אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » זונטאג מאי 27, 2018 8:19 pm

מע ווארפט עפעס איין,
עקספערטן שווערן זיך אז דאס איז נישט קיין שום נוקלארע טעסט סייט,
https://drive.google.com/file/d/1TJDHch ... udX1C/view
נאכן איבער קיקן די קליפ אפאר מאל מיינעך איך אויך אז דאס איז נישט די נוקלער רעאקטער,
עפעס מאכט נישט קיין סענ'ס,

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מאי 27, 2018 8:47 pm

Think and Thank האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:זייט ווען האלטסטו אז מען מעג אריבערפארן אן אינטערסעקשאן? האסטו נישט נעכטן געזאגט אז מען טאר נישט?

ס'איז א שטיקל נ"מ צווישן זיך ארויסציען פון א דיעל וואס איז נישט געווארן ראטיפיצירט אין סענאט צוליב אירע לעכער, און אראפווארפן פון בענקל איינער וואס האט פאקטיש אויפגעגעבן זיין נוקלעארע פראגראם אויף די פארזיכערונג פון אמעריקע.

אויב טראמפ וואלט למשל געלאזט פוטין אינוואדירן אוקראינע וואלט עס געווען אן עולה, וויבאלד אוקראינע האט אויפגעגעבן די אטאם באמבעס וואס זי האט פארמאגט (כאטש נישט אליינס פראדוצירט) נאכ'ן צוזאמפאל פון די סאוויעטישע פאראיין אויף די פארזיכערונג פון אמעריקע.

וואס איז געווען די ליביע דיעל? אז מען גייט שיצן דיקטאטור גאדדאפי קעגן א בירגער אויפשטאנד? האט גאדדאפי זיך געהאלטן צום דיל? געווען ראטיפיצירט?
און אויב אמעריקא האט אזא דיל מיט א לאנד און טראמפ האלט יענע לאנד מוז באצאלן דערפאר, אפילו די דיעל איז געווען אנדערש?

ווער רעדט פון שיצן קאדאפי? מען רעדט פון אטאקירן קאדאפי און חרוב לייגן זיין מיליטער (וואס דאס האט דירעקט געפירט צו זיין אומקום), א זאך וואס נאט"א וואלט נישט גע'חלומ'ט פון טון ווען ער האט ווען נוקלעארע וואפן.
און יא, קאדאפי האט זיך געהאלטן צום דיעל 100%, און ארויסגעליפערט אלע זיינע כעמישע, ביאלאגישע און נוקלעארע סחורה לויט'ן צייט פלאן, און צוגעלאזט אינספעקטארס צו יעדן ארט וואו זיי האבן פארלאנגט (אנדערש ווי די איראנער דיעל).

זיין מיליטער? עס איז געווען א בירגער קריג!

ער האט זיך געהאלטן צום דיעל? ווילאנג ער האט געהאלטן דערביי
https://www.google.com/amp/s/amp.thegua ... ed-uranium

די אנדערע צוויי פראגן האסטו איגנארירט, רייט?

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4870
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מאי 28, 2018 12:31 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:מע ווארפט עפעס איין,
עקספערטן שווערן זיך אז דאס איז נישט קיין שום נוקלארע טעסט סייט,
https://drive.google.com/file/d/1TJDHch ... udX1C/view
נאכן איבער קיקן די קליפ אפאר מאל מיינעך איך אויך אז דאס איז נישט די נוקלער רעאקטער,
עפעס מאכט נישט קיין סענ'ס,

א נוקלעארע טעסט זענען מיט א נוקלעארע רעאקטאר זענען ניטאמאל ווייטע קאזינס.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4870
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מאי 28, 2018 12:50 am

ר' איד, ס'מיר שוין נמאס זיך צו טענה'ן מיט מענטשן וואס לייקענען פאקטן. בירגער קריג ארויף בירגער קריג אראפ, ער איז געווען דער פירער פון א מיליטער וואס האט זיך געשלאגן 'פאר' אים, און נאטא האט באמבארדירט 'זיין' מיליטער. אויב דו ביזט צו יונג צו געדענקען איז גוגל אלס אוועילעבל צו העלפן.

ער האט זיך געהאלטן צום דיעל ווילאנג אמעריקע האט זיך געהאלטן צו איר טייל. כאפ א בליק אויף וויקיפידיע און דערנאך עמיר צוריקקומען שמועסן דערוועגן.

