ספעשיל קאנסיל מולער'ס אויספארשונג - והמסתעף

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

כאפצעם האט געשריבן:צענדליגער דעמאקראטישע געזעצגעבער זענען ארויסגעקומען אין א רוף אז עס זאל ווערן געשטעלט א ספעציעלע אינדעפענדענט פראסעקיוטער אויסצופארשן די פלין רעזעגנאציע קאנטראווערסיע און די שעדי טראמפ קאמפיין-רוסלאנד געשפרעכן דורכאויסן קאמפיין.

די ליסטע פון קאנגרעסלייט און סענעטארן וואס רופן פאר א ספעציעלע פראקוראר וואקסט ביי די מנוט.

לינדזי גרעם זאגט אז די פרישע אינפארמאציע וואס ער הערט אצינד איבער טראמפ איז א "געים טשעינדזשער" און ער גייט שטעלן דאס לאנד פאר פארטיי.

זאג פאר מר' גרעהם אז ער האט שוין לאנג געלייגט זיין אייגענע איגאו, בעפאר זיין לאנד און כש''כ בעפאר זיין פארטיי
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

שכוח @יש ברירה

נעקסט סטעפ, די דעמעקראטען ווילן א אינוועסטעגעישן,

וואס ווילן זיי אינוועסטעגעיטן? האט מען לויט זיי געבראכען א געזעץ? אויב יא, וועלכע געזעץ?

ווי קומט די פייל צו די עף בי איי? פארוואס איז עס נישט עפעס וואס די סי איי עי האט געזאלט קעיר נעמען דערפון?
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

שכוח @יש ברירה יעצט געליינט זייער שיין איך וויל אבער פארשטיין וואס איז אזוי געפערליך מיט דעם
פארקערט איך קוק עס אן ווי א גוטע זאך וואס ער האט געטון
ווילסט מיר זאגען אז די עבירה איז אז ער האט פארלעצט די געזעץ זייט ווען דרייט זיך אוועלט אזוי איבער ווען איינער פארלעצט די געזעץ ער האט נישט געלייגט די סעקיורוטי פין אמעריקע אין געפאר?
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

פנחס בן חיים האט געשריבן:שכוח @יש ברירה

נעקסט סטעפ, די דעמעקראטען ווילן א אינוועסטעגעישן,

וואס ווילן זיי אינוועסטעגעיטן? האט מען לויט זיי געבראכען א געזעץ? אויב יא, וועלכע געזעץ?

ווי קומט די פייל צו די עף בי איי? פארוואס איז עס נישט עפעס וואס די סי איי עי האט געזאלט קעיר נעמען דערפון?

נאך א קשיא צו זיי ווילען אויך אז מען זאל אינוועסטיגעיטען ווער אין די NSA ליעקט אינפאו וואס איז זיכער קעגען די געזעץ?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יא איך האט געשריבן:שכוח @יש ברירה יעצט געליינט זייער שיין איך וויל אבער פארשטיין וואס איז אזוי געפערליך מיט דעם
פארקערט איך קוק עס אן ווי א גוטע זאך וואס ער האט געטון
ווילסט מיר זאגען אז די עבירה איז אז ער האט פארלעצט די געזעץ זייט ווען דרייט זיך אוועלט אזוי איבער ווען איינער פארלעצט די געזעץ ער האט נישט געלייגט די סעקיורוטי פין אמעריקע אין געפאר?

געשטעלט אבאמא'ס לעגעסי אין געפאר וואס אנדערע טייטשען אויס ווי לייגען אמעריקע אין געפאר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

איך מיין אז קיינער האט נאכנישט דא געשריבן דערוועגן. אויב יא ביטע צואווייזן ווי.

פלינגעיט שטורעם: פרישע געפונסן איבער פארבינדונגען מיט רוסלאנד פלאגט די אדמיניסטראציע

נאכדעם וואס דער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער האט זיך אפגעזאגט פון זיין אמט צוליב אומלעגאלע פארבינדונגען וועלכע ער האט געהאט מיט די רוסישע באאמטע אין אמעריקע, אין וועלכע ער האט דיסקוטירט דאס אראפנעמען די סאנקציעס, נאך פאר טראמפ איז געווארן איינגעשוואוירען. קומט די ניו יארק טיימס מיט פרישע געפונסן וועלכע קענען מעגליך ברענגען צו א פרישע שטורעם אין די אדמיניסטראציע.
בלויז עטליכע טעג נאך די שטוינענדע געווינס פון פרעזידענט טראמפ האט א באאמטער אין מאסקווע - דער דעפיוטי אויסערן מיניסטער - זיך אויפגעטון פאר די פרעסע אז די "מיסיע איז געלונגען" און האט געזאגט אז די טראמפ קאמפיין האט באקומען הילף, און איז געשטאנען אין פארבינדונג מיט מאסקווע דורכאויס דעם גאנצן קאמפיין "מיר קענען זיין גאנצע שטאב" האט דער באאמטער צוגעלייגט. די טראמפ קאמפיין האט קאטעגאריש אפגעווארפן דעם סטעיטמענט, און ווידערהאלט אז די קאמפיין האט נישט געהאט קיין שום דירעקטע פארבינדונג צו רוסלאנד.
אבער די ניו יארק טיימס דעקט אויף שאקירנדע פאקטן וועלכע באשטעטיגן די ווערסיע פון דעם רוסישער באאמטער, לויט קוועלער אינערהאלב די עף-בי-איי טוט די אגענטור האלטן קלארע באווייזן איבער נאכאנאנדיגע פארבינדונגען צווישן די טראמפ קאמפיין און די רוסישע שפיאנאזש דינסט, וועלכע האבן אנגעהאלטן דאס גאנצע יאר פון די קאמפיין.
די באווייזן זענען אין פארעם פון טעלעפאן רעקארדס פון די נאנטע רינג פונעם פרעזידענט, אין וועלכע עס זענען דא פילע געשפרעכן קיין מאסקווע, און אזוי אויך זענען ווארשיינליך קאמפיין איינגעשטעלטע אראפגעפארן קיין מאסקווע פאר געשפרעכן. איינע פון די איינגעשטעלטע איז פאול מענעפארט וועלכער האט געדינט א שטיק צייט אלס קאמפיין טשעירמאן, און האט נאנטע פארבידונגען צו מאסקווע, צווישן אנדערע פון ווען ער האט געדינט אלס ראטגעבער פאר די פרא-רוסישע גרופעס אין אוקראינע.
פרעזידענט טראמפ האט נישט אפגעלייקנט די באריכט, נאר איז ארויס מיט וויינעדיגע טוויטס ווי ער שרייט אז עס איז נישט לעגאל אז אינפארמאציע ווערט ארויסגערינען דורך די שפיאנאזש אגענטורן, און איראניש ווי ער לייגט צו "פונקט אזוי ווי אין רוסלאנד"
קרעדיט: פיינע נייעס

