בלאט 19 פון 32

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 10:12 am
דורך פאראינטערסירט
טשאדעלע ביזט ריזיג!
אין מיינע אויגן ענטפערט טראמפ צו דער זאך... הגם ס'איז אינגאנצן נישט פאליטיקעלי קארעקט!
שנייד די קרעפלעךף אויב איינער אפערט מיר אפפא ריסורטש רוף איך גראדע אויך נישט די עף-בי-איי...

כ'האב נאך אין מיין קורץ לעבן קיינמאל נישט גערופן די עף-בי-איי. איינער דא האט זיי שוין יא אמאל געקאלט??

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 10:15 am
דורך abeg
סתם פאר די נײגעריגקײט װיל איך װיסען װי אין די געזעץ ביכער שטײט אז מ׳טאר נישט הערן פון אן אנדערע גאװערמענט אינפערמאציע אױף א קעגענרישע קאנדידאט? אױך װיל איך װיסען װי אין די געזעץ ביכער שטײט אז מ׳ברױכט ריפען די עף בי אײ בײ אזא פאל?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 10:22 am
דורך Think and Thank
עס שטייט נישט אין די געזעץ ביכער, עס שטייט אין די אינשורענס קאנטראקט...

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 10:33 am
דורך פעיק ניוז
abeg האט געשריבן:סתם פאר די נײגעריגקײט װיל איך װיסען װי אין די געזעץ ביכער שטײט אז מ׳טאר נישט הערן פון אן אנדערע גאװערמענט אינפערמאציע אױף א קעגענרישע קאנדידאט? אױך װיל איך װיסען װי אין די געזעץ ביכער שטײט אז מ׳ברױכט ריפען די עף בי אײ בײ אזא פאל?

עס איז אזא געזעץ ניקס פארהאן! נו, פאר דעם האט מען לכבוד די 2016 עלעקשאן געמאכט א ברית מיט קריאת שם, ויקרא שמו בישראל "קעלוזשען". יעצט גיי דו און האק קאפ אין וואנט, אז די קריים האט נאכנישט אנגעפאנגען זיין ימי העיבור בכלל. דאס איז חוץ פון דעם וואס ביי טראמפ איז עס אפי' נישט געווען "רוסלאנד" וואס האט געאאפערט די אינפארמעישן, ס"ה א לויער וואס "וואוינט" אין רוסלאנד. קאם אן...

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 10:34 am
דורך פעיק ניוז
Think and Thank האט געשריבן:עס שטייט נישט אין די געזעץ ביכער, עס שטייט אין די אינשורענס קאנטראקט...

;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:37 am
דורך א נייער
Think and Thank האט געשריבן:עס שטייט נישט אין די געזעץ ביכער, עס שטייט אין די אינשורענס קאנטראקט...

אפשר האט שטרוי זאק אן אנדערע געזעץ ביך?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:55 am
דורך יישר כח
ok
יעצט גייט די קאנגרעס פארלאנגען "אלע" טרענסקריפס אין ריקרדינג וואס איז דא, וואס טראמפ האט גערעט מיט "יעדע" גאווערמענט,
ער האט דאך אליין געזאגט אז וכו'

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 12:05 pm
דורך zibala
איך וואלט געפרעגט דעם רעפארטער צו ער רופט די עפ בי איי ווען ער באקומט א טיפ פון אן אויסלענדישן??
צו האט דען נישט קלינטאן געהייערט א בריטישן שפיאן פאר אפא ריסערטש?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 9:46 pm
דורך יש ברירה
וואף...

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 9:58 pm
דורך וואס טוט זיך
יש ברירה האט געשריבן:וואף...

מיט אפאר ווערטער האט ער געמאכט אז זיין גאנצע קאמישען זאל ווערן קארפטאט, אביוז אף פאוער'דיג, שלעכט וכו' וכו' וכו'.....

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 10:01 pm
דורך יש ברירה
אגב, וואס זי זאגט איז בכלל נישט אזוי פשוט, אסאך קריגן זיך איבער די גדרים פון דעם געזעץ. קריסטאפער סטיעל איז א אויסלענדישע מאן, קעימברעדזש אנאליטיקא איז א אויסלענדישע פירמע...

