ליקוי החמה מאנטאג שופטים כ"ט אב תשע"ז

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

ליקוי החמה מאנטאג שופטים כ"ט אב תשע"ז

תגובהדורך לב טוב » דינסטאג יוני 20, 2017 1:24 pm

אויף קולמע 1-1-4 איז דא אן אינטערוויא מיט ר' יודל דאנציגער וואס פארציילט אביסל דעטאלן איבער די קומענדיגע ליקוי החמה וואס גייט קענען געזען ווערן איבער גאנץ אמעריקע אין בערך 2 חדשים ארום.
ער רעדט אויך דארט ארום אז מען דארף האבן ספעציעלע באשיצטע געפילטערטע גלעזער צו קענען קוקן יעמאלטס אויף די זון און סתם סאן גלעסעס איז גארנישט ווערד און עס קען שטארק שאטן פאר די אויגן.

@אייוועלט-דיעלס קום אריין מיט א לינק וואו מען קען זיך איינהאנדלען די ספעציעלע גלעזער וואס איז סערטיפייד דורך די ארגענעזאציעס.

עס איז צום ערווארטן אז די קעמפס וועלן מאכן א צימעס דערפון. עס איז נאר צום האפן אז עס זאל נישט זיין פארוואלקנט.

ווער איז זיך מנדב צו געבן א פונקטליכע באריכט ?
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 20, 2017 1:29 pm

סארי....

מען גייט עס נישט קענען זעהן פון ניו יארק

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » דינסטאג יוני 20, 2017 1:39 pm

יש ברירה האט געשריבן:סארי....

מען גייט עס נישט קענען זעהן פון ניו יארק

עס גייט טאקע נישט געזען ווערן א פולע ליקוי אין נ"י, אבער בערך 70% פון די זון גייט זיין פארשטעלט וואס איז אויך גאר אינטערעסאנט.
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג יוני 20, 2017 1:39 pm

יש ברירה האט געשריבן:סארי....

מען גייט עס נישט קענען זעהן פון ניו יארק

מען גייט עס בעזהשי"ת קענען זעהן, אבער נאר א חלק.

eclipseog.png
eclipseog.png (45.57 KiB) געזעהן 6317 מאל
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום דינסטאג יוני 20, 2017 1:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 20, 2017 1:49 pm

אה איך האב שוין געהאלטן לאחר יאוש...

טענקס!

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג יוני 20, 2017 1:56 pm

יש ברירה האט געשריבן:סארי....

מען גייט עס נישט קענען זעהן פון ניו יארק

אוואו יא? אפשר קען מען מאכן א חול המועד טריפ.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » דינסטאג יוני 20, 2017 2:22 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:אוואו יא? אפשר קען מען מאכן א חול המועד טריפ.


מאפע פון וואו עס וועט זיין א פולע ליקוי

whole-us.jpg
whole-us.jpg (267.88 KiB) געזעהן 6186 מאל

אור
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג יוני 20, 2017 2:31 pm

אויב איז למשל פארוואלקענט יענעם מאנטאג
גייט מען עס אויך זעהן?

זייט'דשזע מסביר ביטע
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 8:05 am

תגובהדורך זייט'דשזע מסביר ביטע » דינסטאג יוני 20, 2017 3:01 pm

עס וועט זיין -פאר די וואס זאגן יום כופר קטן יענעם טאג- אביסל אינטערסאנט
נאכן זאגן יום זה יהי משקל כל חטותי בטל במעוטו כדמות ירח אין דא איז די לבנה מיטן פילן פראכט (שווארצערהייט)

elter-zeide
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:29 pm

תגובהדורך elter-zeide » דינסטאג יוני 20, 2017 3:59 pm

א ליקוי חמה קען נישט געשען נאר א געציילטע סעקאנדעס פארן מולד פון דע לבנה

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג יוני 20, 2017 6:19 pm

ערגעץ ווי אין סאוט קאראליינע ווי די שפיץ פונעם ליקוי גייט זיין, ווערט אין די איצטיגע טעג אויספארקויפט אלע האטעלן אין די געגנט, אפשר איז כדי צו ברענגן מער דעטאלן פון א אידישע קווארטל אין די געגנט, פאר די וואס ווילן מיטהאלטן פון די נאנט.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג יוני 20, 2017 8:36 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:סארי....

