ספעשיל קאנסיל מולער'ס אויספארשונג - והמסתעף

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:The F.B.I. disciplinary process has recommended FBI Deputy Director Andy McCabe's termination — leaving Mr. Sessions to either accept or reverse that decision.
https://www.nytimes.com/2018/03/14/us/p ... d=tw-share



WOWֱֱ!!

עמיר יעצט זען צו דער גראדער סעשאנס וואס האט זיך רעקיוזד ווייל די דזשאסטיס דעפארטמענט לויערס האבן אים אזוי מייעץ געווען, און וועלכער קעניש עפענען קיין אויספארשונג אויף די אבאמא קלינטאן קאראפשען ווייל ער ווארט קודם אויפ'ן אינספעקטאר דזשענערלס רעפארט, וועט אויך דאסמאל פאלגן די ביוראקראטיע און ארויסטראסקען דעם הונט.

אויב נישט דארף ער פליען ווי איינס.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אגב, דער רעפארט לויטעט אז מעקעיב האט ליגנט געזאגט פאר פעדעראלע אגענטן. איך שטעל זיך פאר אז מארגן וועט מען אים ארעסטירן, פונקט ווי מען האט ארעסטירט פלין נאכ'ן אריינפאלן אין די פאסטקע וואס דער פארברעכער מעקעיב האט אים אונטערגעלייגט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אדער וועט טראמפ ווארפן סעשאנס פארן חטא פון נישט ווארפן מעקקעיב און דעמאלטס וועט דער נייער חרהמאן קענען פארשיקן מוללער.
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

דער מולער זוכט א קריים צו קענען אימפיטשען טראמפ. ווען ער זוכט ווען ראשע קאלאושען וואלט ער עט ליסט אנגעהויבן קוקן אויף די פיושען דשי פי עס און די ען סי. דערווייל אבער נישטערט ער פאר עפעס א קריים אויף טראמפ ומשפחתו. קודם ראשע, נאכדעם UAE און יעצט פיינענס.

מר. פרעזידענט טעיק די ריסק פון פייערן סעשאנס, ראזענשטיין און מולער! די ביזט דאך ממילא אויף די פייערן מערעטאן - איך ווייס די ליינטס אייוועלט ווען די קאמארשעלס לויפן אויף פאקס ענד פרענדס...
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

אין אנדערע האבן שוין אפאר סענעטארען זיך אנגעשלאסען אינעם רוף פאר א צווייטע ספעשיל קאנסאול אויף די עף בי איי פייסע מעשה
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:אין אנדערע האבן שוין אפאר סענעטארען זיך אנגעשלאסען אינעם רוף פאר א צווייטע ספעשיל קאנסאול אויף די עף בי איי פייסע מעשה


און די דזשאסטיס דעפ ארבייט שוין מיט א דרויסענדיגער אינוועסטיגעטער צו אויסארבייטן א סעקאנד ספעשיל קאנסיל.

זייער מעגליך אז עס וועט פאסירן בקרוב..

(קרעדיט, העניט)
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

Think and Thank האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:The F.B.I. disciplinary process has recommended FBI Deputy Director Andy McCabe's termination — leaving Mr. Sessions to either accept or reverse that decision.
https://www.nytimes.com/2018/03/14/us/p ... d=tw-share



WOWֱֱ!!

עמיר יעצט זען צו דער גראדער סעשאנס וואס האט זיך רעקיוזד ווייל די דזשאסטיס דעפארטמענט לויערס האבן אים אזוי מייעץ געווען, און וועלכער קעניש עפענען קיין אויספארשונג אויף די אבאמא קלינטאן קאראפשען ווייל ער ווארט קודם אויפ'ן אינספעקטאר דזשענערלס רעפארט, וועט אויך דאסמאל פאלגן די ביוראקראטיע און ארויסטראסקען דעם הונט.

אויב נישט דארף ער פליען ווי איינס.