אבער וואס זי שרייבט שפעטער "ווען אויסלענדישע גאווערמענטס זוכן צו באאיינפלוסן די עלעקשינס טוען זיי דאס פאר זייערע אינטערעסן" איז פשוט און אמת, און דאס איז די הויפט סכנה פונעם ענין, אפגעזען אויב עס איז א FEC וויעלעישין.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 10:08 pm
דורך Think and Thank
זי זאגט גארנישט, זי ברענגט פלעין אויף די געזעץ וואס זאגט אז מען טאר נישט נעמען 'עניטינג אף וועליו'. צו אינפארמאציע גייט אריין אין דעם כלל איז שוין געווארן דעבאטירט אויף אייוועלט און זי האט נישט וואס אריינצורעדן דערין...

אויב עפעס איז סטיעלס אינפארמאציע 'אף וועליו', והראי' קלינטאן האט געצאלט דערפאר. משא"כ טראמפ...

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 10:13 pm
דורך כאפצעם
קריסטעפער סטיעל הייבט נישט אן אריינקומען דא, ער איז א באצאלטער אינוועסטיגעיטאר/אפפא ריסורטשער (א זאך וואס יעדע סיריעס קאמפיין האט), וואס איז פערצופאל אן אויסלענדישער בירגער.

די גאנצע פראבלעם פון וואס מ'רעדט דא איז אקצעפטירן הילף פון דרויסענדיגע לענדער, וואס אז זיי אפפערן הילף האבן זיי שטייצעך זייערע אינטערעסן אין קאפ, נישט אמעריקא'ס. און דאס איז די פראבלעם.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 10:25 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
מחי׳, כ׳שיק שוין אן אימעיל פאר טראמפ דזשוניער זאל שנעל מאכן א קוויק-פעי פאר יענע לויער, זי איז געהייערט. קעיס קלאוזד.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 10:33 pm
דורך Think and Thank
כאפצעם האט געשריבן:קריסטעפער סטיעל הייבט נישט אן אריינקומען דא, ער איז א באצאלטער אינוועסטיגעיטאר/אפפא ריסורטשער (א זאך וואס יעדע סיריעס קאמפיין האט), וואס איז פערצופאל אן אויסלענדישער בירגער.

די גאנצע פראבלעם פון וואס מ'רעדט דא איז אקצעפטירן הילף פון דרויסענדיגע לענדער, וואס אז זיי אפפערן הילף האבן זיי שטייצעך זייערע אינטערעסן אין קאפ, נישט אמעריקא'ס. און דאס איז די פראבלעם.

פארען נעשינעל טייטש אין אידיש אויסלענדישער בירגער, נישט רעגירונג. און די געזעץ פארבאט טאקע בפירוש דאס נעמען איניטינג אף וועליו פון א 'פארען נעשינעל'.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 10:59 pm
דורך פעיק ניוז
Think and Thank האט געשריבן:

פלאס דאס וואס די רוסישע לויער'קע איז די זעלבע פארעין נעשענעל ווי קריסטאפער סטיעל, און זי האט גאר א מעלה איבער סטיעל, טאקע דאס וואס כאפצעם זאל זיין געזונד נוצט אלס א חסרון - נעמליך - אז זי איז נישט באצאלט געווארן דורך די קאמפיין נאר זי איז געקומען פון זיך אליין, משא"כ ביי סטיעל, איז ער אפיציעל אויפגענומען געווארן דורך די קלינטאן קאמפיין צו טוהן אומלעגאלע אקטן, איך רעד שטייטזיך אויב מען גייט מיט די הנחה אז אינפארמאציע הייסט "אף וועליו".

אינטערשטע שורה. נאו קריים מיטן נעמען אינפארמאציע פון א "דרויסענדיגער" און די גאנצע מעכטיגע בריוו דא איז גארנישט, בלויז פאליטיק'ס! וזהו.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:01 pm
דורך פעיק ניוז
וואס טוט זיך האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:וואף...

