מעג מען ארויף נעמען קאמפיוטערס אויפן פליגער?

פליגער רייזעס און לופטפעלדער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

מעג מען ארויף נעמען קאמפיוטערס אויפן פליגער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

עפעס געהערט לעצטע טאג צוויי וועגן א נייע הוראה פונעם פרז"ד ירום הודו... צו אסערן פאר פליגערס וואס קומען ציפארן קיין אמעריקא, ארויף נעמען קאמפיוטערס אויפן פליגער, נאר אין די רענצל מעג מען, אלץ סעקיורעטי ריזנס.

ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם?
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

מ'גייט נישט טארען ארויפטראגן קיין איין טעכנעלאגיע כלים אויסער סעלפאוןס און מעדיקעל מאשינען פון 10 עיראפארטס פון 8 לענדער
נאכן טרעפן די פלענער וואס על קידא פלאנט צו טוען פאר אמעריקע ביי די נעווי סיעל אבלאווע אין תימן אפאר וואכען צוריק ...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט האט פארארדנט פאר אלע לופטליניעס א אויסשליסליכע פארבאט צו ארויפברענגען אויפ׳ן פליגער סיי וועלכע עלעקטראנישע אפאראטן אויף פליגער וועלכע קומען קיין אמעריקע פון א רייע מוסלעמענער לענדער אין מיטל מזרח, דאס רעכנט אריין לעפטאפס, קאמערעס, אדער סיי וועלכע גרעסערע עלעקטראנישע אפאראט וועלכע איז נישט קיין טעלעפאן, אנגעבנדיג אז אין די אלע אפאראטן קען מען לייכטערהייט באהאלטן א באמבע.

די נייע רעגולאציע וועט עפעקטירן 9 לופליניעס, וועלכע אפערירן פון 10 עירפארטס, און וועט עפעקטירן ארום 50 פליגערס יעדן טאג, די לופטליניעס וועלכע ווערן עפעקטירן זענען: רויעל דשארדעניען פון ירדן; עגיפטען עיר; טורקיש עירליינס; סאודי אראביען עירליינס; קואעיט עירליינס; רויאל עיר מאראקא; קאטאר עירליינס; עטיהאד און עמירעט עירליינס פון די יונייטעד ערעב עמירעטס.

א קורצע צייט נאכדעם וואס אמעריקע האט געמאלדן דעם פארבאט, האט די ענגלישע רעגירונג נאכגעפאלגט מיט די זעלבע רעגולאציעס, און ביידע האבן געגעבן 96 שטונדען פאר די עירליינס זיך צו ארגאניזירן ביז די פארבאט גייט אריין אין עפעקט.

לויט קוועלער אין וואשינגטאן ווערט שוין די פארבאט דיסקוטירט עטליכע וואכן, און דער היימלאנד זיכרעהייט סעקערטאר דשאן קעלי האט אינפארמירט קאנגרעס דערוועגן, אין די סטעיטמענט שרייבט די היימלאנד זיכערהייט סעקערטאר אז די באשלוס איז גענומען געווארן גאר פארזיכטיג און נאך אינטענסיווע באראטונגען מיט שפיאנאזש באאמטע, וועלכע זענען געקומען צו די באשלוס אז עלעקטראנישע אפאראטן אויף פליגער שטעלן א באלדיגע זיכערהייט געפאר.

די באשלוס איז קריטיקירט געווארן דורך טערקיי וועלכע איז געצילט געווארן אין די נייע פארבאט, אבער עטליכע לופטליניעס האבן שוין געמאלדן אז זיי שטעלן זיך צו צו די נייע רעגולאציעס, טראצדעם וואס זיי האבן עס קריטיקירט זאגנדיג אז מיט׳ן אריינלייגן די אפאראטן אין די רענצלעך טוט מען גארנישט אויף, און אייגנטליך איז דא א בעסערע איבערזיכט אויף די אפאראטן וואס מען נעמט מיט צו די פאסאנזשיר קאבינע.

גענומען פון JPUPDATES
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

1. וואס האבן על קאידה געפלאנט צו טוהן?

2. קענען נישט די טעראריסטן פארן צו א אנדערע לאנד וואס פון דארט מעג מען יא ארויף נעמען טעכנאלאגישע כלים אויפן פליגער?