פארוואס האט סעשענס נאכנישט געפייערט מעיקב?
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

The report that McCabe reportedly authorized officials to share with WSJ, rather created negative coverage for Clinton a few weeks before elections, poor Mccabe one day he is being ripped for being biased towards Clinton, one day for helping spread negative news against Clinton
BTW, can anyone confirm if the office of IG who investigated McCabe is considered as federal agents to whom lying is a crime? as far I know, only for law officials it's a crime, but for congress let's say, is only a crime, if being questioned under oath
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

פלין זשאזש אריינגעשלעפט אין טעקסטגעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

גווען נאענטער חבר מיט סטראזק, און געשמועסט מיט אים וכולי (געמיינט נאר ביי רובאשקין גייט עס אזוי).

#קארופציע

The federal judge who presided over former National Security Adviser Michael Flynn’s case last year before mysteriously being recused had a personal relationship with anti-Trump FBI official Peter Strzok, according to text mesages obtained and reviewed by Fox News.

The revelations about U.S. District Court Judge Rudolph Contreras are found in a new batch of text messages between Strzok and his FBI paramour, Lisa Page.

Contreras was appointed to the Foreign Intelligence Surveillance Court (FISC) in 2016, a topic of conversation between Strzok and Page.

“Rudy is on the FISC! Did you know that?” Page texted Strzok on July 25, 2016. “Just appointed two months ago.”

“I did," Strzok replied. "We talked about it before and after. I need to get together with him.”

text 1
Strzok investigated matters of counterintelligence at the FBI, which typically went through the FISC.

Texts reflect Page asking why Strzok hadn’t told her about Contreras being on the FISC. Strzok said he thought he had shared the information.

In the texts, Strzok mentioned "a graduation party" he and Contreras both recently attended.

He also texted about the important of "being circumspect in talking to him in terms of not placing him into a situation where he’d have to recuse himself.”

Rudolph Contreras
The revelations about U.S. District Court Judge Rudolph Contreras, and a potential explanation for his recusal, were found in a new batch of text messages between FBI paramours Peter Strzok and Lisa Page. (United States District Court for the District of Columbia)

Page replied that she couldn’t “imagine either one of you could talk about anything in detail meaningful enough to warrant recusal.”

Page added: “Standards for recusal are quite high. I just don’t think this poses an actual conflict. And he doesn’t know what you do?”

text 2
Strzok replied: “Generally he does know what I do. Not the level or scope or area. But he’s super thoughtful and rigorous about ethics and conflicts.”

Flynn pleaded guilty before Contreras in December 2017 to making false statements to the FBI as part of Special Counsel Robert Mueller’s investigation into Russian meddling in the 2016 presidental campaign and potential collusion with Trump campaign associates.

Strzok, who briefly served on the special counsel’s team before being reassigned to the FBI’s human resources division, oversaw the bureau's interviews with Flynn. That means he was likely one of the FBI officials involved in the conversations where Flynn is accused of making a false statement about his communications with Russians.

Days after Flynn’s guilty plea, Contreras was recused from the case, replaced by Judge Emmet Sullivan. No explanation for the recusal has been given up to this point. But experts think the relationship with Strzok may provide that missing piece of the puzzle.

“That explains why he recused himself,” former U.S. Attorney for the District of Columbia Joe diGenova told Fox News on Friday. “He knew he was a friend of Strzok’s when the case came to him. He should allow Flynn to withdraw the guilty plea.”

text 3
Contreras “never should have taken the case,” diGenova told Fox News. He noted the timing of Contreras' recusal, suggesting he made the move just as the Strzok-Page texts surfaced in the press.

Flynn pleaded guilty on Dec. 1. Reports began to surface of Strzok sending anti-Trump texts to Page on Dec. 2. Contreras recused himself from the case on Dec. 7.

