בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

ער האט געלייגט א דראפבאקס לינק סוף פון זיין תגובה.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

יונה כהן האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:דאס מיינט אז דאס גייט שטארק ארויסהעלפן די אלע שולן אין מאנסי אדער ארום מאנרא ?

דער קורצער ענטפער איז, יא
ס'לוינט זיך אויסהערן די אודיאו קליפ פון הרב שנאלל ווי ער איז דאס מסביר קלאר אז דער געווינס איז למעלה מן המשוער אז אפילו קיין זאנינג טויש פעלט שוין מער נישט אויס אויב מ'מאכט עס אויף א קליינעם פארנעם

איז שייך מגדיר צו זיין וואס עס מיינט א קליינעם פארנעם?
אויב איר ווייסט ביטע שרייבט די הגדרה, אדער כאטש א בערך'דיגע הסבר.
ווי אויך מוז עס זיין דוקא אז עס איז איינעמס הויז? אז איינער וואוינט דארט?
ביטע. ישר כח.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Think and Thank האט געשריבן:WOW.
דאס קען מורא'דיג צונוצקומען אין אלע געגנטער ווי אימער עס וואוינען א הייפעלע פרומע אידן. ייש"כ ר' יונה פאר הערליכע באריכט.

אז איר זענט שוין דא וויל איך אייך פרעגן עפעס וואס קוועטשט מיר אויף די לעצטע געזעץ טויש אין אלבאני, נעמליך, רוב חסיד'ישע ישיבות האבן בכלל נישט קיין לימודי חול נאך די בר מצוה, וא"כ מה הואילו בתקנתם? מאסטער ימ"ש וועט דאך ארויספוינטן די מוסדות און שרייען אז אפי' די קאמפראמיס האלטן זיי נישט איין?

די געזעץ שרייבט קלאר אז אין די ישיבה קטנה יארן ברויך מען שוין נאר לערנען קריטיקעל אויב מלערנט מער ווי איין שפראך.

עפעס אזוי.
oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך oh vei »

יונה כהן האט געשריבן:
אגודת ישראל באגריסט החלטה פון פעדעראלע קאורט, אז היים-שולען (שטיבלעך) זענען לעגאל

נצחון פאר בית חב"ד אין טאָמס ריווער ניו דזשערסי

אגודת ישראל אפּלאדירט דעם החלטה פון דזשאדש פרעדא ל. וואלפסאן וואס זאגט אז די 'טאמס ריווער בּאָרד אף אדזשאסטמענט' האט פארשוועכט מערערע פעדעראלע געזעצן און אויך דער קאנסטיטוציע פון אמעריקע ווען זיי האבען פארבּאטן דעם ארטיגען חב"ד צענטער צו אנגייען מיט זייער פעולות אן א רי-זאָנינג וואַריענס רשות.

אין איר אורטייל האט דזשאָדש וואלפסאן געשריבן אז עס איז געווען אומגעזעצליך פאר טאמס ריווער צו פארלאנגען פון הרב גורארי אז ער דארף האבען אז זאנינג טויש כדי מעגען פירן וועכענטליכע תפילות מיט א קליינע צאל מתפללים אין זיין אייגענע היים. די סארט אקטיוויטעטן, האט זי געשריבן, זענען באשוצט אונטער די (Religious Land Use and Institutionalized Persons Act) 'רעליגעזע לאנד באניצונג געזעץ' אויך די 'פעיר האוזינג געזעץ' און אויך די ערשטע און פערצענטע אמענדמענט פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע. די דזשאדש האט אויך באפוילען אז טאמס ריווער מוז באצאלן הרב גורארי $122,500 , צו דעקן זיין שאדן און לעגאלע הוצאות וואס טאמס ריווער האט אים און פאר בית חב"ד גורם געווען.

הרב מרדכי בּייזער, ספעציעלע לויער פאר אגודת ישראל אין אמעריקע האט געזאגט אז דער ארטייל האט אהער געשטעלט א וויכטיגע וועג-ווייז פאר אנדערע קאמיוניטיס דארט פון מערערע שולן און מוסדות ווערן אנגעפירט אין רעזידענשל געגענטן.

"עס צייגט אויס אז עס זענען פארהאן שיצונגען אין דעם פעדעראלע געזעץ און אין דער קאנסטיטוציע פאר די סארט אנשטאלטן צו קענען אנגיין ווייטער, אָן צו דארפן א ספעציעלע ענדערונג אין זאנינג בכלל" האט הרב בּייזער געזאגט.

