BREAKING: Secret FISA court issues public rebuke of FBI for mistakes revealed by the US Justice Dept. inspector general report on origins of the Russia investigation; questions "whether information contained in other FBI applications is reliable." https://t.co/bCxG5CGTYe
זיי זענען אלע פול מיט ליגנט מיום הוסדה. לעצטן אקטאבער, ערגעץ אינמיטן די ימים טובים צייט, איז ארויסגעקומען א רעפארט, נאך אסאך ארגער ווי די היינטיגע רעפארט, ווי עס דערציילט אומצאליגע אבויזסעס וואס קומט נאך פאר עד הוים הזה.
אגב, איז אינטערעסאנט צו זעהן די סטראטעגיע וואס די FBI שקצים אינוואלווד האבן גענומען יעצט, קאומי, מקקעיב און בעיקער און אפילו קלעפער, אלע זענען ממש אויפגעשוידערט פון די FBI'ס אויפפיהרונג... שטייצעך אז סאט גארניש מיט זיי...
[U]nder questioning from Senator Josh Hawley (R., Mo.), Horowitz explained his investigation did leave the door open to possible political bias because his team could not accept the explanations FBI members gave on why there were "so many errors" in their investigation.
און נאך קלארער SEN. PAUL: “But could you then specifically say…there actually was evidence of political bias and evidence of record-changing that looks like malfeasance?”
HOROWITZ: “There is evidence of both, I agree with you
BREAKING: Secret FISA court issues public rebuke of FBI for mistakes revealed by the US Justice Dept. inspector general report on origins of the Russia investigation; questions "whether information contained in other FBI applications is reliable." https://t.co/bCxG5CGTYe
זיי זענען אלע פול מיט ליגנט מיום הוסדה. לעצטן אקטאבער, ערגעץ אינמיטן די ימים טובים צייט, איז ארויסגעקומען א רעפארט, נאך אסאך ארגער ווי די היינטיגע רעפארט, ווי עס דערציילט אומצאליגע אבויזסעס וואס קומט נאך פאר עד הוים הזה.
עציץ נקוב האט געשריבן:[U]nder questioning from Senator Josh Hawley (R., Mo.), Horowitz explained his investigation did leave the door open to possible political bias because his team could not accept the explanations FBI members gave on why there were "so many errors" in their investigation.
און נאך קלארער SEN. PAUL: “But could you then specifically say…there actually was evidence of political bias and evidence of record-changing that looks like malfeasance?”
HOROWITZ: “There is evidence of both, I agree with you
סיז דא א פרישע אינטערוויא מיט בארר, ער שמועסט אויס נאכאמאל אז האראוויץ איז זייער לימיטעד, ער קעניש אריינגיין אזוי טיף נישט בכמות און נישט באיכות ווי דורהעם... ער האט ס"ה איבערגעגעבן אז די ענטפערס זענען נישט צופרידנשטעלנד, יעצט זוכט דורהעם די סיבה דערפאר...
*) איי, די אלע פעיק ניוז אגענטורן ברענגען דאך ווי דער IG זעלבסט שרייבט אז די FBI האט נישט געהאט קיין אינפארמאנט אין די קאמפיין? קען מען ענטפערן עטליכע תירוצים. אבער קודם דארף מען האבן די גענוי ווערטער פון האראוויצ'עס רעפארט:
We found no evidence that the FBI used CHSs or UCEs to interact with members of the Trump campaign prior to the opening of the Crossfire Hurricane investigation. After the opening of the investigation, we found no evidence that the FBI placed any CHSs or UCEs within the Trump campaign or tasked any CHSs or UCEs to report on the Trump campaign.