איך האב נישט געוואוסט אז עס האלט ביי אזא מצב. לויט ווי זיי לייגן עס אראפ קען מען ערווארטן ערנסטע אויספארשונגען.
לעצט פארראכטן דורך מאכט סענס? אום מיטוואך פעברואר 15, 2017 7:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אויספארשונגען וועט נאר זיין ווען די רעפובליקאנער וועלען עס וועלען. ווילאנג דער ניו יארק טיימס און CNN זענען די פאהן טרעגערס פאר אויספארשונגען, וועט קיין אויספארשונגען נישט זיין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

און ווילאנג די רעפובליקאנע ווילן נישט קיין אויפארשונגען (פארוואס דען יא) בלייבן איבער די ניו יארק טיימס און CNN צו דינען אלס פאן טרעגער...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק יש ברירה פאר די קלארע באריכט.

עס איז אמת אז די מעשה ברענגט ארויף שטארקע פראגעס און פארדאכטען איבער די קשר צווישען די טראמפ אדמיניסטראציע און די פוטין אדמיניסטראציע.

אבער עס איז דא איין זאך וואס האלט מיר אפ פון גלייבען אז דאס איז א ״שרעקליכע סקאנדאל״ און דאס איז צוליב צוויי סיבות:
1) עס איז דא צו ווייניג קלארע אינפארמאציע וואס עס איז עכט פארגעגאנגען.
2) די מידיע מיט זייער געמיינע רעקארד פון אויפצובלאזען מעשיות וואס זענען נישט געשטויגען און נישט געפלויגען ספעציעל מיט טראמפ.

און אויב גייט די מצב ערגער ווערן איז עס קלאר צו פארדאנקען די צוויי האקישע ״סעלף פוירסט״ סענאטארען מקעין מיט גרעהעם וואס זייער בעק סטעבינג רעקארד איז פיין באוויסט.

שעם אן דעם, ביי די דעמאקראטען וואלט אזא זאך קיינמאל נישט פאסירט!!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

SPUSMN האט געשריבן:אויספארשונגען וועט נאר זיין ווען די רעפובליקאנער וועלען עס וועלען. ווילאנג דער ניו יארק טיימס און CNN זענען די פאהן טרעגערס פאר אויספארשונגען, וועט קיין אויספארשונגען נישט זיין.


איך ווייס נישט ווי קראנט די אויבענדערמאנטע נייעס איז, אבער אויב איז עס אמת, דאן קענסטו זיכער זיין אז עס וועט זיין אויספארשונגען און אויפדעקונגען.

פרעזידענט ניקסאן האט אויך מתחילה געהאט די שטיצע פון זיין פארטיי, אבער די שטורעם אין גאס האט באוואויגען די רעפ. זיך צו צושטעלן צום רעזיגנאציע רוף, אין פאקט, ניקסאן האט רעזעגנירט נאכן האבן א זיצונג מיט די הויפט רעפובליקאנער פירער פון ביידע הייזער, וואס האבן אים איינגעמאלדן אז ער האט נישט די שטיצע פון זיין פארטיי איבערצולעבן א אימפיטשמענט פראצעדור.

אויב איז יש דברים בגו, איז די מידיע די איינציגסטע וועג וויאזוי מען קען באצווינגען די רעפובליקאנער צו נעמען שריט.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

דזשאן העננעטי איז היינט ארויס געקומען מיט א באמבע אז דאס וועט בעקפייערן געפערליך אויף די דעמאקראטן, היות דער ווייערטעפינג און איווס דרעפינג איז געוועהן אן א ווארענט פון א דזשאדזש.

נאך מער פון דעם ווייזט עס אז אבאמא האט אינטערגעהערט געשפרעכן פון זיינע ריפאבליקאנער אפוינטעס [דהיינו די וועלעכע זענען געלאפען אקעגן קלינטאן] וואס איז אומליגאל.

נאר דא איז איהם פשוט אונטערגעקומען א 'גוטס' אקעגן טראמפ, אבער לאידך דעקט עס אויף ריכטיגע אומליגאלע שריט אקעגן א לויפענדיגע קאנדיאט און זיינע געהילפען.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7588
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

מאכט סענס? האט געשריבן:איך מיין אז קיינער האט נאכנישט דא געשריבן דערוועגן. אויב יא ביטע צואווייזן ווי.

פלינגעיט שטורעם: פרישע געפונסן איבער פארבינדונגען מיט רוסלאנד פלאגט די אדמיניסטראציע