FILE - In this Feb. 1, 2017 file photo, tne-National Security Adviser Michael Flynn speaks during the daily news briefing at the White House, in Washington. Flynn has opened a new consulting firm called Resilient Patriot, LLC that is advising private equity firms, according to one of his brothers, who says Flynn is “moving on with his life." (AP Photo/Carolyn Kaster, File)
Former National Security Adviser Michael Flynn pleaded guilty to making false statements to the FBI in December 2017. (AP)

“Contreras violated the canons of judicial ethics,” diGenova said. “If he knew Strzok was in charge of espionage, he never should have even gotten near it.”

A spokesman for Mueller's probe declined to comment.
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

ישוב הדעת האט געשריבן:
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:אין אנדערע האבן שוין אפאר סענעטארען זיך אנגעשלאסען אינעם רוף פאר א צווייטע ספעשיל קאנסאול אויף די עף בי איי פייסע מעשה


און די דזשאסטיס דעפ ארבייט שוין מיט א דרויסענדיגער אינוועסטיגעטער צו אויסארבייטן א סעקאנד ספעשיל קאנסיל.

זייער מעגליך אז עס וועט פאסירן בקרוב..

(קרעדיט, העניט)


איך האב נאר זייער מורא אז דאס זאל אויך נישט זיין קוראפטירט. דהיינט די זשוסטיס דעפארטמענט וואס איז נאך אבאמא לעפטי'ס, ווילן נישט אז דער אמת זאל ארויסקומען אז זיי האבן אויך געהאט א יד אין די אלע קוראפציעס אינטערן טיש און אויפן טיש. ממילא האב איך מורא אז דער ראד ראזענשטיין וועט מאכן א יד אחת מיט איינעם וואס איז פון זיינע פרענדס, און אים אויפנעמען פאר א נייער ספעשל פראסיקיוטער, אזוי ארום וועט די נייע ספעשל פראסיקיוטער זיין איינער וואס וועט מאכן זיכער אז דער אמת איבער די קוראפציע פון די פב"א און די זשוסטיס דעפארטמענט קומט קיינמאל נישט ארויס.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:אין אנדערע האבן שוין אפאר סענעטארען זיך אנגעשלאסען אינעם רוף פאר א צווייטע ספעשיל קאנסאול אויף די עף בי איי פייסע מעשה

אויב טרעפט מען טאקע מיסברויכן ווערט מוללער צוגאנגען אטאמאטיש? אדער ער בלייבט? און א געווענדליכע קעיס אפילו ס׳דא קלארע באווייזן אויף א קריים, אבער אויב די פראסעקיוטער האבן אינטערגענומען אימליגאלע שריט צו באקומען באווייזן אויף דעם ווערט די קעיס ארויסגעווארפן
רשעות קאלטע סעלצער
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

קאנגרעסמאן באשולדיגט אז DOJ מעקט אפ טעקסטס וואס קען זיי שטעלן אין נישט גוטן ליכט...

# cover up
# obstruction of justice

Rep. Bob Goodlatte: We need more documents and we need them now. And we need them unredacted, by the way, Maria. These latest revelations about Peter Strzok and Lisa Page talking about a federal judge, Judge Contreras, who was appointed to serve on the FISA Court and they’re talking back and forth about how good that is and how Peter Strzok needs to be catching up with him and talking to him. That was made available to us earlier in a redacted form and it was only just recently that we had the opportunity to see that text unredacted… That was clearly material about what was going on in the FBI regarding how they were treating this court.

Maria Bartiromo: So again let’s be clear here. Normally when there are redactions they redact things because they are a point of national security. But in fact what was redacted was a text about going to a cocktail party with this FISA judge, Judge Contreras.

The redacted text message from the DOJ to Congressional investigators was not about national security but about Strzok meeting with a FISA Court judge at a cocktail party.
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

לדעתי דארף טראמפ אנכאפן מוללער ביים לינקען אויער און אים ארויסטראסקענען בכבוד הראו וואס עס קומט זיך אים... און איך מיין אז טראמפ האט דער מאכט עס צו טוהן...

