וועלטש'ס/מאנישעוויץ כשר'ע גרעיפ-דזשוס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מיטוואך פאברואר 08, 2017 9:08 pm

צווייפעל האט געשריבן:לייט איז סה"כ געמישט מיט וואסער.

און מ'דארף טאקע אכטונג געבן אז מ'זאל נישט צו גיסן נאך וואסער ווייל זיי לייגען שוין אריין די מאקסימום וואסער וואס מ'מעג, ס'זאל נישט זיין קיין שאלה.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך פאברואר 08, 2017 9:21 pm

צווייפעל האט געשריבן:לייט איז סה"כ געמישט מיט וואסער.

לייט איז 65٪ דשוס, אבער ציקער האט עס נאר בערך 30٪ פון געהעריגע גרעיפ דשוס, ע"כ דאס איז נישט סתם געמישט מיט וואסער.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך פאברואר 08, 2017 10:19 pm

לגבי גאולה/קדם

געהערט אמאל אז ס'איז דא צוויי חילוקים.

איינס אז גאולה נוצט נישט קאנצענטרעיט

און אז זיי זענען מער מקפיד אויף די זאפט וואס רינט ארויס פון די טרויבן בעפאר עס קומט אן אין פאבריק. (חשש יין סתם)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך פאברואר 08, 2017 10:44 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:לגבי גאולה/קדם

געהערט אמאל אז ס'איז דא צוויי חילוקים.

איינס אז גאולה נוצט נישט קאנצענטרעיט

און אז זיי זענען מער מקפיד אויף די זאפט וואס רינט ארויס פון די טרויבן בעפאר עס קומט אן אין פאבריק.
(חשש יין סתם)

זיי מסביר
לויט ווי איך געדנק וואס איך האב אמאל געליינט
בשעת דעם שניידען פארען אריין די טרויבען אין א טראק וואס פירט עס אין פאבריק
ווי איז דער חילוק ציוושיען די סארטען
Screenshot 2017-02-08 22.29.59.jpg
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » מיטוואך פאברואר 08, 2017 10:57 pm

שואלכענין האט געשריבן:קודם א געדאנק: ווען מען קאמפעירט פרייזן צווישן היימישע גראסעריס און די דרויסנדיגע, דארף מען געדענקען אז די היימישע גראסעריס לייגן שוין אריין די טעקס אינעם פרייז, און די דרויסנדיגע בעטן צו טעקס באזונדער.

איך האף אז דו וואוינסט נישט אין איידעהאו ווי מען צאלט סעילס טעקס פאר עסן...
לויט די ניו יארקער געזעצן צאלט מען נישט פאר פרוכט זאפט אויב עס אנטהאלט מער ווי זיבעציג פראצענט זשוס.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 12:18 am

אין די גליון פון די עדה פון חודש תשרי איז באשריבן געווארן ווי אזוי ביי זייערע ראן אין די קדם פאבריק האבן זיי געמאכט אסאך שינוים צוליב חומרות וואס זיי האבן געהאלטן אז עס קומט מחמיר צו זיין.
קען זיין אז די גאולה מיט די עדה הכשר איז מער אויגעהאלטן.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 9:28 am

קדם גרעיפ דזשוס, אפילו ביי די וואס שטייט אינו מבושל, איז למעשה יא מבושל צו א געוויסע גראד נאר ס'איז נישט די ריכטיגע גראד וואס מאכט עס הייסן מבושל,

גאולה האט געטוהן צוויי זאכן, איינס אראפגערוקט די גראד, ווייל לפי שיטתם איז קדם'ס רעגולער גראד נאך אלץ געווען צו הויך, צווייטענס אויפ'ן לעבל האבן זיי אפען און קלאר אויפגעשריבן NOT MVISHAL AT 68.5 C
ווי צו זאגן הבוחר יבחר
זוכט איר דוי?

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 10:35 am

קיקיון האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:לגבי גאולה/קדם

געהערט אמאל אז ס'איז דא צוויי חילוקים.