נאכדעם וואס דער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער האט זיך אפגעזאגט פון זיין אמט צוליב אומלעגאלע פארבינדונגען וועלכע ער האט געהאט מיט די רוסישע באאמטע אין אמעריקע, אין וועלכע ער האט דיסקוטירט דאס אראפנעמען די סאנקציעס, נאך פאר טראמפ איז געווארן איינגעשוואוירען. קומט די ניו יארק טיימס מיט פרישע געפונסן וועלכע קענען מעגליך ברענגען צו א פרישע שטורעם אין די אדמיניסטראציע.
בלויז עטליכע טעג נאך די שטוינענדע געווינס פון פרעזידענט טראמפ האט א באאמטער אין מאסקווע - דער דעפיוטי אויסערן מיניסטער - זיך אויפגעטון פאר די פרעסע אז די "מיסיע איז געלונגען" און האט געזאגט אז די טראמפ קאמפיין האט באקומען הילף, און איז געשטאנען אין פארבינדונג מיט מאסקווע דורכאויס דעם גאנצן קאמפיין "מיר קענען זיין גאנצע שטאב" האט דער באאמטער צוגעלייגט. די טראמפ קאמפיין האט קאטעגאריש אפגעווארפן דעם סטעיטמענט, און ווידערהאלט אז די קאמפיין האט נישט געהאט קיין שום דירעקטע פארבינדונג צו רוסלאנד.
אבער די ניו יארק טיימס דעקט אויף שאקירנדע פאקטן וועלכע באשטעטיגן די ווערסיע פון דעם רוסישער באאמטער, לויט קוועלער אינערהאלב די עף-בי-איי טוט די אגענטור האלטן קלארע באווייזן איבער נאכאנאנדיגע פארבינדונגען צווישן די טראמפ קאמפיין און די רוסישע שפיאנאזש דינסט, וועלכע האבן אנגעהאלטן דאס גאנצע יאר פון די קאמפיין.
די באווייזן זענען אין פארעם פון טעלעפאן רעקארדס פון די נאנטע רינג פונעם פרעזידענט, אין וועלכע עס זענען דא פילע געשפרעכן קיין מאסקווע, און אזוי אויך זענען ווארשיינליך קאמפיין איינגעשטעלטע אראפגעפארן קיין מאסקווע פאר געשפרעכן. איינע פון די איינגעשטעלטע איז פאול מענעפארט וועלכער האט געדינט א שטיק צייט אלס קאמפיין טשעירמאן, און האט נאנטע פארבידונגען צו מאסקווע, צווישן אנדערע פון ווען ער האט געדינט אלס ראטגעבער פאר די פרא-רוסישע גרופעס אין אוקראינע.
פרעזידענט טראמפ האט נישט אפגעלייקנט די באריכט, נאר איז ארויס מיט וויינעדיגע טוויטס ווי ער שרייט אז עס איז נישט לעגאל אז אינפארמאציע ווערט ארויסגערינען דורך די שפיאנאזש אגענטורן, און איראניש ווי ער לייגט צו "פונקט אזוי ווי אין רוסלאנד"
קרעדיט: פיינע נייעס

איך האב נישט געוואוסט אז עס האלט ביי אזא מצב. לויט ווי זיי לייגן עס אראפ קען מען ערווארטן ערנסטע אויספארשונגען.

אזוי קיקט מען אויס ווען מ'ליינט נאר די headlins פון אן ארטיקל אין נישט די אינהאלט,
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

יא איך האט געשריבן:שכוח @יש ברירה יעצט געליינט זייער שיין איך וויל אבער פארשטיין וואס איז אזוי געפערליך מיט דעם
פארקערט איך קוק עס אן ווי א גוטע זאך וואס ער האט געטון
ווילסט מיר זאגען אז די עבירה איז אז ער האט פארלעצט די געזעץ זייט ווען דרייט זיך אוועלט אזוי איבער ווען איינער פארלעצט די געזעץ ער האט נישט געלייגט די סעקיורוטי פין אמעריקע אין געפאר?

ביי קלינטאן האסטו אלעס פארשטאנען!
וואס איז געווען די עבירה פון קלינטאן? זי האט גענוצט א פריוואטע סערווער!
זי האט פארלעצט א קליינטשיגע געזעץ (די סעיפטי קאודס פון די סטעיט דעפארטמענט..)
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

abeg האט געשריבן:
מאכט סענס? האט געשריבן:איך מיין אז קיינער האט נאכנישט דא געשריבן דערוועגן. אויב יא ביטע צואווייזן ווי.

פלינגעיט שטורעם: פרישע געפונסן איבער פארבינדונגען מיט רוסלאנד פלאגט די אדמיניסטראציע

נאכדעם וואס דער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער האט זיך אפגעזאגט פון זיין אמט צוליב אומלעגאלע פארבינדונגען וועלכע ער האט געהאט מיט די רוסישע באאמטע אין אמעריקע, אין וועלכע ער האט דיסקוטירט דאס אראפנעמען די סאנקציעס, נאך פאר טראמפ איז געווארן איינגעשוואוירען. קומט די ניו יארק טיימס מיט פרישע געפונסן וועלכע קענען מעגליך ברענגען צו א פרישע שטורעם אין די אדמיניסטראציע.
בלויז עטליכע טעג נאך די שטוינענדע געווינס פון פרעזידענט טראמפ האט א באאמטער אין מאסקווע - דער דעפיוטי אויסערן מיניסטער - זיך אויפגעטון פאר די פרעסע אז די "מיסיע איז געלונגען" און האט געזאגט אז די טראמפ קאמפיין האט באקומען הילף, און איז געשטאנען אין פארבינדונג מיט מאסקווע דורכאויס דעם גאנצן קאמפיין "מיר קענען זיין גאנצע שטאב" האט דער באאמטער צוגעלייגט. די טראמפ קאמפיין האט קאטעגאריש אפגעווארפן דעם סטעיטמענט, און ווידערהאלט אז די קאמפיין האט נישט געהאט קיין שום דירעקטע פארבינדונג צו רוסלאנד.
אבער די ניו יארק טיימס דעקט אויף שאקירנדע פאקטן וועלכע באשטעטיגן די ווערסיע פון דעם רוסישער באאמטער, לויט קוועלער אינערהאלב די עף-בי-איי טוט די אגענטור האלטן קלארע באווייזן איבער נאכאנאנדיגע פארבינדונגען צווישן די טראמפ קאמפיין און די רוסישע שפיאנאזש דינסט, וועלכע האבן אנגעהאלטן דאס גאנצע יאר פון די קאמפיין.
די באווייזן זענען אין פארעם פון טעלעפאן רעקארדס פון די נאנטע רינג פונעם פרעזידענט, אין וועלכע עס זענען דא פילע געשפרעכן קיין מאסקווע, און אזוי אויך זענען ווארשיינליך קאמפיין איינגעשטעלטע אראפגעפארן קיין מאסקווע פאר געשפרעכן. איינע פון די איינגעשטעלטע איז פאול מענעפארט וועלכער האט געדינט א שטיק צייט אלס קאמפיין טשעירמאן, און האט נאנטע פארבידונגען צו מאסקווע, צווישן אנדערע פון ווען ער האט געדינט אלס ראטגעבער פאר די פרא-רוסישע גרופעס אין אוקראינע.
פרעזידענט טראמפ האט נישט אפגעלייקנט די באריכט, נאר איז ארויס מיט וויינעדיגע טוויטס ווי ער שרייט אז עס איז נישט לעגאל אז אינפארמאציע ווערט ארויסגערינען דורך די שפיאנאזש אגענטורן, און איראניש ווי ער לייגט צו "פונקט אזוי ווי אין רוסלאנד"
קרעדיט: פיינע נייעס

איך האב נישט געוואוסט אז עס האלט ביי אזא מצב. לויט ווי זיי לייגן עס אראפ קען מען ערווארטן ערנסטע אויספארשונגען.

