פרעזידענט טראמפ'ס קאנפליקט אף אינטערעסטס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

פרעזידענט טראמפ'ס קאנפליקט אף אינטערעסטס

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 7:45 pm

אזוי ווי דאס איז א ביי-פארטיזאן נושא וואס באדערט רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך, טראמפ און הילערי שטיצער, אויסגעביגעלטע פאליטיקאנטן און אויסגעהארעוועטע ארבייטער און די נושא זעהט נישט אויס גייט אראפ פון טיש אזוי שנעל, עס ווערט גאר מער גרעסער, קאמפלעצירט און היציגער מיט יעדן פארבייגייענדן טאג און ברענגט מיט זיך פיל נייעס איז מיינעך ס'איז גוט צו עפענען א באזונדער אשכול דערפאר.

דער פרעזידענט-עלעקט דאנעלד טראמפ'ס קאנפליקטס אף אינטערעסט פאטענציאלע סקאנדאלן ווערן ערגער פון טאג צו טאג. היינט האט ער זאגאר געזאגט פאר די ניו יארק טיימס אז אויף א פרעזידענט איז נישט חל די מציאות פון קאנפליקט אף אינטערעסט, אז "אין טעאריע" קען ער סיי פירן דאס לאנד און סיי זיינע ביזנעסער, מודה געווען אז ער האט געבעטן ניידזשעל פאראדזש צו מסדר זיין די ענין פון ווינט פארםס וועלכע שטערן די וויו פאר איינס פון זיינע גאלף קאורסעס אין סקאטלענד, און מודה געווען אז זיין האטעל אין וואשינגטאן איז מער ווערד געווארן ווייל ער האט געווינען די עלעקשאנס, און דאס אלעס בלויז היינט.

דאס קומט שוין נאכדעם וואס: ער האט פארשפראכן ביי א פריימערי דעבאטע אריינצולייגן זיינע נכסים אין א בליינד טראסט און יעצט צוריקגעצויגן דערפון כאילו לא היה און נאך געהאט די חוצפה צו טוויטן אז ווער עס האט געוועלט פאר אים האט געוואוסט אז ער האט אינטערנאציאנאלע ביזנעסער און איז דעריבער איינגאנגענגן אויף זיינע קאנפליקטס אף אינטערעס, איוואנקא (וועלכע וועט מכלומר'שט פירן זיינע ביזנעסער) האט זיך געטראפן מיט דעם יאפאנעזער פרעימער און גערעדט אויפן טעלעפאן מיטן ארגענטינער פרעימער, האט ארויסגענומען צייט פון זיין טרענזישאן סקעדועל אפצוהאלטן א מיטינג מיט זיינע שותפים פון אינדיע, און אויסלענדישע דיפלאמאטן זענען איינגעלאדנט געווארן צו טראמפ האטעל פאר א טור.

סענאט דעמאקראטן ארבייטן יעצט אנצוהייבן א שווערע קאמף מיטן פרעזידענט ער זאל איינמאל פאר אלעמאל אדרעסירן די זארגן פון די אמעריקאנע בירגער און זיין פארנימען בלויז מיט די פרעזידענסי און אוועקשטעלן זיין ביזנעס אין א בליינד טראסט.

וואס וועט פאסירן למעשה? עמיר ציווארטן.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 10:51 pm

אויב טראמפ גייט אנהייבן מיט די מעשיות פון בעטן טובות פון וועלט פירער קומט זיך אים פעטש.

