אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

די דרום קארעא רעגירונג האט נעכטן געזאגט, אז זי וויל סוספענדירן די געסקעדזשועלטע מיליטערישע מושטירונגען מיט דעם אמעריקאנער מיליטער אויף די קומענדיגע מאנאטן. די ביטע פון דרום קארעא ווערט באטראכט אלס א דראמאטישע אנטוויקלונג, וויבאלד עס זעט עפעס אויס ווי גלייך זי ברעכט זיך פאר די פארלאנגען פון דער קאמוניסטישער צפון קארעא – וועלכע זאגט נאכאנאנד, אז זי איז נישט גרייט פאר קיין שלום געשפרעכן מיט דער מערב וועלט אזוי לאנג ווי די מושטירונגען מיט אמעריקאנער זעלנער גייען אן נעבן זייערע גרעניצן. דרום קארעא זאגט אבער אז זי וויל בלויז סוספענדירן די מושטירונגען אויף דערווייל, ווייל זיי גייען אפהאלטן דארטן די אינטערנאציאנאלע "ווינטער אלימפיק" שפילערייען, און ווילן נישט אז די אנגעצויגענע באציאונגען מיט צפון קארעא זאל האבן א נעגאטיוון אפעקט אויף די שפילערייען.
..
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

וואס איז געבליבן מיט צפון קארעא?
קומט מלחמה אדער נישט,
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אויטאריטעטן אין סאט קארעא זאגן אז מעדיצינישע אונטערזוכונגען אויף א דעפעקטירטער סאלדאט וועלכע איז אנטלאפן פון נארט קארעא צייגן אז דער סאלדאט האט באקומען א ״וואקסין״ קעגן די טויטליכע ענטרעקס גיפט, א זאך וואס פארשערקערט די פארדאכט אז נארט קארעא ארבייט אויף פארגעשריטענע כעמישע וואפן וואס פארמאגן אזעלכע גיפט, און דעריבער טוט זי וואקסינירן אירע זעלנער דערקעגן

פיינע נייעס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

realDonaldTrump
Caught RED HANDED - very disappointed that China is allowing oil to go into North Korea. There will never be a friendly solution to the North Korea problem if this continues to happen!
.
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

אמעריקא האט שוין געשיקט שיפן צו דערשרעקן - זיי מאכן עקסערסייז מיט יאפאן און דרום קאריע

רוסלאנד האט אנגעהויבן שיקן מילטער צו זייער גרעניץ - זיי האבן א שמאלע גרעניץ מיט צפון

טשיינע וויל נישט אז אמעריקא זאל אנהייבן קריג -

טראמפ זאגט פאר טשיינע צו מאכן סדר ווייל אמעריקא האלט זיי אויס -
Screenshot 2018-01-02 at 12.57.54 PM.png
Screenshot 2018-01-02 at 12.57.54 PM.png (248.02 KiB) געזען 2549 מאל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א באריכט פון אמעריקאנער שפיאנאזש קוועלער דעקט אויף אז א מיסיל פראבע וועלכע איז נישט געגאנגען ווי געפלאנט אין די איזאלירטע נארט קארעא האט באטראפן א שטאט אין נארט קארעא, און האט מעגליך אויך אנגעמאכט שאדנס און פאטאליטעטן, די אינצידענט האט פאסירט פאריגן אפריל, נאכדעם וואס דריי פראבעס נאכאנאנד זענען דורכגעפאלן.

די מיסיל האט אראפגעקראט ארום א מינוט נאכ׳ן ווערן ארויסגעשאסן און האט באטראפן דעם שטאט קאטשון און האט געלאנדעט אויף א קאמפלעקס פון געביידעס ווי עס האבן זיך מעגליך געפונען ארבייטער. צוליב די שטארקע איזאלאציע פון די רעזשים איז אוממעגליך צו באקומען מער אינפארמאציע איבער די צאל פאטאליטעטן און די גרויסקייט פון די שאדנס.