דער פראבלעים איז נאר מה יאמרו הקהל.. וויאזוי דער עולם וועט עס אויפנעמען...

ווי עס שיינט אבער איז שוין כלו כל הקיצין... און ווי עס גייט דער שפריכט ווארט ''ער האט שוין נישט וואס צו דערלייגן'' און עס גייט בקרוב לאנדען א גרויסע רויטער צעטיל אויף מוללערס טיש...



מוללער האט גענומען זיין פאזיציע און מיט א אכזריות גריבעלט ער אין אלע פינאנצען פון טראמפ ומשפחתו אינטערן שלייער אז ער דארף בודק חמץ זיין איבער ראשע קעלוזדען... און למעשה טרעפט ער גאנץ אנדערע עבירות וואס יעדער ביזנעסמאן/קאנדידאט טראגט מיט זיך...


הפנים... איך שרייב איבער וואס כ'האב שוין כמה פעמים געשריבן.. אז טראמפ אליינס איז שולדיג פאר די גאנצע מוללער סאמעטוכע וואס איז מעגליך א עסקאר צום חד גדיא...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ער האט עס געדארפט טוהן די ערשטע טאג ווען מען האט אים געשטעלט, אדער די טאג וואס קאומי האט געזאגט אין פאבליק אז ער האט עס געטוהן אלס א ריינע נקמה אקט אנטקעגן טראמפ.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

מיין אפיניען איז ער זאל אים געבן א דאטום, א ווייטער דאטום, לייק דזשעליי 01 2018, אויף ווען ער מיז זיין פארטיג, און קלארשטעלן אז יענעם טאג גייט ער פליען. און ווען ס׳קומט אהן די דאטום מעג ער עס אפילו פארלענגערן אויף א חודש צוויי דריי. און אויב אויך דעמאלטס איז ער נישט פארטיג זאל ער אים קאפענען.
אדער א צווייטע אפציע. ער זאל איינצוימען זיינע מעגליכקייטן. ער זאל נישט האבן רעכט צו זיין א נובר באשפה און זיכן שמיץ און טראמפ׳ס ביזנעס פון לאנג צוריק. נאר ער זאל זיך קאנצעטרירן אויף די נושא איבער אויף וואס מ׳האט אים געהייערט.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די הילל זאגט א מקקעיב'ס סטעיטמענט לייגט קאומי אין גאר א שלעכטע פאזישען... מקקעיב שרייבט אין זיין סטעיטמענט אז ער האט גארנישט געטוהן ראנג, און אלעס וואס ער האט געליעקט צו די מידיע איז געווען אפעציעל מיט רשות און אז דער דיירעקטער האט געוואוסט דערפון... דער דיירעקטער בשעתו איז געווען קאומי, און קאומי האט טעסטיפייד אז ער האט נישט געליעקט אדער אוטאורייזד אנדערע צו ליעקן קיין שום אינפערמעישן פון די קלינטאן אדער טראמפ אינוועסטיגעישן...

א געהעריגע סתירה...

דאס איז מ'קעיב'ס סטעיטמענט...

"I chose to share with a reporter through my public affairs officer and a legal counselor,” McCabe stated. “As deputy director, I was one of only a few people who had the authority to do that. It was not a secret, it took place over several days, and others, including the director, were aware of the interaction with the reporter.”

ווידער קאומי האט טעסטיפייד...

 “ever been an anonymous source in news reports about matters relating to the Trump investigation or the Clinton investigation” or whether he had “ever authorized someone else at the FBI to be an anonymous source in news reports about the Trump investigation or the Clinton investigation,” Comey replied “never” and “no.”

http://thehill.com/opinion/judiciary/37 ... al-counsel
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

ויש לחלק. מעקעבי זאגט אז קאומי איז געווען aware, און קאומי זאגט אז ער האט עס נישט אטוריזרט.
יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 11:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעל משה »

א. טראכטער האט געשריבן:לדעתי דארף טראמפ אנכאפן מוללער ביים לינקען אויער און אים ארויסטראסקענען בכבוד הראו וואס עס קומט זיך אים... און איך מיין אז טראמפ האט דער מאכט עס צו טוהן...