סאיז א שרעקליכע גזירה, מארגן קענען זיי אסערן פאר אלע לענדער, און שטעלט זיך פאר מענטשן מיט וויכטיגע באהאלטענע אינפארמיישן אויף זייער קאמפיוטערס וועלן דארפן שיקן די קאמפיוטער ביי די רענצלעך אן קיין שום השגחה, און וויפיל מאל מאכט זיך רענצלעך פארלירן זיך...
כמעט א גזירה שאין הציבור יכול לעמוד בה...
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

3. צו קענען נישט די זעלבע באמבעס אויפרייסן אונטן ווי די רענצלעך ליגן? וואס איז די איידיע פון עס נישט מעגן ארויפעמען בלויז אויבן?
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

מאכט סענס? האט געשריבן:3. צו קענען נישט די זעלבע באמבעס אויפרייסן אונטן ווי די רענצלעך ליגן? וואס איז די איידיע פון עס נישט מעגן ארויפעמען בלויז אויבן?


אויב דער עקסרעי מאשינען ווייזען א פארדאכט אויף א געוויסע פעקל, קענען זיי דאס געהעריג אויף עפענען אנעם בעל הבית זיין דערביי.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

מאכט סענס? האט געשריבן:די נייע רעגולאציע וועט עפעקטירן 9 לופליניעס, וועלכע אפערירן פון 10 עירפארטס, און וועט עפעקטירן ארום 50 פליגערס יעדן טאג, די לופטליניעס וועלכע ווערן עפעקטירן זענען: רויעל דשארדעניען פון ירדן; עגיפטען עיר; טורקיש עירליינס; סאודי אראביען עירליינס; קואעיט עירליינס; רויאל עיר מאראקא; קאטאר עירליינס; עטיהאד און עמירעט עירליינס פון די יונייטעד ערעב עמירעטס.

גייט זיך די רעגולאציע אויסשפרייטן אויף נאך לופטליניעס, אדער עס בלייבט ביי די 9?

און איז פארהאן געוויסע עירפארטס וואס ווערן דירעקט אפעקטירט, ד.ה. די גאנצע עירפארט מיט אלע פליגערס וואס גייען ארויס פון דארט נישט קיין חילוק וועלכע, אדער צילט דאס נאר ספעציפישע לופטליניעס?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

eller האט געשריבן:מ'גייט נישט טארען ארויפטראגן קיין איין טעכנעלאגיע כלים אויסער סעלפאוןס און מעדיקעל מאשינען פון 10 עיראפארטס פון 8 לענדער
נאכן טרעפן די פלענער וואס על קידא פלאנט צו טוען פאר אמעריקע ביי די נעווי סיעל אבלאווע אין תימן אפאר וואכען צוריק ...

דאס איז די אקציע וואס איז נישט ווערט געווען צו אינטערנעמען?
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

וועלכע דשאדש גייט עס אפהאלטן, ווייל ס'איז קעגן מאסלימס?
פאנדרעיזער
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנדרעיזער »

Can Anyone Explain The New Travel Electronics Ban To Me?
http://www.dansdeals.com/archives/110011
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

ישלהוסיף האט געשריבן:
מאכט סענס? האט געשריבן:3. צו קענען נישט די זעלבע באמבעס אויפרייסן אונטן ווי די רענצלעך ליגן? וואס איז די איידיע פון עס נישט מעגן ארויפעמען בלויז אויבן?


אויב דער עקסרעי מאשינען ווייזען א פארדאכט אויף א געוויסע פעקל, קענען זיי דאס געהעריג אויף עפענען אנעם בעל הבית זיין דערביי.

פארוואס קענען זיי עס נישט טון ווען די בעל הבית איז דארט?
א פשוטע איד.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

כמעט אלע עירליינס און עירפארט'ס זענען פון אזאלכע וואס האבן נישט זוכה געווען צו ווערן פאררעכנט אין די מאסלים בען, ד.ה. זיי זענען נישט א געפערליכע שטאפל טעראר סכנה. (זענען די 6 מוסולמענער לענדער בכלל אונטער דעם פארבאט?)

