אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

וויאזוי צו דערגרייכען מיט א פרידליכען אפמאך (וואס דאס איז דער וועלטס ווינטש אבער א היפש נעאיוו) און גלייכצייטיג זיין גרייט מיט פייער און פיורי און דער עיקר אז נ"ק זאל שפירען אז עס ברענט אינטער אים און אויב ער ריקט זיך נישט איז ער פערטיג, דארט ליגט טאקע דער גאנצע קינץ. און אזוי ווי מיר ווייסען אז צופיל קעכערס זענען דא, און טייל צו במכיוון פארברענען דאס געקעכץ; דערובער זעהט מיר נישט אויס אז עפעס קען ארויס קומען פון די גאנצע זאך; און ווארשיינליך גייט קים אויס שפילען אפילו א טראמפ.

צו ווייניג צייט און צופיל לעכער עפעס נאך צו טוהן אין דער טערמין. און אין דאס צווייטע טערמין, לכאורה דאס זעלבע.

דאס איז בעיני בשר; אבער דער באשעפער קען אלעס און צו אים האפען מיר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פעיק נוז האט געשריבן:ווייל די גאנצע סיבה נישט צו טראסטן אמעריקע איז ווייל גיב א קוק איראן,

ווער ס'וויל וויסן, ווייסט אז איראן איז געווען א שלעכטע דיעל. ס'איז אפשר גוט אויף צו שרייען העי דו האלטסט נישט קיין דיעלס אבער נאר ווילאנג ער וויל שפילן געימס

ווען ער איז באמת גרייט צו ווערן א נארמאלע מענטש (אזוי טענה'ט ער) קען ער פשוט אזוי אויפגעבן די וואפנס און פערטיג. די פראבלעם איז אז ער וויל נוצן די וואפנס אלס א בארגענינג טשיפ און דאס איז עקזעקטלי וואס טראמפ וויל נישט צולאזן (אזוי טראכטעך)

אמעריקע פארדינט גארנישט פון אנהאלטן סאנקציעס אויף א לאנד סתם אזוי און ער ווייסט עס

פעיק נוז האט געשריבן:אהובי ידידי האב איך נאר געזאגט אין די משל, לגבי נ"ק דארף עס גיין מיט פעטש פון איין זייט און גלעטן פון די אנדערע זייט.

מ'האט שוין געגלעט גענוג. דער סאמיט אליינס איז מער ווי גענוג (מאנכע האלטן אפילו אז ס'איז געווען צו סאך)

מ'האט אים אנערקענט אלס א מענטש\לאנד צום טיש. יעצט דארף ער זיך אזוי אויפפירן

טאמער האלט איינער אז מיט אפיזמענט קומט מען ערגעץ אן, קוק צוריק היסטאריע

SPUSMN האט געשריבן:מען קען נישט רעדען צו נ"ק מיט א אהובי חביבי און לאמער "צוזאמען" מאכען א אפמאך. מיר ווייסען נאך נישט צו נ"ק מייינט עס ערענסט; און דאס איז איינמאל זיכער אז אויב זיי וועלען קענען אויס שפילען אמעריקע און אויס לויפען דער זייגער אויף טראמפ וועלען זיי עס זיכער טוהן.

כבוד הרב האלט ווי מיר. כמיין, איך האלט ווי אים
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טראמפ איז יא גרייט בלית ברירה ער זאל נוצן די וואפן אלס א בארגענינג טשיפ.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

צל עובר האט געשריבן:טראמפ איז יא גרייט בלית ברירה ער זאל נוצן די וואפן אלס א בארגענינג טשיפ.

אז טראמפ זאל נוצן אמעריקע'ס וואפן? דאס ווייסמער

אז קים זאל נוצן זיינע? וואו זעהסטו עס?

אגב געזעהן אמאל א שטארק ווארט
You can get much farther with a kind word and a gun than you can with a kind word alone

אין אנדערע ווערטער
אמעריקע'ס שטארקסטע דיפלאמאטישע געצייג איז איר מיליטער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ער איז גרייט צו געבן סעקיוריטי פאר דעם מאסן מערדער ער זאל אויפגעבן אויף נוקלער, בלית ברירה, און מיט רעכט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מיט דעם ביסטו גערעכט אבער דאס איז נישט שייך צו געבן יעצט

פון געבן יעצט אלס צייכן פון טראסט רעדט מען פון אראפנעמען\פארלייכטערן סאנקציעס און\אדער געבן כסף או שוה כסף (רייז)

אזוי מיינעך
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

צפון קארעא האט ארויסגעגעבן א סטראשע, אז זי וועט אנהייבן צוריק אנטוויקלען נוקלעארע וואפנס. די סטראשע קומט, נאכדעם וואס סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא האט קלארגעשטעלט, אז אמעריקע וועט נישט אראפנעמען די סאנקציעס פון צפון קארעא, נאר נאכדעם וואס זיי ווייזן פאקטישע שריט פון אויפגעבן די נוקלעארע וואפנס. צפון קארעא זאגט, אז אויב אמעריקע וועט אנהאלטן מיט די רעטאריק און סאנקציעס, וועלן זיי ערנסט טראכטן צוריקצוגיין צו די אלטע פאליסי פון אנטוויקלען נוקלעארע וואפנס, און צוריקציען פון די לעצטיגע שריט צו מאכן שלום מיט אמעריקע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די סטראשע קומט מסתמא ווייל קימעלע וויל אויסנוצן די געלעגנהייט פון פאר די בחירות צו לייגן דרוק אויף טראמפ.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אי משום הא האט ער זיך דערמאנט אביסעלע צו שפעט...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

קען אויך זיין ער קאפעט צוליב זיין פריינט איראן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דרום קארעא ליפערט אפ טויזנטער שאכטלען פון מאראנצן קיין צפון אין אויסטויש פאר גרעסערע שיפמענטס פון שוועמלעך ערהאלטן פון צפון
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

אין אנדערע נייעס, ווייסן באריכטן צו פארציילן אז צפון קאריע בויעט ווייטער מיטן פולן אימפעט ווייטשטרעקיגע באליסטיג מיסעלס.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

הכל הבל האט געשריבן:דרום קארעא ליפערט אפ טויזנטער שאכטלען פון מאראנצן קיין צפון אין אויסטויש פאר גרעסערע שיפמענטס פון שוועמלעך ערהאלטן פון צפון

נוקלעארע שוועמלעך??
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, ווייסן באריכטן צו פארציילן אז צפון קאריע בויעט ווייטער מיטן פולן אימפעט ווייטשטרעקיגע באליסטיג מיסעלס.

