אלעס ארום ריפיעלן/פיקסן אבאמאקעיר

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

But Mr. Gingrich rejected the idea that Mr. Trump’s presidency would be hobbled by the health care debacle or any of the other setbacks. He predicted that the president would win confirmation of Judge Gorsuch, and noted that even as the health care bill failed, Mr. Trump on Friday reversed Mr. Obama’s rejection of the Keystone XL oil pipeline, a project that is popular among Mr. Trump’s supporters.


“He was the president this morning. He will be the president tomorrow. He has all the advantages that that implies,” Mr. Gingrich said. “He’s having a better presidency than anybody in the Washington media thinks.”

And Mr. Trump is not alone in making early missteps.

President Bill Clinton got embroiled in an early controversy over service by *** in the military. And the effort by his wife, Hillary Clinton, to overhaul health care failed just as spectacularly as Mr. Trump’s did. Mr. Obama lost his bid for “cap and trade” legislation limiting carbon emissions, though that defeat came during his second year in office.

NY times
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

נגיד האט געשריבן:בוידעם, ווען די דעמאקראטן וואלטן געהאט אזאנע לינזי גרעמ'ס און דשאן מעקעין'ס און אלע סעלף העיטעד ריפאבליקענס אין די דעמאקראטישע פארטיי, וואלט ער סאך ווייניגער אויפגעטון, ופשוט.


דאס איז נאך א חלק פון די פיינע תירוצים, אבער די מציאות טוישט עס נישט, כמובן.

לאמיר נישט פארגעסן, ער איז דער וואס גייט מאכן סדר...
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

א פרעזידעניטליכע טורם איז נישט נאר 66 טעג. אין קעיס האסט נישט געוויסט...
I reserve the right to disagree
12:56
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

הא ?
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

Naftule האט געשריבן:

רעדנדיג פון גינגריטש

זיבן דרייסיג אינדערפרי
IMG_20170325_162437.jpg

צוויי דרייסיג נאכמיטאג
IMG_20170325_162434.jpg
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

נגיד האט געשריבן:בוידעם, ווען די דעמאקראטן וואלטן געהאט אזאנע לינזי גרעמ'ס און דשאן מעקעין'ס און אלע סעלף העיטעד ריפאבליקענס אין די דעמאקראטישע פארטיי, וואלט ער סאך ווייניגער אויפגעטון, ופשוט.

מענטשין פון וועסט ווירדזשיניע איז נאך אזא 'מעווריק' ווי מקעין אדער גרעהעם.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

בוידעם האט געשריבן:מר. מטעמים, מיט אלע תירוצים בלייבט ער דער אנזעצער, א געלונגענע פרעזידענט אווי אבאמא האט סאום הו אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט.

אפילו נישט אזא געלונגענער ווי אבאמא האט אויך ׳עפעס׳ דורעכגעפירט, צו שטיין אין די מצב וואס טראמפ שטייט, אין די צייט וואס ער האט ביידע הייזער, דארף מען זיין א יודזשש לא יוצלח, מיט זעראו נאלידזש אין גאווערנען, און דאס איז וואס אונזער ירום הודו האט.

איך פארשטיי נישט פארוואס מען זאל האבן געקלערט אנדערש.

איך זיך נישט קיין תירוצים, איך האב געשריבען די מציאות וואס איך זעה.

אויב איז אבאמא געוועהן אזוי געלונגען פארוואס האט ער אויף קיין איין גרויסע בילל נישט געקענט האבען קיין איין רעפובליקען? און פארוואס זעהט אויס ״לויט טייל עקנאמיסטען״ אז זיין אבאמא קעיר בילל איז א דורעכפאל און עס איז אן עמערזשענסי עס צוריק צודרייען?