פיינע נייעס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אין ליכט פון די פארשריט וואס ווערט געמאכט צווישן סאוט קארעא און נארט קארעא און די מעגליכקייט אז נארט קארעא וועט אנטייל נעמען אין בעפארשטייענדע אלימפישע שפילן אין סאוט קארעא האט דער פרעזידענט פון סאוט קארעא באקומען א פארשפרעכונג פון פרעזידענט טראמפ אז דער אמעריקאנער מיליטער וועט זיך אפהאלטן פון דורכפירן סיי וועלכע מיליטערישע מאנווערעס איבער׳ן קארעאר האלב אינזל ביז נאך די אלימפישע שפילן כדי צו געבן א געלעגנהייט פאר שלום געשפרעכן צווישן די צוויי קארעא׳ס. פרעזידענט טראמפ האט אויך געזאגט אז אמעריקע שטיצט הונדערט פראצענט א דיאלאג צווישן די צוויי שכנים און באגריסט פרעזידענט מאָן אויף די פארשריט.

פיינע נייעס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אין א טעלעפאנישע געשפרעך מיט׳ן פרעזידענט פון סאוט קארעא דשעי אין מאָן האט פרעזידענט טראמפ אין קאנגראטולירט אויף די פארשריט אין די געשפרעכן מיט נארט קארעא, און האט געזאגט אז אמעריקע איז אויך גרייט צו אפהאלטן דירעקטע געשפרעכן מיט נארט קארעא. דאס קומט א טאג נאכדעם וואס אפיציעלע באאמטע פון די צוויי לענדער האבן אפגעהאלטן די ערשטע רונדע פון פארמאלע געשפרעכן אין איבער צוויי יאר, דער פרעזידענט האט געזאגט אז אמעריקע וועט זיך אנשליסן אין די געשפרעכן ווען די צייט און סיטואציע זענען רייף דערצו.

דער פרעזידענט האט אויך פארשפראכן אז אמעריקע וועט נישט אפהאלטן קיין שום מיליטערישע אקטיוויטעטן אויפ׳ן קארעאר האלב אינזל ווילאנג די געשפרעכן האלטן אן, און האט אפגעלייקנט א באריכט אינעם ״וואל סטריט דשורנאל״ וועלכע האט באריכטעט אז ער האט ערנסט באטראכט מיליטערישע שריט.

דער פרעזידענט האט אויך איינגעמאלדן אז ער וועט שיקן זיין וויצע פרעזידענט מייק פענס זיך צו באטייליגן אין די בעפארשטייענדע אלימפישע שפילן אין סאוט קארעא ווי עס וועלן אויך אנוועזנד זיין א דעלעגאציע פון נארט קארעא, דאס קומט טראץ רופן פון געוויסע געזעצגעבער אריינגערעכנט סענאטאר לינדזי גרעהעם וועלכע האבן פארלאנג אז אמעריקע זאל באיאקאטירן די שפילן וויבאלד לויט זיי זענען די געשפרעכן נישט עפעקטיוו ווילאנג נארט קארעא טוט זיך נישט פארפליכטן צו גענצליך אויפלעזן איר נוקלעארע פראגראם.

די סטעיטמענט פונעם פרעזידעט דערמאנט נישט אז אמעריקע פארלאנגט פון נארט קארעא צו אויפגעבן אויף איר מיליטערישע פראגראם אלס באדינג צו אנהייבן געשפרעכן, א פארלאנג וועלכע איז ביז נעכטן ארויסגעלייגט געווארן אלס אפיציעלע ליניע פון די אדמינסטראציע. דער פרעזידענט פון סאוט קארעא האט שוין נעכטן געגעבן קרעדיט פאר פרעזידענט טראמפ אויף דעם וואס די נארט קארעא רעזשים איז וויליג צו עפענען א דיאלאג.