מיט אפאר ווערטער האט ער געמאכט אז זיין גאנצע קאמישען זאל ווערן קארפטאט, אביוז אף פאוער'דיג, שלעכט וכו' וכו' וכו'.....

דאס איז טאקע מעכטיג.. ס'הייסט! באשאפן א גאנצע יצירה בלויז מיט אפאר ווערטער?!... פאר דעם מוז מען זיין א דעמאקראט..

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:02 pm
דורך פעיק ניוז
כאפצעם האט געשריבן:די גאנצע פראבלעם פון וואס מ'רעדט דא איז אקצעפטירן הילף פון דרויסענדיגע לענדער,

אזוי?! ווער האט אקצעפטירט הילף פון דרויסענדיגע לענדער?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:15 pm
דורך כאפצעם
פעיק נוז האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:קריסטעפער סטיעל הייבט נישט אן אריינקומען דא, ער איז א באצאלטער אינוועסטיגעיטאר/אפפא ריסורטשער (א זאך וואס יעדע סיריעס קאמפיין האט), וואס איז פערצופאל אן אויסלענדישער בירגער.

די גאנצע פראבלעם פון וואס מ'רעדט דא איז אקצעפטירן הילף פון דרויסענדיגע לענדער, וואס אז זיי אפפערן הילף האבן זיי שטייצעך זייערע אינטערעסן אין קאפ, נישט אמעריקא'ס. און דאס איז די פראבלעם.

פארען נעשינעל טייטש אין אידיש אויסלענדישער בירגער, נישט רעגירונג. און די געזעץ פארבאט טאקע בפירוש דאס נעמען איניטינג אף וועליו פון א 'פארען נעשינעל'.

פלאס דאס וואס די רוסישע לויער'קע איז די זעלבע פארעין נעשענעל ווי קריסטאפער סטיעל, און זי האט גאר א מעלה איבער סטיעל, טאקע דאס וואס כאפצעם זאל זיין געזונד נוצט אלס א חסרון - נעמליך - אז זי איז נישט באצאלט געווארן דורך די קאמפיין נאר זי איז געקומען פון זיך אליין, משא"כ ביי סטיעל, איז ער אפיציעל אויפגענומען געווארן דורך די קלינטאן קאמפיין צו טוהן אומלעגאלע אקטן, איך רעד שטייטזיך אויב מען גייט מיט די הנחה אז אינפארמאציע הייסט "אף וועליו".

קוקט אויס האסט נישט פארשטאנען מיין תגובה ווייל דו ברענגסט אזוי שיין ארויס טאקע פארוואס סטיעל איז קיין פראבלעם און דער רוסישער לויער א שרעקליכע פראבלעם.

אין קורצן: א קאמפיין וואס הייערט אן אפפא ריסורטשער ארבייטער ארבייט יענער פארן קאמפיין. א רוסישער, טשייניזער אדער איראנער שליח וואס קומט אנטראגן אפפא ריסורטש ארבייט פאר יענעמס גאווערמענט מיט זייערע (אין רוב קעיסעס) פיינטליכע אינטערעסן אין מיינד.

ופשוט מאוד הוא.

און ניין, איך רעד נישט יעצט וואס איז קרימינאל אדער נישט ווייל די געזעץ איז גאר בראוד, א סעקרעטערי אין א קאמפיין אפיס אין וואשינגטאן וואס האט נישט קיין יו עס סיטיזענשיפ קען פאלן אונטער דעם זעלבן געזעץ... איך דיסקוסיר וואס די יסוד אויף וואס דער געזעץ איז געמאכט געווארן, דהיינו צוליבן געפאר פון דרויסענדיגע הילף וואס וועט ע"פ רוב לויפן אין קעגנזאץ צו אמעריקאנער אינטערעסן.