דער פראבלעים איז נאר מה יאמרו הקהל.. וויאזוי דער עולם וועט עס אויפנעמען...

ווי עס שיינט אבער איז שוין כלו כל הקיצין... און ווי עס גייט דער שפריכט ווארט ''ער האט שוין נישט וואס צו דערלייגן'' און עס גייט בקרוב לאנדען א גרויסע רויטער צעטיל אויף מוללערס טיש...



מוללער האט גענומען זיין פאזיציע און מיט א אכזריות גריבעלט ער אין אלע פינאנצען פון טראמפ ומשפחתו אינטערן שלייער אז ער דארף בודק חמץ זיין איבער ראשע קעלוזדען... און למעשה טרעפט ער גאנץ אנדערע עבירות וואס יעדער ביזנעסמאן/קאנדידאט טראגט מיט זיך...


הפנים... איך שרייב איבער וואס כ'האב שוין כמה פעמים געשריבן.. אז טראמפ אליינס איז שולדיג פאר די גאנצע מוללער סאמעטוכע וואס איז מעגליך א עסקאר צום חד גדיא...


ער האט שוין געמאכט דעם טעות ביים פייערן קאומי וואס האט אים געברענגט די גאנצע מוללער סאמעטוכע
די גרעסטע טעות זיינער
עס איז נישט שייך צו וויסן פאראויס וואס פיירן מוללער וועט צוריקשטויסן דעם פרעזידענט
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די הילל זאגט א מקקעיב'ס סטעיטמענט לייגט קאומי אין גאר א שלעכטע פאזישען... מקקעיב שרייבט אין זיין סטעיטמענט אז ער האט גארנישט געטוהן ראנג, און אלעס וואס ער האט געליעקט צו די מידיע איז געווען אפעציעל מיט רשות און אז דער דיירעקטער האט געוואוסט דערפון... דער דיירעקטער בשעתו איז געווען קאומי, און קאומי האט טעסטיפייד אז ער האט נישט געליעקט אדער אוטאורייזד אנדערע צו ליעקן קיין שום אינפערמעישן פון די קלינטאן אדער טראמפ אינוועסטיגעישן...

א געהעריגע סתירה...

דאס איז מ'קעיב'ס סטעיטמענט...

"I chose to share with a reporter through my public affairs officer and a legal counselor,” McCabe stated. “As deputy director, I was one of only a few people who had the authority to do that. It was not a secret, it took place over several days, and others, including the director, were aware of the interaction with the reporter.”

ווידער קאומי האט טעסטיפייד...

 “ever been an anonymous source in news reports about matters relating to the Trump investigation or the Clinton investigation” or whether he had “ever authorized someone else at the FBI to be an anonymous source in news reports about the Trump investigation or the Clinton investigation,” Comey replied “never” and “no.”

http://thehill.com/opinion/judiciary/37 ... al-counsel


איך האלט אז ס׳איז בכלל נישט קײן סתירה װאל ליקען הײסט װען אײנער גיבט עפעס ארױס צי די מידיע אימליגאל שרײט מקקעיב אז ער האט געמעגט ליגאל אױסגעבען זאכן צי די פרעסע סא סאיז בכלל נישט קײן סתירה מיט װאס קאומי האט טעסטיפייד װאל קאמי האלט אז מקקעיב האט ליגאל געמעגט רעדן צי די פרעסע
לעצט פארראכטן דורך abeg אום מאנטאג מארטש 19, 2018 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

בכלל זאגט דאך מקעיב אז ער האט נישט געליקט, נאר 'מיטגעטיילט'...