עס זעהט אויס ווי די געדאנק פון אבאמא איז געוועהן איבער לאזען אלע שווערע חלקים פון די בילל אויף 2017 אזוי אז ווען הילערי וועט אריינקומען וועט זי קענען דורעך פירען א ריליעף בילל וואס וועט קענען מאכען אז אבאמא קעיר זאל סארווייווען.

טראמפ איז ניי אין פאליטיק, עס איז אמת. און עס איז געוועהן ערווארטעד אז וואשינגטאן וואס איז פארפוילט פון קאפ ביז פיס וועט אים פרובירען שווער מאכען אויסצופירען זיינע פלענער וואס ער האט צוגעזאגט פארען פאלק.

עס איז צו אלעמענס האפענונג אז טראמפ זאל צום סוף דורעך פירען זיין אגענדע, ווייל זיין אגענדע איז סך הכל דאס בעסטע פאר אמעריקע.

עס לאזט זיך זאגען אז די אלע וואס האפען אויף זיין דורעכפאל איז עס בלויז א געפילישע איר אלטע מערכה נאך פון די פריימעריס ווי איידער קוקען אויף די רעאליטעט פון די פיוטשער, די יעצטיגע מערכה צווישען די דעמאקראטישע אבסטראקשעניזעם מיט זייערע נערישע אידעאלאגישע שותפים אין די פרידאם קאקוס איז צו ערווארטען אז יעדער מיט די ריכטיגע פארשטאנד זאל זיין אויפען פרעזידענטס זייט ווייל זיין מהלך איז צו העלפען דאס פאלק ווי איידער די אנדערע וואס זענען נאר דא פאראויס צו שטיפען זייער אייגענע אגענדע.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

יעדע פרעזידענט האט דורכפעלער

אבער אזא צענטער אישו וואס איז געשטאנען נאמבערס איינס אויף יעדע צוזאג ליסטע, זאל אזוי שטארק צופאטשט ווערן, בשעת ווען מען האט ביידע הייזער איז לכו' א זעלטענהייט.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

כאפצעם האט געשריבן:דעמקאראטן איבערן לאנד פאפן שאמפעין.

יא יא, ווארט נאר ביז נאך קאונטיס וועלן גיין אין די פיסטריט פון די ערשטע צוויי וואס האבן אינגאנצן נישט קיין פראוויידער אונטער אבאמאקעיר, און נאך וועלן זיך צושטעלן צום דריטל וואס האבן נאר איין פראוויידער, און צום צווייטן דריטל וואס האבן נאר צוויי.

דעמאלטס וועלן פארשטייט זיך אויך די רעפובליקאנער זיין שולדיג, אבער קיין שאמפעין וועט זיך נישט גיסן.

עס איז כדאי יעדער זאל אוועקלייגן א פדפ פון די לעצטע פאר בלעטער אין דעם אשכול, און עסאפירברענגען אין א יאר צוויי פון יעצט, און זען ווער עס האט זיך גאר געפרייט אז אבאמאקעיר איז געבליבן כמות שהוא, און וואס זיי וועלן דעמאלטס שרייען.
לעצט פארראכטן דורך משהזוךמיר אום זונטאג מארטש 26, 2017 12:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

בי די ריפאבליקאנער פירט זיך נישט דורך בילס ווי ביי די דעמס אז ״קודם זאל די ביל דורכגיין און דערנאך וועט מען זען וואס דארטן טוט זיך...״ די פרייטאג׳דיגע אנטוויקלינג איז א פלאפ פאר טראמפ אבער ס׳שווער אנצוצייגן אז טראמפ איז שולדיג אויף די אויסגאנג.
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

דעמאקראטן האבן געארבעט דרייצן חדשים אויף אבאמאקעיר, מיטגעארבעט מיט די העלט אינשורענס און שפיטאל אינדוסטריעס, דאקטער אסאסיעישנס, קאנסומער גרופעס.

טראמפ/רייען האבן געארבעט זיבעצן טעג (אריינגערעכנט דריי טראמפ וויקענד וואקאציעס..) אן קיין איינע פון די אויבענדערמאנטע העלטקעיר גרופעס.

