הכל הבל האט געשריבן:מאנמאוט אנקעטע אויף דזשענעריק בעללאט אין סווינג קאונטיס (אנטשידן מיט ווייניגער פון 10% אין 2016)
דעמאקראטן פאראויס מיט 13%
ווער האט עס געווינען אין 2016, און מיט וויפיל? ישר כח.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
צל עובר האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:מאנמאוט אנקעטע אויף דזשענעריק בעללאט אין סווינג קאונטיס (אנטשידן מיט ווייניגער פון 10% אין 2016)
דעמאקראטן פאראויס מיט 13%
ווער האט עס געווינען אין 2016, און מיט וויפיל? ישר כח.
eller האט געשריבן:סופרים קאורט אנולירט געריכטליכע באשלוס איבער זשערימענדערינג
דער העכסטער געריכט האט היינט אנולירט צוויי וויכטיגע באשלוסן פון נידריגערע געריכטן וועלכע האבן געאורטיילט קעגן פארטייאישע זשערי-מענדערינג, און געאורטיילט אז דערווייל אויף די מיד-טוירם וואלן בלייבן די אלטע קאנגרעסיאנאלע מאפעס אין טאקט.
דערמיט הט די געריכט אנולירט געריכטליכע אורטיילן אין וויסקאנסן און מערילענד, וועלכע האבן געזאגט אז די מאפעס זענען פאליטישע מאניפולירט צו שענקן פאר די איין פארטיי מער רעפרעזענטאטן דורך אריינריקן ווי מער פון איין פארטיי אין איין דיסטריקט און צעטיילן די אנדערע וויילער אין מער דיסטריקטס, און אזוי ארום באקומען מער זיצן.
דאס געריכט האט איינשטימיג באשלאסן אז אזעלכע קלאגעס קענען נאר געברענגט ווערן דורך די מענטשן פון די דיסטריקט וועלכע ווערן באקריוודעט, און נישט דורך פארטייאישע ארגאניזאציעס, וויבאלד עס זענען נישטא גענוג באווייזן אז די מאפעס זענען אויסגעשטעלט געווארן פאר פאליטישע אינטערעסן.
פון פיינע נייעס.
איז דאס אויך גילטיג אויף די פאסעלוועניא קאנגרעס זיצן ?
אין כל חדש האט געשריבן:איינער געדענקט נאך קאליפארניע??
אין CD48 הערשט נאך גרויס שפאנונג
די מעשה אין קורצן, א גאר קורצע צייט פאר די וואלן האט די DCCC אינדארסירט ראודע, צוליב וואס עס האט אויסגעקוקט אז ער גייט זיין דער שטערקסטער דעמאקראט, און פרובירנדיג צו אויסשליסן א לאק-אוט זאל ווי מער וואוטען פארן שטערקסטן, ווי אויך ווערט ראודע (א געוועזענער רעפובליקאנער) באטראכט אלס דער שטערקערער קאנדידאט אין נאוועמבער.
למעשה ביים ענדיגן ציילן פאריגע וואך דינסטאג, איז דער רעפובליקאנער געווען אויפן ערשטן פלאץ, און אויפן פארמעסט צום צוווייטן פלאץ איז ראודע געווען אפגערוקט פונעם אנדערן דעמאקראט (מער א ליבעראלער) קיערסטעד מיט ממש געציילטע שטימען, אנאליסטן האבן אנגעוויזן אז עלעקשאן דעי וואוטס זענען געווען בעסער פאר ראודע (שטארק מעגליך צוליב די DCCC אינדארסירונג) במילא קען מען ערווארטן אז ציילנדיג ווייטער וועט ראודע שטייגן
למעשה האלטנדיג א וואך שפעטער איז גאר קיערסטעד געשטיגן און כעת איז ער פאראויס מיט 456 שטימען, און אלע אויגן קוקן צו אויב קיערסטעד וועט למעשה זיגן אדער ראודע וועט עס ארויסקוועטשן, דעמאקראטן האפן אז ראודע וועט עפעס ארויסקוועטשן, ווערנדיג באטראכט אלס דער מיט שטערקערע שאנסן צו פליפן דעם זיץ
הכל הבל האט געשריבן:דעמאקראטישע פעק רעזערווירט 23 מיליאן דאלער אויף א פראיעקט צו לופטערן רעקלאמעס אין לויף פון א פינף וואכן צייט אפשניט אין פלארידע ארויצוהעלפן די ווידערערוויילונג פארזוכן פון סענאטאר ביל נעלסאן ןןעלכע פארמעסט זיך מיטן ארטיגן גאווערנאר ריק סקאט
גארנישט מיט נישט האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:דעמאקראטישע פעק רעזערווירט 23 מיליאן דאלער אויף א פראיעקט צו לופטערן רעקלאמעס אין לויף פון א פינף וואכן צייט אפשניט אין פלארידע ארויצוהעלפן די ווידערערוויילונג פארזוכן פון סענאטאר ביל נעלסאן ןןעלכע פארמעסט זיך מיטן ארטיגן גאווערנאר ריק סקאט
גאר גוטע נייעס פאר די ריפאבליקאנער..זיי זאלן דארט אריינפלאשן אלע געלט...
נאך פונדערהיים האט געשריבן:גארנישט מיט נישט האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:דעמאקראטישע פעק רעזערווירט 23 מיליאן דאלער אויף א פראיעקט צו לופטערן רעקלאמעס אין לויף פון א פינף וואכן צייט אפשניט אין פלארידע ארויצוהעלפן די ווידערערוויילונג פארזוכן פון סענאטאר ביל נעלסאן ןןעלכע פארמעסט זיך מיטן ארטיגן גאווערנאר ריק סקאט
גאר גוטע נייעס פאר די ריפאבליקאנער..זיי זאלן דארט אריינפלאשן אלע געלט...
נאך בעסערע נייעס אז סקאט האט א שלל פון אייגן געפאנדרעיזטע געלטער, נישט פון די פארטטי קאסע.