פנחס בן חיים האט געשריבן:שכוח @יש ברירה
נעקסט סטעפ, די דעמעקראטען ווילן א אינוועסטעגעישן,
וואס ווילן זיי אינוועסטעגעיטן? האט מען לויט זיי געבראכען א געזעץ? אויב יא, וועלכע געזעץ?
ווי קומט די פייל צו די עף בי איי? פארוואס איז עס נישט עפעס וואס די סי איי עי האט געזאלט קעיר נעמען דערפון?
יא איך האט געשריבן:שכוח @יש ברירה יעצט געליינט זייער שיין איך וויל אבער פארשטיין וואס איז אזוי געפערליך מיט דעם
פארקערט איך קוק עס אן ווי א גוטע זאך וואס ער האט געטון
ווילסט מיר זאגען אז די עבירה איז אז ער האט פארלעצט די געזעץ זייט ווען דרייט זיך אוועלט אזוי איבער ווען איינער פארלעצט די געזעץ ער האט נישט געלייגט די סעקיורוטי פין אמעריקע אין געפאר?
די אפיציעלע ווערסיע פין די ווייסע הויז איז אז פלין האט פארלוירן די טראסט פונעם פרעזידענט
איך צווייפל שטארק אין די באהויפטונג
טראמפ איז נישט די סארט מענטש ביי וועם מען פארלירט "טראסט", ער האט נישט (אין מיינע אויגן) אזא סארט ערענסטקייט, אין די גרעסטע ריאה דערויף איז אז ער האט אים נישט געפייערט נאכן וויסן די זעלבע אינפארמאציע שוין פאר 18 טאג און אלעס איז געגאנגען פיין און וואויל
צווייטענס איז שווער צו גלייבן אז פלין האט געמאכט די טעלעפאון געשפרעך אויף די אייגענע האנט, פארוואס זאל ער אזאנס טוען? עס איז מער מסתבר אז ער האט גערעדט מיט טראמפ דערוועגן פארדעם און ער האט פונקטליך געוויסט וואס דא גייט פאר
דריטענס, אויב האט טראמפ נישט געוויסט וואלט פלין אלץ איינער וועלכע איז געוועהן אין די גאר הויעכע ראנגן אין די אינטעלידזשענס קאמיונעטי זיכער געדארפט וויסן אז די שפיאנאזש באאמטע הערן אונטער אזאלכע סארט געשפרעכן טא וואס האט ער געטראכט?
(ווען מען וויל פארענטפערן די מעשה ווערט גלייך נולד פרישע קשיות און צייגט אז עס פעלט נאך עפעס פונעם פאזעל אזש איך נאכן שרייבן די קומענדע פאראגראפן פון פאנטאזיעס האב איך עס געוואלט פארמעקן, ווייל זאכן שטימען נישט! אבער דאך אז כ'האב שוין געשריבן... נו... אפשר ליגט א קליינע אמת צווישן די ווערטער )
לאמיר אביסל דמיונ'ן...
די בעסט קעיס סענעריא איז אז די פאון קאל איז טאקע בלויז געוועהן "איין פאון קאל" און טראמפ איז נישטא צו פארמאכן א קאנע ווערעם איבער פארבינדונגען מיט רוסלאנד בשעתן קאמפיין - און דעריבער געווארפן פלין צו לייגן דעקל אויף די גאנצע מעשה - די מהלך איז א ערענסטע מעגליכקייט צו זיין אמת און קען ווערן באשטעטיגט מיט די הילף פון נאך עטליכע ליעקס...
און דאס איז מן הסתם די ציל פון די דעמאקראטן וואס ווילן א אויספארשונג. געדענקט אז קלינטאן איז נישט ערענסט געשעדיגט געווארן פון די בענגאזי סקאנדאל נאר ענדערשער פון די אימעיל סקאנדאל וואס מען איז געוואר געווארן אגב יענע אויספארשונג
די זעלבע דא אויך, די דעמאקראטן מיינען נישט די יעצטיגע מעשה נאר ווילן אויפהייבן די ליילעך אויפן גאנצן רוסישע באציאונגען מיט טראמפ בשעת די עלעקשינס
אויב איז נישט דאס די קעיס דאן דארף מען טרעפן א צווייטע מהלך אין די סוגיא...