איינס אז גאולה נוצט נישט קאנצענטרעיט

און אז זיי זענען מער מקפיד אויף די זאפט וואס רינט ארויס פון די טרויבן בעפאר עס קומט אן אין פאבריק.
(חשש יין סתם)

זיי מסביר
לויט ווי איך געדנק וואס איך האב אמאל געליינט
בשעת דעם שניידען פארען אריין די טרויבען אין א טראק וואס פירט עס אין פאבריק
ווי איז דער חילוק ציוושיען די סארטען
Screenshot 2017-02-08 22.29.59.jpg



אין די טראק רינט ארויס זאפט פון די טרויבן, און ווען ס'קומט אן צום פאבריק איז דא גוי'שע ארבעטארער וואס גיסן אריין די טרויבן אריין אין א מאשין אויף די גאס וואס פון דארט פארט עס אריין אינעם בנין.

איז דא וואס זענען חושש אז די גוים זעהען און קענען אפילו אנרירן מאסט וואס איז שוין ארויסגעקומען פון די טרויבן.

האב איך געהערט אז די עדה טוט עפעס דאס צו פריווענטן. וואס? ווייסעך נישט...
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 10:47 am

לויט ווי איך געדענק פון יענעם באשרייבונג פון _?_ פארען די טרויבען דירעקט פון טראק אריין און מאשין
אן קיין שום מגע פון א מענטש
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 10:59 am

ראיה איז זיכער שייך. (לכאורה) נגיעה ווייסעך נישט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 12:34 pm

קיקיון האט געשריבן:לויט ווי איך געדענק פון יענעם באשרייבונג פון _?_ פארען די טרויבען דירעקט פון טראק אריין און מאשין
אן קיין שום מגע פון א מענטש

איך בין דארט געווען אזא 15 יאר צוריק בערך. און די טראק טראסקעט אלץ אריין אין מאשין

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 1:44 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
און אז זיי זענען מער מקפיד אויף די זאפט וואס רינט ארויס פון די טרויבן בעפאר עס קומט אן אין פאבריק.[/i] (חשש יין סתם)
זיי מסביר
לויט ווי איך געדנק וואס איך האב אמאל געליינט
בשעת דעם שניידען פארען אריין די טרויבען אין א טראק וואס פירט עס אין פאבריק

אין די טראק רינט ארויס זאפט פון די טרויבן, און ווען ס'קומט אן צום פאבריק איז דא גוי'שע ארבעטארער וואס גיסן אריין די טרויבן אריין אין א מאשין אויף די גאס וואס פון דארט פארט עס אריין אינעם בנין.

איז דא וואס זענען חושש אז די גוים זעהען און קענען אפילו אנרירן מאסט וואס איז שוין ארויסגעקומען פון די טרויבן.

האב איך געהערט אז די עדה טוט עפעס דאס צו פריווענטן. וואס? ווייסעך נישט...


עפ"י הלכה האט נישט די זאפט פון טרויבן קיין דין "יין" לגבי הל' יין נסך, נאר נאכדעם וואס ס'איז נמשך געווארען אינעם גת.

נאר וואס דען לכתחלה טאר נישט א גוי טראגען פון פעלד צום גת און עס אריינלייגען אינעם גת, אבער אויב לייגט עס נישט דער גוי אין גת, ער טראגט עס סתם און א איד לייגט עס אין גת, איז מותר לכתחלה. און אויב א איד איז מסייע דאן איז מותר אפילו ווען דער גוי לייגט עס אריין אין גת (כמבואר בש"ע יו"ד קכ"ה ס"ו ובנו"כ ועפ"י לימוד המקורות).

יעצט אויף נגיעה קען איך נאך הערן אז מ'איז מחמיר בשעת ס'ליגט אין טראק, אבער אויף ראיה? דאס איז זיכער א חומרא יתירא און קיין שום פוסק וואלט נישט מחמיר געווען אויף דעם.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 1:58 pm

קומט אויס אזוי, טראץ די השגחות האבן טייל גרעיפדזשוס פארשידענע מעלות אדער הידורים בהלכה וואס די אנדערע האבן נישט, צי לגבי כשרות אדער לגבי קידוש.