די צווייטע קשיא איז, וואס א חילוק אויפן עראפלאן צי אין די קארגא אפטיילונג? (אויבנאויף איז די תירוץ מסתמא אז נישט לאזן מיטנעמען די זאכן איז א גזירה שאין הציבור יכול לעמוד בה בזה"ז, אבער א באמבע רייסט פונקט אזוי אויף אין די פעקלעך אפטיילונג און די סכנה איז די זעלבע. איך בין מסכים אז אויב עס איז דא דיפערענץ, למשל מ'דארף אסעמבלען די באמבע אויפן פליגער, מאכט עס סענס דער חילוק).

די דריטע קשיא, מ'קען דאך עס טון פון אן אנדערע לאנד.

פילע עקספערטן זענען ביי דער מיינונג אז דאס איז מער א אמעריקע פירסט מאוו ווי א טעראר פראבלעם, דהיינו די מערב וועלט עירליין'ס וויינען ביטערליך אז די אלע א.ד. לופטליניע'ס זענען העווילי סובסידייזט פון זייערע רעגירונגען, און דאס מאכט די קאמפעטישאן מיט זיי גאר שווער. (די עירליינס זענען פאר א טעכנישע סיבה אויסגעשלאסן פון אנקלאגעס קעגן זיי ביי די ווארלד טרעיד אגענטור וואס דארף געווענליך קעיר נעמען פון אזאלכע סארט מאניפולאציע'ס).

דער ציל איז צו טארגעטן די ביזנעס און פירסט קלאס קליענטן וואס ווערן אטראקטירט צו די בעסערע און ביליגער אראבישע עירליין'ס, ווייל - אסאך פון - די קלייענטעל צאלן מער געלט פאר די קלאסן כדי צו קענען ארבעטן רואיג אויפן פליגער. אויב לאזט מען זיי נישט האבן זייער לעפטאפ וועלן זיי גאנץ זיכער פליען מיט אנדערע עירליין'ס.

למעשה ענגלאנד'ס מיטשפילן מיט אמעריקע מאכט עס מער אויסזעהן ווי א ריכטיגע סכנה (כאטש בעצם האבן ענגלישע - און אלע מערב וועלט עירליין'ס - די זעלבע תרעומת אויף די אראבישע עירליין'ס. איז עס שוין אביסעלע מער רחוק אז זיי ארבעטן האנט אין האנט מיט טראמפ אויף דעם פראנט, ווי מיט א טעראר סכנה).

דער אמת, ווי לאנג מדינת ישראל טוט עס נישט נאך, קען מען זיכער זיין עס האט גארנישט מיט טעראר.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

טריסקער האט געשריבן:
מאכט סענס? האט געשריבן:די נייע רעגולאציע וועט עפעקטירן 9 לופליניעס, וועלכע אפערירן פון 10 עירפארטס, און וועט עפעקטירן ארום 50 פליגערס יעדן טאג, די לופטליניעס וועלכע ווערן עפעקטירן זענען: רויעל דשארדעניען פון ירדן; עגיפטען עיר; טורקיש עירליינס; סאודי אראביען עירליינס; קואעיט עירליינס; רויאל עיר מאראקא; קאטאר עירליינס; עטיהאד און עמירעט עירליינס פון די יונייטעד ערעב עמירעטס.

גייט זיך די רעגולאציע אויסשפרייטן אויף נאך לופטליניעס, אדער עס בלייבט ביי די 9?

און איז פארהאן געוויסע עירפארטס וואס ווערן דירעקט אפעקטירט, ד.ה. די גאנצע עירפארט מיט אלע פליגערס וואס גייען ארויס פון דארט נישט קיין חילוק וועלכע, אדער צילט דאס נאר ספעציפישע לופטליניעס?

כ'מיין אז דאס איז א חילוק צווישן ענגלאנד און אמעריקא. דער אמעריקאנער פארבאט גייט אן אויף געוויסע לענדער, אלע לופט ליניעס. און דער בריטישער פארבאט גייט נאר אן אויף געוויסע לופט ליניעס, און ווייניגער לענדער.
אזוי האב איך פארשטאנען.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

פאנדרעיזער האט געשריבן:Can Anyone Explain The New Travel Electronics Ban To Me?
http://www.dansdeals.com/archives/110011

די שטערקסטע קשיא וואס ער פרעגט דארט.