איך איגנאריר רעטארישע פראגעס וואס זאגן ברענגען נישט ארויס קיין שום פוינט צום נושא, איבערהויפט אזעלכע וואס מאכן פלעין נישט קיין סענס. אז דו קענסט מסביר זיין וואס צאלן האט מיט א דיעל אויפצוגעבן נוקלעארע וואפן און ווואו עס קומט אריין אין א שמועס איבער אמעריקע'ס הבטחות נישט צו אטאקירן, ביניך גרייט צו ענטפערן דערויף.
בנוגע ראטיפיצירן קעניך אויף די מינוט נישט טרעפן די אינפא. (און נישט דאס איז די נקודה (חוץ אויב דו כאפסט מיר ביים ווארט). דארט איז עס נישט געווען קיין לעכעריגע דיעל וואס דער באדיעלטער האט געוואוסט אז אמעריקע האט אים אלעס נאכגעגעבן. דארט האט אמעריקע נישט גענומען קיין איינציגע שריט - אריינגערעכנט נישט אראפנעמען קיין סאנקציעס - פאר ליביע האט פאקטיש אנגעהויבן ארויסליפערן פלעין-לאודס מיט סחורה, און ליביע האט געגעבן עקסעס פאר אינספעקטארס צו יעדן פלאץ אין לאנד אויף א 24 שעה נאטיס!)

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג מאי 28, 2018 1:52 am

וואס וועסטו אזוי גערעגט, ענטפער וואס די האלטסט באמת 'הא לן והא להו'.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מאי 28, 2018 2:09 am

Think and Thank האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:מע ווארפט עפעס איין,
עקספערטן שווערן זיך אז דאס איז נישט קיין שום נוקלארע טעסט סייט,
https://drive.google.com/file/d/1TJDHch ... udX1C/view
נאכן איבער קיקן די קליפ אפאר מאל מיינעך איך אויך אז דאס איז נישט די נוקלער רעאקטער,
עפעס מאכט נישט קיין סענ'ס,

א נוקלעארע טעסט זענען מיט א נוקלעארע רעאקטאר זענען ניטאמאל ווייטע קאזינס.

א בלויזער טעסט סייט. עס קען זיין א פשוטער ליידיגער שטח פון וואו מ'שיסט עס ארויס...

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4870
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מאי 28, 2018 6:25 am

.
לעצט פאראכטן דורך Think and Thank אום מאנטאג מאי 28, 2018 6:53 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4870
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מאי 28, 2018 6:28 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:מע ווארפט עפעס איין,
עקספערטן שווערן זיך אז דאס איז נישט קיין שום נוקלארע טעסט סייט,
https://drive.google.com/file/d/1TJDHch ... udX1C/view
נאכן איבער קיקן די קליפ אפאר מאל מיינעך איך אויך אז דאס איז נישט די נוקלער רעאקטער,
עפעס מאכט נישט קיין סענ'ס,

א נוקלעארע טעסט זענען מיט א נוקלעארע רעאקטאר זענען ניטאמאל ווייטע קאזינס.

א בלויזער טעסט סייט. עס קען זיין א פשוטער ליידיגער שטח פון וואו מ'שיסט עס ארויס...

ס'נישט ממש אזוי. דאס איז נישט קיין מיסיל טעסט סייט ווי מ'שיסט ארויס מיסילס, נאר א סייט וואו מען טעסט מאכטפולע אטאם באמבעס אונטער די ערד. עס מוז זיין אויסגעשטעלט צו פארנעמען די מעכטיגע אויפרייס און נישט ארויסליעקן קיין ראדיאציע. עס האט געדויערט 12 יאר צו בויען פור גוד ריזען.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4870
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מאי 28, 2018 6:55 am

דממה דקה האט געשריבן:וואס וועסטו אזוי גערעגט, ענטפער וואס די האלטסט באמת 'הא לן והא להו'.

סאו דו האלטסט נישט ביים דיבעיטן ווי א נארמאלער מענטש, דו קומסט מיט א מסקנה קדומה ומנה לא תזוע אפ' ווען די פאקטן און לאגיק זענען אויף מיין זייט. א שאד דו האסט מיר עס נישט געזאגט גלייך אנהייב וואלט איך מיר געשפארט דעם גאנצן זינלאזן ויכוח.