פארשטייט אייננר נישט דער פראבלעם פון א דרויסענדיגע גאווערמענט ברענגען הילף קעגן איין קאנדידאט? כ'מיין דאס איז קלאר פאר יעדן בער דעת. יעצט קען מיר איינער קלאר מאכן די פראבלעם פון האבן א קאמפיין ארבייטער וואס איז נישט קיין יו. עס. סיטיזען? איך ווארט...

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:18 pm
דורך Think and Thank
בקיצור, דו ווילסט פאוקעסן אויף נעשינעל סעקיוריטי, סכנה, געפילן וכדומה, און איגנארירן דעם פשוט'ן געזעץ איבער וואס די בריוו באציט זיך, וואס פארבאט אויסדרוקליך צו אקצעפטירן עניטינג אף וועליו פון סיי וועלכער אויסלענדער. סארי, מיר האלטן נישט ביים מיטארבעטן מיט דיין סטאנט.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:24 pm
דורך כאפצעם
בקיצור, דו ווילסט פאוקעסן אויף די קלעצערישע ווערטער פון אן אור אלטע אומקלארע געזעץ אן ניצן דעם של ראש וואס עס מיינט און פארוואס עס איז דארט געווארן אריינגעשטעלט, סארי מיר האלטן נישט ביים סטאפן ניצן אונזער זשעלי.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:25 pm
דורך פעיק ניוז
כאפצעם האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:קריסטעפער סטיעל הייבט נישט אן אריינקומען דא, ער איז א באצאלטער אינוועסטיגעיטאר/אפפא ריסורטשער (א זאך וואס יעדע סיריעס קאמפיין האט), וואס איז פערצופאל אן אויסלענדישער בירגער.

די גאנצע פראבלעם פון וואס מ'רעדט דא איז אקצעפטירן הילף פון דרויסענדיגע לענדער, וואס אז זיי אפפערן הילף האבן זיי שטייצעך זייערע אינטערעסן אין קאפ, נישט אמעריקא'ס. און דאס איז די פראבלעם.

פארען נעשינעל טייטש אין אידיש אויסלענדישער בירגער, נישט רעגירונג. און די געזעץ פארבאט טאקע בפירוש דאס נעמען איניטינג אף וועליו פון א 'פארען נעשינעל'.

פלאס דאס וואס די רוסישע לויער'קע איז די זעלבע פארעין נעשענעל ווי קריסטאפער סטיעל, און זי האט גאר א מעלה איבער סטיעל, טאקע דאס וואס כאפצעם זאל זיין געזונד נוצט אלס א חסרון - נעמליך - אז זי איז נישט באצאלט געווארן דורך די קאמפיין נאר זי איז געקומען פון זיך אליין, משא"כ ביי סטיעל, איז ער אפיציעל אויפגענומען געווארן דורך די קלינטאן קאמפיין צו טוהן אומלעגאלע אקטן, איך רעד שטייטזיך אויב מען גייט מיט די הנחה אז אינפארמאציע הייסט "אף וועליו".

קוקט אויס האסט נישט פארשטאנען מיין תגובה ווייל דו ברענגסט אזוי שיין ארויס טאקע פארוואס סטיעל איז קיין פראבלעם און דער רוסישער לויער א שרעקליכע פראבלעם.

אין קורצן: א קאמפיין וואס הייערט אן אפפא ריסורטשער ארבייטער ארבייט יענער פארן קאמפיין. א רוסישער, טשייניזער אדער איראנער שליח וואס קומט אנטראגן אפפא ריסורטש ארבייט פאר יענעמס גאווערמענט מיט זייערע (אין רוב קעיסעס) פיינטליכע אינטערעסן אין מיינד.

ופשוט מאוד הוא.

און ניין, איך רעד נישט יעצט וואס איז קרימינאל אדער נישט ווייל די געזעץ איז גאר בראוד, א סעקרעטערי אין א קאמפיין אפיס אין וואשינגטאן וואס האט נישט קיין יו עס סיטיזענשיפ קען פאלן אונטער דעם זעלבן געזעץ... איך דיסקוסיר וואס די יסוד אויף וואס דער געזעץ איז געמאכט געווארן, דהיינו צוליבן געפאר פון דרויסענדיגע הילף וואס וועט ע"פ רוב לויפן אין קעגנזאץ צו אמעריקאנער אינטערעסן.