אזוי קיקט מען אויס ווען מ'ליינט נאר די headlins פון אן ארטיקל אין נישט די אינהאלט,

וואס הייסט?
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פנחס בן חיים האט געשריבן:שכוח @יש ברירה

נעקסט סטעפ, די דעמעקראטען ווילן א אינוועסטעגעישן,

וואס ווילן זיי אינוועסטעגעיטן? האט מען לויט זיי געבראכען א געזעץ? אויב יא, וועלכע געזעץ?

ווי קומט די פייל צו די עף בי איי? פארוואס איז עס נישט עפעס וואס די סי איי עי האט געזאלט קעיר נעמען דערפון?

יא איך האט געשריבן:שכוח @יש ברירה יעצט געליינט זייער שיין איך וויל אבער פארשטיין וואס איז אזוי געפערליך מיט דעם
פארקערט איך קוק עס אן ווי א גוטע זאך וואס ער האט געטון
ווילסט מיר זאגען אז די עבירה איז אז ער האט פארלעצט די געזעץ זייט ווען דרייט זיך אוועלט אזוי איבער ווען איינער פארלעצט די געזעץ ער האט נישט געלייגט די סעקיורוטי פין אמעריקע אין געפאר?


די אפיציעלע ווערסיע פין די ווייסע הויז איז אז פלין האט פארלוירן די טראסט פונעם פרעזידענט

איך צווייפל שטארק אין די באהויפטונג

טראמפ איז נישט די סארט מענטש ביי וועם מען פארלירט "טראסט", ער האט נישט (אין מיינע אויגן) אזא סארט ערענסטקייט, אין די גרעסטע ריאה דערויף איז אז ער האט אים נישט געפייערט נאכן וויסן די זעלבע אינפארמאציע שוין פאר 18 טאג און אלעס איז געגאנגען פיין און וואויל

צווייטענס איז שווער צו גלייבן אז פלין האט געמאכט די טעלעפאון געשפרעך אויף די אייגענע האנט, פארוואס זאל ער אזאנס טוען? עס איז מער מסתבר אז ער האט גערעדט מיט טראמפ דערוועגן פארדעם און ער האט פונקטליך געוויסט וואס דא גייט פאר

דריטענס, אויב האט טראמפ נישט געוויסט וואלט פלין אלץ איינער וועלכע איז געוועהן אין די גאר הויעכע ראנגן אין די אינטעלידזשענס קאמיונעטי זיכער געדארפט וויסן אז די שפיאנאזש באאמטע הערן אונטער אזאלכע סארט געשפרעכן טא וואס האט ער געטראכט?

(ווען מען וויל פארענטפערן די מעשה ווערט גלייך נולד פרישע קשיות און צייגט אז עס פעלט נאך עפעס פונעם פאזעל אזש איך נאכן שרייבן די קומענדע פאראגראפן פון פאנטאזיעס האב איך עס געוואלט פארמעקן, ווייל זאכן שטימען נישט! אבער דאך אז כ'האב שוין געשריבן... נו... אפשר ליגט א קליינע אמת צווישן די ווערטער )

לאמיר אביסל דמיונ'ן...

די בעסט קעיס סענעריא איז אז די פאון קאל איז טאקע בלויז געוועהן "איין פאון קאל" און טראמפ איז נישטא צו פארמאכן א קאנע ווערעם איבער פארבינדונגען מיט רוסלאנד בשעתן קאמפיין - און דעריבער געווארפן פלין צו לייגן דעקל אויף די גאנצע מעשה - די מהלך איז א ערענסטע מעגליכקייט צו זיין אמת און קען ווערן באשטעטיגט מיט די הילף פון נאך עטליכע ליעקס...

און דאס איז מן הסתם די ציל פון די דעמאקראטן וואס ווילן א אויספארשונג. געדענקט אז קלינטאן איז נישט ערענסט געשעדיגט געווארן פון די בענגאזי סקאנדאל נאר ענדערשער פון די אימעיל סקאנדאל וואס מען איז געוואר געווארן אגב יענע אויספארשונג

די זעלבע דא אויך, די דעמאקראטן מיינען נישט די יעצטיגע מעשה נאר ווילן אויפהייבן די ליילעך אויפן גאנצן רוסישע באציאונגען מיט טראמפ בשעת די עלעקשינס

אויב איז נישט דאס די קעיס דאן דארף מען טרעפן א צווייטע מהלך אין די סוגיא...

איין מהלך וואס קען זיין איז אז פלין איז פשוט געפאלן א קרבן צו באשיצן טראמפ פון א ערענסטע ריס מיטן ווייס פרעזידענט

טראמפ האט פארארדענט דעם פאון קאל אבער האט געהאלטן פענס אינדרויסן פונעם לופ ווייל ער וואלט עס נישט עפראווט זייענדיג א פיל מער קארעקטע טיפ

זיי האבן געוויסט אז מען הערט עס אונטער אבער עס איז זיי נישט אנגעגאנגען ווייל עס איז באמת נישט קיין ערענסטע עולה צו טוען נאכדערצו אז טראמפ הייסט העכסטענס וועט די מידיא שרייען און טראמפ וועט צוריקשרייען אזוי ווי עס איז א טעגליכע ערשיינונג

די פראבלעם האט זיך אנגעהויבן ווען די מידיא האט אנגעהויבן פרעגן קשיות איבער די פאון קאל און פלין -צו אויף די אייגענע הענט צו נישט - האט עס געלייקענט פאר פענס און פענס האט זיך צונאר געלייגט און גלייבענדיג פלין האט ער עס געלייקענט שטיין און ביין אויף טעלעוויזיע

אלעס איז אבער פארבליבן אונטער די קאליסן ביז עמיצער פון אינעווייניג האט עס געליעקט פאר די מידיא און טראמפ האט זיך געטראפן צווישן האמער און נאגעל מיט פענס און פלין און האט דעריבער געלייקענט שטיין און ביין אז ער האט אים געשיקט מאכן די פאון קאל און דעריבער געמוזט ווארפן פלין ווי צו ווייזן אז ער איז אויך אנגעווייטאגט

די פראבלעם מיט די מעשה איז אז דאס איז איינמאל זיכער אז טראמפ ווייסט שוין פון דעם ליגענט פאר עטליכע וואכן און וואס ענטפערט ער פאר פענס אויף די פראגע פארוואס ער האט אים נישט פארציילט ביז יעצט?

