ליקוי החמה מאנטאג שופטים כ"ט אב תשע"ז
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים
- תגובות: 81
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 8:45 pm
כ'האב געפרעגט איינעם וואס ס'איז אזוי אינטערסאנט פון די ליקוי חמה, זאג ער מיך אז די שענסטע חלק איז צו זעהן ווי דער עולם גולמט ארויף...
טאקע גאנץ אינטערסאנט די פיקטשערס
ש'כח פאר די וואס ברענגען (ווי לאנג ס'נישט פון מיך).

האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2190
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am
ניו יארק – לאנגע וואכן האט מען זיך געגרייט מיט ווארענונגען, אז מ'זאל נישט אריינקוקן דירעקט אין דער זון בשעת דער ליקוי חמה, ווייל אויב יא, קען מען ליידן שאדנס אויף די אויגן. יעצט אז מ'שטייט שוין עטליכע טעג נאכדעם, שטעלט זיך די פראגע, צי זענען טאקע פארהאן מענטשן וועלכע האבן נישט געפאלגט און געליטן דערפון? ווי מידיא באריכטן צייגן, זענען גאר ווייניג מענטשן געשעדיגט געווארן. צווישן די פעלער וואס זענען יא געווען, איז דאס וואס איין מאן איז דינסטאג אנגעקומען אין א שפיטאל אין מאנהעטן מיט א געשעדיגטן אויג, נאכדעם וואס ער האט געפאלגט די אומפארלעסליכע ראט צו קוקן אויף דער ליקוי חמה דורך א לאך פון א שווארצן מיסט-זאק. טייל אויגן דאקטוירים גלויבן אז אין די קומענדיגע וואכן וועלן מענטשן קומען זוכן הילף פאר אויגן פראבלעמען וואס זיי האבן זיך געשאפן דורך קוקן מיט'ן אפענעם אויג צו דער זון, וואס איז שעדליך אפילו ווען די זון איז גענצליך בלאקירט דורך דער לבנה ביי א טאטאלע ליקוי חמה.
דער איד דעלי
דער איד דעלי
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- א גולם
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4239
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
- לאקאציע: אין מיין שיך!
טעגליכער דער איד ב' תצא
אהייא – די הויפט ווארענונג בעפאר מ'האט געזען די היסטארישע ליקוי חמה מיט א וואך צוריק, איז געווען אז מ'טאר נישט קוקן דירעקט אויף דער זון, נאר מ'זאל באשיצן די אויגן, דורכ'ן זיך אנטאן די ספעציעלע "ליקוי חמה ברילן". שטעלט זיך ארויס אז געוויסע האבן גענומען די ווארענונג אויף א מאדנעם פארנעם, און האבן גאר גענוצט זון-שמירעכץ צו באשיצן די אויגן! זון-שמירעכץ איז נארמאל געמאכט אנצושמירן אויף די הויט, צו באשיצן זיך פון ווערן פארברענט פון די זון שטראלן, אבער א באריכט פון א לאקאלער נייעס אגענטור אין קאלאמבוס, אהייא, צייגט, אז ארטיגע דאקטוירים האבן געהאט אמווייניגסטנס דרייסיג עמורדזשענסי פעלער פארלאפענעם מאנטאג נאכמיטאג, ווען מענטשן זענען געקומען צו לויפן אז זייערע אויגן ציפט געפערליך, היות זיי האבן אריינגעריבן זון-שמירעכץ אין די אויגן אריין. ווען מ'האט זיי געפרעגט פארוואס זיי האבן עס געטאן, האבן זיי געענטפערט אז וויסנדיג ווי זון-שמירעכץ איז געמאכט צו באשיצן פון די זון, האבן זיי געקלערט, נישט האבנדיג קיין ליקוי חמה ברילן, אז זיי וועלן אזוי באשיצן די אויגן דורכ'ן אריינשמירן אביסעלע זון-שמירעכץ אין די אויגן אריין...