מען גייט עס נישט קענען זעהן פון ניו יארק

מען גייט עס בעזהשי"ת קענען זעהן, אבער נאר א חלק.

eclipseog.png



א חלק?!

איבער 75%!! דאס איז גאר א זעלטענע זאך
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג יוני 20, 2017 8:37 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:סארי....

מען גייט עס נישט קענען זעהן פון ניו יארק

אוואו יא? אפשר קען מען מאכן א חול המועד טריפ.



מיליאנען רישן זיך שוין צו פארן אין די 'סטרייפ' פאר די עטליכע שעה
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

זיס ווי האניג
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 16, 2013 8:28 am

תגובהדורך זיס ווי האניג » דינסטאג יוני 20, 2017 8:53 pm

אין 7 א האלב יאר ארום גייט נאכאמאל זיין א לויקי החמה ערב ראש חודש ניסן תשפ"ד אין דא אין ניו יארק וועט מען קענען זעהן איבער 90%!!!!
משיח זאל דא זיין.

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

תגובהדורך ערנסט גערעדט » דינסטאג יוני 20, 2017 10:03 pm

זיס ווי האניג האט געשריבן:אין 7 א האלב יאר ארום גייט נאכאמאל זיין א לויקי החמה ערב ראש חודש ניסן תשפ"ד אין דא אין ניו יארק וועט מען קענען זעהן איבער 90%!!!!
משיח זאל דא זיין.

משיח זאל דא זיין פאר די יעצטיגע ליקוי חמה אויכעט - און נאך פריער...
8.)
חזק ואמץ
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג יוני 20, 2017 10:15 pm

"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג יוני 20, 2017 11:46 pm

זיס ווי האניג האט געשריבן:אין 7 א האלב יאר ארום גייט נאכאמאל זיין א לויקי החמה ערב ראש חודש ניסן תשפ"ד אין דא אין ניו יארק וועט מען קענען זעהן איבער 90%!!!!
משיח זאל דא זיין.

א ליקוי חמה קען געשעהן אפילו נאך וואס משיח קומט...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » דינסטאג יוני 20, 2017 11:53 pm


איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג יוני 20, 2017 11:55 pm

זיס ווי האניג האט געשריבן:אין 7 א האלב יאר ארום גייט נאכאמאל זיין א לויקי החמה ערב ראש חודש ניסן תשפ"ד אין דא אין ניו יארק וועט מען קענען זעהן איבער 90%!!!!
משיח זאל דא זיין.

כ'האף אז ס'קומט נישט אויס אינמיטן די נאכט...
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מיטוואך יוני 21, 2017 10:50 am

זאכליך האט געשריבן:
זיס ווי האניג האט געשריבן:אין 7 א האלב יאר ארום גייט נאכאמאל זיין א לויקי החמה ערב ראש חודש ניסן תשפ"ד אין דא אין ניו יארק וועט מען קענען זעהן איבער 90%!!!!
משיח זאל דא זיין.

א ליקוי חמה קען געשעהן אפילו נאך וואס משיח קומט...

מיט דעם אלעם ווייל אז משיח זאל שוין זיין דא.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » מיטוואך יוני 21, 2017 11:17 am

יאפין האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:
זיס ווי האניג האט געשריבן:אין 7 א האלב יאר ארום גייט נאכאמאל זיין א לויקי החמה ערב ראש חודש ניסן תשפ"ד אין דא אין ניו יארק וועט מען קענען זעהן איבער 90%!!!!
משיח זאל דא זיין.

א ליקוי חמה קען געשעהן אפילו נאך וואס משיח קומט...

מיט דעם אלעם ווייל אז משיח זאל שוין זיין דא.