אצינד, ווען עס קומט אויף די נייע וועלטש גרעיפזשוס, וואספארא סטאנדארט הידור האט דאס, לגבי כשרות וקידוש, פאראלעל מיט קדם?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 3:12 pm

דונש האט געשריבן:קדם גרעיפ דזשוס, אפילו ביי די וואס שטייט אינו מבושל, איז למעשה יא מבושל צו א געוויסע גראד נאר ס'איז נישט די ריכטיגע גראד וואס מאכט עס הייסן מבושל,

גאולה האט געטוהן צוויי זאכן, איינס אראפגערוקט די גראד, ווייל לפי שיטתם איז קדם'ס רעגולער גראד נאך אלץ געווען צו הויך, צווייטענס אויפ'ן לעבל האבן זיי אפען און קלאר אויפגעשריבן NOT MVISHAL AT 68.5 C
ווי צו זאגן הבוחר יבחר


צו PASTEURIZATION הייסט מבושל הייסט מבושל איז א דיון און די גדולי הוראה
ווי עס שרייבט ר' אברהם אברהם-סופר MD
ושתי הדעות מובאות בשמירת שבת כהלכתה : יש נוהגים לבשל את היין שמקדשים עליו, או קונים יין מפוסטר (דגם במעשה הפיסטור מתמעט מעט מכמות היין ) מחשש שמא יגע ביין נכרי או מחלל שבת בפרהסיא ויאסרנו כי יין שנתבשל, שוב אינו נאסר במגע, ויש אומרים שפיסטור היין אינו מועיל לגבי מגע נכרי או מחלל שבת בפרהסיא (דעתו של הגרש"ז אויערבאך זצ"ל).

זעה דא דעת הגרש"ז אויערבאך און הגרי״ש אלישיב
און דא דעת האג"מ
מנחת יצחק שבט הלוי סוף התשובה

אבער וואס איז דער נומבער 68.5 ? דער אג"מ האלט בערך 80 צעלימער רב 90
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 4:46 pm

האב איך איין פראבלעם מיט דעם גרעיפ דשאוס אז ס'האט עפעס נישט קיין שיינע באטל
ס'קוקט עפס אויס ווי א עפל דשאוס באטל

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג פאברואר 10, 2017 10:22 am

אזעלכע זאכן האבן צו טאן מיט געוואוינהייט.

הייב עס אן צו נוצן אויף עטליכע וואכן \ חדשים, און דו וועסט שוין אפילו נישט וויסן אז עפעס איז נישט גוט מיט'ן באטל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג פאברואר 10, 2017 10:27 am

קיקיון האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:קדם גרעיפ דזשוס, אפילו ביי די וואס שטייט אינו מבושל, איז למעשה יא מבושל צו א געוויסע גראד נאר ס'איז נישט די ריכטיגע גראד וואס מאכט עס הייסן מבושל,

גאולה האט געטוהן צוויי זאכן, איינס אראפגערוקט די גראד, ווייל לפי שיטתם איז קדם'ס רעגולער גראד נאך אלץ געווען צו הויך, צווייטענס אויפ'ן לעבל האבן זיי אפען און קלאר אויפגעשריבן NOT MVISHAL AT 68.5 C
ווי צו זאגן הבוחר יבחר


צו PASTEURIZATION הייסט מבושל הייסט מבושל איז א דיון און די גדולי הוראה
ווי עס שרייבט ר' אברהם אברהם-סופר MD
ושתי הדעות מובאות בשמירת שבת כהלכתה : יש נוהגים לבשל את היין שמקדשים עליו, או קונים יין מפוסטר (דגם במעשה הפיסטור מתמעט מעט מכמות היין ) מחשש שמא יגע ביין נכרי או מחלל שבת בפרהסיא ויאסרנו כי יין שנתבשל, שוב אינו נאסר במגע, ויש אומרים שפיסטור היין אינו מועיל לגבי מגע נכרי או מחלל שבת בפרהסיא (דעתו של הגרש"ז אויערבאך זצ"ל).

