ברוך הטוב והמטיב - פריידיגע פאזיטיווע נייעס ביי כלל ישראל

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

באקום איך אין אימעיל 2 בילדער וואס שרייען גדלות השי"ת ורוב טובו עלינו.

א קליין קינד האט אראפגעשלינגן א פעני און דער דאקטער האט געהייסן מאכן עקסרעי, פאלגענד זענען 2 בילדער פון די עקסרעי (די רויטע קעסטל באצייכנט די פעני, יישר כח טריאו פארן מאכן דעם רויטן קעסטל):

א בריוועלע וואס איז מיטגעקומען אין אימעיל מיט די בילדער:
נפלאות הבורא
זיין 4 יעריג'ס האט אראפגעשלינגען א פעני
ביים אנקומען צום דאקטער
האט דער דאקטער געזאגט
אז ס'עסט און ס'טרינקט איז ווארשאנליך אלעס אקעי
אבער מ'זאל זיין פארזיכטיג און מאכן א עקסערעי
און אטע דאס האט עס געוויזן
מ'זעהט עס דארט זיצן אונטן
ס'האט שוין געמאכט דעם וועג אראפ
ווען גוטע מלאכים האבן עס פארשטייך זיך באגלייט

שוין האט די דאקטער געזאגט אז עס איז שוין דארט
איז עס שוין אויפ'ן וועג ארויס בעז"ה

לייג אריין דעם בילד און ברוך הטוב והמטיב
(מיין איך הייסט עס)
און אויב די קענסט צוצייכענען מיט רויט, צום פלאץ ווי די פעני איז, איך ווייס נישט וויזוי מ'מאכט דאס
דארט אויף די לינקע זייט פונעם בילד

וזכות הרבים תלוי בך
ווי אידן וועלן דאנקן דעם אייבירשטען פאר דע נסיעה אראפ בשעה טובה


נישט צום גלייבן, וואס האט זיך אפגעטוען אין הימל, ווען דעס איז געווען אויפ'ן וועג

הצלחה
אטעטשמענטס
a peny in child 2.jpg
a peny in child 1.jpg
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם.

קרעמער יישר כח פארן ברענגען, זכות הרבים המשבחים לה' תלוי בך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ב"ה יום יום!

לייג אוועק דער פעני, עסט עס פארקויפן אויף איבעי פאר 40 טויזענט דאלער..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

ברוך הטוב והמיטב.

שכח קרעמער פאר'ן מיטטיילן די פרייליכע נייעס.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

שוועמל, איבעי לאזט פארקויפן קיין עסן...
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

ביטע אפשטויבן דעם אשכול דאס דארף ווען זיין נאר אויבן
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ברוך רופא חולים

מיט פרייד קען מען מעלדן אז דאס 2 יעריג אינגעלע וואס איז אראפגעקלאפט געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק אויף קענט עוועניו ביי פלאשינג, ערהוילט זיך ב"ה אינדערהיים נאכן ווערן איבערגעפארן די רעדער פון א ווען ה"י

מיט פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה אז הרה"צ מ'וויזניץ בני ברק שליט"א איז באפרייט געווארן די אנדערע וואך פון שפיטאל און האט באשיינט דעם חמשה עשר בשבט טיש ביי זיך אין ביהמ"ד

דאס יהדות החרדית איז איינגעהילט אין שמחה אויף די שינוי לטובה וואס איז פארגעקומען דעם ווינטער ביי הרה"ק מ'טאהש שליט"א, וואו אלפים זענען שוין געפארן אין די לעצטע חדשים זיך מסתופף זיין בצלו נאכדעם וואס ער איז ארויס ממצב סכנה ה"י

ברוך מתיר אסורים

דאס יהדות החרדית האט אויפגעלעבט די פארגאנגענע וואך מיט די שמועה טובה ומרנינה איבער די באפרייאונג פון הבחור יוסף באנדא ני"ו וואס איז באפרייט געווארן פון תפיסה (און מען האפט און בעט אויף די נאנטע באפרייאונג פון זיינע 2 קאלעגעס וואס שמאכטן נאך אין יאפאן)
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

די פרוי אין לאנדאן וואס איז ב"ה געזונט געווארן נאכן זיין אין א קריטישן מצב, תיכף נאכן געבורט פון א קינד.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

קרעמער האט געשריבן:מיט פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה אז הרה"צ מ'וויזניץ בני ברק שליט"א איז באפרייט געווארן די אנדערע וואך פון שפיטאל און האט באשיינט דעם חמשה עשר בשבט טיש ביי זיך אין ביהמ"ד

איהר רעדט פון איהם, צו פון זיין פאטער לאויט"א ?
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

דאכצעך מיר אז זיין פאטער לעבט שוין נישט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

סארי, איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די היינטיגע טיטלן. איך רעד פון הרה"צ ר' משה יהושע האגער שליט"א (אשר נכנסתי אצלו פעם בפיתקא ופדיון)
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

איז הרה"צ מיט אדמו"ר א סתירה?
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

להבהרת הענין: היינטיגע צייטן רופט מען בנו הגדול ר' ישראל שליט"א - הרה"צ שליט"א
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

[quote="באמבאסטיש"]קול רנה וישועה באהלי צדיקים!