האפענטליך וועט ער שוין דא זיין נאך בעפאר דאס יאר'ס ליקוי

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3089
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך יוני 21, 2017 5:09 pm

זאכליך האט געשריבן:
זיס ווי האניג האט געשריבן:אין 7 א האלב יאר ארום גייט נאכאמאל זיין א לויקי החמה ערב ראש חודש ניסן תשפ"ד אין דא אין ניו יארק וועט מען קענען זעהן איבער 90%!!!!
משיח זאל דא זיין.

א ליקוי חמה קען געשעהן אפילו נאך וואס משיח קומט...


העמיר זיין אין ירושלים עיה''ק, נישט אין ניו יארק...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך יוני 21, 2017 7:01 pm

איך געדענק א ליקוי חמה תשנ"ד זוממער צייט אין חדר ביי לאנטש
שוין אינמיטן לערנען האב איך מיך געחידוש'ט אז עס ווערט עפעס טונקל ביי לאנטש האבן די רבי'ס געזאגט אז מען טאר נישט קוקן אויף די זון ווייל עס שאדט... דענק איך איז געווען יענע צייט א גוי (באקאנט געווען איינער פיל מיט גאלדענע (נישט זילבערענע) ציין...) וואס האט מיר געוויזן די זון דורך א שטיקל טונקעלע גלאז, עס האט אויסגעקוקט אווי א לבנה חרמש

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יוני 22, 2017 9:53 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
זיס ווי האניג האט געשריבן:אין 7 א האלב יאר ארום גייט נאכאמאל זיין א לויקי החמה ערב ראש חודש ניסן תשפ"ד אין דא אין ניו יארק וועט מען קענען זעהן איבער 90%!!!!
משיח זאל דא זיין.

כ'האף אז ס'קומט נישט אויס אינמיטן די נאכט...



א ליקוי חמה דא אין ניו יארק מיינט אז ס'פאסירט ווען דא איז טאג.

אויב פאסירט עס ווען ביי אונז איז נאכט זעהען עס מענטשן אויף די אנדערע זייט ערד קוגל
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יוני 22, 2017 9:57 am

פאטאקי08 האט געשריבן:איך געדענק א ליקוי חמה תשנ"ד זוממער צייט אין חדר ביי לאנטש
שוין אינמיטן לערנען האב איך מיך געחידוש'ט אז עס ווערט עפעס טונקל ביי לאנטש האבן די רבי'ס געזאגט אז מען טאר נישט קוקן אויף די זון ווייל עס שאדט... דענק איך איז געווען יענע צייט א גוי (באקאנט געווען איינער פיל מיט גאלדענע (נישט זילבערענע) ציין...) וואס האט מיר געוויזן די זון דורך א שטיקל טונקעלע גלאז, עס האט אויסגעקוקט אווי א לבנה חרמש



זיי זאגן זייער קלאר אז א פשוט'ע שטיקל טונקעלע גלאז, און די זעלבע סיי וועלכע אנדערע אייגענע המצאה איז נישט ווערט אויסצופרובירן.

די עיקר סכנה פון די זון פאר די אויג איז נישט פון די זעהבארע ליכט שטראלן נאר פון די שעדליכע עקס רעי שטראלן וכדו' וואס פאר דעם העלפט נישט אן איינפאכער צודעק.

עס מוז זיין די ספעציעלע גלעזער אפראווד ביי נאסא (וואס האט די סימבאל IOS).

אויב קוקט מען מיט די נישט ריכטיגע פילטערס קענען די שטראלן רח"ל פארברענען די רעטינע אין אויג און שאטן פאר די ראיה ביז אזוי ווייט ווי א גענצליכע בלינדקייט ל"ע.

יעדעס מאל נאך א ליקוי החמה קומען אריין באריכטן איבער מענטשן וואס זענען אנגעקומען צום דאקטאר מיט פראבלעמען מיט די אויגן.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: joegreen, Kollel, א מוח, וויכטיג מאכער, פייווישעל און 29 געסט