דעריקער איז, נישט פארגעסן צו חזר'ן דריי מאל א טאג אז די טראמפ סופארטער זענען בלינד.

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג מאי 28, 2018 8:19 am

Think and Thank האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:וואס וועסטו אזוי גערעגט, ענטפער וואס די האלטסט באמת 'הא לן והא להו'.

סאו דו האלטסט נישט ביים דיבעיטן ווי א נארמאלער מענטש, דו קומסט מיט א מסקנה קדומה ומנה לא תזוע אפ' ווען די פאקטן און לאגיק זענען אויף מיין זייט. א שאד דו האסט מיר עס נישט געזאגט גלייך אנהייב וואלט איך מיר געשפארט דעם גאנצן זינלאזן ויכוח.

דעריקער איז, נישט פארגעסן צו חזר'ן דריי מאל א טאג אז די טראמפ סופארטער זענען בלינד.

איך האב נישט ליב אריינצוגיין מיט דיר אין ויכוחים, ווען די לייקענסט און שפיל'סט תם צוזאַמען, ליביע האט אין יארע '09 חרטה געהאט אויפן דיל, און אויפגעהערט ליפערן די סחורה, די האסט פיין געזעהן די לינק וואס איך האב געברענגט, צווייטענס איז קיינמאל קיין דיל נישט געווען אז גאדדאפי מוז בלייבן די דיקטאטור פון ליביע, און אז נאטא גייט אים לאזן שחט'ן זיינע בירגער אין אויסטויש פאר נוקלעארע וואפן, און ראטיפיצירט גידענקסטו נישט פונקטליך, אבער מיך שיקסטו צו גוגל... און אבאמא איז געפערליך פארן נישט היטן גאדדאפי.

משא"כ איראן, (משא"כ יאפאן)

זיי געזונט

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג מאי 28, 2018 8:24 am

ביטע נידערן די טענער און רעדן מיט רעספעקט איינער צום צווייטן!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג מאי 28, 2018 9:17 am

Trump-Kim summit: President Moon could attend, says South Korea

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... SCSPFaFN9V

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג מאי 28, 2018 9:29 am

דממה דקה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:וואס וועסטו אזוי גערעגט, ענטפער וואס די האלטסט באמת 'הא לן והא להו'.

סאו דו האלטסט נישט ביים דיבעיטן ווי א נארמאלער מענטש, דו קומסט מיט א מסקנה קדומה ומנה לא תזוע אפ' ווען די פאקטן און לאגיק זענען אויף מיין זייט. א שאד דו האסט מיר עס נישט געזאגט גלייך אנהייב וואלט איך מיר געשפארט דעם גאנצן זינלאזן ויכוח.

דעריקער איז, נישט פארגעסן צו חזר'ן דריי מאל א טאג אז די טראמפ סופארטער זענען בלינד.

איך האב נישט ליב אריינצוגיין מיט דיר אין ויכוחים, ווען די לייקענסט און שפיל'סט תם צוזאַמען, ליביע האט אין יארע '09 חרטה געהאט אויפן דיל, און אויפגעהערט ליפערן די סחורה, די האסט פיין געזעהן די לינק וואס איך האב געברענגט, צווייטענס איז קיינמאל קיין דיל נישט געווען אז גאדדאפי מוז בלייבן די דיקטאטור פון ליביע, און אז נאטא גייט אים לאזן שחט'ן זיינע בירגער אין אויסטויש פאר נוקלעארע וואפן, און ראטיפיצירט גידענקסטו נישט פונקטליך, אבער מיך שיקסטו צו גוגל... און אבאמא איז געפערליך פארן נישט היטן גאדדאפי.

משא"כ איראן, (משא"כ יאפאן)

זיי געזונט

סא ווען און ווי גייט פארקומען די סאמיט צווישן ענק צוויי???....
#קח''א
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4870
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג מאי 28, 2018 11:44 am

דממה דקה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:וואס וועסטו אזוי גערעגט, ענטפער וואס די האלטסט באמת 'הא לן והא להו'.

סאו דו האלטסט נישט ביים דיבעיטן ווי א נארמאלער מענטש, דו קומסט מיט א מסקנה קדומה ומנה לא תזוע אפ' ווען די פאקטן און לאגיק זענען אויף מיין זייט. א שאד דו האסט מיר עס נישט געזאגט גלייך אנהייב וואלט איך מיר געשפארט דעם גאנצן זינלאזן ויכוח.