הרה"צ ר' יוסף יואל קאהן שליט"א אדמו"ר מ'מבקשי אמונה ובן אדמו"ר בעל דברי אמונה מתו"א זי"ע, איז געהאלפן געווארן היינט צופרי מיט צווילינג מיידלעך 33 יאר נאך די חתונה.
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

געוואלדיג, יישר כוח פאר די בשורה טובה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ברוך הטוב והמטיב
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

סאכדעס האט געשריבן:ברוך הטוב והמטיב, שוין עטליכע טאג און כלל ישראל האט נישט קיין מעמבערס אינ'ם ברוך דיין אמת אשכול.
אוועטאר
מאטראצן קלאפער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2011 4:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטראצן קלאפער »

שון דא ס'ציפיהל ברוך דיין האמת'עס. מדאף שון דעיס ארויפברנעגען
פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער יוד »

מאטראצן קלאפער האט געשריבן:שון דא ס'ציפיהל ברוך דיין האמת'עס. מדאף שון דעיס ארויפברנעגען

א טאג ווי היינט מעג מען עס דערמאנען, אזויפיל בלעטער היינט געשריבען איבער בד''ה מען מעג אביסעל טאהן אין דעם.
-פנימי- בלתי מוגה כלל
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

איך ברענג דא א העתקה פון א וואויס נאוט וואס א חבר מיינער האט געשיקט, וז''ל: שעשה ניסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה, איך בין יעצט אנגעקומען צו מיין קאר, באמערק איך אז איך בין שוין זעקס שעה! געפארקט ביי א פאמפ, איך האב נישט באקומען א טיקעט, עכ''ל.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

בוידעם האט געשריבן:איך ברענג דא א העתקה פון א וואויס נאוט וואס א חבר מיינער האט געשיקט, וז''ל: שעשה ניסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה, איך בין יעצט אנגעקומען צו מיין קאר, באמערק איך אז איך בין שוין זעקס שעה! געפארקט ביי א פאמפ, איך האב נישט באקומען א טיקעט, עכ''ל.

ברוך ה'דעבלזיא ו'הפאליסא
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

הודו לד' כי טוב...
היינט איז זייער א גוטע טאג. וועגן אלע זאכן. און בעיקר, איך האב געוואלט עפענען אזא פורום, און געטראפן אז עס איז שוין דא איינס. דער אייבערשטער זאל העלפן, עס זאל איבערשטייגן דעם בד"ה פורום פי כמה.

דער טיקעט שרייבער האט געמאכט א גראבע טעות אויפ'ן פארקינג טיקעט. און מען גייט עס אי"ה דיסמיסן.

עס הערט זיך גוטע נייעס, הרב ר' יחזקאל שרגא בן רחל אסתר לרפו"ש, איז אויף, און ערהוילט זיך ב"ה זייער גוט. זאל ער האבן א פולקאמע רפואה לאומי"ש
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

בענקעל האט געשריבן:הודו לד' כי טוב...
היינט איז זייער א גוטע טאג. וועגן אלע זאכן. און בעיקר, איך האב געוואלט עפענען אזא פורום, און געטראפן אז עס איז שוין דא איינס. דער אייבערשטער זאל העלפן, עס זאל איבערשטייגן דעם בד"ה פורום פי כמה.

דער טיקעט שרייבער האט געמאכט א גראבע טעות אויפ'ן פארקינג טיקעט. און מען גייט עס אי"ה דיסמיסן.

עס הערט זיך גוטע נייעס, הרב ר' יחזקאל שרגא בן רחל אסתר לרפו"ש, איז אויף, און ערהוילט זיך ב"ה זייער גוט. זאל ער האבן א פולקאמע רפואה לאומי"ש

ברוך ה'! דער אייבירשטער זאל העלפן ווייטער א גאנצע רפואה בתושח"י. אגב איז דיין חתימה מעין הפתיחה, זינט ביום עש"ק העעל"ט איז ער דאכצעך שוין געווען באריכטעט אין בד"ה אשכול דא אין שכינות (נאר עס דיסמיסד דערנאך ווען ס'האט זיך ברחמין וחסדיו המרובים ארויסגעשטעלט אלס א גראבע טעות, ער איז ב"ה א הולך און נישט געפארקט אלס עומד רח"ל).

אגב, אין פארקערטע נייעס (אבער לענין האשכול) האמיר ב"ה דעם פארלאפענעם שב"ק (לס' ויבא לו יין וישת וגו' ויברכהו) געטרינקען וויין ביי א קידוש און געמאכט דערויף א ברוך הטוב והמטיב, הטוב שלא הסריח והמטיב שניתן לקבורה.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

בענקעל האט געשריבן:הודו לד' כי טוב...
היינט איז זייער א גוטע טאג. וועגן אלע זאכן. און בעיקר, איך האב געוואלט עפענען אזא פורום, און געטראפן אז עס איז שוין דא איינס. דער אייבערשטער זאל העלפן, עס זאל איבערשטייגן דעם בד"ה פורום פי כמה.

דער טיקעט שרייבער האט געמאכט א גראבע טעות אויפ'ן פארקינג טיקעט. און מען גייט עס אי"ה דיסמיסן.

עס הערט זיך גוטע נייעס, הרב ר' יחזקאל שרגא בן רחל אסתר לרפו"ש, איז אויף, און ערהוילט זיך ב"ה זייער גוט. זאל ער האבן א פולקאמע רפואה לאומי"ש

אזוי אויך הר"ר דוד צבי בן פיגא דרעזיל גייט אי"ה מארגן אהיים זאל ער אויך שוין האבן א גאנצע רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

שכח ענק פאר די אלע גוטע נייעס!

הלכטל"ח!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”