סראלי האט געשריבן:בי די ריפאבליקאנער פירט זיך נישט דורך בילס ווי ביי די דעמס אז ״קודם זאל די ביל דורכגיין און דערנאך וועט מען זען וואס דארטן טוט זיך..."


אָהאָ.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

כ'פרוביר טאקע צו טרעפן סיבות אבאמא האט נישט געהאט קיין איין רעפובליקאנער צו וואוטן אויף זיינע ביל'ס.

1) אפשר איז ער געווען א אומפאפולערער פרעזידענט? ניין

2) פארלוירן די פאפולער וואוט?
ניין. געווינען מיט 8 פראצענט

3) געווען אונטער אויספארשונג פאר מעגליכע פארבינדונגען מיט רוסלאנד?
ניין

4) געווען זייער צוטיילעריש, אפגעפרעמדט דעם ברייטן פובליק, געבוליט ווער עס איז אין געשטאנען אין וועג?
ניין

5) מסתמא האט ער נישט פרובירט צו פארהאנדלען מיט רעפובליקאנער?
אויך נישט. אין פאקט, די קאמפליצירטקייט פון אבאמאקעיר איז אין גרויס טייל צו פארדאנקען זיין ארויס גיין פון וועג צו פרובירן עפעס וואס קען זיין ביי פארטיזאן. ער האט גענומען א רעפובליקאנער פלאן, האפנדיג צו באקומען שטיצע פון זיי. און האט כסדר געוויינט און געבעטן צו זיי פאר אינפוט, מיינונגען א.א.וו., אבער האט באקומען איין ענטפער: א גרויסן ניין.

איך בלייב מיט איין מעגליכע תירוץ: זיי האבן געהאלטן ער איז נישט לעגיטים, ער האט נישט קיין בוירט סערטיפיקאט...

(ווער עס איז נישט גענוג אלט צו געדענקען די אמת'ע סיבה, זאל פרובירן מברר צו זיין מער דעטאלן איבער די גרויסע אסיפה ינואר 20 2009 אויפדערנאכט, בהשתתפות גינגריטש, מעקאנעל, בעינאר, קענטאר און אלע אנדערע הויכע רעפובליקאנער שישקעס).

אבער די דעמאקראטן האבן געדארפט קומען העלפן טראמפ מיט די אויבנדערמאנטע 5 'מעלות' און נאך פיל מער, צו וואוטן פאר א ביל וואס רעפובליקאנער מאדערעיטס האבן נישט געקענט שטימען דערפאר און גייט קעגן אלעס וואס זיי גלייבן.

אין קעיס דו ביסט עכט נייגעריג, דעמאקראטן זענען מער ווי גרייט צו וואוטן פאר ביל'ס וואס פיקסן העלטקעיר און מאכן עס בעסער און מער צוגענגליך.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:דעמאקראטן האבן געארבעט דרייצן חדשים אויף אבאמאקעיר, מיטגעארבעט מיט די העלט אינשורענס און שפיטאל אינדוסטריעס, דאקטער אסאסיעישנס, קאנסומער גרופעס.

טראמפ/רייען האבן געארבעט זיבעצן טעג (אריינגערעכנט דריי טראמפ וויקענד וואקאציעס..) אן קיין איינע פון די אויבענדערמאנטע העלטקעיר גרופעס.

סראלי האט געשריבן:בי די ריפאבליקאנער פירט זיך נישט דורך בילס ווי ביי די דעמס אז ״קודם זאל די ביל דורכגיין און דערנאך וועט מען זען וואס דארטן טוט זיך..."


אָהאָ.

די גאנצע דעמאקראטישע פארטיי האט געארבעט דערויף? יעדע קאנגרעסמאן און סענאטאר? אדער האבן זיי באקומען די עטליכע טויזנט בלעטער ביל אפאר טעג פאר די וואוט דערויף?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

משהזוךמיר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:דעמקאראטן איבערן לאנד פאפן שאמפעין.