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
א גולם האט געשריבן:
אהייא – די הויפט ווארענונג בעפאר מ'האט געזען די היסטארישע ליקוי חמה מיט א וואך צוריק, איז געווען אז מ'טאר נישט קוקן דירעקט אויף דער זון, נאר מ'זאל באשיצן די אויגן, דורכ'ן זיך אנטאן די ספעציעלע "ליקוי חמה ברילן". שטעלט זיך ארויס אז געוויסע האבן גענומען די ווארענונג אויף א מאדנעם פארנעם, און האבן גאר גענוצט זון-שמירעכץ צו באשיצן די אויגן! זון-שמירעכץ איז נארמאל געמאכט אנצושמירן אויף די הויט, צו באשיצן זיך פון ווערן פארברענט פון די זון שטראלן, אבער א באריכט פון א לאקאלער נייעס אגענטור אין קאלאמבוס, אהייא, צייגט, אז ארטיגע דאקטוירים האבן געהאט אמווייניגסטנס דרייסיג עמורדזשענסי פעלער פארלאפענעם מאנטאג נאכמיטאג, ווען מענטשן זענען געקומען צו לויפן אז זייערע אויגן ציפט געפערליך, היות זיי האבן אריינגעריבן זון-שמירעכץ אין די אויגן אריין. ווען מ'האט זיי געפרעגט פארוואס זיי האבן עס געטאן, האבן זיי געענטפערט אז וויסנדיג ווי זון-שמירעכץ איז געמאכט צו באשיצן פון די זון, האבן זיי געקלערט, נישט האבנדיג קיין ליקוי חמה ברילן, אז זיי וועלן אזוי באשיצן די אויגן דורכ'ן אריינשמירן אביסעלע זון-שמירעכץ אין די אויגן אריין...
אזאלכע קלעצער... פארוואס האטצע נישט בייגעפאלן צו ניצן WD-40?
רשעות קאלטע סעלצער
אריינטראכטיג איבער דעם ליקוי, אויסער וואס די גמרא רעדט דערפון (וצריך להבין הגמ' שהרי זמן הליקוי גלוי וידוע הרבה זמן מקודם, על פי סדר הילוך הירח), זעהט עס אויס ווי א 'פעלער' אין די בריאה פונעם רבוש''ע.
די גאנצע בריאה ארבעט מורא'דיג, אויסגערעכנט אויפ'ן האר, און פלוצלינג אינמיט'ן טאג ווערט טינקל - -
אבער לכאורה טרעפט מען נאך אזעלכע זאכן, למשל אן ערד צינטערניש, האריקעין וכו'.
אפשר איז עס מרמז אז די בריאה איז טאקע נישט מושלם, עס איז נאכנישט עולם התיקון..
נקודה לעיון.

- שר מאה
- תגובות: 214
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm
- שמואל שמעלקא
- שר חמש מאות
- תגובות: 721
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
גאנץ פשוט האט געשריבן:אריינטראכטיג איבער דעם ליקוי, אויסער וואס די גמרא רעדט דערפון (וצריך להבין הגמ' שהרי זמן הליקוי גלוי וידוע הרבה זמן מקודם, על פי סדר הילוך הירח), זעהט עס אויס ווי א 'פעלער' אין די בריאה פונעם רבוש''ע.
די גאנצע בריאה ארבעט מורא'דיג, אויסגערעכנט אויפ'ן האר, און פלוצלינג אינמיט'ן טאג ווערט טינקל - -
אבער לכאורה טרעפט מען נאך אזעלכע זאכן, למשל אן ערד צינטערניש, האריקעין וכו'.
אפשר איז עס מרמז אז די בריאה איז טאקע נישט מושלם, עס איז נאכנישט עולם התיקון..
נקודה לעיון.
דא ברענג איך ווי הגאון רבי אביגדור מיללער פארענטפערט עס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
SPUSMN האט געשריבן:גאנץ פשוט האט געשריבן:אריינטראכטיג איבער דעם ליקוי, אויסער וואס די גמרא רעדט דערפון (וצריך להבין הגמ' שהרי זמן הליקוי גלוי וידוע הרבה זמן מקודם, על פי סדר הילוך הירח), זעהט עס אויס ווי א 'פעלער' אין די בריאה פונעם רבוש''ע.
