שוידערליכע עקסידענט: האברך ר' משה יודא וויינער ע"ה

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובה דורך טשאלענט »

חכם הרזים האט געשריבן:
ארעלע האט געשריבן:מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

Dropbox please
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובה דורך יציב פתגם »

בארד אין פיאות האט געשריבן:א צדיק געווען אייביג געהאט א שמייכעל. איך האלט עס נישט אויס

unnamed.jpg
unnamed.jpg (11.7 KiB) געזען 8051 מאל
בארד אין פיאות
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:53 pm

תגובה דורך בארד אין פיאות »

ארבייט נישט קען איינער פליז דאונלאודן און שיקען ?
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובה דורך פארפלאנטערט »

חכם הרזים האט געשריבן:
ארעלע האט געשריבן:מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

Dropbox please

https://www.dropbox.com/s/5gqmg21co6w38 ... r.mp3?dl=0
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 11:19 am

תגובה דורך יענקעל משה »

געהערט עפעס א נייע הערליכע ניגון לע"נ משה לייב קען עס איינער ביטע ארויפשטעלן
לחיים לחיים לחיים
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 12:55 pm

תגובה דורך לחיים לחיים לחיים »

קען מיר אפשר איינער מסביר זיין דער געוואלדיגער זינלאזער אויפטו פון ארויסגעבען א ספעציעלן ניגון אין ליכט פון אזא שוידרליכע טראגעדיע ??? דאס דארף צו טרייסטען די צובראכענע פאמילע ?? איך בין בכלל נישט משיג דעם ענין
לעצט פארראכטן דורך לחיים לחיים לחיים אום מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 11:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

תגובה דורך יהודי »

זיי קענען עס במילא נישט הערן.
און מיינע אויערן קוקט עס אויס ווי בסוכות תשבו...
א פשוטע איד.
ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובה דורך ha ha »

יהודי האט געשריבן:זיי קענען עס במילא נישט הערן.
און מיינע אויערן קוקט עס אויס ווי בסוכות תשבו...

;l;p-
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובה דורך אויסגערעכנט »

א ניגון אן קיין טעם און קיין ראם... זעט אויס אז איך פארשטיי נישט דערצו.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובה דורך טשאלענט »

אויסגערעכנט האט געשריבן:א ניגון אן קיין טעם און קיין ראם... זעט אויס אז זיי פארשטיי נישט דערצו.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

אויסגערעכנט האט געשריבן:א ניגון אן קיין טעם און קיין ראם... זעט אויס אז איך פארשטיי נישט דערצו.

אפשר פארשטייסטו יא דערצו און אפשר איז דאס וואס לחיים לחיים לחיים פארשטייט נישט, אט אזוי שפילט מען אראפ א ביטערע טראגעדיע ל"ע. ויבולע המות לנצח ונודה לך שיר חדש על גאולתינו, בקרוב.
balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובה דורך balkishron »

Drop box please
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובה דורך ווינקל »

אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובה דורך קאץ און מויז »

מאמענט
אטעטשמענטס
photo_2016-12-07_13-05-15.jpg
photo_2016-12-07_13-05-11.jpg
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 8:12 pm

תגובה דורך תורה סחורה »

מו''ה משה לייב ע''ה עוסק בתורה.
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובה דורך קאץ און מויז »

עידזש
אטעטשמענטס
photo_2016-12-08_10-18-07.jpg
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8835
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

תורה סחורה האט געשריבן:מו''ה משה לייב ע''ה עוסק בתורה.

פיינע נייעס דער איד האט א בילד אויפן דעקל פון ביהמ"ד סאטמאר הופער (מהר"א)
קאמענטארן זענען איבריג
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

תגובה דורך מונאוויטש »

ניס קראכער האט געשריבן:
תורה סחורה האט געשריבן:מו''ה משה לייב ע''ה עוסק בתורה.

