר האט געשריבן:די עיקר וואס מען האט נעכטן געזעהן איז אז 2016 איז די בעיסליין און נישט 2012, לויט דעם ברויכן די דעמאקרעטס געווינען די דזשענעריק בעלאט בלויז מיט 4% צו געווינען קאנטראל, און דאס איז זייער אנלייקלי אז עס זאל נישט געשען.

עס איז דא היפש מער רעפאבליקאנער אין קלינטאן זיצן ווי אין אבאמע זיצן, אויך האט ראמני געווינען די זעלבע נאמבער דיסטריקטס ווי טראמפ ווען ער איז געווען היפש שוואכער נעשענעל.


און דאס האסטו געשריבן נאך די פענסעלוועיניע עלעקשן, קוק די אויספיהר... די בלויע צונאמי איז ריעל...


כאפצעם האט געשריבן:סאו דא האלט מען. דער דעמאקראט לעמב האט באזיגט דעם טראמפ געבעקטן סעקאון אין א +20 טראמפ דיסטריקט

יעצט שטייצעך ,נישט מער ווי נארמאל, הייבט מען אן הערן תירוצים פון די לאאזינג זייט..

תירוץ 1) טראמפ האט אים למעשה געהאלפן נישט צו פארלירן מיט 5 פונקטן ווי געוויסע פאולס האבן געזאגט! כ'הער.. די שאלה איז פארוואס האט ער בכלל געווינען.. ווי זענען געגאנגען די %20 טראמפ שטיצער? דאון דע דרעין אוו די טראמפ כאאס.

תירוץ 2)לעמב איז א ספעציעל גוטע קאנדידאט! אמת, דו וויסט אבער וויפיל געלונגענע קאנדידאטן -אינקלודינג סאליד אינקאמבענטס- ביי די דעמאקראטן האבן פארלוירן מיט דאבל דיזשעטס אין די לעצטע 7 יאר?! גייסט מיר נישט יעצט זאגן אז לעמב איז דער בעסטער קאנדידאט זייט בריאות העולם, ריכטיג?

תירוץ 3) דער דעמאקראט איז גאר ענדערש א רעפובליקען.. פארוואס? וויל ער זאגט ער שטיצט נישט פעלאוסי. אה, ווייסט וויפיל דעמאקראטן שטיצן איר נישט?... אממ, ער זאגט ער קען ארבייטן מיט רעפובליקענס. אה טאקע ממש א רעפובליקען דערפאר.. און ווייסט וואס נאך ער זאגט? ער איז פאר אבאמאקעיר, ער איז פאר עקספענדעט וועלפעיר, ער איז קעגן די טראמפ טעקס סקעם, ער איז פאר יוניווערסל בעקראונד טשעקס, ער איז פאר פלענט פערענהוד, פאר אנלימיטעד עבארשענס, פאר יוניענס, און וואס נישט!... אקעי ער איז נישט פאר יוניווערסל העלטקעיר און פאר עלעמינירן די גאן קאנטראל דו פראסעס אווי דאנעלד טראמפ.. גאט איט. א געהעריגע מעינסטריעם דעמאקראט.

תירוץ 4) סעקאון פערזעליך איז עפעס א זעלטן גאר שוואכע קאנדידאט שוואכער קאנדידאט... הא? אה די רעפובליקען סטראטאגיסטן האבן אזוי אליינס געזאגט פאר די מידיע.. איך געדענק נאך ווען זיי האבן געזינגען אן אנדער ניגון..

דאס איז ווען זיי האבן אויפגענימען סעקאון פאר זייער נאמינירטער:

Mr. Saccone’s selection comes days after a general election in which Republican setbacks in Virginia and elsewhere were seen as a referendum on Mr. Trump’s sagging popularity. But Val DiGiorgio, who chairs the state Republican Party, said, “In this part of the state, the president is very popular.” Mr. Saccone, he said, “has the right message for southwestern Pennsylvania.”

Longtime Republican operatives say they don’t see much danger in the race.

“The Democrats smell an opportunity when I am not sure that one is really there,” said Charlie Gerow, a Pennsylvania-based GOP strategist. “I would say this is a clear opportunity for Republicans to get back on the winning track.”

Kim Stolfer, the president of Second Amendment advocacy group Firearm Owners Against Crime, hailed the selection. Mr. Saccone has championed a number of pro-gun bill. “Our nation needs quality leaders with impeccable credentials,” Mr. Stolfer said. “He fits the bill in spades.”