יא יא, ווארט נאר ביז נאך קאונטיס וועלן גיין אין די פיסטריט פון די ערשטע צוויי וואס האבן אינגאנצן נישט קיין פראוויידער אונטער אבאמאקעיר, און נאך וועלן זיך צושטעלן צום דריטל וואס האבן נאר איין פראוויידער, און צום צווייטן דריטל וואס האבן נאר צוויי.

דעמאלטס וועלן פארשטייט זיך אויך די רעפובליקאנער זיין שולדיג, אבער קיין שאמפעין וועט זיך נישט גיסן.

עס איז כדאי יעדער זאל אוועקלייגן א פדפ פון די לעצטע פאר בלעטער אין דעם אשכול, און עסאפירברענגען אין א יאר צוויי פון יעצט, און זען ווער עס האט זיך גאר געפרייט אז אבאמאקעיר איז געבליבן כמות שהוא, און וואס זיי וועלן דעמאלטס שרייען.


די רעפובליקאנער ביל האט גארנישט געטון דאס צו בעסער מאכן, אין פאקט איז עס געווען ערווארטעט צוצוברענגען מער קאונטי'ס זאלן פארלירן זייער לעצטע פראוויידער.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

משהזוךמיר האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:דעמאקראטן האבן געארבעט דרייצן חדשים אויף אבאמאקעיר, מיטגעארבעט מיט די העלט אינשורענס און שפיטאל אינדוסטריעס, דאקטער אסאסיעישנס, קאנסומער גרופעס.

טראמפ/רייען האבן געארבעט זיבעצן טעג (אריינגערעכנט דריי טראמפ וויקענד וואקאציעס..) אן קיין איינע פון די אויבענדערמאנטע העלטקעיר גרופעס.

סראלי האט געשריבן:בי די ריפאבליקאנער פירט זיך נישט דורך בילס ווי ביי די דעמס אז ״קודם זאל די ביל דורכגיין און דערנאך וועט מען זען וואס דארטן טוט זיך..."


אָהאָ.

די גאנצע דעמאקראטישע פארטיי האט געארבעט דערויף? יעדע קאנגרעסמאן און סענאטאר? אדער האבן זיי באקומען די עטליכע טויזנט בלעטער ביל אפאר טעג פאר די וואוט דערויף?

יא ער וויל זיך מאכען פארגעסען אז פאר עפעס א סיבה האט זי געזאגט ״קודם זאל די ביל דורכגיין און דערנאך וועט מען זען וואס דארטן טוט זיך"
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:דעמאקראטן האבן געארבעט דרייצן חדשים אויף אבאמאקעיר, מיטגעארבעט מיט די העלט אינשורענס און שפיטאל אינדוסטריעס, דאקטער אסאסיעישנס, קאנסומער גרופעס.

טראמפ/רייען האבן געארבעט זיבעצן טעג (אריינגערעכנט דריי טראמפ וויקענד וואקאציעס..) אן קיין איינע פון די אויבענדערמאנטע העלטקעיר גרופעס.

סראלי האט געשריבן:בי די ריפאבליקאנער פירט זיך נישט דורך בילס ווי ביי די דעמס אז ״קודם זאל די ביל דורכגיין און דערנאך וועט מען זען וואס דארטן טוט זיך..."


אָהאָ.


אז נענסי פעלאסי שטעלט זיך אויף ברבים און זאגט אז מ׳דארף דורכפירן דעם ביל צו וויסן וואס עס שטייט דארטן... איי געיס אז די געזעץ געבער זענען נישט געווען אזוי קלאר דערמיט
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

מי חכם האט געשריבן:כ'פרוביר טאקע צו טרעפן סיבות אבאמא האט נישט געהאט קיין איין רעפובליקאנער צו וואוטן אויף זיינע ביל'ס.