פיינע נייעס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

טרעסאנט אז קיינער האט נישט באריכטעט די נייעס פון האוואי.

איך וואלט געזאגט אז עס איז וויבאלד מען קען נישט באשולדיגן טראמפ, אבער איך בין זיכער אז די אנטיס קענען אפירקראצן ק''ן טעמים פארוואס טראמפ איז שולדיג.

וצ''ע
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

שרייב די תגובה וואס די וואלסט געשריבען 15 חדשים צוריק אין אזא פאל
.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

איך בין נישט קיין נייעס ברענגער און דעמאגאגיע שרייבער. זאלן די וואס קענען די מלאכה עס טוען.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין וועלכע אשכול דארף מען עס שרייבן?
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

דער פרעזידענט ארבעט פלייסיג


קרעדיט פיינע נייעס

רוסלאנד און כינע ברויזן איבער סאמיט אין קאנאדע איבער נארט קארעא

פארשטייער פון אמעריקע און נאך 20 לענדער וועלן זיך באטייליגן אין אן אינטערנאציאנאלן סאמיט אין ווענקאָווער קאנאדע ווי עס וועט דיסקוטירט ווערן א גלאבאלע סטראטעגיע צו אנטוואפענען נארט קארעא פון אירע נוקלעארע זאפאסן, און אזוי אויך וויאזוי צו בעסער אינפארסירן די שטרענגע סאנקציעס אויף די רעזשים.

די 20 לענדער וועלכע באטייליגן זיך זענען די זעלבע בלאק פון לענדער וועלכע האבן געשטיצט סאוט קארעא אין איר קריג מיט׳ן קאמוניסטישן רעזשים אין די 1950ער יארן. דאס האט געברענגט שטארקע קריטיק פון רוסלאנד וועלכע באטראכט דאס ווי א קאאליציע פון די מערב וועלט וואס שליסט אויס רוסלאנד, כינע און אירע פריינט טראץ וואס זיי האבן געשטיצט די סאנקציעס אינעם פעלקער פאראיין, אין אן אפיציעלע סטעיטמענט האט רוסלאנד דאס באצייכנט אלס אן אומקער צו די קאלטע קריג יארן.

די סאמיט איז שוין פאררופן געווארן מיט עטליכע מאנאטן צוריק באלד נאך די לעצטע נוקלעארע פראבע, אבער זינט דאן האט זיך די סיטואציע בארואיגט און די סאמיט קומט אין א צייט וואס נארט קארעא צייגט סימנים אז זי איז גרייט צו פארהאנדלן, און דאס ווייטער גיין מיט די סאמיט טוט - לויט א סטעיטמענט פון די כינזערע רעגירונג - צייגן אז ״אמעריקע איז אנטשלאסן צו פארארגערן די סיטואציע״ אנשטאט צו ארייננעמען אינעם דיאלאג נאך לענדער וועלכע האבן דיפלאמאטישע פארבינדונג מיט די רעזשים אין נארט קארעא
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רוסלאנד און כינע באלאנגען נישט ביי אזא סאמיט, ווייל זיי זענען א חלק (און דער סיבה) פון דער פראבלעם; און וועלען זיך באטייליגען נאר מיט דער איין ציל פון שעדיגען עהני ריעל סעלושען. זיי האבען נישט קיין שום אינטערעסט אין א סעלושען.

ביידע, סיי כינע און סיי רוסלאנד האבען געבראכען אין גרויסען די פריערדיגע סאנקציעס און געשיקט שיפען מיט אויל און אנדערע חפצים וואס איז געווען פארבאטען אין די סאנקציעס. בקיצור געמאכט אמעריקע צו נאר. (און אמעריקע מיט טיפשות האט זיך געמאכט ווי זיי זעהען נישט)

אויב זיי האבען באמת א לעזונג, קענען זיי עס מודיע זיין דורך אנדערע טשאנאלען און דארפען נישט זיין דארטען. זיי זענען אומגעווינטשענע געסט.