די גאנצע בריאה ארבעט מורא'דיג, אויסגערעכנט אויפ'ן האר, און פלוצלינג אינמיט'ן טאג ווערט טינקל - -
אבער לכאורה טרעפט מען נאך אזעלכע זאכן, למשל אן ערד צינטערניש, האריקעין וכו'.
אפשר איז עס מרמז אז די בריאה איז טאקע נישט מושלם, עס איז נאכנישט עולם התיקון..
נקודה לעיון.
דא ברענג איך ווי הגאון רבי אביגדור מיללער פארענטפערט עס.
פארוואס ברענגסטו ר' אביגדור מיללער ווען אסאך פרידיגע פארענטפרען עס שוין א שטייגער ווי די מהר"ל וואס האט א לאנגע ביאור דערויף.
בפשטות ליקו החמה מיינט נישט אז אוז זעהן מיר נישט די חמה נאר אזעלכע פלעקן אויפן חמה,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
רבי אביגדור מיללער איבער ליקוי חמה
איך ברענג אהער די פאר תגובות וואס באלאנגט דא אויך אויפען רעקארד.
פראבירען א איבערזעצונג: (צו שווער אז עס זאל זיין ממש ווארט ביי ווארט, אבער וועל טרייען מיין בעסט אז עס זאל זיין גענוי ווי מעגליך)
דער גמרא זאגט אז א ליקוי חמה איז א שלעכטע סימן פאר די גוים. איז פרעגט דער מענטש (דער שואל) מיט רעכט, ווי קען עס זיין א סימן אז עפעס שלעכטס גייט באפאלען די גוים, ווען עס געשעט דאך לויט א פינקטליכע מאטעמאטישען חשבון?
און דער ענטפער איז ווי פאלגענד. יעדער טויש אין די געשע'ענישען פון דער וועלט האט דער אייבערשטער בעפאר געזעהן [און געפלאנט]. גארנישט געשעהט פון זיך אליין. דער אייבערשטער באשליסט ווען עפעס גוטס זאל געשעהן צן די וועלט, און ווען חלילה א אומגליק זאל געשעהן; און ער מאכט עס געשעהן [בנוגע גוטס], אויף באשטימטע ספעציעלע גליקליכע [מסוגל'דיגע] צייטען.
ווען ער פלאנט [פארקערט] א אומגליק פאר די אומות העולם, מאכט ער דאס געשעהן ארום די צייט פון א ליקוי חמה; ווייל א ליקוי חמה קומט דיר צו לאזען וויסען אז דער אומגליק (איז נישט פערצופאל געשעהן], נאר איז דער פלאן פון באשעפער און איז נישט א עקסידענט [א פערצופאלע געשעהעניש].
לאמער זאגען אז אין דער צייט פון א ליקוי חמה געשעהט עפעס אין א ווייט אוועק מדינה ווי טיבעט [אין די הרי החושך] ווי עס זענען נישטא קיין אידען; זאלסטו נישט זאגען אז איינס האט נישט צו טוהן מיטען צווייטען [האט נישט מיט מיר]. נאר דער סיבה וואס דאס איז געשעהן איז צו ברענגען עס צו דיין אויף מערקזאמקייט און צו מאכען דיר אויף מערקזאם אז [יש מנהיג לבירה] הקב"ה פירט דער וועלט. ער האט דעם אומגליק געמאכט [בכוונה] אויס קומען ארום דער צייט פון א ליקוי חמה.
דערובער [לייג צו גוט קאפ]; עס איז נישט אז דער ליקוי חמה איז געמאכט אויס צו קומען אין א צייט וואס עס קומט עפעס א אומגליק פאר די גוים; נאר דער אומגליק פאר די גוים איז געמאכט צו פאסירען אין דער צייט [פריער אויסגערעכנטע צייט] פון א ליקוי חמה. פארוואס? כדי דאס צו לעבעלען און אונז לאזען וויסען אז דאס איז געווען דער יד השם.
--
אמר המגי'; די ספרים ווי יערות דבש, של"ה הקדוש, ערוך לנר, וכו', גיבען זיך אפ מיט דער קשיא; און דאס זעהט מיר אויס ווי א קאמבינאציע פון מהלכים.