וואס ער קען אים אבער ענטפערן איז אז אמת איך האב געהייסן מאכן די פאול קאל אן דיך פרעגן און איך דארף דיך נישט פרעגן פאר יעדע זאך וואס איך טוה סוכ"ס בין איך פרעזידענט נישט דו

אבער איך האב אים נישט געהייסן דיך פארפירן אויב זאלסטו אים פרעגן דערוועגן און דאס האט ער געטוען אויף די אייגענע האנט

דאס איז איין מהלך... א צווייטע מעשה קען גאר זיין אז פלין האט יא געמאכט די פאון קאל און באגאנגען א נארישקייט אויף די אייגענע האנט, און טראמפ האט נאכן געוואר ווערן עס פארשוויגן טאקע ווייל ער האט געוואלט באשיצן פלין פון די רוגזה פונעם ווייס פרעזידענט

אדער קען גאר זיין אז טראמפ האט יא פארציילט פאר פענס און אבער אפגעמאכט אז אויב בלייבט אלעס שטיל וועט מען עס דורך לאזן אבער אויב קומט עס ארויס און פענס איז ללעג ולקלס וועט פלין מוזן פליען.

נאך איין נקודה

אויב האט איינער געהערט די היינטיגע פרעס קאנפרענץ האט מען געקענט באמערקן די ווייטאג מיט וואס טראמפ האט גערעדט פון די ליעק, עס האט נישט אויסגעזעהן ווי עמיצער וואס איז סתם אויפגערעגט

נאר ווי עמיצער וואס איז שטארק אנגעווייטאגט, ווי די מעשה זאל אים ווען צעווארפן א גאנצע געביידע, ער האט אויסגעזעהן ווי איינער וואס שפירט זיך כאילו ער האט פאראטן פלין און אים געשיקט לעזאזל זיך צו באשיצן
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

יש פיינע ארטיקלען אויך מוז ארויסגעהויבן ווערן דיין אנליזונגען אפי' עס שמעקט פון קאנספיראציע...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

יש ברירה גאר גוט, עס שטומט גראדע אויך, נאך א מזל האסטעס נישט געמעקט.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

נאר איך באמערק א דראסטישע פארערגערונג אין די באציאונגען צווישן אמעריקע און רוסלאנד אין די לעצטע 3 טאג זינט פלין איז געפלויגן?

איז דאס די טראמפ אדמיניסטראציע'ס רמז אז פלין איז געווען דער איינציגסטער פרא רוסלאנד אין די אדמיניסטראציע און ער איז שולדיג אין אלעם, און איינמאל ער גייט זענען די באציאונגען צוריק אנגעצויגן פונקט ווי אין די גוטע צייטן?

אדער איז דאס פשוט א פארצווייפלטע פרואוו צוצו ווארפן א ביינדל צו די רעפובליקאנער אין קאנגרעס זיי זאלן זיך נישט נעמען פארשן טיפער?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

ישלהוסיף האט געשריבן:דזשאן העננעטי איז היינט ארויס געקומען מיט א באמבע אז דאס וועט בעקפייערן געפערליך אויף די דעמאקראטן, היות דער ווייערטעפינג און איווס דרעפינג איז געוועהן אן א ווארענט פון א דזשאדזש.

נאך מער פון דעם ווייזט עס אז אבאמא האט אינטערגעהערט געשפרעכן פון זיינע ריפאבליקאנער אפוינטעס [דהיינו די וועלעכע זענען געלאפען אקעגן קלינטאן] וואס איז אומליגאל.

נאר דא איז איהם פשוט אונטערגעקומען א 'גוטס' אקעגן טראמפ, אבער לאידך דעקט עס אויף ריכטיגע אומליגאלע שריט אקעגן א לויפענדיגע קאנדיאט און זיינע געהילפען.


Wow! אזא באמבע קען מסתם אונטערברענגען די גאנצע -שוין אזוי אויך גוסס'דיגע- דעמאקראטישע פארטיי, און מיטשלעפן מיט זיך די אינטעלידזשענס קאמיוניטי אויך....

די פראבלעם איז נאר, אז מען האט נישט אונטערגעהערט פלינ'ס טעלעפאן געשפרעכן, נאר מען האט אינטערגעהערט די טעלעפאן געשפרעכן פון די רוסישע אויסערן מיניסטער, און דורכדעם האט מען אנדעקט די געשפרעכן מיט די "רעפאבליקאנע טראמפ אפוינטי".
און דאס פארענטפערט שוין די וויי געשריי פון אסאך דא אין די אשכול, הלמאי מען הערט אונטער די געשפרעכן פון אמעריקאנע באאמטע.

דרך אגב, טראמפ, און אזוי אויך העניטטי, וואס וויינען יעצט אויף "ליעקס" וואס קומט אן צו די מידיע, זענען די זעלבע וואס זייער גאנצע קאמפיין איז געווען געבויעט אויף וויקיליעקס, און אויף רוסישע העקס, טראמפ האט כסדר געשריגן "איי לאוו וויקיליעקס" און העניטטי האט אפילו אינטערוויועט אסאנדזש, העניטטי מיט דזשוליאני האבן כסדר גערעדט פון ליעקס און אינפארמאציע וואס זיי באקומען פון עפ. בי. איי. אגענטן בנוגע די קלינטאן אימעיל אויספארשונג, און טראמפ פלעגט עס נאכבאבלען ביי יעדע ראלי, אפילו זאכן וואס סאיז קלאר געווארן אז סאיז פאלש, כידוע ליודעי חן.