הרב אביגדור שנאַלל, דירעקטור פון אגודת ישראל פון אמערקע אין ניו-דזשערסי האט פראקלאמירט אז דער פסק איז א נצחון פאר רעליגעזע רעכטן, און האט דערביי אנגעמערקט, אז שוין איבער צען יאר וואס דער חב"ד צענטער האט אנגעפירט מיט איר עבודת הקודש שטילערהייט, אן קיין שום התנגדות פון די שכנים, ביז ווען געוויסע העצער האבען אנגעהויבן פירן א מערכה צו פארמאכן דעם מוסד.

"דער אנטוויקלונג איז נאך א באווייז אז שנאה וועט נישט מצליח זיין" האט הרב שנאלל געזאגט. "מיר האפפען אז דער ארטייל פונעם קאורט וועט אי"ה דינען אלץ דערמאנונג פאר אלע אנדערע שטעט, אז מ'קען נישט טרעטן אויף רעליגעזע רעכטן אין אמעריקע."

כדי צו הערן אדער דאונלאָדען אן אינטערוויו מיט הרב אביגדור שנאלל איבער די אויבענדערמאנטע באריכט דרוקט דא
# # #

ר’ יונה
אפשר זענט איהר מסביר וואס פארא שמחה דא איז דא די פסק איז דאך פיל מיט ריסטריקשינס.
אגב אלץ א טאמס ריווער איינוואונער וויל איך אייך איבערגעבען די דיעה פון די ארטיגע איינוואונער,(אינטערעסאנטנאז קיינער דא לאקאל האט נאכנישט געהערט פון הרב שנאלל)
דער עולם דא וואס האט זיך אהרגעצויגען זענען רובם ככולם אן עולם וואס וויל א שטילע פריוואטע לעבן,רוב עולם האט געקויפט הייזער אויף א שטילע ״ קאול דע סאק״ און זענען עפ״י רוב צופרידען מיט די שטרענגע זאונינג זיי ווילען איבערהויפט נישט אז יעדער שצמץ״ וואס א דאקטאר האט עם פארשריבען אז ער ברויך האבען א בימד״ר זאל קומען און א שטיל געסיל און עס איבער דרייען צו א פובליק גאס.
דער עולם דא וויל אז סזאל זיין שוהלען נאר אויף די מעין גאסען אויף אן אופן אז סזאל נישט איבערדרייען די שטילע געסליך און א רשות הרבים.
איך שרייב עס דא פשוט ווייל אויב אגודה פרובירט צוזיין מעורב וויל און סזעעט מיר נישט אויס ווי זיי פרובירען צו הערן די מיינונג פון די לאקאלע איינוואוינער דעריבער שרייב איך עס אייך דא.
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

איצל פיצל האט געשריבן:
יונה כהן האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:דאס מיינט אז דאס גייט שטארק ארויסהעלפן די אלע שולן אין מאנסי אדער ארום מאנרא ?

דער קורצער ענטפער איז, יא
ס'לוינט זיך אויסהערן די אודיאו קליפ פון הרב שנאלל ווי ער איז דאס מסביר קלאר אז דער געווינס איז למעלה מן המשוער אז אפילו קיין זאנינג טויש פעלט שוין מער נישט אויס אויב מ'מאכט עס אויף א קליינעם פארנעם

איז שייך מגדיר צו זיין וואס עס מיינט א קליינעם פארנעם?
אויב איר ווייסט ביטע שרייבט די הגדרה, אדער כאטש א בערך'דיגע הסבר.
ווי אויך מוז עס זיין דוקא אז עס איז איינעמס הויז? אז איינער וואוינט דארט?
ביטע. ישר כח.

קליינעם פארנעם מיינט אז דער שול מאכט נישט קיין באדייטענדיגע ענדערונגען אין דעם צורה פון דער בנין אדער פארקינג און דער אנטשטאלט 'בלענד' זעך אריין אין דער סביבה פון דער 'רעזידענשל' געגענד. פארשטייט זיך אז אלץ האט צו טון מיט ראות עיני הדשאדש. בפרט אויב די שטאט קען צייגן אז זייערע פארלאנגן זענען 'פארשטענדליך' און נישט א רעזולטאט פון העצע דאן האט די שטאט ידה על העליונה צו מאכן עטוואס סדר.