כ'הייב אן חושד זיין אז די עף.בי.איי איז פול מיט ליטפישע לומדים... דא א חילוק פון "ליקען ווס. מיטטיילען". ווידעראום ביי קלינטאן א חילוק צווישן "נעגלעדשענט און 'עקסטרימלי קעירלעס"...

וואו איז דא א "רעב כייהעם" וועלכע זאל קענען משלב זיין און פארענטפערען די סטירעס?....

#אוי נא לנו קוה-כא טאאני
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מטעמים האט געשריבן:ער האט עס געדארפט טוהן די ערשטע טאג ווען מען האט אים געשטעלט, אדער די טאג וואס קאומי האט געזאגט אין פאבליק אז ער האט עס געטוהן אלס א ריינע נקמה אקט אנטקעגן טראמפ.

ריכטיג;

און אז ער האט עס נישט געטוהן דענמאלט; האט ער יעצט א צווייטען געלעגענהייט, ווען עס שטעלט זין ארויס אז מעקעיב האט נישט גע'עקטעד עלאון, נאר מיט די גוטהייסינג פון קאומי (און די "גאנצע" פירערשאפט וואס זענען געווען במעל הזאת); און אז קאומי מיט די דזאדזעס אויפען פייסע קארט זענען געווען פרענדס!

יעצט האט ער די גאלדענע געלעגענהייט; אבער איך ווייס נישט אויב ער וועט טוהן א קלוגע זאך מיטען פייערען מוללער (ס'דא צדדים לכאן ולכאן).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

שמאטע האט געשריבן:בכלל זאגט דאך מקעיב אז ער האט נישט געליקט, נאר 'מיטגעטיילט'...

כ'הייב אן חושד זיין אז די עף.בי.איי איז פול מיט ליטפישע לומדים... דא א חילוק פון "ליקען ווס. מיטטיילען". ווידעראום ביי קלינטאן א חילוק צווישן "נעגלעדשענט און 'עקסטרימלי קעירלעס"...

וואו איז דא א "רעב כייהעם" וועלכע זאל קענען משלב זיין און פארענטפערען די סטירעס?....

#אוי נא לנו קוה-כא טאאני

ווידער ווען נונעז גיבט ארויס די קאמיטע'ס מעמאס נאכ'ן דורכגיין די נויטיגע פראצעדורן איז עס געליקט..

ווי האט יענער געזאגט? אבאמא האט געשעירט אינטעלידזשענס מיט רוסלאנד, און טראמפ האט עס געליקט צו זיי.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

SPUSMN האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ער האט עס געדארפט טוהן די ערשטע טאג ווען מען האט אים געשטעלט, אדער די טאג וואס קאומי האט געזאגט אין פאבליק אז ער האט עס געטוהן אלס א ריינע נקמה אקט אנטקעגן טראמפ.

ריכטיג;

און אז ער האט עס נישט געטוהן דענמאלט; האט ער יעצט א צווייטען געלעגענהייט, ווען עס שטעלט זין ארויס אז מעקעיב האט נישט גע'עקטעד עלאון, נאר מיט די גוטהייסינג פון קאומי (און די "גאנצע" פירערשאפט וואס זענען געווען במעל הזאת); און אז קאומי מיט די דזאדזעס אויפען פייסע קארט זענען געווען פרענדס!

יעצט האט ער די גאלדענע געלעגענהייט; אבער איך ווייס נישט אויב ער וועט טוהן א קלוגע זאך מיטען פייערען מוללער (ס'דא צדדים לכאן ולכאן).

לפענ״ד גייט ער גארנישט פארלירען מיט פייערן מולער. איך האלט אז די גאנצע רויטע ליין איז א אויפגעבלאזענע זאך פון די דעמעקראטען-מידיע.. עס איז אזא ערענסטע ליין ווי אבאמאס סיריעס רויטע ליין..
די דעמעקראטען גייען ממילא לויפן אויף אימפיטשמענט ממ״נ

אויב מולער בלייבט ווערט ער זיכער זיין אין צרות ווייל ער זוכט פיינענס אישוס וואס ער גייט זיכער עפעס טרעפן
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שטאלצער יוד האט געשריבן:ויש לחלק. מעקעבי זאגט אז קאומי איז געווען aware, און קאומי זאגט אז ער האט עס נישט אטוריזרט.