1) ער שרייבט אז ער האט נישט געטראפן קיין עווידענס אז די FBI האט 'אריינגעשטעלט' אינפארמאנטן אין די קאמפיין. ס'קען אבער זיין אז פונקט האבן די אינפארמאנטן זיך אליין איינגעפלאנצט... (דא לאכט מען) 2) ער האט דאך נאר געפארשט קראספייער האריקעין, און דארט האט ער נישט געטראפן קיין עווידענס ווי דיFBI שטעלט זיי אריין. סיז אבער יתכן אז די FBI האט זיי אריינגעשטעלט אונטער די תי' פון אן אנדערע אויספארשונג, אדער גאר אן קיין אויספארשונג בכלל. דאס שטימט מיט'ן פאקט אז רוב פון די אינפארמאנטן האבן נישט געהאט קיין שום שייכות מיט די רוסלאנד אויספארשונג, אבער נישט אינגאנצן ווייל איינער האט דאך יא געגעבן אינפא אין די נושא. 3) אינפארמאנטן זענען נישט קיין אפיציעלע איינגעשטעלטע אין די אגענטורן נאר זענען ווי פרילענסערס, און זיי קענען ווערן גענוצט דורך פארשידענע אגענטורן (א שטייגער ווי ספיווען האלפער וועלכער איז אן אינפארמאנט סיי פאר די FBI און סיי פאר די פענטעגאן). דעריבער איז יתכן אז די דאסיגע אינפארמאנטן זענען געווארן אהינגעשיקט דורך א צווייטע אגענטור, א שטייגער ווי די CIA, אויף וועלכע האראוויץ האט נישט קיין איבערזוכט. כ'מיין אז די לעצטע תי' מאכט די מערסטע סענס, אדער א קאמבינעישאן פון צוויי (אדער גאר אלע דריי) תירוצים.
סיי וויאזוי איז אבער זיכער אז די FBI האט געהאט אינפארמאנטן 'אין' די טראמפ קאמפיין און נאנט צו טראמפ זעלבסט, און לכה"פ איינס פון זיי האט צוגעשטעלט אינפא פאר די טראמפ ראשע האוקס.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
ווי שוין ברייט באקאנט האט די FBI אין זומער 2016 ארויסגענומען א פייסע וואראנט קעג קארטער פעידזש, צוליב די טענה אז ער איז א רוסישער אגענט און ער דינט אלס דער פארמיטלער צווישן די טראמפ קאמפיין או רוסלאנד אויסצושפילן די וואלן. ווי דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דעווין נונעז האט געהאט געזאגט בשם ענדרו מעקעיב, וואלט די פייסע נישט צושטאנד געקומען ווען נישט די סטיעל דאסיער, און כאטש מעקעיב האט עס געלייקנט אין פאבליק האט דער אינספעקטאר דזשענעראל באשטעטיגט אז די DOJ האט פאקטיש אפגעווארפן די FBI'ס פארלאנג פאר א פייסע, ביז ווען די FBI האט באקומען די דאסיער און עס צוגעלייגט צו די אפליקעישאן. דאס מיינט בקיצור נמרץ, אז די סטיעל דאסיער איז געווען די רוקנביין פון די פייסע עפליקעישאן. ווען די פייסע וואראנט איז אויסגעלאפן נאך דרייסיג טעג, האט די FBI געבעטן א רינועל, וואס איז געווארן נאכגעגעבן. דערנאך האט די FBI געבעטן א צווייטע און דריטע רינועל. נאך די דריע רינועל האט די FBI מער נישט געזוכט צו רינוען די פייסע וואראנט.
צו וואס וויל איך צוקומען?
דער אינספעקטאר דזשענעראל האראוויץ שרייבט אז עטליכע טעג נאך די ערשטע רינועל ריקוועסט, האט די FBI אינטערוויוט סטיעלס פריימערי סארס פון אינפא, אין זייער אנגייענדע פרואוו צו וועריפייען די דאסיער (וואס האצעך געענדיגגט מיט א וויסטן דורכפאל - לויט האראוויץ איז קיין איין איינציגסט באשולדיגונג פון די דאסיער נישט געווארן וועריפייד!). למעשה האט דער סארס זיי קלאר געזאגט אז סטיעל האט פארדרייט זיינע ווערטער, און סטיעל זעלבסט האט גאר געזאגט פאר די FBI אז איינס פון זיינע עיקר סוב-סארסעס האט אויפגעבלאזן באשולדיגונגען! די דאזיגע אינפא האט די FBI פארשטייצעך צוריקגעהאלטן פון די פייסע קאורט, צוזאמען מיט אינפא פון די CIA אז פעידזש האט געדינט אלס זייער'ס אן אינפארמאנט, צוזאמען מיט אנדערע אינפא וועלכע גראבן אונטער סטיעלס קרעדיביליטי, און אנפא וועלכע גראבן אונטער די השערה אז פעידזש איז א רוסישער אגענט.