הלמאי, ביי די פאר לענדער וואס זענען אויף די ליסט און די אמעריקאנער קאסטומס האבן זייער אייגענע סעקיוריטי אונטערזוכונג סיסטעם פאר אלע פאסאזשירן נאך פאר מען גייט ארויף אויפן פליגער, און דאך האבן זיי ארויפגעלייגט דעם פארבאט, ווייל קיין שום אמעריקאנער עירליין האט נישט קיין דירעקטע​ פלייטס פון דארט.

משא"כ אזא לאנד ווי ניגעריע וואס איז פון די ערגסטע לענדער אויפן כדור הארץ, און עס דרייען זיך דארט טעראריסטן פראנק און פריי, זענען זיי נישט אויפן ליסטע פון די פארבאטענע לענדער, וויבאלד דעלטא וואס איז אן אמעריקאנער לופטליניע האט פון דארט יא דירעקט פלייטס.
---
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

בשבילי נברא האט געשריבן:
פאנדרעיזער האט געשריבן:Can Anyone Explain The New Travel Electronics Ban To Me?
http://www.dansdeals.com/archives/110011

די שטערקסטע קשיא וואס ער פרעגט דארט.

הלמאי, ביי די פאר לענדער וואס זענען אויף די ליסט און די אמעריקאנער קאסטומס האבן זייער אייגענע סעקיוריטי אונטערזוכונג סיסטעם פאר אלע פאסאזשירן נאך פאר מען גייט ארויף אויפן פליגער, און דאך האבן זיי ארויפגעלייגט דעם פארבאט, ווייל קיין שום אמעריקאנער עירליין האט נישט קיין דירעקטע​ פלייטס פון דארט.

משא"כ אזא לאנד ווי ניגעריע וואס איז פון די ערגסטע לענדער אויפן כדור הארץ, און עס דרייען זיך דארט טעראריסטן פראנק און פריי, זענען זיי נישט אויפן ליסטע פון די פארבאטענע לענדער, וויבאלד דעלטא וואס איז אן אמעריקאנער לופטליניע האט פון דארט יא דירעקט פלייטס.

מען קען בויען א שטיקל תורה וואס מאכט סענס.

ביי די אקציע אין תימן האט אמעריקע אויפגעכאפט גאר וויכטיגע מאטריאל, און געזען פלענער פון וואו מען גייט אטעקירן, די לענדער וואס זענען געווען אין די בען זענען געווען אויפן טיש ביי די טעראריסטן, און דערפאר האט מען קודם געמאכט די בען.

אזוי ווי די בען גייט נישט דורך ליגעל, און מען קען נישט בלייבן אויף הפקר, האט מען געקוקט ווי אזוי זיי פלאנען צו אטעקירען, און דאס איז דורך לעפטאפס, נאר מען קען נישט סטאפן לעפטאפס אויף פליגערס איבער די גאנצע וועלט, דערפאר מאכט מען עס קודם נאר אין די לענדער פון וואו מען ווייסט אז זיי פלאנען צו ארויספארן...

עס מאכט זייער סענס, נאר מען וועט לכאורה קיינמאל נישט וויסן די אמת ווייל מען וויל נישט אז די טעראריסטן זאלן וויסן וואס אמעריקע ווייסט, און פאר די סיבה האט מען נישט געסטאפט לעפטאפס גלייך, נאר קודם פראבירט א בען אויף מענטשן פון דארט, צו צומישן דעם שטן...
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

די בען איז שוין געווען און פלאן נאך סאך פאר די רעיד און תימן
א פשוטע איד.
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2896
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

די האוואי ריכטער האט אויב אזוי סתם פארהארגעט א אקציע צוליב פאליטיק
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

איך מיין אז די טעראריסטן האבן געווינען!

דאס איז געווען זייער פלאן פון פאראויס, צושטערן אונזער לעבן, און זיי האבן מצליח געווען... :lol:

ווי האט יענער געזאגט פארוואס המן האט געוואלט הארגינען אלע יידן אין איין טאג, כדי אונז נישט געבן א יו"ט מער ווי א טאג....
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

הרב בערל טויבער זאגט א גוט ווארט:

"איינער האט מיך געפרעגט, צי איך האלט פון די אבאמא דיעל מיט איראן?

