אנקעטעס איבער פרעזידענט טראמפ.

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אויך 49%.

טראמפ איז קלאר עטליעסט א ביסל ארויף אין די אנקעטעס, מסתמא וועגן נארט קאריע.

אלע אנדערע זאכן איז די זעלבע אדער ערגער ווי אפאר חדשים צוריק.
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

זייער א אינטערסאנטע סי ען ען פאול, גאר גוט פארן פרעזידענט.

אוועראלל עפראווען 41% דעם פרעזידענט, און דיסעפראווען שטייט ביי 53%, אבער ווען מען קריכט אריין אין יעדע אישו באזונדער שטייט טראמפ גאר גוט.

צו די לאנד גייט אינעם גוטן ריכטונג: 57% האלטן אז יא, די ערשטע מאל אזא נאמבער זינט 2007 פארן קראך.

אקאנעמי האלטן 52% אז עס איז גוט, א 4 פראצענטיגע העכערונג פון די לעצטע פאול פון סי ען ען.

פארעין טרעד: 43% עפראווען, א העכערונג פון 5 פראצענט זינט סי ען ען לעצטע פאול, דאס איז גאר אינטערסאנט, ווייל אפיציעל פירט דאך טראמפ א טרעיד קריג מיט די וועלט, זעט אויס אז די פאלק איז יא צופרידן דערפון.

פארעין אפערס: 42% אפראווען, א העכערונג פון 3 פראצענט.

אימעגראציע: 40% עפראווען, א העכערונג פון 4 פראצענט.

וואס מען זעט דא איז אזוי, אויף אישו׳ס, דאס מיינט וואס דער פרעזידנט טוט, איז מען זייער צופרידן, אבער פון אים פערזענדליך, זיין ביהעיווער גלייכט מען נישט.
זעט אויס אז דער פרעזידענט מאכט יא א גוטע דזשאב.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טרעיד האט זיך בארואיגט לעצטענס, און פון דעם זענען אביסל מער צופרידן.

די רעדסט פון מער מענטשן ווי "אמאל" זענען צופרידן, ווייל די איינציגסטע זאך ווי ער האט איבער פופציג פראצענט איז נאר אויף די עקאנעמי, אלע אנדערע זאכן איז מען "נישט" צופרידן.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

א פרישע לענגערע אנקעטע פון סננ.

טראמפס אפראוול איז אראפ מיט א פונקט פון לעצטע חודש צו %41, 2 פונקטן נידעריגער ווי פאריאר די צייט, און די נידעריגסטע אפראוול נומער אין פרעזידענטליכע היסטאריע, אויפן זעלבן פלאץ פון זיין פרענד זשימי קארטער..

אין די זעלבע צייט האבן %57 א פאזיטיווע בליק אויפן אויסקוק פונעם לאנד, ארויף מיט %3 פון 2016 ביים ענדע פונעם אבאמא טערמין. אנהאלטנדיג א נאכאנאנדע אויפשטייג אין אפטימיזום פאר די לעצטע 9 יאר, ארויפקומענדיג פונעם פיעק נידעריגקייט פון תיכף בעפאר די אבאמא איינשווערונג אין 09' ווען די נומער האט געהאלטן ביי גאנצע %16!! אין רעזולטאט פונעם חורבן מיטן עקאנאמיע און די מלחמות.

איז אזוי ווי דער סטעיבל זשיניעס גלייכט דאך זייער אריינצואווארפן שטענדיג א פארגלייך מיט זיין פארגייער האט אים סננ צוליב געטוהן און עס אריינגעלייגט אינעם אנקעטע... די רעזולטאטן זענען: %57 האלטן אבאמא אלס א בעסערע פרעזידענט פונעם יעצטיגן. בעת וואס %37 האלטן פארקערט...

די זעלבע אנקעטע פראגע ענדע 2009 האט געצייגט %57 אבאמא בעסער ווי בוש, %34 בוש בעסער..

אן אינטערסאנטע פוינט אינעם אנקעטע, פון די וואס דיסאפראוון אינעם פרעזידענטס זשאב זענען א רוב פון %56 ביי דעם מיינונג נישט צוליב די אישוס נאר צוליב זיין "פערסאנאליטי"! דאס הייסט אז ווען אונזער זשיניעס זאל אויספיגערן וויאזוי צו זיך אויפפירן ווי א נארמאלע מענטש ווערט ער היסטאריש פאפולער...