פיינע נייעס דער איד האט א בילד אויפן דעקל פון ביהמ"ד סאטמאר הופער (מהר"א)
(קאמענטארן זענען) [דער תגובה איז] איבריג
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובה דורך טשאלענט »

מונאוויטש האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
תורה סחורה האט געשריבן:מו''ה משה לייב ע''ה עוסק בתורה.

פיינע נייעס דער איד האט א בילד אויפן דעקל פון ביהמ"ד סאטמאר הופער (מהר"א)
(קאמענטארן זענען) [דער תגובה איז] איבריג

;l;p-
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

קאץ און מויז האט געשריבן:עידזש

סתם א באמערקונג אויפן קעפל דארט, דער ו' פון ומשה איז לכאורה איבריג. לפי זכרוני שרייבט מען געווענליך משה עלה למרום אדער ווי די ניגון גייט משה רבינו עלה למרום אדער ווי מ'זאגט אין די שבועות'דיגע פיוטים טובי' למרום עלה אדער ווי די גמ' זאגט בשעה שעלה משה למרום אדער ווי אין פסוק שטייט ומשה עלה אל האלקים, אבער ומשה עלה למרום? (כ'פארשטיי אז ס'איז נישט מעלה ומוריד, סתם אזוי).

ביים ארויפקלעטערן אמאל דעם בארגיגן וועג צום אוהל הק' אין ביה"ח אין ק"י האב איך באמערקט ביים דורכגאנג אויף א מציבה פון א חשובן איד ז"ל וועלכער איז נפטר געווארן שבועות דאס לשון משה עלה למרום ביום מתן תורה, ביים עס דערציילן פאר מיין טאטן ז"ל האט ער גלייך געוואוסט פון וועלכן איך רעד און מיר געזאגט אז די מציבה איז דער אבן הפינה פון די תקנה אז יעדע נוסח המציבה דארף האבן די באשטעטיגונג פון קהל אדער חברה קדישא וכדומה.

כ'ווייס נישט פון וואו דער צעטל קומט אבער אויב איז עס פון א צייטונג פארשטיי איך אז עס איז דאך אנדערש, ווייל ביי א מציבה קען די נשמה ליידן פון איבריגע שבחים משא"כ ביי א צייטונג איז דער גוף דאס וואס איז מרויח דערויף או להיפך.

אגב, דערציילט אונז די גמ' אז ווען ריש לקיש איז נסתלק געווארן און ר' יוחנן איז געבליבן אן זיין גרויסן חברותא ובר פלוגתא האט ער זיך נישט געקענט בארואיגן ווייל ער האט נישט געטראפן נאך אזא תלמיד ותיק, האבן די חכמים אויסגעוועלט ר' אלעזר בן פדת אים צו ערזעצן ווייל מחדדין שמעתתי', און זיי צוזאמענגעשטעלט.

די הייליגע חברותא האט זיך געזעצט לערנען און אויף יעדע מימרא פון ר' יוחנן האט ר' אלעזר געברענגט א ראי' פון א משנה אדער ברייתא, תניא דמסייע לך. ביז ר' יוחנן האט געזאגט דו ביזט ווי ריש לקיש? ביי אים ווען כ'האב עפעס געזאגט האט ער געפרעגט 24 קשיות און כ'האב געענטפערט 24 תירוצים וממילא רווחא שמעתתא, מש"כ דו זאגסט אז כ'זאג גוט. אטו לא ידענא דשפיר קאמינא? אז איך זאג ווייס איך אז איך זאג גוט! דו ביזט נישט ריש לקיש.

האט ער גענומען צערייסן די קליידער און געשריגן היכא את בר לקישא, און ס'איז געגאנגען עד כדי כך אז ס'האט אים נעבעך בארירט (שף דעתי' ופירש"י נשתטה) רח"ל, די חכמים האבן פארשטאנען אז אזוי איז קיין תכלית נישט און זיי האבן פאררופן א מנין תהלים און מתפלל געווען אויף ר' יוחנן'ס פטירה (נישט אויף זיין געזונט ווערן, מן הסתם ווייל ריש לקיש איז דאך שוין ליידער נישטא, וועט עס ווידער חלילה פאסירן), און ער איז נסתלק געווארן.