1) אפשר איז ער געווען א אומפאפולערער פרעזידענט? ניין

2) פארלוירן די פאפולער וואוט?
ניין. געווינען מיט 8 פראצענט

3) געווען אונטער אויספארשונג פאר מעגליכע פארבינדונגען מיט רוסלאנד?
ניין

4) געווען זייער צוטיילעריש, אפגעפרעמדט דעם ברייטן פובליק, געבוליט ווער עס איז אין געשטאנען אין וועג?
ניין

5) מסתמא האט ער נישט פרובירט צו פארהאנדלען מיט רעפובליקאנער?
אויך נישט. אין פאקט, די קאמפליצירטקייט פון אבאמאקעיר איז אין גרויס טייל צו פארדאנקען זיין ארויס גיין פון וועג צו פרובירן עפעס וואס קען זיין ביי פארטיזאן. ער האט גענומען א רעפובליקאנער פלאן, האפנדיג צו באקומען שטיצע פון זיי. און האט כסדר געוויינט און געבעטן צו זיי פאר אינפוט, מיינונגען א.א.וו., אבער האט באקומען איין ענטפער: א גרויסן ניין.

איך בלייב מיט איין מעגליכע תירוץ: זיי האבן געהאלטן ער איז נישט לעגיטים, ער האט נישט קיין בוירט סערטיפיקאט...

(ווער עס איז נישט גענוג אלט צו געדענקען די אמת'ע סיבה, זאל פרובירן מברר צו זיין מער דעטאלן איבער די גרויסע אסיפה ינואר 20 2009 אויפדערנאכט, בהשתתפות גינגריטש, מעקאנעל, בעינאר, קענטאר און אלע אנדערע הויכע רעפובליקאנער שישקעס).

אבער די דעמאקראטן האבן געדארפט קומען העלפן טראמפ מיט די אויבנדערמאנטע 5 'מעלות' און נאך פיל מער, צו וואוטן פאר א ביל וואס רעפובליקאנער מאדערעיטס האבן נישט געקענט שטימען דערפאר און גייט קעגן אלעס וואס זיי גלייבן.

אין קעיס דו ביסט עכט נייגעריג, דעמאקראטן זענען מער ווי גרייט צו וואוטן פאר ביל'ס וואס פיקסן העלטקעיר און מאכן עס בעסער און מער צוגענגליך.

זייט ווען האט וואוטן פאר א ביל צו דער פרעזידענט איז יא אדער נישט פאפולער? זענען די קאנגרעסלייט און סענאטארן די פארשטייער פון פרעזידענט אדער פון פאלק?

דער תירוץ איז, די דעמאקראטן זענען פארשטייער פון זייער פארטיי, און די רעפובליקאנער (עפ''י רוב) זענען פארשטייער פון זייערע קאנסטיטשוענטס.

מיט דעם איז זייער פארשטענדליך וויאזוי ס'קען זיין אז קיין איין דעמאקראט האט נישט געוואוט קעגןאבאמאקעיר. ס'איז נישט אז קיינער פון זיי האט נישט געכאפט די ריזיגע לעכער פון אבאמאקעיר, נאר עס איז זיי פשוט נישט אנגעגאנגען, ווייל דאס איז וואס די פארטייפארלאנגט יעצט.

און דאס איז אויך מסביר פארוואס די יעצטיגע ביל איז דורכגעפאלן - וויילעס איז שלעכט פאר'ן קאנסומער, און די רעפובליקאנער זענען אין קאנטראל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

מי חכם האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:דעמקאראטן איבערן לאנד פאפן שאמפעין.