ווען א בעה"ב זעהט אז זיין ארבייטער גייט עפעס טוהן ראנג הייסט ער האטעס אוטאורייזד, ער האט נישט געהייסן אבער אוטאורייזד האטער יא!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

איך בין יעצט געוואויר געווארן אפאר אינטערעסאנטע נקודות.

1) פיטער סטראק, דער דורכאויס קארופטירטער עף בי איי אגענט וועלכער האט ריינגעוואשן קלינטאן באזירט אויף פאליטיק, און וועלכער האט געעפנט די טראמפ ראשע אויסםארשונג אויפ'ן סמך אז א קלינטאן פריינד פון אויסטראליע האט געזאגט אז פאפאדאפעלוס האט אים געזאגט וואס די מידיע זאגט שוין לאנג, איז גאר געווען איינער פון די אגענטן וועלכע האבן בליץ-אינטערוויוד פלין אן אים מעלדן ביז'ן אנהייב פון די סעסיע אז דאס איז אן אויספארשונג (אויפ'ן באפעל פון ענדרו מעקעיב) ביי וועלכע ער האט מעגליך געזאגט א ליגנט.

2) דער סטראק האט געהאט א שטארקע פריינטשאפט מיט'ן דזשאדזש וועלכער האט פארפיגט איבער די פלין קעיס און וועלכער האט אנגענומען פלינ'ס פלי דיעל און האט זיך דערנאך פלוצלונג רעקיוזד אן קיין אנגעגעבענע סיבה (א דאפלטע זעלטנהייט, זיך רעקיוזן נאכ'ן פסק'ענען און נישט אנגעבן קיין סיבה), און די אווערסייט קאמיטע האט געטראפן טעקסט אויסטוישן צווישן די צוויי בנושא.
און דער צווייטער שופט האט טאקע געטראפן פעלערן אין די קעיס ווי צב''ש אז מולער (יא, דער הייליגער באגלויבטער מולער) האט צוריקגעהאלטן פון אים אינפארמאציע וואס טוט אים ריינוואשן, אין פארלעצונג פון זיין קאנסטיטושינעל רעכט פאר דו פראסעס.

3) די די או דשעי פרובירט מיט אלע כוחות אונטערצולייגן שטיינער פאר די קאנגרעסיאנאלע אויספארשער. זיי גיבן איבער דאקומענטן רעדאקטעד פור נאו גוד ריזען, און זיי גייען אזוי ווייט ווי נישט ארויסלאזן דאקומענטן פון די די או דזשעי נאר ברוב טובם לאזן זיי קאנגרעסיאנאלע סטעפערס גיין צו די די או דזשעי הויפטקווארטיר און דארט איבערקוקן די דאקומענטן - און ניטאמאל לאזט מען זיי מאכן קאפיעס אדער כאפו בילדער פון די דאקומענטן! די אויבנדערמאנטע טעקסטס פון סטראק לדוגמא האט מען רעדאקטירט פון די מעסעדזשעס וואס מען האט איבערגעגעבן פאר קאנגרעס, און נאר א דאנק די אומערמידליכע ארבעט פון קאנגרעסמאן דזשים דזשארדאנ'ס סטעף וועלכע גייען טעגליך אריבער צו די די או דזשעי איז עס ארויסגעקומען.
אזוי אויך וויל די די או דזשעי בשום אופן נישט ארויסגעבן די פייסע ריקוועסט אפליקעישאנס פאר די קאנגרעסיאנאלע אויספארשער. (איי וואנדער וויי.)

4) דער אויבנדערמאנטער דזשאדזש איז אויך א דזשאדזש אויפ'ן פייסע קאורט.

#וועלכע קעראפשען?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”