וואס איז די פראבלעם?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

North Korea announces new, secret ‘tactical weapon’

North Korean leader Kim Jong Un visited a weapons facility to inspect the test of a “newly-developed high-tech tactical weapon,” North Korean state media reported early Friday in Pyongyang.

It was the North’s first public announcement of continued military advancement since a diplomatic process with the U.S. and South Korea began earlier this year.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

וואס איז די טייטש פון טעקטיקעל וואפן?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

הענדימען האט געשריבן:וואס איז די טייטש פון טעקטיקעל וואפן?

דאס

www.boringcompany.com/not-a-flamethrower
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דממה דקה האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:וואס איז די טייטש פון טעקטיקעל וואפן?

דאס

http://www.boringcompany.com/not-a-flamethrower

און וואס איז ראנג אז נ"ק מאכט זיך אזעלכע וואפן?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

וואס פאלט דיר ביי אז איינער האט א פראבלעם דערמיט?
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אה. גארנישט

כאנאר געוואלט זיכער מאכן אז דו האלטסט נישט אז ס'איז א פראבלעם
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

צו וואס דארף מען זיכער מאכען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

א פעדעראלע ריכטער האט צוגעטיילט א האלב ביליאן דאלער פאר די פאמיליע פון אטא ווערמביער וועלכע האט אריינגעגעבן די לאו סוט קעגן נארט קאריע.

דער ריכטער שרייבט אז די רעזשים פון נארט קארעא איז:
"liable for the torture, hostage taking, and extrajudicial killing of Otto Warmbier and the injuries to his mother and father."
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

די ביל קענען זיי שיקן צו מיר, מיין שרעדער ארבעט פיין.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

די פירער פון צפון קאריע ׳קים יאנג אָן׳ איז נעכטן [איבער נעכטן אין אמעריקא] אנגעקומען קיין בעיזשעננג טשיינע אויף א דריי טאגיגער באזיך, פאר געשפרעכונגען מיטן פרעזידענט וואס כ׳ווייס נישט וויזוי מ׳שרייבט זיין נאמען אויף אידיש.

דאס קומט אין א צייט וואס ס׳איז שוין אדורך א שיין ביסל צייט פונעם היסטארישער צוזאמטרעף צווישן דעם פרעזידענט פון אמעריקאנע דאנאלד טראמפ און דער צפון קאריע׳ער פירער קים׳טשע, ווי קים׳טשע האט זיך פארפליכטעט אויפצוגעבן זיינע נוקלערע וואפן פראיעקטן, און אויסטויש אז אמעריקא זאל נאכלאזן פון די שטייפע סאנקציעס וואס מ׳האט אויף זיי ארויפגעשטעלט.

לע״ע האט קיין איינע פון די ביידע נישט פאסירט, הגם קים האט במשך די פאר חדשים עטליכע מאל איבערגעזאגט און געמאכט א פרישע הדר קבלוה. אבער נישט קיין זאכליכע שריט אין יענעם ריכטונג. ומצד אמעריקא איז אלע סאנקציעס געבליבן, זיי האבן דערצו מוסיף געווען פרישע סאנקציעס על הראשונים.

וואס קים וויל פון טשיינע ווייסט קיינער נישט, העכסט ווארשיינדליך נעמט ער פון Xסי אנווייזונגען וויזוי זיך ספראווען ווייטער מיט דעם טראמפ, ווייל ווזוי ס׳קוקט אויס האט טשיינע׳ס ארגינעלע אנווייזונגען וויזוי צו באהאנדלען טראמפ געווען אומווירקבאר, און אפילו ער האט אים געקישט די פיס האצעך טראמט נאכנישט גערירט קיין כהוא זה נישט. מילא מיז מען פלאנירן ווייטערדיגע סטראטעגיע׳ס.

בייגעלייגט א קליפיטשל פון קים׳ס מאטראקאדע אין בעידזשינג, ווי ס׳קוקט אויס האט ער די ״חברת אנו רצים״ דאס מאל איבערגעלאזט אינדערהיים.

דראפבאקסגוגל דרייוו
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א דיעל וועלכע האלט אינמיטן ווערן אויסגעארבעט דורך אמעריקע און דרום קארעא וועט ברענגען אז דרום קארעא וועט באצאלן פאר אמעריקע נאענט צו איין ביליאן דאלאר, צו דעקן טייל פון די קאסטן וואס אמעריקע גיט אויס יערליך אויף צו סטאנציאנירן צענדליגער טויזנטער טרופן אין דרום קארעא.

אונטער א ביז יעצטיגן אפמאך, וואס האט אנגעהאלטן פאר פינף יאר, האט דרום קארעא געצאלט נאר בערך 800 מיליאן דאלאר, אבער טראמפ האט פון דער ערשטער מינוט פון זיין פרעזידענטשאפט געזאגט אז ער וויל אז דרום קארעא זאל צאלן מער.
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום דינסטאג פעברואר 05, 2019 1:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”