אזויפיל ווי %52 אפראוון אויף זיין האנדלונג אויפן עקאנאמיע, %42 אפראוון אויסערן פאליסי, %40 אפראוון אימיגראציע, ווענגלייך א ספלעשינג %80 גלויבן אז ער איז א שמוציאן

די אנקטע האט 1015 עדאלטס, דעמאקראטן +5

----
מ'האקט.. שיק..
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דעמאקרעטס פלאס פינעף, סאונד אביסל צו ווייניג.
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

צל עובר האט געשריבן:טרעיד האט זיך בארואיגט לעצטענס, און פון דעם זענען אביסל מער צופרידן.

די רעדסט פון מער מענטשן ווי "אמאל" זענען צופרידן, ווייל די איינציגסטע זאך ווי ער האט איבער פופציג פראצענט איז נאר אויף די עקאנעמי, אלע אנדערע זאכן איז מען "נישט" צופרידן.

די פאול ווייזט אז עס גייט צו העכערונג, דאס איז א גוטע סימן.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

קליינטשיגער האט געשריבן:זייער א אינטערסאנטע סי ען ען פאול, גאר גוט פארן פרעזידענט.

אוועראלל עפראווען 41% דעם פרעזידענט, און דיסעפראווען שטייט ביי 53%, אבער ווען מען קריכט אריין אין יעדע אישו באזונדער שטייט טראמפ גאר גוט.

צו די לאנד גייט אינעם גוטן ריכטונג: 57% האלטן אז יא, די ערשטע מאל אזא נאמבער זינט 2007 פארן קראך.

אקאנעמי האלטן 52% אז עס איז גוט, א 4 פראצענטיגע העכערונג פון די לעצטע פאול פון סי ען ען.

פארעין טרעד: 43% עפראווען, א העכערונג פון 5 פראצענט זינט סי ען ען לעצטע פאול, דאס איז גאר אינטערסאנט, ווייל אפיציעל פירט דאך טראמפ א טרעיד קריג מיט די וועלט, זעט אויס אז די פאלק איז יא צופרידן דערפון.

פארעין אפערס: 42% אפראווען, א העכערונג פון 3 פראצענט.

אימעגראציע: 40% עפראווען, א העכערונג פון 4 פראצענט.

וואס מען זעט דא איז אזוי, אויף אישו׳ס, דאס מיינט וואס דער פרעזידנט טוט, איז מען זייער צופרידן, אבער פון אים פערזענדליך, זיין ביהעיווער גלייכט מען נישט.
זעט אויס אז דער פרעזידענט מאכט יא א גוטע דזשאב.

Capture.JPG
Capture.JPG (74.19 KiB) געזען 2168 מאל
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

צל עובר האט געשריבן:טרעיד האט זיך בארואיגט לעצטענס, און פון דעם זענען אביסל מער צופרידן.




אינטערעסאנט וואס דו זאגסט.

טראמפ האט צוריק געצויגן פון די טאריפס אויף אלימינום? סטיעל? סאלער? וואש מאשינס?
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

ער מיינט צו זאגן אז עס איז נישט דא קיין פרישע נייעס
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ניין נאכנישט, מ'האט פשוט אויפגעהערט צו רעדן אזויפיל פון דעם, און עס קוקט אויס אז מוועט זיך אויסגעקומען למעשה.

@ישוב הדעת האקט ענדליך.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

יא יא, עטס האטס עס גוט ארויס...

מ'האט געקוויטשעט אז ער ברענגט א קריג מיט די וועלט... וואו איז די קריג?..

יעצט מיש נאכאמאל אויף סי ען ען און שטאפ דיך אן מיט נאך א בינטל פאביעס וואס וועלן אנטרינען אין עטליכע מינוטן/שעה'ן/טעג/חדשים פון יעצט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די מארקעט איז נאך אלץ היבש נידעריגער ווי די פיעק.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

@כאפצעם ווי אלעמאל א שיינע אנאליז

וואס איך נעם ארויס פון דעם אנאליז אז זאכן פארן ווי מ'האט געהאט געזאגט בעפאר

עס האלט 'ווייטער' די זעלבע אויפשטייג פון אפטימיזעם ווי די לעצטע 9 יאר נאך די שווערסטע צייטן אין אמעריקא נאך די היסטארישע 9/11 איבערפאל וואס האט מער ווייניגער געברענגט אמעריקא אין די גרעסטע כאאס אין היסטאריע זינט דעמאלט כאפט זיך אמעריקא צוריק קודם אונטער אבאמאס זייגער און יעצט די זעלבע ווייטער אונטער טראמפס זייגער אן קיין שינו

און דער עולם גלייכט זייער נישט טראמפס אוםקארעקטקייט אין פאליטיק א זאך וואס מ'האט אויך געוואוסט בעפאר אבער עס טוישט נישט דעם דעת הקהל לגבי אנדערע זאכן וואס פארן פיין לויט די אנקעטע

אין אנדערע ווערטער גארנישט קיין חידושים
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

צל עובר האט געשריבן:די מארקעט איז נאך אלץ היבש נידעריגער ווי די פיעק.