וויכי טענהט ער האט נישט גענוג "געפאנדערעיזט".. סידיר נישט בייגעפאלן אז ער פאנדרעיזט נישט ווייל ער האט עטליכע מאל אזויפיל גרינס וויפיל דער דעמאקראט האט.. ער האט די גאנצע רעפובליקען מאשין אין די בעג, אין די צייט וואס די DNC האט נישט אינוועסטעד קיין ניקל און לעמב האט רילייט נאר אויף פריוואטע דעמאקראטישע סופערפעקס און אייגענע פאנדרעיזערס. סעקאון לייגט נישט עדס טענהט וויכי.. נישטא ווער זאל לאכן.. די קאמערשאלס זענען באוואשן מיט סעקקאון עדס, וואסי שייך זיך צו טענהן מיט פאקטן.

באטטאם ליין: מ'רעדט פון צוויי געלונגענע קאנדידאטן, ביידע האבן פיין געספענדט, ביידע האבן אריינגעברענגט זייערע נאציאנאלע "ביג גאנס", לעמב האט געהאט זשאו ביידן, באב קעסי. סעקאון האט געהאט טראמפ, פענס, קאנוועי, דאן זשוניער, איוואנקע, און ווער נישט... דער פארמעסט איז אבער אראפגעקומען צום עיקר פראגע, וועלעכע באזע ס'איז מער אויפגעהייטערט, די אנטי טראמפ אדער די פרא. און די אנטי האט עס איבערגעצייגט ביג טיים! איבערדרייענדיג א 20 פוינט טראמפ ליעד אין 2016 צו א טראמפ דעפעציט! די רעפובליקאנער האבן לכתחילה געפאמפט עדס איבערן "טעקס קאט" אבער זייערע סטראטאגיסטן אן דע גראונד האבן רעפארטעט קיין וואשינגטאן פארפאניקט: די עדס קלעבט נישט קיין כי הוא זה! די בלויע קאלער ארבייטער זאגן זיי ווייסן נישט וואס די טעקס קאט האט געטוהן פאר זיי..

והוא ממחרת, די רעפובליקאנער שאקלען זיך אצינד אין הויזן פאר שרעק. יאפ די בלויע צונאמי איז עז ריעל עז איט קען בי
.


און פארדעם דאס...


כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע דערקלערט לעמב געווינער, א שטוינענדע געווינס אין א טראמפ +20 דיסטריקט.

#בלויע_כוואליע



כ'קען אריינגיין ווי ווייט די ווילסט אין די אשכול דארט, באדדעם ליין איז אז נאך יעדע ספעשל עלעקשן האט מען זיך געקלאפט אין בויך אז ס'קומט א צונאמי, א בלוי וועיוו, קאנגרעסס איז גאן! וכד'... יעצט ווער איך געוואור אז די גאנצע רעדע איז בלויז געווינען 20 קאנגרעסס זיצן! ווייל דער עולם עקספעקט אז די ריפאבליקענס וועלן האלטן קאנגרעסס...

סיז נישט קיין שום עוולה אראפצושפיהלן די עקספעקטעישענס, איך אליין בין מסופק צו איך טוה עס נישט מיטן האלטן יעצט אז די דעמעקראטן געווינען קאנגרעסס... אבער סיז גוט אויך צו זיין רעאליסטיש, ווען מ'קאמפעירט 2018 צו היסטאריש מידטוירמס, איז א 23 סיעט פיק אפ הערליך, אבער נישט קיין וועיוו!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ואגב, איבערקוקענדיג די אשכול האבעך געטראפן די תגובה נאך די פענסעלוועיניע פארמעסט...

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אמת! אבער די עצם פאקט אז סיז דא א ריפאבליקען אין די ווייסע הויז שטופט ארויס דעמעקראטן!!!

ווען סאל ווען זיין א רעסעשאן אדער אנדערע אישוס וואס ברעננען, וואלטן אינדעפענדענטס אויך געווען מאוטיוועיטעד קעגן טראמפ... למעשה קוקט אויס דערווייל אז סיז מער די דעמעקראטן וואס זענען מאוטיוועיטעד און דאס אליין איז שלעכטע נייעס פאר ריפאבליקענס...