דער אמת איז אז זיי האבען יא לעזונג און דאס איז צו דערשטיקען נארט קאריע; אבער האלטען נישט דערביי פון זיך באניצען מיט דער לעזונג אפילו אויב מען זאל זיי געבען די "כבוד" פון האלטען די סאמיט אין בעידזינג אדעיר מאסקווע. א נוקליערע טרעט צו אמעריקע איז א סטראטעגישע ווינטש פאר כינע און רוסלאנד.
--
און ווער איז שילדיג?

שילדיג זענען די אלע בהימות פרעזידענטען פון נאך רעיגען ביז אבאמא, וואס האבען געמאכט דער גרויסע מיסטעיק פון גיין צו איידעל מיט כינע, און צו שטרענג מיט רוסלאנד. ווען דער סאוויעט יוניען איז צאם געפאלען האט נעטא אויך געדארפט זיך שליסען. און מיטען האלטען עס אפען און ווייטער עימען צוואנציג טויזענט נוקליארע מיסילס אויף רוסלאנד האט אמעריקע מיט גרויס טיפשות באשאפען א פיינטליכע רוסלאנד וואס האט נישט געדארפט געשעהן.

ווען נעטא וואלט נישט עקזיסטירט וואלט רוסלאנד געבליבען נאך א גרויסע לאנד צווישען אנדערע. נעטא איז שילדיג פאר צווינגען רוסלאנד צו וועלען בלייבען א וועלטס מאכט שוה בשוה מיט אמעריקע.

יעצט איז צו ווארטען און זעהן צו טראמפ גייט דזוינען די אידיאטישער פרעזידענטען ביז אהער, און לאזען דער נוקליארע טרעט אויף אמעריקע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך מוז דיר זאגן שפוזמאן, דו רעדסט צום זאך
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

דו מיינסט עכט אז ווען נישט נעטאו וואלט פאטין נישט געהאט אן אפעטיט צו זיין א וועלטס מאכט?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פוטין האלט אז די צוזאמפאל פון קאמוניסטישן פאראיין איז געווען די גרעסטע טראגעדיע פון פאריגען יאר הונדערט, ווען ער זענען געווען ביידע וועלט מלחמות, די האלאקאוסט, וכולי, ער לעכצט פון דעמאלטס אויפצובויען רוסלאנד פאר א סופערפאוער עטליעסט אין איין ברייט מיט אמעריקע.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

משא"כ טשיינא?
א מין פאליטישע סטופידיטי! ווער איז א גרעסערע סייבער סעקיוריטי טרעט? ווער גנב'ט אלע מיליטערישע אינפארמאציע (פליגערס, מיסילס וכד')? ווער גנב'ט אינפארמאציע פון יעדע אמעריקאנער קאמפעני? ווער נעמט איין פרעמדע אינזלען און לענדער? ווער הרגעט מער מענטשן? ווער האט בעסערע יומען רייטס?
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כינע שטייט פאר גארנישט. פאר אבסעלוט גארנישט. דער קאנסעפט פון "מאראלישקייט" (אז עפעס איז ריככטיג אדער נישט ריכטיג) עקזיסטירט נישט ביי זיי.

נישט קיין סופערפאוער ווילען זיי ווערען (ווי רוסלאנד); דאס זענען זיי שוין יעצט; נאר זיי ווילען זיין דער גאנצער בעל הבית אויף דער וועלט; און זיי רעדען זיך איין אז זיי קענען עס דערגרייכען שטייטליך אין א פאר צענדליג יאר.