יא יא, ווארט נאר ביז נאך קאונטיס וועלן גיין אין די פיסטריט פון די ערשטע צוויי וואס האבן אינגאנצן נישט קיין פראוויידער אונטער אבאמאקעיר, און נאך וועלן זיך צושטעלן צום דריטל וואס האבן נאר איין פראוויידער, און צום צווייטן דריטל וואס האבן נאר צוויי.

דעמאלטס וועלן פארשטייט זיך אויך די רעפובליקאנער זיין שולדיג, אבער קיין שאמפעין וועט זיך נישט גיסן.

עס איז כדאי יעדער זאל אוועקלייגן א פדפ פון די לעצטע פאר בלעטער אין דעם אשכול, און עסאפירברענגען אין א יאר צוויי פון יעצט, און זען ווער עס האט זיך גאר געפרייט אז אבאמאקעיר איז געבליבן כמות שהוא, און וואס זיי וועלן דעמאלטס שרייען.


די רעפובליקאנער ביל האט גארנישט געטון דאס צו בעסער מאכן, אין פאקט איז עס געווען ערווארטעט צוצוברענגען מער קאונטי'ס זאלן פארלירן זייער לעצטע פראוויידער.

אה, סאו דאס לאזן אבאמאקעיר אין קראפט האט ממש געראטעוועט די קאונטיס. עמיר זיך זען אין א יאר צוויי.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

די דעמאקראטן קענען דורכפירן מער ווען זיי זענען אין Power. אבער נישט ווייל זיי זענען דיעל מעקערס אדער גרעסערע חכמים. די פארטיי פירער זענען באמת בעה״ב און מאכן זיכער אז מ׳טוט וואס זיי הייסן.
דאס ריגן די וואלן לטובת הילערי (עיין וויקיליעקס אימעילס) איז בלויז א קליינער ביישפיל ״פאר די וואס ווילן פארשטיין.״

יא, מ׳דארף דורכפירן דעם ביל צו וויסן וואס דארטן שטייט...
וואס נאך איז נייעס?
ישראל אשר בך אתפאר
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

משהזוךמיר האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:כ'פרוביר טאקע צו טרעפן סיבות אבאמא האט נישט געהאט קיין איין רעפובליקאנער צו וואוטן אויף זיינע ביל'ס.

1) אפשר איז ער געווען א אומפאפולערער פרעזידענט? ניין

2) פארלוירן די פאפולער וואוט?
ניין. געווינען מיט 8 פראצענט

3) געווען אונטער אויספארשונג פאר מעגליכע פארבינדונגען מיט רוסלאנד?
ניין

4) געווען זייער צוטיילעריש, אפגעפרעמדט דעם ברייטן פובליק, געבוליט ווער עס איז אין געשטאנען אין וועג?
ניין

5) מסתמא האט ער נישט פרובירט צו פארהאנדלען מיט רעפובליקאנער?
אויך נישט. אין פאקט, די קאמפליצירטקייט פון אבאמאקעיר איז אין גרויס טייל צו פארדאנקען זיין ארויס גיין פון וועג צו פרובירן עפעס וואס קען זיין ביי פארטיזאן. ער האט גענומען א רעפובליקאנער פלאן, האפנדיג צו באקומען שטיצע פון זיי. און האט כסדר געוויינט און געבעטן צו זיי פאר אינפוט, מיינונגען א.א.וו., אבער האט באקומען איין ענטפער: א גרויסן ניין.

איך בלייב מיט איין מעגליכע תירוץ: זיי האבן געהאלטן ער איז נישט לעגיטים, ער האט נישט קיין בוירט סערטיפיקאט...

(ווער עס איז נישט גענוג אלט צו געדענקען די אמת'ע סיבה, זאל פרובירן מברר צו זיין מער דעטאלן איבער די גרויסע אסיפה ינואר 20 2009 אויפדערנאכט, בהשתתפות גינגריטש, מעקאנעל, בעינאר, קענטאר און אלע אנדערע הויכע רעפובליקאנער שישקעס).