דאס איז די רעסטריקשעינס און טאמס ריווער
There will be a maximum of 35 individuals for events held at the property, with that limit expanded to 49 people "for six specific holidays per year which are the following: Sukkot, Simchas Torah, PesachlPassover, Purim, Lag b’omer, and Shavuot."
Those limits do not include Gourarie's family members and do not apply to family events held at the property.
Events that would exceed those limits must be held off-site.
Gourarie and the Chabad must tell any guests of the Chabad house that there is no parking to be allowed on Church Road.
אזאמעשה
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 11:36 am

ווי קום איך צי די אינטערוויו אויף קולמע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזאמעשה »

On
יונה כהן האט געשריבן:
אגודת ישראל באגריסט החלטה פון פעדעראלע קאורט, אז היים-שולען (שטיבלעך) זענען לעגאל

נצחון פאר בית חב"ד אין טאָמס ריווער ניו דזשערסי

אגודת ישראל אפּלאדירט דעם החלטה פון דזשאדש פרעדא ל. וואלפסאן וואס זאגט אז די 'טאמס ריווער בּאָרד אף אדזשאסטמענט' האט פארשוועכט מערערע פעדעראלע געזעצן און אויך דער קאנסטיטוציע פון אמעריקע ווען זיי האבען פארבּאטן דעם ארטיגען חב"ד צענטער צו אנגייען מיט זייער פעולות אן א רי-זאָנינג וואַריענס רשות.

אין איר אורטייל האט דזשאָדש וואלפסאן געשריבן אז עס איז געווען אומגעזעצליך פאר טאמס ריווער צו פארלאנגען פון הרב גורארי אז ער דארף האבען אז זאנינג טויש כדי מעגען פירן וועכענטליכע תפילות מיט א קליינע צאל מתפללים אין זיין אייגענע היים. די סארט אקטיוויטעטן, האט זי געשריבן, זענען באשוצט אונטער די (Religious Land Use and Institutionalized Persons Act) 'רעליגעזע לאנד באניצונג געזעץ' אויך די 'פעיר האוזינג געזעץ' און אויך די ערשטע און פערצענטע אמענדמענט פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע. די דזשאדש האט אויך באפוילען אז טאמס ריווער מוז באצאלן הרב גורארי $122,500 , צו דעקן זיין שאדן און לעגאלע הוצאות וואס טאמס ריווער האט אים און פאר בית חב"ד גורם געווען.

הרב מרדכי בּייזער, ספעציעלע לויער פאר אגודת ישראל אין אמעריקע האט געזאגט אז דער ארטייל האט אהער געשטעלט א וויכטיגע וועג-ווייז פאר אנדערע קאמיוניטיס דארט פון מערערע שולן און מוסדות ווערן אנגעפירט אין רעזידענשל געגענטן.

"עס צייגט אויס אז עס זענען פארהאן שיצונגען אין דעם פעדעראלע געזעץ און אין דער קאנסטיטוציע פאר די סארט אנשטאלטן צו קענען אנגיין ווייטער, אָן צו דארפן א ספעציעלע ענדערונג אין זאנינג בכלל" האט הרב בּייזער געזאגט.

הרב אביגדור שנאַלל, דירעקטור פון אגודת ישראל פון אמערקע אין ניו-דזשערסי האט פראקלאמירט אז דער פסק איז א נצחון פאר רעליגעזע רעכטן, און האט דערביי אנגעמערקט, אז שוין איבער צען יאר וואס דער חב"ד צענטער האט אנגעפירט מיט איר עבודת הקודש שטילערהייט, אן קיין שום התנגדות פון די שכנים, ביז ווען געוויסע העצער האבען אנגעהויבן פירן א מערכה צו פארמאכן דעם מוסד.

"דער אנטוויקלונג איז נאך א באווייז אז שנאה וועט נישט מצליח זיין" האט הרב שנאלל געזאגט. "מיר האפפען אז דער ארטייל פונעם קאורט וועט אי"ה דינען אלץ דערמאנונג פאר אלע אנדערע שטעט, אז מ'קען נישט טרעטן אויף רעליגעזע רעכטן אין אמעריקע."