אבער די עצם פירען די ביזנעס מעג ער באמת, דאס אז ער וועט מער מצליח זיין וויבאלד ער האט די טיטל פרעזידענט איז נישט מער ווי נארמאל, און ער דארף נישט טון עפעס ספעציעל צו אפשוואכן זיין פרעזידענטישע כבוד.
דאס אז ״טראמפ אליינס״ האט מודה געווען אז זיין האטעל איז מער ווערט געווארן אלס פרעזידענט, דאס דארף צו זיי א אטאקע אויף אים....?
עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס מען עס זענען דא אמתע זאכן אויף טראמפ דארף מען אויפבלאזן זאכן וואס זענען גארנישט... דערנאך קען טראמפ זאגן אז די מידיע איז בייעס, און אוועק שפאצירען מיט ריכטיגע סקאנדאלן... ווען מין שרייבט נאר אמת וואלט עס אים נישט געגאנגען אזוי גרינג...

חוץ דעם מיין איך אז עס איז נישט איליגעל צו פירען ביזנעס ווען מען איז פרעזידענט.
אבער איך האלט אז נאך צוויי טאג זיין פרעזידענט וועט ער שוין זען אז עס גייט נישט ביידע אויף איין מאל, די טאג איז נאר 24 שעה, און א פרעזידענט האט נישט די צייט.

פארשטייצעך אז דאס אלעס איז ווי לאנג ער ארבעט נישט ארום מיט די געזעצן כדי עס זאל אים גיין גוט.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 11:00 pm

גוט געזאגט..

נאר וואס דען, שיין וועט מען אויסזעהן אז ער ווועט ביי יעדע געלעגנהייט בעטן פראטעקציע פון אלע פראזידענטאן וויבאלד ער איז פרעזידענט....

איין זאך איז איהם זיכער געלונגען, דאס וואס ער טעהנט אז זיין ברענד ווערט אינטער געשאצט יעצט וועט עס זיין אסאך מער ווערט

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6862
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 11:17 pm

שכוח כאפצעם פארען מיר אויסכאפען מיט פתיחה, איך האב געהאט אין פלאן צו עפענען אזא אשכול.

עס איז היבש נערווירענד צו זעהן א פרעזידענט מיט אזוי פיהל טעגליכע מעגליכקייטען צו לייגען זיינע אינטערעסען בעפאר דאס לאנדס.

בפרט ווען מען זעהט ווי איבער זעכציג מיליאן מענטשען האבען פאר ווייניגער ווי צוויי וואכען צוריק אויסגעשריגען ניין צו פעי פאר פלעי.

אבער ווען איך הער די קריטיק פון די דעמאקראטישע פארטיי קומט עס אזוי צום לאכען אז מען קען ממש נישט אוויפהערן, די דעמאקראטישע פארטיי פירערס ליפען האלטען נאך אינמיטען דיפענדען הילעריס פעי פאר פלעי און זיי שאקלען שוין נו נו פאר טראמפ ווען ער איז נאך בכלל נישט פרעזידענט.

די קלינטאן פאנדעישאן מיט אלע אירע מעכטיגע פראבלעמען האבען נאכאלס די דעמאקרטען פארענטפערט אז דאס איז א ארגענעזעישאן וואס העלפט מענטשען, איז נישט די טראמפ ביזנעס בארעכטיגט צו באקומען דעם טיטעל אז זיי שטעלן צו צענדליגע טויזענטער זשאבס פאר מענטשען?!

פיינעלי, מעג א פרעזידענט טאקע נישט האבען קיין שום ביזנעס אנגעלעגנהייטען?! זשארדזש וואשינגטאן איז אויך געוועהן א ביליאנער מיט א סך פראפערטיס און מען האט נישט געהאט קיין טענות?! סאו נאר ארימעלייט מעגן לויפען?! די געזעץ הייסט נישט אז מען מיז אלעס אריין לייגען אין א בליינד טראסט. סאו וואס איז די חוצפה פון אים איינטיילען וואס צו טוהן?!
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 11:46 pm

ווען איך האב אנגעהויבן הערן וועגן קלינטאן'ס פאנדעישאנס פעי פאר פלעי, כאטשיג נישט קיין ריזיגע טובות, איז מיר דאס בלוט ארויפגעקומען אין קאפ, איך האב עס פשוט נישט געקענט פארטראגן, גייסט און ניצט דאס לאנד פאר דיינע סעלפיש אינטערעסן! אפגערעדט ווער ווייסט צו האסט נישט א בייעס פאר געוויסע באשלוסן וואס זענען נישט אינעם לאנדס טובה נאר עס איז דיין אייגענע טובה.