ופעם שמעתי פון הרה"ג ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א ווי ער האט אין א דרשה נאכגעזאגט די גמ' הנ"ל, און מדגיש געווען אז אויף אן אנדער פלאץ זאגט די גמ' זאגט אז ר' יוחנן האט געזאגט פאר ריש לקיש ראיתי לר' אלעזר בן פדת שיושב ודורש כמשה מפי הגבורה. לפי"ז האט ר' יוחנן האט דא געהאט א דורש כמשה מפי הגבורה פאר א חברותא כהודאת בעל דין עצמו, און עם כל זה האט אים עס אזוי ביטער בארירט ווייל רווחא שמעתתא האט ער למעשה מער נישט געהאט, און דאס האט אים אזוי געשאדט אז די איינציגע עצה דערצו וואס די חכמים האבן אנערקערנט איז געווען זיין פריצייטיגע פטירה.

(אויך נאכגעזאגט דאן אז דאס איז דער זעלבער ר' יוחנן וואס זאגט אין ברכות דין גרמא דעשיראה ביר, ווי רש"י זאגט דארט אז ער האט געהאלטן אין טאש א ביינדל פון זיין צענטן קינד שנעדרו ל"ע און ווי תוס' זאגט דארט אז ער פלעגט מיט דעם מנחם אבל זיין אנדערע, ס'האט אים בכלל נישט בארירט ואדרבה, כדרך הצדיקים למעלה מהשגתינו. אבער ווען ער האט פארלוירן א מדריגה אין רווחא שמעתתא האט ער געקענט האבן פאר זיך א יושב ודורש כמשה מפי הגבורה, און ער איז נעבעך אראפ פון זינען פאר גרויס צער ל"ע).

איז מיר געפאלן ר' שמעון זאב'ס אויסדרוק אז דעם טיטל יושב ודורש כמשה מפי הגבורה האט ר' אלעזר בן פדת נישט באקומען פון א צייטונג שרייבער נאר פון ר' יוחנן זעלבסט, או דאס מיינט אז ער האט זיך עס ערליך פארדינט. כ'האב עס פשוט דא געברענגט מענין לענינינו אז א צייטונג קען צומאל יא נוצן אזעלכע אויסדרוקן און ס'מאכט בכלל נישט אויס קיין סאך.

מען נוצט געווענליך ענליכע מליצות ווי ביי א שלמה שיר השירים אשר לשלמה וכדומה (און אפילו דא קען מען טרעפן נאך פסוקים ולדוגמא והנה נער בוכה - וויינער, ותאמר מילדי העברים זה - יהודה'ישע קינדער, וגו' ותקרא שמו משה), אבער נוצן דאס אין אזא פארעם אויפן קעפל איז שוין אפשר א שטיקל שפרינג לענ"ד. (געשריבן פשוט אלס הערה בעלמא, הגם ס'איז נישט מיין דאגה נאר איחוד מבני החבורה שמת ידאגו כל בני ה'עידזש. יה"ר ס'זאל מער קיינמאל נישט אויספעלן עס צו נוצן אויף פטירות, ויבולע המות לנצח במהרה).

האב איך שוין געלערנט עפעס אויך היינט (די גמ' הנ"ל), און אויב וועט עמיצן כאפן א התעוררות ללימוד התורה מדרשת הרב הנ"ל שליט"א זאל עס זיין לעילוי נשמתו בגן עדן, וואו ער לערנט אוודאי בהתמדה רבה כמעשהו בחול כך מעשהו ביום שכולו שבת (הגם אז פון דארט איז נישטא קיין בילדער צו לייגן אויפן ערשטן בלעטל, אבער ס'איז אן עולם האמת און מ'דארף צו דעם נישט אנקומען), ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובה דורך טשאלענט »

גאר שיינע ווערטער.............