דעריקער איז, נישט פארגעסן צו חזר'ן דריי מאל א טאג אז די טראמפ סופארטער זענען בלינד.

איך האב נישט ליב אריינצוגיין מיט דיר אין ויכוחים, ווען די לייקענסט און שפיל'סט תם צוזאַמען, ליביע האט אין יארע '09 חרטה געהאט אויפן דיל, און אויפגעהערט ליפערן די סחורה, די האסט פיין געזעהן די לינק וואס איך האב געברענגט, צווייטענס איז קיינמאל קיין דיל נישט געווען אז גאדדאפי מוז בלייבן די דיקטאטור פון ליביע, און אז נאטא גייט אים לאזן שחט'ן זיינע בירגער אין אויסטויש פאר נוקלעארע וואפן, און ראטיפיצירט גידענקסטו נישט פונקטליך, אבער מיך שיקסטו צו גוגל... און אבאמא איז געפערליך פארן נישט היטן גאדדאפי.

משא"כ איראן, (משא"כ יאפאן)

זיי געזונט

1)ליביע האט נישט חרטה געהאט אויפ'ן דיעל! זיי האבן 'צייטווייליג' אויפגעהערט קאאפערירן ווען אמעריקע (אונטער די אבאמא אדמיניסטראציע) האט זיך נישט צוגעשטעלט צו אירע פארפליכטיגונגען. איך האב דיר געשיקט צו וויקיפידיע, אבער אז דו האסט מורא צו דרוקן אויפ'ן לינק וועליך דיר עס נאכברענגען:
Gaddafi was also dissatisfied at the United States' slowness in normalizing relations with Libya and in pressuring Israel to denuclearize
(וואס דאס האט מען אים פארשפראכן אין אויסטויש פון אויפגעבן זיינע כעמישע, ביאלאגישע און נוקלעארע וואפן).
According to Gaddafi's son Saif, this was one of the main reasons why Gaddafi temporarily suspended shipping Libya's enriched uranium abroad in 2009 like he promised he would in 2003.

2)קאדאפי האט אויסדרוקליך פארלאנגט א פארשפרעכונג אז מען וועט אים נישט אטאקירן, און געזאגט אז ער האט מורא אז אין פאל פון אן אויפשטאנד וועט אים אמעריקע און אירע אליאירטע אראפזעצן מיט מאכט. און אמעריקע און ענגלאנד האבן דערויף געענטפערט אז זיי גיבן נישט קיין אפיצילע פארשפרעכונג אבער ער קען זיך רעכענען דערויף, אויף אזוי ווייט אז אמעריקע וועט אים אפי' פארקויפן מיליטערישע געצייג. נאכמער, אין 2009 ווען קאדאפי האט אויפגעהערט קאאפערירן צוליב וואס אמעריקע איז נישט נאכגעקומען אירע פארשפרעכונגען, זענען סענאטארן מעקעין, ליבערמאן און גרעהעם געפארן קיין ליביע אויף געשפרעכן. אין די געשפרעכן (וואס טייל דערפון איז געווארן געליעקט דורך וויקליעקס) האבן זיי פארשפראכן צו ארבעטן אויף קאדאפי'ס סעקיוריטי זארגן, און האבן אפי' געזאגט אז ער זאל באטראכטן די מעגליכקייט פון א לאנג טערמיניגע קעגנזייטיגע באשיצונג פאקט!

3)אנדערש ווי געוויסע וואס שיסן שטעיטמענטס אן נאכגיין די פאקטן - אדער גאר טראץ וויסן אז עס איז שקר - פרוביר איך געווענליך נאכצוטשעקן די פאקטן פאר איך שרייב. דעריבער בין איך געזעצן כמעט א האלבע שעה אינמיטן די נאכט און פרובירט צו טרעפן אינפא צו די ליביער דיעל איז ראטיפיצירט געווארן (שוין נאכ'ן זוכן אויבערפלעכליך אינמיטן טאג ביים שרייבן מיין פריערדיגע תגובה). נאכ'ן דורכליינען א טוץ דאקומענטן און ארטיקלען און נישט טרעפן האב איך נישט געשריבן דערויף.