ווען דער אינספעקטאר דזשענעראל האט אויפגעטרעטן פאר קאנגרעס, האט ער זייער קלאר געזאגט אז די FBI האט געזאלט איבערטראכטן פארוואס זיי פארשן נאך פעידזש בכלל, נאכדעם וואס גארנישט ביז אהין האט געבויעט די קלעים אז ער איז א שפיאן, נאר גאר פארקערט. פאקטיש שרייבט ער אין די באריכט אז די אגענטן אויף די קעיס האבן זיך געוואונדערט פארוואס זיי האלטן עס נאך אפן. למעשה אבער האבן זיי עס נישט נאר געלאזט לויפן, נאר זיי האבן גאר עפלייט פאר נאך צוויי רינועלס.
אצינד איז געווארן אנסיעלד א פסק פון דעם הויפט פייסע קאורט דזשאדזש דזשעימס באוסבערג פון יאנואר 7. אין די פסק שרייבט ער אז די DOJ האט מודה געווען פאר קאורט אז די לעצטע צוויי רינועלס זענען נישט געווען לעגאל אויסגעהאלטן.
רבותי, איטס אפישעל: די FBI האט אומלעגאל שפיאנירט אויף די טראמפ קאמפיין!
-----
נאך פונדערהיים האקט...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
יעדע פייסע וואראנט איז נאר גוט פאר 3 חדשים, און דערנאך מוז מען עס רינוען. ביי פעידזש האט מען עס רינוט דריי מאל, צו א טאטעל פון פיר וואראנטס. די לעצטע צוויי רינועלס זענען געווען אומלעגאל, וואס מיינט אז זעקס חדשים האט די FBI אונטערגעהערט פעידזש און די מענטשן מיט וועם ער האט גערעדט, אומלעגאל.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
פון די צוויי און ווייטער איז זיכער געווען איליגעל שפיאנירט (וואס דאס איז ערגער ווי וואטערגעיט ווייל דארט האט מען גענוצט נידריגע שיק אינגלעך דא האט מען גענוצט די אמעריקאנע שפיאנזש אזאך וואס וואלט יעדעם געדארפט אויפשאקלען אבער גארנישט די מידיע רופט עס ביז יעצט נאך א קאנפיריסי טירי) ווער זאגט אז די איבריגע איז יא געווען גוט, אפילו אויב פארדעם איז יא געווען ליגעל איז זיכער אז זיי האבן נישט גענומען גענוג ערענסט אזא סענסעטיווע אינוועסטיגעישען און דאס איז אויך א גרויסע עוולה
יעצט זעה איך טאקע אז CNN שרייבט דאס The Justice Department's concession to the court means the department now believes, at a minimum, the surveillance of Page should have ended after the second warrant expired in early 2017. President Donald Trump and Republican allies have consistently criticized the FBI's Russia investigation, and have cited the agency's missteps with the FISA applications to claim the surveillance on Page was illegal throughout. The letter released Thursday by the court said the Justice Department, while not invalidating the first two warrants, is working to quarantine information collected under all four warrants targeting Page. The Justice Department is said to have not taken a position on the validity of the other two surveillance authorizations on Page, according to the filing.
Based on the ordering of the applications, it appears the review found the second and third renewal applications used against Page to be invalid, while the original application and the first renewal remain under investigation. The third renewal was personally signed by James Comey, while the fourth was signed by Andrew McCabe
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:נאך א רינגעלע אין די גאלדענע קייט, ווי באר טוט סערווירן טראמפ און נישט דאס לאנד, פאר מער אינפארמאציע קענט איר גיין צו לעוו פארנעס.
דו גייסט אזוי ווייט ווי צו זאגן אז די פייסע קאורט און CNN און די אבאמא מענטש האראביץ וואס האט נישט געוואלט טון זיין זשאב ווי לאנג די עבירות פון די FBI האט שוין אזוי געשטינקען אז מען האט שוין נישט געקענט פארדעקען די שמעק, ארבעטען מיט מיט באר צו סערווירן טראמפ?