פארשטייט אייננר נישט דער פראבלעם פון א דרויסענדיגע גאווערמענט ברענגען הילף קעגן איין קאנדידאט? כ'מיין דאס איז קלאר פאר יעדן בער דעת. יעצט קען מיר איינער קלאר מאכן די פראבלעם פון האבן א קאמפיין ארבייטער וואס איז נישט קיין יו. עס. סיטיזען? איך ווארט...

קודם, א רוסישע לויער איז נישט קיין פארעין גאווערמענט, און איז פונקט אזוי ווי עני-באדי וואס האט נישט קיין יו-עס סיטיזען-שיפ.

צווייטנ'ס, וואס איז די געזעץ? אז מען טאר נישט מקבל זיין פון א דרויסענדיגער נאר ווען יענער איז א אפיציעל געהייערט דורכן קאמפיין, אבער איינמאל ער איז סתם אזוי א נאן יו עס סיטיזען, פאלט ער אטוימאטיש אריין אינטערן איסור הא'געזעץ?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:27 pm
דורך Think and Thank
כאפצעם האט געשריבן:בקיצור, דו ווילסט פאוקעסן אויף די קלעצערישע ווערטער פון אן אור אלטע אומקלארע געזעץ אן ניצן דעם של ראש וואס עס מיינט און פארוואס עס איז דארט געווארן אריינגעשטעלט, סארי מיר האלטן נישט ביים סטאפן ניצן אונזער זשעלי.

סעטער גארנישט העלפן, די געזעץ בלייבט געזעץ ביז מען טוישט עס. דערווייל איז פארבאטן צו נעמען עניטינג אף וועליו פון סיי וועלכע אויסלענדישער, און איך כאפ ניטאמאל פארוואס אין די וועלט דו זאלסט עס וועלן מתיר זיין (אויסער די פאקט אז די דעמאקראטן האבן מעגליך געבראכן דאס געזעץ).
די אלע סכנות זענען גוט פאר רעטאריק. למעשה איז נוגע וואס די געזעץ זאגט.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:30 pm
דורך Think and Thank
עניוועי כאפ איך יעצט ווי דו האסט באוויזן צו פארדרייען דעם שמועס. די שמועס איז געווען איבער די בריוו, וואס באציט זיך אויסדרוקליך צו די אמערקאנער געזעץ וואס מולער האט באשטעטיגט אז טראמפ האט נישט געבראכן, און קלינטאן האט עס גאנץ מעגליך יא געבראכן דורכ'ן נעמען אינפא פון אן אויסלענדישער בירגער, און די געזעץ מאכט נישט קיין שום חילוק (פארוואס דען יא?) צווישן באצאלט און נישט באצאלט.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:31 pm
דורך פעיק ניוז
כאפצעם האט געשריבן:בקיצור, דו ווילסט פאוקעסן אויף די קלעצערישע ווערטער פון אן אור אלטע אומקלארע געזעץ אן ניצן דעם של ראש וואס עס מיינט און פארוואס עס איז דארט געווארן אריינגעשטעלט, סארי מיר האלטן נישט ביים סטאפן ניצן אונזער זשעלי.

ניין, די בריוו וויל פאוקעסן. די בריוו ברענגט ארויס אז מען טאר נישט נעמען קיין אינפארמאציע פון א דרויסענדיגער, מחמת א געזעץ וואס זאגט אז מען טאר נישט נעמען קיין "אף וועליו" הילף פון א דרויסענדיגער" יעצט לאמיר אפלאזן דאס צו אינפארמאציע גייט אריין אין דעם כלל, אבער לאמיר שוין זאגן אז יא, וואו אין די געזעץ אדער אין די בריוו זעהסטו אז אזא איינער ווי קריסטאפער סטיעל זאל נישט אריינגיין אין דעם כלל? אפי' אין די בריוו איז נישט געשטאנען דיינע טעמי דקראי.