פאר דער ציל איז נישט דא קיין שום אפהאלט און זאך וואס זיי טארען נישט טוהן. זייער ווארט איז נישט קיין ווארט און זייער צוזאג איז נישט קיין צוזאג. זיי וועלען ווייטער גנבענען און גזלענען אלע וויסענשאפט וואס איז נאר דא אויף דער וועלט, און זיי כאפען וועט אויך נישט העלפען; ניטאמאל א ענטשולדיגונג. וואס פאר א לאנד האט געקאסט צענדליגע ביליאנען צו אנטוויקלען, קאסט זיי נישט קיין פרוטה. זיי זענען אויף א מישען טו קאנקווער דע ווארלד; און לאכען פון אלע אנדערע לענדער פאר זיין שמאל קעפיג און זיי גלייבען.

אויב עס וועט אויס פעלען וועלען זיי מאכען א יד אחת מיט רוסלאנד (ווי זיי האבען היינט), און ווען זיי וועלען זיי מער נישט דארפען וועלען זיי עס מאכען אויס. אויב עס וועט אויס פעלען וועלען זיי מאכען א יד אחת מיט אלע אראבישע לענדער און ווען זיי וועלען זיי מער נישט דארפען וועלען זיי עס מאכען אויס. אויב עס וועט אויס פעלען וועלען זיי מאכען א יד אחת מיט אלע אפריקאנער לענדער, און ווען זיי וועלען זיי מער נישט דארפען וועלען זיי עס מאכען אויס.

קיין יד אחת מיט אמעריקע אדער מיט אינדיע קענען זיי נישט מאכען. א נס האט דער באשעפער אונז געמאכט שפירוד את הרשעים (ווי די גמרא זאגט אין פסחים). עס איז דא אמעריקע, וואס איז נאך אלץ דאס שטערקסטע לאנד; עס איז דא רוסלאנד, עס איז דא אייראפע, עס איז דא אינדיע, עס איז דא יאפאן, עס איז דא אפריקע, און עס זענען דא די אלע סאוט אמעריקען לענדער; און אלע האבען אנדערע אינטערסען. בקיצור, א נס האט דער באשעפער אונז געטוהן אז עס זענען דא די אלע כוחות, ווייל ווען נישט, נעמט כינע איין דער וועלט, און מיט די גרעסטע ברוטאליטעיט וואלטען זיי ח"ו אויסגעראטען יהדות.

דער באשעפער פירט דער וועלט, און מיר דארפען זיך נישט זארגען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יאצמעך האט געשריבן:דו מיינסט עכט אז ווען נישט נעטאו וואלט פאטין נישט געהאט אן אפעטיט צו זיין א וועלטס מאכט?

וואלט געקענט האבען א אפעטיט ביז איבער מארגען; אבער האט נישט די מענטשען און ריסארסעס פאר דעם. דייטשלאנד אויב זיי זאלען נאך אמאל האבען דער אפעטיט, וואלטען געשטאנען סאך שטערקער ווי זיי און מיט א דריטעל די מענטשען.

נעטא האט זיי צוגעדריקט צו דער וואנט!

נעטא א בינדינדיגער פארבאנד פון אלע מערב לענדער קעגען רוסלאנד (א מלחמה מיט איינע איז א מלחמה מיט אלע); מיט אמעריקע וואס שטייט אינטער זיי מיטען גאנצען אמעריקאנער קראפט און מיט צוואנציג טויזענט מיסעלס געצילט אויף יעדער גרויסע שטאט אין רוסלאנד אזוי ווי עס איז געווען מיט 25 יאר צוריק אינעם קאלד וואר; האט גאראנטיד אז פוטין דער גרענד מעסטער און KGB הויפט פון דענמאלט, איז אים געלונגען צו פאראייניגען זיין גאנצע לאנד און פאלק און זיי גלייכען אים פאר אראפ שטעלען רוסלאנד אפיציעל ווי א סופערפאוער "פינקט" ווי אמעריקע. ווען למעשה זענען זיי גארנישט מער ווי א גרויס שטארק לאנד ווי ענגגלאנד, פראנקרייך, און אינדיע, און זיכער נישט מער.