האסט געהאט א ה''א אז נישט?! זעקס טויזנט פוינטס אין א יאר איז נישט מעגליך במציאות אן קיין קארעקשאן.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

כאפצעם האט געשריבן:
אן אינטערסאנטע פוינט אינעם אנקעטע, פון די וואס דיסאפראוון אינעם פרעזידענטס זשאב זענען א רוב פון %56 ביי דעם מיינונג נישט צוליב די אישוס נאר צוליב זיין "פערסאנאליטי"! דאס הייסט אז ווען אונזער זשיניעס זאל אויספיגערן וויאזוי צו זיך אויפפירן ווי א נארמאלע מענטש ווערט ער היסטאריש פאפולער...

מ'ברויך זיין א נאר אז ס'זאל באדערען אויב טראמפ האט א שלעכטע פערסאנעליטי,
גייט עס מיר דען אן אויב האט ער אן אינגראון טאו נעיל אדער צו ער גלייכט צו שפילן מעריאו 2?
פון מיר אויס זאל ער זיין משוגע אוואו א דריי שטאקיגע באנגעלאו און האבן א פערסאנאליטי אוואו פרעה דער ניינטער, האו קערס?
אל איי קער איז צו אמעריקע גייט אויף די ריכטיגע רעלסן, און דאס איז עקסעקטלי וואס טראמפ טוט, איז דאך גאר גוט!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יא אבער רוב אמעריקאנער גוים ווילן אז דער פרעזידענט זאל זיין א מענטש וועם מקען ארויפקוקן, דער פרעזידענט איז סיי אנשטאט דעם קעניג און סיי אנשטאט דעם פריים מיניסטער אין אנדערע לענדער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טראמפס עפראוועל רעיט איז היינט ארויף ביי 538 צו 42.4% די העכסטע זינט נאך פאר ער האט געווארפן קאומי.

פון די אנדערע זייט האט ער ביי רעסמוסען בלויז 47% וואס איז ווייניג קעגן וויפיל רעסמוסען געט אים געווענליך.
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זזה »

צל עובר האט געשריבן:טראמפס עפראוועל רעיט איז היינט ארויף ביי 538 צו 42.4% די העכסטע זינט נאך פאר ער האט געווארפן קאומי.

פון די אנדערע זייט האט ער ביי רעסמוסען בלויז 47% וואס איז ווייניג קעגן וויפיל רעסמוסען געט אים געווענליך.

by RCP its 43.1%
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

צל עובר האט געשריבן:טראמפס עפראוועל רעיט איז היינט ארויף ביי 538 צו 42.4% די העכסטע זינט נאך פאר ער האט געווארפן קאומי.

פון די אנדערע זייט האט ער ביי רעסמוסען בלויז 47% וואס איז ווייניג קעגן וויפיל רעסמוסען געט אים געווענליך.



וויפיל איז אבאמא געווען ביי נאו?
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

עפעס נייע אנקעטעס?
א פשוטע איד.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:טראמפס עפראוועל רעיט איז היינט ארויף ביי 538 צו 42.4% די העכסטע זינט נאך פאר ער האט געווארפן קאומי.

פון די אנדערע זייט האט ער ביי רעסמוסען בלויז 47% וואס איז ווייניג קעגן וויפיל רעסמוסען געט אים געווענליך.



וויפיל איז אבאמא געווען ביי נאו?


זארגט אייך נישט, אסאך העכער.

טראמפ איז היינט ביי 42.3% פרא, און 52.6 קעגן, אבאמע איז געווען אזא צייט ביי 48.9%.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רעסמוסען היינט

עפראוועל 48% דיסעפראוועל 51%.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טראמפ עפראוועל נאציענאל קודם צופרידן נאכדעם אומצופרידן.

יו גאוו רעגיסטרירטע וויילער 54-41
יו גאוו עדאלטס 50-38
סורוועי מאנקי רעגיסטרירטע וויילער 52-47
סורוועי מאנקי עדאלטס 53-45
מארנינג קאנסאולט 52-44
רעסמוסען לייקלי וואויטערס 50-49
מקלוגין 49-49
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דער עולם איז אינטרעסירט צו ליינען דא אנקעטעס?

ווייל איך זעה אז לעצטענס איז דא קיינער נישט מגיב, עס פילט זיך אביסל ווי רעדן צו זיך אליינס.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

יעדער לייענט עס, און דערוילעם האט שטארק הנאה, מ'פארגעסט נאר זיך צו באדאנקן געהעריג...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”