אבער די דעמאקראטן האבן געדארפט קומען העלפן טראמפ מיט די אויבנדערמאנטע 5 'מעלות' און נאך פיל מער, צו וואוטן פאר א ביל וואס רעפובליקאנער מאדערעיטס האבן נישט געקענט שטימען דערפאר און גייט קעגן אלעס וואס זיי גלייבן.

אין קעיס דו ביסט עכט נייגעריג, דעמאקראטן זענען מער ווי גרייט צו וואוטן פאר ביל'ס וואס פיקסן העלטקעיר און מאכן עס בעסער און מער צוגענגליך.

זייט ווען האט וואוטן פאר א ביל צו דער פרעזידענט איז יא אדער נישט פאפולער? זענען די קאנגרעסלייט און סענאטארן די פארשטייער פון פרעזידענט אדער פון פאלק?

דער תירוץ איז, די דעמאקראטן זענען פארשטייער פון זייער פארטיי, און די רעפובליקאנער (עפ''י רוב) זענען פארשטייער פון זייערע קאנסטיטשוענטס.

מיט דעם איז זייער פארשטענדליך וויאזוי ס'קען זיין אז קיין איין דעמאקראט האט נישט געוואוט קעגןאבאמאקעיר. ס'איז נישט אז קיינער פון זיי האט נישט געכאפט די ריזיגע לעכער פון אבאמאקעיר, נאר עס איז זיי פשוט נישט אנגעגאנגען, ווייל דאס איז וואס די פארטייפארלאנגט יעצט.

און דאס איז אויך מסביר פארוואס די יעצטיגע ביל איז דורכגעפאלן - וויילעס איז שלעכט פאר'ן קאנסומער, און די רעפובליקאנער זענען אין קאנטראל.

;l;p- גאר אמת'דיג און גוט ארויסגעברענגט!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די קוואוט פון פעלאוסי

Speaker Nancy Pelosi said Tuesday that people won’t appreciate how great the Democrat’s health plan is until after it passes.“You’ve heard about the controversies, the process about the bill…but I don’t know if you’ve heard that it is legislation for the future – not just about health care for America, but about a healthier America,” she told the National Association of Counties annual legislative conference, which has drawn about 2,000 local officials to Washington. “But we have to pass the bill so that you can find out what is in it – away from the fog of the controversy.”


יעדער פארשטייט גאנץ גוט וואס זי האט געמיינט.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

מי חכם האט געשריבן:כ'פרוביר טאקע צו טרעפן סיבות אבאמא האט נישט געהאט קיין איין רעפובליקאנער צו וואוטן אויף זיינע ביל'ס.

איין תירוץ איז אז די ריפאבליקאנער זענען נישט אזעלכע טיפשים ווי די אבאמא קעיר ארכיטעקט מיינט
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:זעהטס וואס די ארכיטעקט פון אבאמא קעיר איז מודה וועגען די CBO וואס ער האלט אויף די אמעריקאנע וואוטערס און וואס ער זאגט אויף טרענספערענסי ווען מען וויל אפנארען די עולם און דורך פירען א ביל
קאמענטארן זענען איבריג.
זיי נישט קיין חכם/obamacareJG

די צווייטער תירוץ איז אז די ריפאבליקאנער זענען נישט געווען אזוי אינטערעסירט וואס שטייט אין די ביל אז זיי זאלען וואטען פאר א 2 טויזענט פעיזשעס ביל אן וויסען וואס שטייט דארטען
נענסי פלאוסי האט געשריבן:we have to pass the bill so that you can find out what is in it


סאו די קשיא דארף ענדערשער זיין פארוואס עס איז נישט געווען געניג דעמאקראטען וואס האבען געוואוט דערקעגען נאכדערצו אז עס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס דיזעסטער און איך בין זיכער אז צווישען די דעמקראטען איז דא געציילטע קליגע וואס האבען עס פארגעזעהן (אויב זיי האבען געוויסט וואס שטייט אין די 2 טויזענט פעיזשעס)
לעצט פארראכטן דורך קאמפיוטער עקספערט אום זונטאג מארטש 26, 2017 12:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:דאס איז די קוואוט פון פעלאוסי