דער אנשטעל וואס פוטין שטעלט פאר, און עס געלונגט אים, ווייל די גלייבסט אים אויך אז ער איז א סופערפאוער, האט אים געמאכט באליבט ביי זיין פאלק און ער האט זייער שטיצע. איך ארבעט דא מיט רוסקיס (אידישע און נישט אידישע) און אלע האבען אים ליב אהבת נפש פאר זיינע דערגרייכונגען.

ווער איז שילדיג?

אוודאי בוש דער ערשטער און דער צווייטער און אויך קלינטאן (דערווייל דער ערשטער); אבער דער גרויסער קרעדיט און (אנ)נאבעל דיסטראקשען פרייז קומט פאר אבאמא וואס האט איין האנטעטיג געבויעט דער נייע רוסישער (אויפגעבלאזענע) בער.

ער האט געהאלטען ווארט צו פוטין אז נאך דער עלעקשען וועט ער אים לאזען טוהן וואס ער וויל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

SPUSMN האט געשריבן:כינע שטייט פאר גארנישט. פאר אבסעלוט גארנישט. דער קאנסעפט פון "מאראלישקייט" (אז עפעס איז ריככטיג אדער נישט ריכטיג) עקזיסטירט נישט ביי זיי.

נישט קיין סופערפאוער ווילען זיי ווערען (ווי רוסלאנד); דאס זענען זיי שוין יעצט; נאר זיי ווילען זיין דער גאנצער בעל הבית אויף דער וועלט; און זיי רעדען זיך איין אז זיי קענען עס דערגרייכען שטייטליך אין א פאר צענדליג יאר.

פאר דער ציל איז נישט דא קיין שום אפהאלט און זאך וואס זיי טארען נישט טוהן. זייער ווארט איז נישט קיין ווארט און זייער צוזאג איז נישט קיין צוזאג. זיי וועלען ווייטער גנבענען און גזלענען אלע וויסענשאפט וואס איז נאר דא אויף דער וועלט, און זיי כאפען וועט אויך נישט העלפען; ניטאמאל א ענטשולדיגונג. וואס פאר א לאנד האט געקאסט צענדליגע ביליאנען צו אנטוויקלען, קאסט זיי נישט קיין פרוטה. זיי זענען אויף א מישען טו קאנקווער דע ווארלד; און לאכען פון אלע אנדערע לענדער פאר זיין שמאל קעפיג און זיי גלייבען.

אויב עס וועט אויס פעלען וועלען זיי מאכען א יד אחת מיט רוסלאנד (ווי זיי האבען היינט), און ווען זיי וועלען זיי מער נישט דארפען וועלען זיי עס מאכען אויס. אויב עס וועט אויס פעלען וועלען זיי מאכען א יד אחת מיט אלע אראבישע לענדער און ווען זיי וועלען זיי מער נישט דארפען וועלען זיי עס מאכען אויס. אויב עס וועט אויס פעלען וועלען זיי מאכען א יד אחת מיט אלע אפריקאנער לענדער, און ווען זיי וועלען זיי מער נישט דארפען וועלען זיי עס מאכען אויס.

קיין יד אחת מיט אמעריקע אדער מיט אינדיע קענען זיי נישט מאכען. א נס האט דער באשעפער אונז געמאכט שפירוד את הרשעים (ווי די גמרא זאגט אין פסחים). עס איז דא אמעריקע, וואס איז נאך אלץ דאס שטערקסטע לאנד; עס איז דא רוסלאנד, עס איז דא אייראפע, עס איז דא אינדיע, עס איז דא יאפאן, עס איז דא אפריקע, און עס זענען דא די אלע סאוט אמעריקען לענדער; און אלע האבען אנדערע אינטערסען. בקיצור, א נס האט דער באשעפער אונז געטוהן אז עס זענען דא די אלע כוחות, ווייל ווען נישט, נעמט כינע איין דער וועלט, און מיט די גרעסטע ברוטאליטעיט וואלטען זיי ח"ו אויסגעראטען יהדות.