ווי פלעגט נאר טראמפ זינגן ביי אלע ראליס?


#דרעין די סוואמפ!



די פראבלעם איז נאר אז יעצט שווימט די סוואמפ ביי טראמפ!
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

פיינע אנאליז 'יש ברירה', און א שיין ביסל אפציעס צו קלויבן פון.

האסט אויסגעלאזט איין אפציע (שנראה 'לי' עיקר).
והנה, די 'סדר' פון טרענזישען טיעמס איז צו אנקלינגען די אויסלענדישע דיפלאמאטען און באמטע מיט וועמען מען וועט ברויכן האנדלען אין צוויי חדשים ארום.

פלין האט ווי די סדר אנגערופן די באמטע, און 'אויך' אנגערופן דער רוסישען באמטע.
יתכן אז טראמפ האט געשטעלט א טאן אינעם טיעם אז ער וויל און האלט אז באהאנדלן רוסלאנד ווי א קאלעגע וועט ענדערש העלפן די צוזאמארבייט פון די צוויי גרויסמאכטן צו באזיגן א אייניגע שונא "טעראריזעם".

יעצט. ווען פלין האט גערופן דעם רוס האט מען געשמועסט על דא ועל הא. בתוך שיח האט "דער רוס" דערמאנט די פרישע סאנקציעס וואס אבאמא האט נארוואס (יענעם טאג, צו א טאג פריער) ארויפגעלייגט אלס "קנס" פאר די באשולדיגונג אז רוסלאנד האט געמישט די אמצעריקאנע עלעקשען. - דער רוס האט עס דערמאנט., און פלין האט - ווי עניבאדי וואס וויל ווערען גוט מיט איינעם עס געגעבען א מאך אוועק "נעהך. לאדיכאפ". אבער נישט אז פלין האט גערופן בכוונה תחילה צו בארואיגן איבער די סאנקציעס.

נאו. ווען די באריכטען איבער א פאון קאול אין וועלכע פלין זאל האבן "דיסקאסט" די סאנקציעס האט אנגעהויבן ערשיינען, האט די ווייסע הויז געוואלט וויסן אויב ס'איז אמת, ווארום, די ווייסע הויז אינועסטיגעט "יעדע" רומער איבער אירע איינגעשטעלטע (אקוראט ווי יעדע ביזנעס אייגענטומער טוט ווען ער הערט א רומער אז א ארבייטער האט פארהאנדעלט מיטן קאמצפעטישען אן רשות).

פלין האט - דאן - נישט געדענקט אז ער זאל אמאל האבן "דיסקאסט" סאנקציעס. דהיינו, אז ער זאל האבן גערופן די רוסן און געהאט א לאנגע שמועס איבער די ענין. דאס אז ער האט פארגעסן זיין "נעהך, לאדיכאפ" קאמענט איז היבש נארמאל, און דאס הייסט נישט "דיסקאסט" א אישו.

סאו פלין האט געלייקענט. און די ווייסע הויז האט געלייקענט. און די מידיע האט ווייטער געבונטעוועט אז ער האט "יא דיסקאסט" סאנקציעס.

נאכער, ווען דאס ווייסע הויז האט ערהאלטן די "טראנסקריפט" האבן זיי געזעהן אז אויב וויל איימיצער קען מען נעמען די "נעהך, לאמיכאפ" קאמענט און דרייען דערמיט אז "א ראיה אז פלין האט יא 'דיסקאסט' סאנקציעס".

די ווייסע הויס האט דאן געמאלדן אז זיי האבן געזעהן די טראנסקריפט, און זיי האבן נישט געטראפן קיין אומלעגאלע האנדלונג.
און דאס קען זייער מעגליך זיי די אמת. ווייל אזא קאמענט איז נישט "דיסקאסט" סאנקציעס!

אבער. היות פלינ'ס לייקענען האט צונאר געלייגט די ווייט האוז. דעם ווייס פרעזידענט. דעם פרעזידענטס פרעס סעקרעטערי. און בפרט אז פלין וואלט ווען "אפשר" לפי זיין סטאטוס געברויכט זיין מער קערפול און אכט געבן אז די רוסן זאלן נישט ארויסטייטשען זיינע ווערטער ווי א "פארזיכערונג" אז די טראמפ אדמין וועט אראפנעמען די סאנקציעס. דעריבער האט דער פרעזידענט (זיין שטאב) פארלוירן די טראסט אז פלין האט די ריכטיגע סקילס צו קענען רעדן צו אויסלענדישע דיפלאמאטען און ציילן יעדעס ווארט וואס ער זאגט ארויס.
(ועוד יש להוסיף: דאס אז די רוסן קענען אים יעצט #בלעקמעלען פארן זיי "מאכן" גלייבן - דורך פלין - אז די טראמפ אדמיניסטרעשען וועט נאכלאזן די סאנקציעס, און זיי וואלטן דאן געמאלדן ברבים אז פלין האט זיי "אליינס געזאגט", און יעצט האלט זיך די אדמיניסטרעשען נישט צו זייער ווארט.
אבער אז טראמפ האט געפייערט פלין, זעהן די רוסן אז וואטעווער פלין האט זיי יא אדער נישט געזאגט איבער די סאנקציעס איז געווען אן טראמפס צושטימונג און אן עס איבערשמועסן מיט די פרעזידענט אלעקט, סאו זיי האבן יעצט מער נישט 'וואס' צו בלעקמעלען.
ווייל אויב איז די גאנצע בלעקמעלען געוען "פלינ'ס ווארט". נו, פלין האט נישט רעפרעזענטירט די אדמיניסטרעשענס מיינונג, און די אדמיניסטרעשען ברויך נישט האלטן "פלינ'ס" ווארט.

און דאס קען אויך פארענטפערען די רוסישע-אמעריקאנע באציאונגען, וויל די רוסן האבן זיך אפגעהאלטן פון נקמה נעמען דירעקט אין אמעריקא זיך פארלאזענדיג אויף פלינס קאמענט וואס זיי האבן פאלטש אפגעטייטשט. אבער יעצט ווען זיי זעהן אז זייער גאנצע חשבון איז פאלטש געווען, האבן זיי אנגעהויבן טראכטן אויף למפרע נקמה צו נעמען....