זעה דא דעת הגרש"ז אויערבאך און הגרי״ש אלישיב
און דא דעת האג"מ
מנחת יצחק שבט הלוי סוף התשובה

אבער וואס איז דער נומבער 68.5 ? דער אג"מ האלט בערך 80 צעלימער רב 90

איר האט דאך מיט אייערע קלארע פאקטן פארענטפערט די פראגע, ד"ה אז די עדה וויל אז זייער גרעיפ דזשוס זאל זיין אינו מבושל לכל הדיעות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » פרייטאג פאברואר 10, 2017 2:36 pm

יענקל פאטאש האט געשריבן:ביי ראקלענד קאשער
Kedem 64 oz. $5.29
Haddar 64 oz. $3.99
Welch's 64 oz. $4.49
Kedem 96 oz. $5.99


הצלחה גראסערי אין מאנסי בעט Welch $3.99
און זיי האבן דארט ליגן די ריבעיט

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג פאברואר 10, 2017 3:03 pm

To the Point האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:אין מיין גראסערי איז עס נישט געווען. איז עס שוין דא צו באקומען אין אלע היימישע געגענטער?

Grand Food In Monroe Have it


נישט דא דארט. איך האב שוין געזיכט אין 5 געשעפטן, נישט געטראפן אין קיין איינס
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » פרייטאג פאברואר 10, 2017 3:56 pm

סידיראם האט געשריבן:
To the Point האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:אין מיין גראסערי איז עס נישט געווען. איז עס שוין דא צו באקומען אין אלע היימישע געגענטער?

Grand Food In Monroe Have it


נישט דא דארט. איך האב שוין געזיכט אין 5 געשעפטן, נישט געטראפן אין קיין איינס

איך האב עס געקויפט דארט דע וואך
עס ליגט ביי די טיר אויף די לינקע זייט גראד ווי מען קומט אריין

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג פאברואר 12, 2017 2:55 pm

פאר די וואס האבן עס שוין פארזוכט .
קאסט דאס בעסער פון קדם ? אדער די זעלבע ? אדער גאר ערגער ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 20, 2012 10:23 pm

תגובהדורך home » זונטאג פאברואר 12, 2017 4:20 pm

עס פילט מער א טעם פון טרויבן טאקע וועגן דעם גלייך איך בעסער קדם נאך א חסרון עס איז נישט קיין הארטע באטעל ווען מען כאפט עס אן רינט ארויס
די קאליר איז סאך שטערקר

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » זונטאג פאברואר 12, 2017 4:38 pm

home האט געשריבן:עס פילט מער א טעם פון טרויבן טאקע וועגן דעם גלייך איך בעסער קדם נאך א חסרון עס איז נישט קיין הארטע באטעל ווען מען כאפט עס אן רינט ארויס
די קאליר איז סאך שטערקר


מער א מאסט טעם?

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג פאברואר 12, 2017 4:52 pm

eller האט געשריבן:פאר די וואס האבן עס שוין פארזוכט .
קאסט דאס בעסער פון קדם ? אדער די זעלבע ? אדער גאר ערגער ?

איך גלייך עס אסאך מער ווי קדם, די קאליר איז שטערקער, איך האב בעסער ליב די טעם, אסאך חברים האבען מיר געזאגט אז פון היינט אין ווייטער איז דאס זייער גרעיפ דזוס זיי גלייכען עס אסאך מער ווי קדם, מיינע קינדער האבען דאס אויך מער ליב, עטליכע האבען געזאגט אז זיי זענען ציגעוואוינט צו קדם און זיי קענען זיך נישט זעהן טוישן אזוי שנעל, דאס איז זיכער אזא גוטע גרעיפ דזוס קאמפעטישן מיט קדם איז נאכנישט געוועהן.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג פאברואר 12, 2017 5:02 pm

אז מען רעדט שוין
וואס טוט זיך מיט געזונט וויפיל קארב האט עס ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 30 געסט