כדי צו הערן אדער דאונלאָדען אן אינטערוויו מיט הרב אביגדור שנאלל איבער די אויבענדערמאנטע באריכט דרוקט דא
# # #
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

ס'איז געווען ביי די קורצע אינטערוויו'ס פרייטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

ץ
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

ווען האט מען דיך צוגעגעבן אזא לאנגע נאמען איך זע לעצטנס רופט מען דיך אברהם חיים יונה כהן ראפאפארט ?
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

חיים יוסף יונה הכהן ראפפורט
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

הרב ר' יונה אפשר קימט איר אריין קלארער וואס איז די נייעס און אפדעיט בנוגע חינוך אין נוי יארק viewtopic.php?p=1935384#p1935384
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

Re: בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

אינטערוויו: צוזאמקום פון אידישע שרייבערס פון איבער גרעיטאר ניו יארק העלפט אראפשטעלן יסודות וויאזוי צו פארבעסערן די שרייבעריי כללים אין די אידישע אויסגאבעס https://www.yiddish24.com/interviews/12/75949
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

Re: בולעטין פון ר' יונה כהן - הויפט רב: אידען זאלען פארלאזן רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

https://www.theguardian.com/world/2022/ ... ar-ukraine

דער ענגלישער צייטונג "דע גארדיען" באריכטעט: דער פארטריבענער געוועזענער הויפט רב פון מאסקווע זאגט אז אידען זאלן פארלאזן רוסלאנד ווילאנג זיי קענען נאך, איידער זיי וועלן פארוואנדלט ווערן פאר א שעיר לעזאל קרבן פאר די שוועריקייטן וואס די מלחמה אין אוקריינע האט גורם געווען.

"ווען מ'קוקט צוריק אין רוסישע היסטאריע, זעען מיר אז ווען איממער דער פאליטישע סיסטעם איז געווען אין געפאר האט זיך ארויסגעוויזן אז דער רעגירונג האט פארדרייט דעם כעס און אומצופרידענהייט פון די מאסן באפעלקערונג, אנטקעגן די אידישע געמיינדע." האט הרב פנחס גאלדשמידט געזאגט צו 'דע גארדיען'.

הרב גאלדשמידט האט רעזעגנירט זיין שטעלע און פארלאזט רוסלאנד אין יולי 2022 נאכ'ן אפזאגן זיך פון צו שטיצן די רוסישע אינוואזיע פון אוקריינע. "א דרוק איז ארויפגעלייגט געווארן אויף קהילה פירער צו שטיצן די מלחמה און איך האב זיך אקעגען געשטעלט. איך האב רעזעגנירט ווייל צו ווייטער בלייבן אלס הויפט רב וואלט גורם געווען אן אונטערדרוקונג פון קעגנער פון דער רעגירונג".

"מיר האבען דאס געזען ביים קיסר'ס צייטן און ביי די ענדע פון די סטאלין רעשזים, און איצט זעען מיר דאס אויפבלי פון אנטיסעמיטיזם און רוסלאנד גייט צוריק שטאטעלעך טריט ביי טריט צו א נייע סאוויעטן פארבאנד, און אז דער אייזענער וואנד קומט ווידער אראפּ, דאס איז דער סיבה פארוואס איך גלויב אז דער בעסטע אפציע איצט פאר אידען איז צו פארלאזן רוסלאנד" האט הרב גאלדשמידט צוגעגעבן.
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

אהא און די אינטערוויא גייט העלפן דערקעגן!?

#מאדנע
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אזא קלוגשאפט איז שווער צו געפינען.

אבנארמאל!

שפילט זיך מיט די לעבן פון צענדליגע טויזענטע אידען.

וואס איז דאס אנדערש פון די ציוניסטישע בויקאט קעגן די נאצישע רעזשים?
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

פנימחדשות האט געשריבן:
אזא קלוגשאפט איז שווער צו געפינען.

אבנארמאל!

שפילט זיך מיט די לעבן פון צענדליגע טויזענטע אידען.

וואס איז דאס אנדערש פון די ציוניסטישע בויקאט קעגן די נאצישע רעזשים?
ממש די זעלבע, חלום אפילו נישט אז ער מיינט די טובה פון די אידן.
מען קען זיך אפלערנען פון ר' בערל לאזאר וויאזוי א איד פירט זיך אויף אין גלות, זיין רבי מחב"ד האט שטארק פארפירט אנטקעגן די פראטעסטן אין אמעריקע קעגן די קאמוניסטישע רעזשים.
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

Re: בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

איך קוק עס אן אין פארגלייך צו די ווי פיל רבנים און מנהיגים אין אייראפע האבען געווארנט אז אידען זאלען אנטלויפן פון די נאציס ווי אומגיכען.