דער באשעפער פירט דער וועלט, און מיר דארפען זיך נישט זארגען.

איך האב זייער הנאה פון דיין טיפע וועג פון טראכטען און בעיקר פון דיינע קאנספעראציעס
איך פארשטיי אז טשיינע האט געמאכט דאס גענאר פון אמעריקע דאס וואס אמעריקע האט אריין געגאסען געלט און מיט יארן ארבעט קומט טשיינע און גנבט פשוט די סודות און זיי האלטען דארט ווי אמעריק האלט
אבער מאך זיי נישט ערגער ווי אמעריקע. ווען אמעריקע וואלט ווען געווען און זעלבע מצב פון טשיינע דהיינו אז טשיינע זאל זיין די שטערקסטע מיליטער און די אמעריקאנע זאלען זיין געריבען וואלט אמעריקע געטון די זעלבע זאך
און נאכדעם וואס די זאגסט אז זיי ווילן זיין די בעל הבית אויף די גאנצע וועלט. קודם איך זעה עס נישט איך זעה נאר אז זיי ווילען זיין בעל הבית איבער זייערע שכנים אבער לאמיר שוין זאגען אז די ביסט יא גערעכט ווילען זיי ווייטער נאר עפעס וואס אמעריקע טוט יעצט. אמעריק מעג יא זיין (אדער ווילען) בעל הבית אויף די גאנצע וועלט
און נאכדעם דאס וואס די שרייבסט און מיט די גרעסטע ברוטאליטעיט וואלטען זיי ח"ו אויסגעראטען יהדות דאס איז שוין גאר שטארק איבער געטריבען זיי זענען וויניגער אנטיסעמיטעש ווי אמעריקע. אייראפע. אראבער. מדינת ישראל
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

קודם א יישר כח פאר אייער קאמפלימענט. יעצט וועט שוין זיין סאך שווערער צו דיסעגריען. :wink:

ניין, אמעריקע וואלט נישט געטוהן דער זעלבע זאך. וואלט כינע יעצט געווען שטערקער פון אמעריקע וואלט אמעריקע נישט געטוהן די זעלבע זאך. נישט ווייל זיי זענען צדיקים, נאר ווייל אמעריקע האלט זיך פאר א מאראליש לאנד, און די אמעריקאנער בירגער וואלטען קיינמאל נישט מיט געשטאנען מיט אזא מיינדסעט פון די ציל כשר'ט די מיטעל. מיט 200 יאר צוריק און אפשר אפילו א 100 יאר צוריק האט נאך אפשר אמעריקע געחלום'ט פון קאלאניעליזם; אבער היינט צו טאג זיכער שוין נישט. כינע אבער, וויל יא זיין די נייע קאלאניעליסטישע פאוער, אבער ווארטען אויף דער מיניט וואס זיי זאלען עס קענען דורך פירען. ביז דערווייל בעל הבית'עווען זיי אויף זייערע שכנים; אבער רעד זיך נישט איין פאר איין מיניט אז דאס איז זייער ענדגילטיגע גאול צו בעל הבית'עווען. זייער ציל איז צו קאליאנילייזען און זיין דער גאנצער בעל הבית.

איז ממילא אמעריקע און כינע צוויי אנדערע מענטאליטעטען קאמפליטלי, ולא קרב זה אל זה ואמר.
--
אין א קורצע אנאליז און מיינונג איז שווער ארויס צו ברענגען יעדען פונקט און עס מסביר זיין אויפען פלאץ. וועל איך קלאר מאכען וואס כ'האב געזאגט.

כינע האט נישט פיינט די אידען אדער ליב די אידען, און נישט דערפאר וואלטען זיי זיך אומגעגאנגען מיט ברוטאליטיט צום עם ישראל אויב א באדייטענדע צאל (לאמיר זאגען א מיליאנען אידען) וואלטען זיך געפינען אין זייער לאנד.

