אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א מעסעדזש פון זשאן בעינאר וועט גאראנטירען אז ער און זיין גאנצע משפחה אלע פיר מענטשען זאלען נישט וואוטען פאר טראמפ און נאר פאר ביידען.

אויב אהייא קאכט זיך אראפ צו א פיר מענטשען געוואונס פון ביידען אווער טראמפ העמיר וויסען אז דער עמאציאנאלער בעינאר עקזיסטירט נאך.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

מטעמים האט געשריבן:א מעסעדזש פון זשאן בעינאר וועט גאראנטירען אז ער און זיין גאנצע משפחה אלע פיר מענטשען זאלען נישט וואוטען פאר טראמפ און נאר פאר ביידען.

אויב אהייא קאכט זיך אראפ צו א פיר מענטשען געוואונס פון ביידען אווער טראמפ העמיר וויסען אז דער עמאציאנאלער בעינאר עקזיסטירט נאך.

זשאן בעינאר האט אינדארסט ביידען? וואס איז די מעשה יעצט?
האסט הנאה? געב א לייק
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

געפעלט מיר פון וועמען מ'רעדט דא.
דזשאן בעינאר, וועלכער האט געמוזט רעזיגנירן אין שאנדע, נאכ'ן מיאוס דורכפאלן מיט זיין אייגענער פארטיי.
אדער באב קארקער, וועלכער האט ניטאמאל פרובירט צו זוכן א צווייטן טערמין, וואוסנדיג אז ער האט קיינע אויסזיכטן.
וויאזוי פונקטליך קענען די צוויי זיין בייהילפיג פאר ביידען ??!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

א אינטרעסאנטע ארטיקל איבער ווי אזוי די דעמאקראטן פארלירן מער און מער פון זייער אמאליגע שטערקסטע באזע פון די יוניאן סטייל ארבעטער קלאס דרום'דיגע ווייסע.

1280px-Presidential_Elections_2004-2008_Swing_in_County_Margins.svg_.png
1280px-Presidential_Elections_2004-2008_Swing_in_County_Margins.svg_.png (75.75 KiB) געזען 413 מאל


א מאפע אין דעם ארטיקל ווי אזוי אפילו אבאמע אין זיין שטארקן 08 נצחון, בלוטיגט אויס שטיצע אין די אלע געגנטער, פון דרום מערב פענסילוועניע, ביז אפילו בוש'ס טעקסאס, קעגן וויפיל קערי האט אנגעצויגן אין 04.

זייט דעמאלסט ווערן די געגענטער ווייטער מער און מער רויט, און פארשטייט זיך אז טראמפ איז געווען היפש שטערקער ווי מקעין אין די פלעצער.

די ארטיקל שפעקולירט אז דאס - צו פארלירן די סארט וויילער אפילו אין די יוניאן סטעיטס, ווייל די סארט וויילער אין די קאנפעדערעיט סטעיטס האבן די דעמאקראטן שוין אנגעהויבן פארלירן פון די סיוויל רייטס ביל אין 1964 - האט זיך אין גרויסן טייל אנגעהויבן צוליב גאורס קאמפיינען שטארק אויף די ענווייראמענט, וואס האט פארטריבן די קוילן גרעבער אין אזאנע פלעצער ווי וועסט ווירדזשיניע, פון די דעמאקראטישע פארטיי.

אויף דעם זעלבן אופן ווי די דעמאקראטן פארלירן די בלוי קאלער שטאל וכדומה ארבייטער אין די מידוועסט, צוליב וואס זיי זענען היינט באטראכט מער אלס די מער גלאבאליסטישע פרא אימפארט פארטיי.

און אין די צפון'דיגע מידוועסט איז אבאמע יא געווען זייער שטארק צוליב וואס די עקאנאמישע קריזיס האט זייער שטארק געהיט דארט, און טראמפ האט טאקע דארט געהאט ריזיגע געינס.

(מען זעהט אויך די האומסטעיט אפעקט ווי מקעין האט זיך אביסל געשטארקט אין זיין סטעיט אריזאנע, פעילין'ס סטעיט אלאסקע, און אין קערי'ס סטעיט מאסעטשוסעטס.)
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

די עיקר האסטו אויסגעלאזט אז פרעזידענט טראמפ האט געארבעט אויף די חברה און ער האט גוט אויסגענומען ביי זיי
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

Re: אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

ארויפגעברענגט נאך די צענדליגע דעבאטעס די לעצטע פאר טעג
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: אלעס ארום פאליטיק - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

פעלט נישט אויס...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”