Speaker Nancy Pelosi said Tuesday that people won’t appreciate how great the Democrat’s health plan is until after it passes.“You’ve heard about the controversies, the process about the bill…but I don’t know if you’ve heard that it is legislation for the future – not just about health care for America, but about a healthier America,” she told the National Association of Counties annual legislative conference, which has drawn about 2,000 local officials to Washington. “But we have to pass the bill so that you can find out what is in it – away from the fog of the controversy.”


יעדער פארשטייט גאנץ גוט וואס זי האט געמיינט.

סתם פאר נייגעריגקייט: די רעפובליקאנער ביל האסטו אויך געהאלטן אז ס'איז דא אן ענין עס צו באטראכטן אוועק פון די קאנטראווערסיעס ארום דעם?

און אפשר איז נישט אזא גוטע איידיע עס צו פעסן און 'נאכדעם' באטראכטן רואיג, נאר ענדערש לאזן באטראכטן רואיג, אן דעם 'פאג' פון קאנטראווערסיע, און נאכדעם עס פעסן?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מי חכם, דער שקר אז אבאמא האט פרובירט ארבייטען מיט די רעפובליקאנע איז מרפסין איגרא.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

שטעלן זיך אויף א כאפטע רעפובליקאנער וואס האבן צוויי טעג צוריק געשטיצט א ביל וואס וואלט גורם געווען פינף און צוואנציג מיליאן אמעריקאנער זאלן פארלירן העלט אינשורענס, א ביל וואס וואלט געשניטן 25% פון מעדיקעיד, א ביל וואס וואלט געהעכערט פרימיומס פאר עלטער און קראנקע מיט הונדערטער פראצענטן, א ביל וואס וואלט דראסטיש רעדוצירט אינשורענס סטאנדארטן, א ביל וואס וואלט דראסטיש געהעכערט קאו-פעיס, א ביל וואס איז שארף באקעמפט געווארן דורך קאנסומער גרופעס, א ביל וואס איז געשריבן געווארן אין דריי וואכן, א ביל וואס איז ארומגעטוישט געווארן יענע נאכט צו באפרידיגן א גרופע "פרידאם" עקסטרעמיסטן, א ביל וואס האט געהאט די שטיצע פון 17% אמעריקאנער,
און דרייען א קאפ איבער
א ביל וואס האט צוגעשטעלט העלט אינשורענס פאר בערך צוואנציג מיליאן אמעריקאנער, א ביל וואס האט זיכער געמאכט אז א מענטש וואס צאלט פרימיומס פאר אינשורענס באקומט טאקע עפעס וואס קען גערופן ווערן מיט דעם נאמען, א ביל וואס איז געשטיצט געווארן דורך די אינדוסטריע, שפיטאל, דאקטאר און קאנסומער גרופעס, א ביל וואס איז אויסגעהאמערט געווארן פאר פיר הונדערט טעג, א ביל וואס די ענטגילטיגע ווערסיע דערפון איז געווארן ארויפגעשטעלט אנליין דריי טעג פארן שטימען דערויף (צוליב דעם וואס די רעפובליקאנער האבן זיך גע'עקשנ'ט דערויף), א ביל וואס האט געשניטן די וואוקס אין העלט אינשורענס פרימיומס פון כמעט אכט פראצענט א יאר דורכאויס די יארצענליג פארדעם צו א דורכשניט פון אונטער פינף פראצענט א יאר,
און מיינען אז זיי געווינען די ארגומענט מיטן מיס'קוואוטן פעלאוסי...

וועלקאם טו די רעפובליקאנער ווערסיע פון גאווערנענס און פאליסי.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”