איין מהלך וואס קען זיין איז אז פלין איז פשוט געפאלן א קרבן צו באשיצן טראמפ פון א ערענסטע ריס מיטן ווייס פרעזידענט
טראמפ האט פארארדענט דעם פאון קאל אבער האט געהאלטן פענס אינדרויסן פונעם לופ ווייל ער וואלט עס נישט עפראווט זייענדיג א פיל מער קארעקטע טיפ
זיי האבן געוויסט אז מען הערט עס אונטער אבער עס איז זיי נישט אנגעגאנגען ווייל עס איז באמת נישט קיין ערענסטע עולה צו טוען נאכדערצו אז טראמפ הייסט העכסטענס וועט די מידיא שרייען און טראמפ וועט צוריקשרייען אזוי ווי עס איז א טעגליכע ערשיינונג
די פראבלעם האט זיך אנגעהויבן ווען די מידיא האט אנגעהויבן פרעגן קשיות איבער די פאון קאל און פלין -צו אויף די אייגענע הענט צו נישט - האט עס געלייקענט פאר פענס און פענס האט זיך צונאר געלייגט און גלייבענדיג פלין האט ער עס געלייקענט שטיין און ביין אויף טעלעוויזיע
אלעס איז אבער פארבליבן אונטער די קאליסן ביז עמיצער פון אינעווייניג האט עס געליעקט פאר די מידיא און טראמפ האט זיך געטראפן צווישן האמער און נאגעל מיט פענס און פלין און האט דעריבער געלייקענט שטיין און ביין אז ער האט אים געשיקט מאכן די פאון קאל און דעריבער געמוזט ווארפן פלין ווי צו ווייזן אז ער איז אויך אנגעווייטאגט
די פראבלעם מיט די מעשה איז אז דאס איז איינמאל זיכער אז טראמפ ווייסט שוין פון דעם ליגענט פאר עטליכע וואכן און וואס ענטפערט ער פאר פענס אויף די פראגע פארוואס ער האט אים נישט פארציילט ביז יעצט?
וואס ער קען אים אבער ענטפערן איז אז אמת איך האב געהייסן מאכן די פאול קאל אן דיך פרעגן און איך דארף דיך נישט פרעגן פאר יעדע זאך וואס איך טוה סוכ"ס בין איך פרעזידענט נישט דו
אבער איך האב אים נישט געהייסן דיך פארפירן אויב זאלסטו אים פרעגן דערוועגן און דאס האט ער געטוען אויף די אייגענע האנט
דאס איז איין מהלך... א צווייטע מעשה קען גאר זיין אז פלין האט יא געמאכט די פאון קאל און באגאנגען א נארישקייט אויף די אייגענע האנט, און טראמפ האט נאכן געוואר ווערן עס פארשוויגן טאקע ווייל ער האט געוואלט באשיצן פלין פון די רוגזה פונעם ווייס פרעזידענט
אדער קען גאר זיין אז טראמפ האט יא פארציילט פאר פענס און אבער אפגעמאכט אז אויב בלייבט אלעס שטיל וועט מען עס דורך לאזן אבער אויב קומט עס ארויס און פענס איז ללעג ולקלס וועט פלין מוזן פליען.
נאך איין נקודה
אויב האט איינער געהערט די היינטיגע פרעס קאנפרענץ האט מען געקענט באמערקן די ווייטאג מיט וואס טראמפ האט גערעדט פון די ליעק, עס האט נישט אויסגעזעהן ווי עמיצער וואס איז סתם אויפגערעגט
נאר ווי עמיצער וואס איז שטארק אנגעווייטאגט, ווי די מעשה זאל אים ווען צעווארפן א גאנצע געביידע, ער האט אויסגעזעהן ווי איינער וואס שפירט זיך כאילו ער האט פאראטן פלין און אים געשיקט לעזאזל זיך צו באשיצן