האב איך אים געענטפערט, קודם גיב מיר אהער אלע קלאספייד אינפארמאציע פון די עף.בי.איי. און סי.איי.עי. בנוגע דעם ענין, און נאכדעם וועל איך קענען האבן א מיינונג".

ודעת שפתיו ברור מללו.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

איין זאך וואס באדערט מיר נאר איז, ווי אזוי פעלאוסי און שומער לאזן דאס צו? דער האוואוי ריכטער וואלט שוין געדארפט האבן ארויף געלייגט א סטעי דערויף.

א געהעריגע בען אויף מאסלימס! מ'וויל איינצוימען מוסלמענער פון מיטנעמען זאכן אויפן פליגער, הישמע כזאת אין אמעריקע? קוקן לויט די רעליגיע? דאס איז געפערליכע דיסקרימינאציע


#מיינונג פון אסאך מענער
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:איין זאך וואס באדערט מיר נאר איז, ווי אזוי פעלאוסי און שומער לאזן דאס צו? דער האוואוי ריכטער וואלט שוין געדארפט האבן ארויף געלייגט א סטעי דערויף.

א געהעריגע בען אויף מאסלימס! מ'וויל איינצוימען מוסלמענער פון מיטנעמען זאכן אויפן פליגער, הישמע כזאת אין אמעריקע? קוקן לויט די רעליגיע? דאס איז געפערליכע דיסקרימינאציע


#מיינונג פון אסאך מענער

זעט זיך אויס אז זיי ווייסן עפעס וואס אונז ווייסען נישט
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:איין זאך וואס באדערט מיר נאר איז, ווי אזוי פעלאוסי און שומער לאזן דאס צו? דער האוואוי ריכטער וואלט שוין געדארפט האבן ארויף געלייגט א סטעי דערויף.

א געהעריגע בען אויף מאסלימס! מ'וויל איינצוימען מוסלמענער פון מיטנעמען זאכן אויפן פליגער, הישמע כזאת אין אמעריקע? קוקן לויט די רעליגיע? דאס איז געפערליכע דיסקרימינאציע


#מיינונג פון אסאך מענער

#אסאך מעשיגענע מענטשען
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אויסגערעכנט האט געשריבן:
eller האט געשריבן:מ'גייט נישט טארען ארויפטראגן קיין איין טעכנעלאגיע כלים אויסער סעלפאוןס און מעדיקעל מאשינען פון 10 עיראפארטס פון 8 לענדער
נאכן טרעפן די פלענער וואס על קידא פלאנט צו טוען פאר אמעריקע ביי די נעווי סיעל אבלאווע אין תימן אפאר וואכען צוריק ...

דאס איז די אקציע וואס איז נישט ווערט געווען צו אינטערנעמען?

אוודאי אזוי מ'האט דאך דארט גארנישט געטראפן פרעג נאר CNN
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:א געהעריגע בען אויף מאסלימס! מ'וויל איינצוימען מוסלמענער פון מיטנעמען זאכן אויפן פליגער, הישמע כזאת אין אמעריקע? קוקן לויט די רעליגיע? דאס איז געפערליכע דיסקרימינאציע


דא קען מען נישט קומען מיט אזא טענה, ווייל דער בען איז גילטיג אויף סיי ווער עס פליט מין איינער פון די קעריערס, סיי מאסלים און סיי א ריכטיגע יענקי ווייסע אמעריקאנער.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

ישלהוסיף האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:א געהעריגע בען אויף מאסלימס! מ'וויל איינצוימען מוסלמענער פון מיטנעמען זאכן אויפן פליגער, הישמע כזאת אין אמעריקע? קוקן לויט די רעליגיע? דאס איז געפערליכע דיסקרימינאציע


דא קען מען נישט קומען מיט אזא טענה, ווייל דער בען איז גילטיג אויף סיי ווער עס פליט מין איינער פון די קעריערס, סיי מאסלים און סיי א ריכטיגע יענקי ווייסע אמעריקאנער.

און דער טרעוועל בען איז דען נישט געווען אויף סירישע קריסטן?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
שרייב תגובה

צוריק צו “פלי רייזעס”