איי, די קאפ טוט וויי פון פירן די דיפלאמאטישע חשבונות אויף אייוועלט :wink:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

שמאטע, איז דאס די ארבעט פונעם סעקיורעטי עדווייזער צו טראגן און ברענגן מעסעדשעס? נישט ענדערשט סעקרעטערי אף סטעיט?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

עקבי הצאן האט געשריבן:שמאטע, איז דאס די ארבעט פונעם סעקיורעטי עדווייזער צו טראגן און ברענגן מעסעדשעס? נישט ענדערשט סעקרעטערי אף סטעיט?

יא, דאס איז די ארבייט פונעם סעקרעטערי אוף סטעיט. אבער טראמפ האט נאכנישט געהאט קיין סעקרעטערי אוף סטעיט דעמאלטס.
געדענקסט?! (די סענאט ברויף שטומען דערויף).

ווידעראום, פלין האט ער שוין געהאט דאן ווייל פלינס פאזיציע ברויך נישט האבן קיין סענאט צישטימונג. סאו האט פלין ארומגערופען.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

דו גאנצע מעשה מאכט מיר נישט קיין טראפ סענס און די אבנארמאלע היסטעריע און אפענע בייעס פון די מידיע, יעדע צווייטע סעקונדע נאך אן ארטיקל מיט שרייענדע העדליינס וועלכע קלעבן יא צו נישט מיטן עצם ארטיקל, איז אריבער אלע גרעניצן.

פאר א מענטש ווי מיר וואס ווייסט נישט און פארשטייט נישט קיין זאך צו די אלע טערמינען ווי ״deep state״ א.ד.ג. -וועלכע ווערן די לעצטע דריי טעג באנוצט דורך יעדן שמויגער מיט א סאושיל מידיע אקאונט- איז די קאנסעקווענץ פון מינוטליכע באמבאדירונגען מיט פרישע ״ברעיקינג!״ ״סאורס:״ ״ניוז!״ וכו וכו א בלויזע צעמישער און נעמט אוועק דאס ביסל אינטערעסע אין ווילן אבדזשעקטיוו פארשטיין וואס עס גייט פאר אין לאנד.

די ענגלישע ווארט gaslighting איז וואס טייטשט פונקטליך אפ די מידיע סיטואציע יעצט אינעם לאנד. עס קומט פאר א מאסן מאניפולירונג, וויסנדיג אדער אומוויסנדיג, סיי דורכן פרעזידענט און סיי דורך די מידיע. ביידע זייטן שיסן באריכטן, סובסטאנסיוו און מיינונגסלאז, פאקטן און אלטערנאטיווע פאקטן און רייסן ביי זיך די קעפ אין א ווילדע פערדן פארמעסט, לאזענדיג דעם זעלבסשטענדיגע פערזאן צווייפלען אין זיין אייגענע עקזיסטענץ.

די הויפט שולדיגער אין דעם איז אן א צווייפל פרעזידענט טראמפ. ער האט שוין געפירט זיין פריימערי קאמפיין אויף דעם אופן: ליגנט געזאגט בריש גלי וועגן ראפאעל קרוז; געלייקענט אין פנים פון א וועטעראן איבער זיין אראפרייסן מעקעין; געלייקענט זיין אויסדריקליכע שטיצע פאר די ליביע קריג טראץ אן אייגענע ווידיאו אין שטיצע; געלייקענט אז ער האט פארשפראכן אז ער וועט ״קער נעמען פון יעדן" לגבי העלט קעיר און אז די רעגירונג וועט עס באצאלן; אויפגעבאבעלט א געשיכטע אז די סיקרעט סערוויס האט געהאלטן אז מישעל פיעלדס׳ פעדער איז געווען א באמבע, נאכן צוערשט זאגן אז די געשיכטע איז קיינמאל נישט פארגעקומען; זיין ברייט באריכטעטע ליגנט איבער טאנצענדע מוסלעמענער אום 9/11; זיין באשולדיגן קרוז אין רויבן די אייאווע קאוקעס פארמעסט; זיין - און זיינע קעלבערנע נאכפאלגערס - באשולדיגונג אז טיעם קרוז האט בארויבט די לואיזיאנא און נארט דעקאטע דעלעגאטן; זיין זאגן אין 2015 אז אמעריקע הארגעט גענוג פוטין סטייל; ועוד ועוד, כי רוכלא, אלעס מיטן ציל צו פארמישן די מוח פונעם נארמאלן מענטש ער אדער זי זאל נישט וויסן ווי זיך צו שטעלן. ער האט וועגן דעם קיינמאל נישט אפגעטרויטן פון עפעס וואס ער האט געזאגט. ער האט זיכער געמאכט עס איבער צו זאגן עטליכע מאל, יעדע מאל מיט אן אנדער קנייטש און דאן באשולדיגט רעפארטער אין פארדרייען זיינע ווערטער און אזוי זיי גאר געמאכט די ליגנערס און שלעכטע. געסלייטינג במלוא פירושה.

דאן איז געקומען די אומפארשעמטע ״נאכט-איז-טאג״ ליגנט ווען ספייסער איז ארויסגעקומען אויפן אפיציעלע פאדיעם און קלארגעשטעלט אז טראמפ האט געהאט מער מענטשן ווי אבאמא אין זעראו ניין. נישטא קיין ווערטער אראפצולייגן די חוצפה און העזה פון אזא גראבע ליגנט מיט וועלכע אפי׳ דער פארשאלטענע נאצי גאעבעלס וואלט זיך געשעמט. דעיס איז נישט פראפאגאנדע, עס איז א געצילטע מיסיע אפצוקילן סיי וועלכע אנשטענדיגע איינוואוינער פון אפילו זיין אינטערעסירט צו הערן וואס עס גייט פאר.