איך האב אבער קיין רגע נישט געפעיווערט טראמפ איבער קלינטאן צוליב דעם, זיין רעדן מיט א גלייכגילטיגקייט פון אונטערקויפן פאליטישענס "דאס טוה איך", "דארפסט קענען די ביזנעס" וכו', און זיין זיין שטאלץ מיטן אויסקוועטשן דאס געזעץ לגבי טעקס עס זאל אים צוניצקומען די אפמאסט און בעצם זיין ביהעיוויער פון זיין איגא האט מיר געשמעקט אלס דער זעלבער פויגל, און נאך ארגער.

די מערסטע באדערט מיך יעצט דאס קאלטקייט פון אים און עס ניטאמאל וועלן אנערקענען אלס פראבלעם, ער גייט ווייטער אויפנעמען אלע זיינע אויסלענדישע ביזנעס שותפים אינעם ווייסן הויז! וועלטליכע פרעזידענטן גייעו האבן זיצונגען מיט אים אונטער פארמאכטע טירן, עס גייט זיך אפטוהן א טראמפ ביזנעס ארויס פון ווייסן הויז אז ס'גייט גיין א רויעך און סאיז דא א גרויסע שאנס אז אונז גיימיר נישטאמאל וויסן!

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:10 am

דאס וואס ער האט געזאגט ביז יעצט וועגן זיין פארדינען פון די געזעצן פאר זיין ביזנעס איז בכלל נישט ראנג, ער איז א ביזנעסמאן און האט געטון די בעסטע פאר זיין ביזנעס, און ער האט ארויסגעברענגט צוויי זאכן...

1) די מיט די זעלבע וועג ווי איך האב געארבעט פאר מיין ביזנעס און ארויסגענומען די מאקסימום וואס איז מעגליך געווען, וועל איך ארבעטן פאר אונזער לאנד.

2) טראמפ זאגט אז וויבאלד איך בין געווען אין ביזנעס פארשטיי איך ווי די לעכער זענען פון די גאווערמענט, סיי געזעצליך און סיי ווי קרופטירט די פאליטישאנס זענען, און נאר איך קען דאס פארעכטן.


דאס אלעס איז וואס ער האט געזאגט ביז יעצט, און ער איז גערעכט, אבער יעצט אלס פרעזידענט אויב גייט ער לייגן זיינע אינטערעסן פאר די אינטערעסן פון די לאנד, גיימער אלע שרייען שגץ ארויס.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:11 am

א מענטש וואס באצאלט טעקס וואו ער ברויך נישט איז ביי מיר א שוטה משוטה, און מיר ברויכן נישט איינעם מיט אט דעם טיטל פאר קאמענדער אין טשיף.

א מענטש וואס איז אין פאבליק אפיס און ניצט אויס די רעכטן וואס די וויילער האבן געגיבן פאר אייגענע אינטערעסן איז טאקע נישט קיין שוטה אבער איז יא א פארברעכער.

אין אונזער פאל איז דאס קלינטאן...

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:25 am

לאמיר נישט אריינגיין צו סאך אין קלינטאן, דא רעד מען פון פרעזידענט אלעקט, קלינטאן איז ביי מיר געשטארבן.... חוץ אויב מען וויל אמאל ארויסברענגען א בייעס.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:36 am

כאפסט נישט די פוינט, ס'נישט וואס ער האט "געטוהן", א שוטה וואלט ער געדארפט זיין צו טוהן אנדערש, די דענזשערעס חלק פון אים איז געווען זיין קילקייט דערוועגן, יא איך געם שוחד, דריי מיטן געזעץ און וואטעווער "ווייל כ'מעג", דאס האט מיר געגעבן א קיצל אז דער איז יענער פויגל, ער וועט נישט האבן קיין פראבלעם צו עדווענסן זיינע אינטערעסן אלץ פרעזידענט ווילאנג ער "קען" און איז שטארקער פון מיר.