#פה מפיק מרגליות
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובה דורך יציב פתגם »

חאצקל פרייליך האט געשריבן:ביים ארויפקלעטערן אמאל דעם בארגיגן וועג צום אוהל הק' אין ביה"ח אין ק"י האב איך באמערקט ביים דורכגאנג אויף א מציבה פון א חשובן איד ז"ל וועלכער איז נפטר געווארן שבועות דאס לשון משה עלה למרום ביום מתן תורה, ביים עס דערציילן פאר מיין טאטן ז"ל האט ער גלייך געוואוסט פון וועלכן איך רעד און מיר געזאגט אז די מציבה איז דער אבן הפינה פון די תקנה אז יעדע נוסח המציבה דארף האבן די באשטעטיגונג פון קהל אדער חברה קדישא וכדומה.

געהערט אז די תקנה האט זיך אנגעהויבן ביי א אנדערע מציבה מיטן לשון "נפלה עטרת ראשינו", די זעלבע וואס ס'שטייט אויפן רבי'נס מציבה..
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

חאצקל!!!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובה דורך דארפסמאן »

יציב פתגם האט געשריבן:
חאצקל פרייליך האט געשריבן:ביים ארויפקלעטערן אמאל דעם בארגיגן וועג צום אוהל הק' אין ביה"ח אין ק"י האב איך באמערקט ביים דורכגאנג אויף א מציבה פון א חשובן איד ז"ל וועלכער איז נפטר געווארן שבועות דאס לשון משה עלה למרום ביום מתן תורה, ביים עס דערציילן פאר מיין טאטן ז"ל האט ער גלייך געוואוסט פון וועלכן איך רעד און מיר געזאגט אז די מציבה איז דער אבן הפינה פון די תקנה אז יעדע נוסח המציבה דארף האבן די באשטעטיגונג פון קהל אדער חברה קדישא וכדומה.

געהערט אז די תקנה האט זיך אנגעהויבן ביי א אנדערע מציבה מיטן לשון "נפלה עטרת ראשינו", די זעלבע וואס ס'שטייט אויפן רבי'נס מציבה..

געהערט פון א חברה קדישא מאן עס איז געווארען וועגן די לשון משה עלה למרום
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

יציב פתגם האט געשריבן:
חאצקל פרייליך האט געשריבן:ביים ארויפקלעטערן אמאל דעם בארגיגן וועג צום אוהל הק' אין ביה"ח אין ק"י האב איך באמערקט ביים דורכגאנג אויף א מציבה פון א חשובן איד ז"ל וועלכער איז נפטר געווארן שבועות דאס לשון משה עלה למרום ביום מתן תורה, ביים עס דערציילן פאר מיין טאטן ז"ל האט ער גלייך געוואוסט פון וועלכן איך רעד און מיר געזאגט אז די מציבה איז דער אבן הפינה פון די תקנה אז יעדע נוסח המציבה דארף האבן די באשטעטיגונג פון קהל אדער חברה קדישא וכדומה.

געהערט אז די תקנה האט זיך אנגעהויבן ביי א אנדערע מציבה מיטן לשון "נפלה עטרת ראשינו", די זעלבע וואס ס'שטייט אויפן רבי'נס מציבה..

נישט ריכטיג. ס'איז מיט זעכצן יאר עלטער.

מרן הברך משה זצ"ל והגרנ"י מייזעלס זצ"ל נסתלקו בשנת תשס"ו, והרה"ח ר' משה ז"ל נפטר בשבועות תש"מ. (אגב, כמדומה שר' יוסף ווייס הי' אצל המקומות הק' באיירופא להילולת מרן הישמח משה זי"ע בכ"ח תמוז עם נכדו האדמו"ר מהר"א, בעת שהקימו מציבת הגרנ"י ז"ל ביום השבעה - נפטר לחיי העוה"ב בכ"א תמוז ואז נפתח ב'עולם' הזה השנירל ברוך דיין האמת), ויבולע המות לנצח.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”