דא קומט אריין די פארשאלטענע מידיע. די חברה זענען א באנדע מאדערענע לינקע אידיאלאגישע העעקס, רוב פון זיין זענען נאך אין טעראפי פונעם שאק אז טראמפ איז אפילו פרעזידענט גענוי ווי די אלע אנדערע עליטע, גרויליגע ליבעראלן, און זיי האבן באשלאסן אז זיי גייען אין קאמף מיטן פרעזידענט. געענדיגט מיט די צייטן ווען דער פרעזידענט קען גאלפן אין די צייט וואס טעראריסטן שניידן אמעריקאנע קעפ און דאן געפרעגט ווערן צו ער גייט צו א בעיסבאל געים. געענדיגט די צייטן וואס דער פרעזידענט מיט זיינע בני בית קענען גיין אויף לוקסעריעזע ריידס איבערן גארער וועלט אויפן חשבון פון די אמעריקאנע שטייער צאלער און קיינעם גייט עס נישט אן. געענדיגט. פון היינט און ווייטער איז מען אין קאמף און מ׳וועט אים אראפרייסן יעדע סעקונדע וואס מען נאר.

ראש לימבא האט פארשטייצעך געמוזט געבן פרעזידענט אבאמא א שאנס, אבער זיי דארפן נישט. איי, לימבאו איז א דערקלערטע פראפעגאנדיסט און זיי זענען נייעס ברענגער? מאכט נישט אויס. יעצט זענען זיי די היראוס פונעם ווידערשטאנד וועלכע פירן הייליג אויס זייער קאנסטיטוציאנאלע פליכטן פון צושטעלן פרייהייט פון פרעסע און יעדער זאל דאס אנערקענען. שטייצעך אז די פאקט אז פרעזידענט אבאמא האט פערזענליך פארפאלגט דזשורנאליסטן און אונטערגעהערט זיי און זייערע פאמיליעס, אבער דאס איז נישט וויכטיג. דער עיקר איז צו כאפן דעם פרעזידענטס׳ס קריאוזע נעשינאל סעקיוריטי עדווייזער וועלכע האט ערזעצט אבאמא׳ס נעשינאל סעקיוריטי עדווייזער - א שקרנטע און ליגנערין וועלכע האט פארדעקט א טעראר אטאקע אלעס צו פארזיכערן אבאמא׳ן א צווייטע טערמין. דאן האבן זיי נישט געהעשטעגט ״נאט מיי פרעזידענט״, איוואר?

די זעלבע מידיע וואס האט געקויפט און פארקויפט די ליגנטס פון בען ראהדס דער בוך שרייבער איבער איראן און קוים גערעדט דערפון א ווארט ווען ער האט עס אליין מודה געווען, די מידיע גייט אין קאמף מיטן יעצטיגן פרעזידענט ווייל מען דארף האלטן דעם פרעזידענט אין טשעק. אקסן.

סאו וואס טוען זיין? אנטשטאט באריכטן קוואליטי, זאפטיגע זאכן קעגן אים גייט מען מיט קוואנטיטי. מ׳נעמט זיך שרייבן און פארפירן ווי דער פאסטעך מיטן וואלף ווי א צעפידעלטער, ס׳ווערט אן איבערקערעניש, דער פרעזידענט שיסט צוריק צוויי אלטערנאטיווע פאקטן און ווערסיעס פער יעדע געהילף פלאס זיין אייגענע טוויטער פיד, נעמט נישט קיין פראגעס פון די הויפט נעטווארקס, די רעפארטער נעמען זיך שרייבן מער, די קאשע ווערט מער געמישט און היציג און קיינער האט נישט קיין דאבמע אהההנונג וואסעטוצעך אויפן וועלט!

טראמפ חסידים האלטן אז דער פרעזידענט טוט אלעס מיט א פלאן, עס איז אויסגערעכענט און ער ווייסט אז די זאכן זענען פאלטש, אבער ער האלט אז נאר אזוי קען מען די מידיע אויסלערנען. איך בין נישט איבערצייגט און איך האלט אז ער איז נאטורליך די ליגנער, בלאפער און מאסן קאנספיראציע טעאריקער וואס ער האט זיך ארויסגעשטעלט ביז היינט צו זיין. וואקסינאציעס ברענגט אטיזם. דרייי מיליאן איליגעל וואוטס. א פלעינע וועלטס ליגענער.

איך ווייס נישט וואס צו טראכטן וועגן פלין און פערזענליך מאכט מיר גארנישט סענס, אבער דאס זעה איך קלאר אז ביידע זייטן זענען אריין אלעס איבער זייער קאפ און דאס לאנד ווערט בלויז פארפירט און מאניפולירט. זאל ווען די מידיע נישט זיין אזוי פארטייאיש וואלט זאכן אנדערש אויסגעזעהן און זאלן זיי ברענען פאר אייביג פאר זייער הויפט ראלע אין די דעסטרוקציע פון איינע פון די וויכטיגסטע זוילן אין אונזער דעמאקראטיע, א פרייע אבדזשעקטיווע פרעסע.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

;l;p- סטיוו בעינאן האט עס געזאגט אין איין סענטענס.

טראמפס אפאזישען איז די מידיע!

סיי די דעמאקראטען און סיי די רעפובליקאנע האבען קיינמאל נישט געפירט אזעלכע צודרייטע קאמפיינס, דאס צו טראמפ איז שולדיג אדער די מידיע איז שולדיג אין דעם נייעם סטייל פון פייטס איז דינגבאר.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

לו יהא פלין זאגט אז מען גײט אראפנעמען די סאנקציעס.
קען אײנער מסביר זײן װאס איז שלעכט?

פונקט װי אבאמא האט רעכט ארױפצולײגען. האט טראמפ רעכט אראפצונעמען,

ועוד װאס איז די מהומה אז פלין און אנדערע טראמפ באאמטע האבן קאמיוניקירט מיט רוסלאנד ?
איז דען טראמפ נישט געפארן פארהאנדלען מיט מעקסיקא, אינמיטען די קאמפײן ?

די מידיא קען אפמאכען מיט װעלכע לאנד מען מעג פארהאנדלען און מיט װעלכע נישט ?

ועוד והוא העיקר,
פון די מידיא׳ס דעקונג האב איך מיר דערשראקען אז טראמפ מיט זײנע נאנטע זענען ממש רוסישע שפיאנען,

אבער זעענדיג װיאזױ פלין האט גערעדט מיט די רוסישע אמבאסאדאר,
זעהט נישט אױס װי עס איז דא א געהײמע פארבינדונג
אז יענער קען קענסטו אויך
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”