SPUSMN האט געשריבן:Rabbi Avigdor Miller on solar eclipses:
The gemara says that a solar eclipse is a sign of ill fortune for the gentiles. (A lunar eclipse is a sign of ill fortune for Jews.) So this gentleman asks, rightly, how can it be a sign of ill fortune if it happens according to mathematical precision? And the answer is as follows.
Any change in the fortunes of the world is foreseen by Hashem. Nothing happens by itself. Hashem ordains when some good fortune should happen to the world, or chalila when some misfortune should happen, and He makes it turn out on certain auspicious dates. When He plans a misfortune for the umos haolam (nations of the world), He makes it happen at the time of a solar eclipse. A solar eclipse is to let you know that this is planned by Hashem and it’s not an accident.
Let’s say at the time of a solar eclipse something happens in far off country like Tibet where there are no Jews. You shouldn’t say that one thing has nothing to do with the other. The reason that it happened then was to bring your attention to it and make you aware that Hashem is in charge of the world. He made it turn out at the time of the solar eclipse...
Therefore, it’s not that the solar eclipse is made to happen at a time of some misfortune to the gentiles, the misfortune to the gentiles is made to happen at the time of the solar eclipse. Why? In order to label it, to let us know that it’s the yad (hand of) Hashem.
– Abraham and Lot (#046)
פראבירען א איבערזעצונג: (צו שווער אז עס זאל זיין ממש ווארט ביי ווארט, אבער וועל טרייען מיין בעסט אז עס זאל זיין גענוי ווי מעגליך)
דער גמרא זאגט אז א ליקוי חמה איז א שלעכטע סימן פאר די גוים. איז פרעגט דער מענטש (דער שואל) מיט רעכט, ווי קען עס זיין א סימן אז עפעס שלעכטס גייט באפאלען די גוים, ווען עס געשעט דאך לויט א פינקטליכע מאטעמאטישען חשבון?
און דער ענטפער איז ווי פאלגענד. יעדער טויש אין די געשע'ענישען פון דער וועלט האט דער אייבערשטער בעפאר געזעהן [און געפלאנט]. גארנישט געשעהט פון זיך אליין. דער אייבערשטער באשליסט ווען עפעס גוטס זאל געשעהן צן די וועלט, און ווען חלילה א אומגליק זאל געשעהן; און ער מאכט עס געשעהן [בנוגע גוטס], אויף באשטימטע ספעציעלע גליקליכע [מסוגל'דיגע] צייטען.
ווען ער פלאנט [פארקערט] א אומגליק פאר די אומות העולם, מאכט ער דאס געשעהן ארום די צייט פון א ליקוי חמה; ווייל א ליקוי חמה קומט דיר צו לאזען וויסען אז דער אומגליק (איז נישט פערצופאל געשעהן], נאר איז דער פלאן פון באשעפער און איז נישט א עקסידענט [א פערצופאלע געשעהעניש].
לאמער זאגען אז אין דער צייט פון א ליקוי חמה געשעהט עפעס אין א ווייט אוועק מדינה ווי טיבעט [אין די הרי החושך] ווי עס זענען נישטא קיין אידען; זאלסטו נישט זאגען אז איינס האט נישט צו טוהן מיטען צווייטען [האט נישט מיט מיר]. נאר דער סיבה וואס דאס איז געשעהן איז צו ברענגען עס צו דיין אויף מערקזאמקייט און צו מאכען דיר אויף מערקזאם אז [יש מנהיג לבירה] הקב"ה פירט דער וועלט. ער האט דעם אומגליק געמאכט [בכוונה] אויס קומען ארום דער צייט פון א ליקוי חמה.
דערובער [לייג צו גוט קאפ]; עס איז נישט אז דער ליקוי חמה איז געמאכט אויס צו קומען אין א צייט וואס עס קומט עפעס א אומגליק פאר די גוים; נאר דער אומגליק פאר די גוים איז געמאכט צו פאסירען אין דער צייט [פריער אויסגערעכנטע צייט] פון א ליקוי חמה. פארוואס? כדי דאס צו לעבעלען און אונז לאזען וויסען אז דאס איז געווען דער יד השם.