זייער ציל איז צו עלימינירען יעדען הוי אמינא פון קעגנערשאפט אין זייער לאנד; און דערפאר איז א מיליאן אידען אין כינע וואס פראקטעצירען יהדות וואלט געווען סם המות אין זייערע אויגען; א סכנה וואס זיי מוזען אויס ראטען. נאכאמאל, נישט צוליב שנאה, נאר צוליב זיין אין "פול" קאנטראל ווי דער כינעזער מיינדסעט איז. דערפאר, איינמאל זיי וואלטען אפגעמאכט אז מען מוז אויסראטען יהדות, וואלטען זיי עס געטווהן מיט די גרעסטע מאס ברוטאיליטעט וואס איז נאר פארהאן. רחמנות עקזיסטירט נישט אין זייער וואקעביולערי, און א מענטש און א מויז איז די זעלבע זאך; וואס מען מעג טוהן מיט א מויז מעג מען טוהן מיט א מענטש.

(כ'בין מסכים מיט דיר אז לגבי אידען איז עס נאר א הייפעטעטישע שמועס; ווייל למעשה זענען נישט דא קיין אידישע געמיינדע אין כינע. ב"ה פאר דעם)
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך יאנואר 17, 2018 5:08 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

היינט ווערט אפגעהאלטן א סאמיט אין ווענקאָווער, קאנאדע, אין וועלכע עס באטייליגן זיך אויסערן מיניסטארן פון ארום 20 לענדער איבער די וועלט, צו באהאנדלען די ריכטיגע צוגאנג צו די נוקלעארע געפאר פון נארט קארעא. די סאמיט איז פאררופן געווארן פאריגן נאוועמבער, נאך די לעצטע מאסיווע נוקלעארע פראבע פון נארט קארעא, א פראבע וועלכע האט געברענגט די שארפסטע רונדע פון אינטעראנאציאנאלע סאנקציעס.

אבער זינט די סאמיט איז פאררופן געווארן, זענען פארגעקומען פארשידענע אנטוויקלונגען אין דעם פעלד, וואס מאכן די סיטואציע מער קאמפליצירט. ערשטנס, מיט דעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז די רעזשים פארמאגט שוין אייגנטליך פולע נוקלעארע מעגליכקייטן, און די ציל איז נישט צו ״אפהאלטן״ דעם רעזשים פון דערגרייכן אן אטאם באמבע, נאר אייגנטליך צו אויפגעבן א פולשטענדיג אנטוויקלטע פראגראם.

אזוי אויך קומט די סאמיט אין ליכט פון פילע סיגנאלן וואס די רעזשים שיקט פאר די וועלט, אז זי איז וויליג צו טוישן איר צוגאנג און זיך זעצן צום פארהאנדלוגס טיש מיט די מערב וועלט, און האט געעפנט געשפרעכן מיט סאוט קארעא, און גרייט זיך צו אנטייל נעמען אין די בעפארשטייענדע אלימפישע שפילן אין פיאנגיענג.

אבער ווי עס שיינט, איז יאפאן נישט אנטציקט פון די נייע צוגאנג פון די רעזשים און באטראכט עס אלס א כיטרע שפיל פון די רעזשים צו ״איינשלעפן״ די מערב וועלט פון די געפאר וואס זי שטעלט פאר, און דער יאפאנעזער אויסערן מיניסטער, טאַראָ קאוטא, האט אפעלירט צו די וועלט פירער צו אנהאלטן א שארפע ליניע קעגן די נארט קארעא רעזשים טראץ איר אנגעבליכע טויש אין טאן. דער מיניסטער האט געזאגט, ״לאזט נישט די רעזשים אייך איינשלעפן מיט זיסער רייד,״ און האט געזאגט אז אראפנעמען אדער פארלייכטערן די סאנקציעס איז א ״נאיווע טעות״, אויף וועלכע די וועלט וועט חרטה האבן.

פיינע נייעס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”