דארף קומען עפעס ספעציעל וואס זאל אויפשאקלן די ריפאבליקענס... צו סיז א ריטייערמענט אין סופרים קאורט אדער דעמעקראטן זאלן פארלאנגן אימפיטשמענט וכד'...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הכל הבל האט געשריבן:טעקסאס דעמאקראטישע סענאט קאנדידאט בעטא ארורק האט איצט געהאט אום סעפטעמבער 30 למספרם 22.9 מיליאן צו די האנט

.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הכל הבל האט געשריבן:א פרישע אנקעטע גיבט א 4% אויבערהאנט פארן אמטירנדער רעפובליקאנער אין די טעקסאס סענאט פארמעסט

קרוז 49%
ארורק 45%

.
לעצט פארראכטן דורך abeg אום דינסטאג אקטאבער 16, 2018 12:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אנע אריינגיין אין די ״יעצטיגע״ שאצונגען, עני וואן דא וואס קאלעכט נישט ״עקספעקט״ א בלויע כוואליע, אז די דעמעקרעטס גייען איבערנעמען קאנטראל מיט א היסטארישע לענדסלייד!

מ'ברויך נישט זיך פארלאזן אויפן זכרון און מעסטן די קאלעכן לעוול פון ניקס. אייוועלט האט א פארגעשריטענע סורטש ענדזשין און מ'קען אלעס טרעפן איינס צוויי..

דא האסטו פון אנהויב 2018, אייוועלט איז איינשטימיג אין א לענדסלייד אז דעמאקראטן געווינען נישט קאנגרעס:

viewtopic.php?f=6&t=35863

כי כי כי..

כ׳גיי שוין עפענען א אנקעטע צו ס׳קומט א בלויע כוואליע צינישט... כ׳וועל דיר האלטן ביים קארג.

אין א זייט די נערישקייטן. צוריק צום נושא.

——

וויכי האקט מיט א טשאָטשאָ טרעין..
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

@וויכי, כ'לייען און כ'לייען און כ'לייען, מ'רעדט פון קאנגרעס קאנטראל און נאכאמאל קאנגרעס קאנטראל, ווי זעהסטו עקספעקטעד מער ווי 25 זיצן?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40135
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אנטשולדיגט, איך האב נישט געוואוסט און איך ווייס נאך אלץ נישט פון וועם די אנקעטע איז

אדרבה, באזירט אויף אינפארמאציע רב אבאג בין איך צופרידן צו באריכטן אז די אנקעטע איז א דעמאקראטיש גענויגטע אנקעטע
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

Texas Republican Sen. Ted Cruz appears well-positioned for re-election over his Democratic challenger Rep. Beto O'Rourke, topping him 52% to 45% among likely voters, a new CNN poll conducted by SSRS finds.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הכל הבל האט געשריבן:אנטשולדיגט, איך האב נישט געוואוסט און איך ווייס נאך אלץ נישט פון וועם די אנקעטע איז

אדרבה, באזירט אויף אינפארמאציע רב אבאג בין איך צופרידן צו באריכטן אז די אנקעטע איז א דעמאקראטיש גענויגטע אנקעטע

@TulchinResearch (D) Pol …
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

סננ - טעקסעס סענאט

קרוז 52%
אראורקא 45%

האקט
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אנע אריינגיין אין די ״יעצטיגע״ שאצונגען, עני וואן דא וואס קאלעכט נישט ״עקספעקט״ א בלויע כוואליע, אז די דעמעקרעטס גייען איבערנעמען קאנטראל מיט א היסטארישע לענדסלייד!

מ'ברויך נישט זיך פארלאזן אויפן זכרון און מעסטן די קאלעכן לעוול פון ניקס. אייוועלט האט א פארגעשריטענע סורטש ענדזשין און מ'קען אלעס טרעפן איינס צוויי..

דא האסטו פון אנהויב 2018, אייוועלט איז איינשטימיג אין א לענדסלייד אז דעמאקראטן געווינען נישט קאנגרעס:

viewtopic.php?f=6&t=35863

כי כי כי..

וואס די זשאוק?
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

װאסי פשט אז די אנקעטע נעמערס זענען אזױ ביזי מיט טעקסעס יעדען טאג אפאהר פרישע אנקעטעס אױף טעקסעס איז דאס די איינציגסטע פלאץ װי ס׳קימט פאר א סענאט רעיס?
(װאס איז מיט אלע אנדערע שטעט װי ס׳איז סאך נענטרע פארמעסטען?גייט דאס ארײן אין די דעפענאציע פין ריגד פאולס?)
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”