רב לאזאר האט קריטיקירט (פארשטייט זיך לפי די אנווייזונגען פון דער קרעמל) די רבנים פון אוקריינע הלמאי זיי פארשווייגן די נאצי'שע אטאקעס קעגען אידען (לא דובים ולא יער) אין אוקריינע. וואס דאס האט אריינגעלייגט אידען אין אוקריינע (עס וואוינען פיל מער אידען אין אוקריינע) אין א סכנה און די דארטיגע רבנים אפילו פון חב"ד האבען געמוזט פארלייקענען זיין פארלוימדונג קעגען אוקריינע. ער האט פּוטין'ס שטיוול אויף זיין גענאק רח"ל.
שוין אפגערעדט אז די רוסישע מלחמה שטיצער האבען שוין געלאזט פאלן אנטיסעמיטישע לאזונגען קעגען אידען אז זיי זענען באמת נישט געטריי און אנטלויפן פון מיליטערישע דינסט בשעת "אוזערע העלדן בלוטיגן" וכהנה וכהנה רח"ל
לעצט פארראכטן דורך יונה כהן אום מאנטאג יאנואר 02, 2023 2:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

' '
לעצט פארראכטן דורך זאג א גוטס אום דינסטאג יאנואר 03, 2023 11:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

יונה כהן האט געשריבן:
איך קוק עס אן אין פארגלייך צו די ווי פיל רבנים און מנהיגים אין אייראפע האבען געווארנט אז אידען זאלען אנטלויפן פון די נאציס ווי אומגיכען.

רב לאזאר האט קריטיקירט (פארשטייט זיך לפי די אנווייזונגען פון דער קרעמל) די רבנים פון אוקריינע הלמאי זיי פארשווייגן די נאצי'שע אטאקעס קעגען אידען (לא דובים ולא יער) אין אוקריינע. וואס דאס האט אריינגעלייגט אידען אין אוקריינע (עס וואוינען פיל מער אידען אין אוקריינע) אין א סכנה און די דארטיגע רבנים אפילו פון חב"ד האבען געמוזט פארלייקענען זיין פארלוימדונג קעגען אוקריינע. ער האט פּוטין'ס שטיוול אויף זיין גענאק רח"ל.
מען ווארענט נישט אידן אויף די גארדיען.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

Re: בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

World Champion האט געשריבן:
יונה כהן האט געשריבן:
איך קוק עס אן אין פארגלייך צו די ווי פיל רבנים און מנהיגים אין אייראפע האבען געווארנט אז אידען זאלען אנטלויפן פון די נאציס ווי אומגיכען.

רב לאזאר האט קריטיקירט (פארשטייט זיך לפי די אנווייזונגען פון דער קרעמל) די רבנים פון אוקריינע הלמאי זיי פארשווייגן די נאצי'שע אטאקעס קעגען אידען (לא דובים ולא יער) אין אוקריינע. וואס דאס האט אריינגעלייגט אידען אין אוקריינע (עס וואוינען פיל מער אידען אין אוקריינע) אין א סכנה און די דארטיגע רבנים אפילו פון חב"ד האבען געמוזט פארלייקענען זיין פארלוימדונג קעגען אוקריינע. ער האט פּוטין'ס שטיוול אויף זיין גענאק רח"ל.
מען ווארענט נישט אידן אויף די גארדיען.
מער אידען אין רוסלאנד ליינען דע גארדיען ווי אייוועלט :-(
עד סנאודען
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 16, 2021 2:08 am

Re: בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עד סנאודען »

World Champion האט געשריבן:
יונה כהן האט געשריבן:
איך קוק עס אן אין פארגלייך צו די ווי פיל רבנים און מנהיגים אין אייראפע האבען געווארנט אז אידען זאלען אנטלויפן פון די נאציס ווי אומגיכען.