4) איך שיק דיר צו גוגל ווען דו לייקנסט פאקטן הידועים לכל. דו האסט גע'טענה'ט אז אמעריקע האט נישט אטאקירט קאדאפיס מיליטער, וואס איז א שקר גס.

5)ווידעראמאל פארדרייסטו מיינע ווערטער כדי ארויסצוקומען 'גערעכט'. איך האב עטליכע מאל ארויסגעברענגט אז מיין פוינט איז נישט אז אבאמא וואלט געדארפט שיצן קאדאפי נאר זיך צוריקהאלטן פון אים אטאקירן, פונקט ווי ער וואלט אים נישט אטאקירט ווען ער וואלט ווען פארמאגט נוקלעארע וואפן אפגעזען פון וואס ער טוט. דאס איז א זאך וואס צענדליגער אנאליסטן האבן שוין געשריבן אין די לעצטע זיבן יאר, אריינגערעכנט ארטיקלען אין די ניו יארק טיימס און נאך גרויסע נאציאנאלע צייטונגען און נייעס אגענטורן. ווי אויך האט צפון קארעא קלאר געזאגט לעצטנס אז קאדאפי'ס גורל באזארגט זיי.

6) איראן כאפ איך נישט גענוי די צושטעל פון זיך ארויסציען פון א דיעל וואס איז נאכנישט געענדיגט און וואס יענער האט עטליכע מאל געבראכן (זעה למשל דא), צו צושטערן דיין טייל אפמאך און אטאקירן יענעם נאכדעם וואס ער האט גענצליך אויסגעפאלגט זיין טייל פון די דיעל און גענצליך אויפגעגעבן זיינע נוקלעארע געווער, בלייבנדיג שוצלאז.

צום שלוס, נאדיר אפאר ארטיקלען וואס ברענגען ארויס די נקודה, אנגעהויבן פון 2011 ביז ממש לעצטנס.
https://www.csmonitor.com/Commentary/Op ... e-up-nukes
https://www.theatlantic.com/internation ... rm/247192/
https://www.thedailybeast.com/gaddafi-d ... il-capture
http://nationalinterest.org/feature/tha ... lear-13756
https://www.csis.org/analysis/libyan-mo ... earization
https://www.cnbc.com/2017/07/30/how-the ... tions.html
https://www.nytimes.com/2018/04/29/us/p ... trump.html
https://www.forbes.com/sites/ethanchori ... d121fc1e1d

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » מאנטאג מאי 28, 2018 3:41 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:מע ווארפט עפעס איין,
עקספערטן שווערן זיך אז דאס איז נישט קיין שום נוקלארע טעסט סייט,
https://drive.google.com/file/d/1TJDHch ... udX1C/view
נאכן איבער קיקן די קליפ אפאר מאל מיינעך איך אויך אז דאס איז נישט די נוקלער רעאקטער,
עפעס מאכט נישט קיין סענ'ס,

קען איינער עס לייגן אויף דראפבאקס ?

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מאי 28, 2018 6:51 pm

טינק@ דו קומסט אריין משוגע קלאר
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24516
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מאי 29, 2018 1:29 am

BREAKING: South Korean media say top North Korean official seen by AP Television at Beijing airport is going to Washington

https://www.washingtonpost.com/amphtml/ ... story.html
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מאי 29, 2018 6:40 pm

אין בעפארברייטונג צום געפלאנטן סאמיט מיט פרעזידענט טראמפ, האט קים יאנג-און פון צפון קארעא אפגעשיקט א ספעציעלן שליח צו די פאראייניגטע שטאטן פאר צוגרייטונגס-געשפרעכן פאר'ן צוזאמטרעף.

גען קים יאנג-טשאול האט פריער געדינט אלס הויפט שפיאנאזש מיניסטער אין צפון קארעא, און זיין באזוך קיין אמעריקע צייכנט אפ דאס ערשטע מאל וואס אזא הויכראנגיגער רעזשים-באאמטער קומט צו די פאראייניגטע שטאטן זינט 2000.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מאי 29, 2018 6:53 pm

די טראמפ אדמיניסטראציע וועט דערווייל צוריקהאלטן פלענער ארויפצושטעלן שווערע נייע סאנקציעס אויף צפון קארעא, וויבאלד ס'איז דא א שאנס אז דער היסטארישער סאמיט וועט יא פארקומען.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4870
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג מאי 29, 2018 6:58 pm