--
אמר המגי'; די ספרים ווי יערות דבש, של"ה הקדוש, ערוך לנר, וכו', גיבען זיך אפ מיט דער קשיא; און דאס זעהט מיר אויס ווי א קאמבינאציע פון מהלכים.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך אוגוסט 30, 2017 5:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
נאך תירוצים
עס איז דא נאך פארשידענע תירוצים. איין תירוץ איז אז ליקוי חמה מיינט אז דער חמה אליין איז געשלאגען (האט פלעקען) און עס מיינט sun spots , אזוי זאגט דער יערות דבש.
דער חסדי דוד (הגאון רבי דוד פארדו, מחותן פון דער חיד"א) האט א ענליכען תירוץ.
דער שלה"ק אין פרשת נח רעדט פון א ענליכע קשיא בנוגע דער קשת וואס קומט אויך צוליב עבירות, און זעהט אויך אויס ווי א נאטירליכע ערשיינונג. ברענגט ער א הסבר פון דער רמ"א אז דער אייבערשטער באשטימט צו מען זאל זעהן דעם קשת; און דאס האט דירעקט צו טוהן מיט אונזער מעשים. ווייל אפילו אז עס קומט א קשת, קען דער באשעפער למשל מאכען רעגענען ביי נאכט ווען מען קען עס נישט זעהן.
דעריבער קען מען דא זאגען די זעלבע, אז כאטש די ליקוי דארף זיין, אבער עס מוז נישט דוקא געזעהן ווערען; ווייל למשל אז דער באשעפער וויל נישט אז אין געוויסע פלעצער אדער געוויסע מענשטען זאלען עס זעהן, קען ער מאכען די וואלקענעס עס פארשטעלען.
(אינטערסאנט טאקע, אז דא א פראפעסאר א גר א גרויסע קאפ שטיק מיט וועם איך דאווען מנחה, איז ספעציעל געפלויגען קיין (כ'געדענק שוין נישט ווי) צו זעהן דער טאטאל עקליפס; און דער נעקסטע טאג אונז דערציילט אז פינעף מיניט פאר דער טאטאל עקליפס, איז אנגעקומען א וואלקען וואס האט עס פארשטעלט גאנצע 20 מיניט!)
דער שלה"ק ברענגט לגבי ביידע קשיות בשם א "חכם מופלג" וואס איז מסביר אז אויב מיר וואלטען נישט געזינדיגט וואלט געווען ליכטיגער אויף דער וועלט, און אפילו ווען דער לבנה גייט פארביי די זוהן וואלט זי נאך אלץ נישט פארשטעלט איר ליכטיגקייט (און געווארען שטארק פינסטער).
דער שלה"ק זאגט אויך אז דער באשעפער ווייסט דאך וואס עס גייט געשעהן און שוין פון פארויס געסקעדזולד ווען עס גייט זייך א קשת און א עקליפס. דאס איז אבער א טיפערע שמועס פון ידיעה ובחירה פון וואס ער רעדט ערגעץ אנדערש דערפון באריכות.
נאך דעם איז דא א אנדערע מהלך אין מערערע ספרים, אז מיר טרעפען אין חז"ל אז עס איז דא געוויסע צייטען ווי עס איז דא א שלעכטע מזל (למשל שולט דינים צווישען 6 און 7) און דענמאלט איז דער שטראף בדין ולא ברחמים; איז דערובער קען מען זאגען אז א ליקוי איז אויך פון די צייטען ווי עס איז שולט דין (לרשעים) פאר זינד וואס כאטש עס גייט כסדר אן; וועט אבער אונזערע מעשים מכריע זיין צו די פרענות זאל געשעהן אדער נישט; און וועגען דעם לייגען די חז"ל צו אז אויב מיר טוהען דער רצון פון באשעפער האבען מיר נישט וואס מורא צו האבען.