רב לאזאר האט קריטיקירט (פארשטייט זיך לפי די אנווייזונגען פון דער קרעמל) די רבנים פון אוקריינע הלמאי זיי פארשווייגן די נאצי'שע אטאקעס קעגען אידען (לא דובים ולא יער) אין אוקריינע. וואס דאס האט אריינגעלייגט אידען אין אוקריינע (עס וואוינען פיל מער אידען אין אוקריינע) אין א סכנה און די דארטיגע רבנים אפילו פון חב"ד האבען געמוזט פארלייקענען זיין פארלוימדונג קעגען אוקריינע. ער האט פּוטין'ס שטיוול אויף זיין גענאק רח"ל.
מען ווארענט נישט אידן אויף די גארדיען.
זעה די בילד פון אים - ס׳קוקט נישט אויס ווי ער ליינט איי וועלט.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7194
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

ס'ארא נארישקייטן, נישטא - ב"ה - דערווייל קיין שום ערנסטע אנטיסעמיטיזם דארט, ס'איז אלץ בעלאוני און לופט, און אויב וועט ח"ו יא זיין איז עס בפשטות צו פארדאנקען די מוילמאכער וואס מאכן זיכער צו אנרייצן דעם רוסישן בער, היל"ת.

די פארגלייך צו די וואס האבן געהייסן אנטלויפן ביים קריג איז לעכערליך, דאן איז געווען א שרעקליכע סכנה פאר אידישע לעבנס און יעצט ב"ה נישט. מאדנע אז ס'פעלט אפילו אויס צו מסביר זיין די חילוק צווישן די צוויי.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

יונה כהן האט געשריבן:
איך קוק עס אן אין פארגלייך צו די ווי פיל רבנים און מנהיגים אין אייראפע האבען געווארנט אז אידען זאלען אנטלויפן פון די נאציס ווי אומגיכען.

רב לאזאר האט קריטיקירט (פארשטייט זיך לפי די אנווייזונגען פון דער קרעמל) די רבנים פון אוקריינע הלמאי זיי פארשווייגן די נאצי'שע אטאקעס קעגען אידען (לא דובים ולא יער) אין אוקריינע. וואס דאס האט אריינגעלייגט אידען אין אוקריינע (עס וואוינען פיל מער אידען אין אוקריינע) אין א סכנה און די דארטיגע רבנים אפילו פון חב"ד האבען געמוזט פארלייקענען זיין פארלוימדונג קעגען אוקריינע. ער האט פּוטין'ס שטיוול אויף זיין גענאק רח"ל.
שוין אפגערעדט אז די רוסישע מלחמה שטיצער האבען שוין געלאזט פאלן אנטיסעמיטישע לאזונגען קעגען אידען אז זיי זענען באמת נישט געטריי און אנטלויפן פון מיליטערישע דינסט בשעת "אוזערע העלדן בלוטיגן" וכהנה וכהנה רח"ל
ווייסעך נישט וויאזוי מקען אזוי רעדן אויף הרב לאזאר שליט"א, און מצדיק זיין די אפגעפרעגטע זינלאזע ווערטער קעגן פוטין.

אביסל שכל הישר אין צייט פון מלחמה... עס טוט וויי צו הערן אייערע דיבורים, אבער מ'קען פארט גארנישט זאגן אהער אדער אהין ווילאנג די מלחמה גייט אן, סיג לחכמה שתיקה.

אזויפיל יא, ווען פוטין באשולדיגט אוקריינע אין נאציזם פארשטייט מען אז... אבער ווען יענער באשולדיגט גאר רוסלאנד אין נאציזם פארשטייט מען נישט? שוין צופיל גערעדט.
אין עוד מלבדו
אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

רעגענדיג האט געשריבן:
די פארגלייך צו די וואס האבן געהייסן אנטלויפן ביים קריג איז לעכערליך, דאן איז געווען א שרעקליכע סכנה פאר אידישע לעבנס און יעצט ב"ה נישט. מאדנע אז ס'פעלט אפילו אויס צו מסביר זיין די חילוק צווישן די צוויי.
אינטערסאנט אז אנדערע דא האלטן יא אז עס איז יא גלייך צי פאר די וועלט מלחמה
פנימחדשות האט געשריבן:
וואס איז דאס אנדערש פון די ציוניסטישע בויקאט קעגן די נאצישע רעזשים?
און אפשר זענען טאקע די רבנים וואס האבען דעמאלטס געשריגען אז מען זאל אנטלויפן אפשר האבן זיי גאר אנגערייצט דעם נאצי,
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7194
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

גברא אגברא קא רמית?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”