דאס קומט ווארשיינליך אין רעזולטאט פון יאסי געשטעטנער'ס העפטיגע שתדלנות ביי די קאל מעוואסער אדמיניסטראציע אז טראמפ זאל אויפהערן 'זיך רייצן' מיט צפון קארעא.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג מאי 29, 2018 7:03 pm

Think and Thank האט געשריבן:דאס קומט ווארשיינליך אין רעזולטאט פון יאסי געשטעטנער'ס העפטיגע שתדלנות ביי די קאל מעוואסער אדמיניסטראציע אז טראמפ זאל אויפהערן 'זיך רייצן' מיט צפון קארעא.

;l;p- :grin: ;l;p- :grin: ;l;p-

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך מאי 30, 2018 11:39 am

איך האב מיך שוין פריער געוואונדערט, פארוואס פארט אמעריקע צו אים? וויבאלד ער איז דער וואס דארף עס, זאל ער קומען אהער.

עס האט א סיסטעם? ווער פארט אלעמאל צו וועמען?

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מאי 30, 2018 1:15 pm

שואלכענין האט געשריבן:איך האב מיך שוין פריער געוואונדערט, פארוואס פארט אמעריקע צו אים? וויבאלד ער איז דער וואס דארף עס, זאל ער קומען אהער.

עס האט א סיסטעם? ווער פארט אלעמאל צו וועמען?

מען פארט נישט צו אים, מען גייט צו לאנד וואס איז אין גוטן מיט ביידע זייטן.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6528
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך מאי 30, 2018 2:05 pm

איינע פון די גרעסטע טעותים פון נאצי דייטשלאנד איז געוועהן אז אין מיטען די ברען פון די מלחמה האט מען אראנזשירט געשפרעכן צווישען די נאציס און די רוסען.

עס איז שוין געוועהן טיף אינמיטען די מלחמה - כ׳געדענק נישט פונקטליך די יאר ווען עס איז געוועהן אבער עס איז געוועהן ממש פאר די נאציס זענען אריין אין אונגארען האבען זיך פיר רוסישע מיליטער לייט געדארפט צו טרעפן מיט די נאציס אבער אנשטאט צו פירען א דיאלאג האבען די נאציס געשאסען אלע פיר צום טויט ווייזענדיג אז עס איז נישט דא פון וואס צו רעדן.

דאס איז געוועהן די לעצטע און שטערקסטע שטופ פאר די אליאירטע לענדער צו די קאמיטמענט וואס זיי האבען געהאט נישט צו ריהען ביז ווילאנג נאציאיזעם איז אינגאנצען אינטערגעברענגט.

א אקט פון ארעסטירען, שיסען אדער פארסמ׳ן קים זשאנג איז נישט נאר א אקט פון מלחמה עס נעמט אראפ די מעגליכקייט פון אחע לענדער צו קענען נאכאמאל פירען א דיאלאג מיט אמעריקע.

פארוואס שרייב איך עס ווייל איך זעה ווי מענטשען פלאנירען אזעלכע זאכען ווי וואס מען קען אלס טוהן צו דעם מאסען מערדער פון נארט קארעא וויל איך זיכער מאכען אז מען ווייסט די היסטאריע און רעזולטאטען פון אזעלכע זאכען.

אין רעאליטעט וואלט ווען געוועהן די ריכטיגע מהלך אים צו ארעסטירען און איינצושפארען און אים געבן א פעיר טרייעל ביים וועלטס געריכט אין האג אבער עס איז דא א גרעסערע אינטערעס דאס זאל זיין פרידלעך.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 30, 2018 3:42 pm

דממה דקה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן: (אדאנק אבאמא'ס ווארפן קאדאפי אונטער'ן באס).

פארוואס נישט ווארפן קאדאפי אינטערן באס? זייט ווען האלטסטו אז איין פרעזידענט געבינדן צו די באשלוסן פון א פריערדיגע פרעזידענט.

איין ווארט "מענטשליכקייט".

א דיעל איז א דיעל אויב עס איז געמאכט אין גוד פעיס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ab frid, dinrap, Graphic24, Yankel, אבן יקרה, חלה, כא כא כא, להודיע, מילכיגער, נודניק, שתקן און 168 געסט