און צום לעצט, פינקט ווי געוויסע מענטשען זענען געבוירען געווארען מיט שווערע נאטורען און פערסאנאליטיס און עס ציהט זיי צו זינד; אבער פונדעסטוועגען צו יעדען צייט איז ער בכח זיך צו באהערשען; קען מען זאגען דאס זעלבע דא אז די באשטימטע צייטען פון (שווערע מזלות) זענען רגעים וואס עס ציהט שטערקער צו זינד; אבער דער מענטש האט פארט בכח זיך צו באהערשען און פארמיידען פרענות. איז דערובער די גוים וואס זענען משועבד צום טבע, וועלען ווארשיינליך נישט קענען ביי שטיין אין די באשטימעטע צייטען פון פרענות; משא"כ די אידישע קינדער וואס זענען למעלה מן הטבע (און ווי די חז"ל זאגען אין מזל לישראל) האבען זיי יא דער ריכטיגע בחירה און קענען פארמיידען שלעכטס פון זיך און דארפען זיך נישט זארגען פון א ליקוי חמה.
(גענומען פון דער המודיע אויף ענגליש ספעציעלע ביילאגע)

דא, ברענגט גלייכגילטיג נאך פון רבי אביגדור מיללער וועגען דער נושא. האב עס נישט געהערט ווייל מיין קאמפיוטער (פילטער) לאזט נישט דורך דער סאונד, אבער ברענג עס פאר דער וואס וויל ארויס האבען דער ענין ע"פ השקפת רבי אביגדור זצ"ל.
גלייכגילטיג האט געשריבן:צו הערן פון ר' אביגדור איבער וואס מיר לערנען פון א ליקוי חמה:
https://www.torahanytime.com/#/lectures?a=31142
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
SPUSMN האט געשריבן:...
דעריבער קען מען דא זאגען די זעלבע, אז כאטש די ליקוי דארף זיין, אבער עס מוז נישט דוקא געזעהן ווערען; ווייל למשל אז דער באשעפער וויל נישט אז אין געוויסע פלעצער אדער געוויסע מענשטען זאלען עס זעהן, קען ער מאכען די וואלקענעס עס פארשטעלען.
(אינטערסאנט טאקע, אז דא א פראפעסאר א גר א גרויסע קאפ שטיק מיט וועם איך דאווען מנחה, איז ספעציעל געפלויגען קיין (כ'געדענק שוין נישט ווי) צו זעהן דער טאטאל עקליפס; און דער נעקסטע טאג אונז דערציילט אז פינעף מיניט פאר דער טאטאל עקליפס, איז אנגעקומען א וואלקען וואס האט עס פארשטעלט גאנצע 20 מיניט!)
...
איך האב היינט געפרעגט דער גר, האט ער מיר געזאגט אז ער איז געפלויגען עס זעהן אין Nashville, Tennessee
ער האט געדאווענט שחרית אין דער "שארית ישראל" שוהל, ווי עס האבען געדאווענט א זעלטענע גרויסע עולם פון בערך 100 אידען.
האב איך אים דערציילט פארוואס איך פרעג אים; זאגט ער מיר אז נאשוויל איז טאקע א שטארק מוצלח'דיגע פלאץ ווי די עקאנאמיע בליהט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
זוכענדיג אויף גוגעל טרעף איך דאס.
USA TODAY NETWORK-Tennessee Published 2:09 p.m. CT Aug. 21, 2017 | Updated 7:20 a.m. CT Aug. 22, 2017
These people are not happy they missed the eclipse. Thanks, clouds.
A total solar eclipse wowed hundreds of thousands of people across Middle Tennessee. But some had their view blocked by clouds that rolled in as totality approached.
Miguel Bera, 30, of Nashville, watched the eclipse from the heart of Lower Broadway.
"I was very excited to see the (moon) cover the moon(sun) but at the last minute when it happened the clouds covered it all so I was very, very disappointed," he said as he stood among throngs of people along the Cumberland River in downtown Nashville.
At the Adventure Science Center, where almost 8,000 people gathered for the big event, a dark cloud covered the view just as the last sliver of the sun disappeared.
The crowd, which included locals and people from all over the country, moaned their disappointment as the sky darkened and then returned to light without a view of the big moment.

Some people took to social media to vent their frustration with the clouds