כ'בין נאך אלץ אבער שאקט אז ער זאל עס למעשה טוהן, כקען עס שווער גלייבן, פשוט, פארוואס אין די וועלט? דו ביזט פרעזידענט אוו אמעריקא! וואס גיבסטו א דעקל וועגן דיין ביזנעס?!

היינט האב איך געהערט א שטיקל הסבר, סי ען ען האט אינטערוויוד עטליכע איטאליענער וואס זיי זאגן אז טראמפ איז א שפיגל פון זייער געוועזענע פרעזידענט בערלאסקאני, יענער איז אויך געלאפן אויף אזא אג'ענדע ווי טראמפ, אויך געווען א ביזנעסמאן, געשריגן ער וועט אויסראטן גאווערמענט קאראפשען וכו' , למעשה איינמאל ער איז געווארן פרעזידענט און אנגעהויבן זעהן די ביזנעס אפערטונעטיס וואס די פרעזידענסי קען אים ברענגן איז ער געווארן ממש עדיקטעט. מ'האט אים אימפיטשט.

דאס קען זיין אפשר די הסבר פון טראמפ. ימים ידברו.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 1:32 am

האט נישט בוש השני געהאט ביזנעס אינטערעסן מיט סאדיא ארביע אין די אויל ביזנעס, אין מען האט שפעקעלירט אז פארדעם איז ער זיך נישט אומגעגאנגען שארף מיט זיי ביי 9/11
איך בין נישט באהאווענט, עפעס אזוי ליגט מיר אין זכרון

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 10:10 am

פארוואס טאר ער נישט געבן א דעקל פאר זיין ביזנעס? אויב איך געדענק גוט איז ער נישט די ערשטע פרעזידענט צו טון ביזנעס בשעת זיין פרעזידענט.

די פראבלעם איז נאר אויב עס ברענגט חושד, קאראפשן, פעי פאר פלעי, א.א.וו.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 10:16 am

אנבעליוועבל!

נאך יארן ווערן אויפגעהאלטן האט די דעוועלעפמענט קאמפעני וואס בויעט די טראמפ טאוער אין ארגענטינע געמאלדן אז די פראדשעקט גייט פאראויס

אויב טועט ער דאס ווען ער איז פרעזידענט קען עס זיין קעגן די קאנסטעטוטציע!

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 10:26 am

איך פארשטיי די קאנסערן פון טראמפ'ס קאנפליקט אוו אינטערעסט, און מען דארף עס אדראסירן.

איך האלט אבער אז די לינקע מידיא טרייבט שטארק איבער מיט זייער קאווערעדזש איבער דעם נושא,

טראמפ האט אפען געלאזט די מעגליכקייט אריינצולייגן זיין ביזנעס און א בליינד טראסט, עס איז קלאר אז ער האט אן אישו און ער דארף עס סאלוון.

אבער איך געדענק נישט די מידיא זאל פארפירן ווען הילערי איז געווארן סעקערטערי אוו סטעיט, אז די קלינטאן פאונדעישען קען זיין א קאנפליקט אוו אינטרעסט, און אפילו ווען עס האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט אז דא איז פארגעקומען א מאסיווער פעי-פאר-פלעי האט די מעין סטרים מידיא איינגענומען א שטילווייגעניש.

פאר CNN צו האמערן איבער דעם נושא איז בייעס און היפאקריטיע.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 10:27 am

איז נישט קיין נפקא מינא פון א פאנדעישען ביז ביזנעס ?
א פשוטע איד.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 10:28 am

RT מצב כללי

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 10:28 am

יהודי האט געשריבן:איז נישט קיין נפקא מינא פון א פאנדעישען ביז ביזנעס ?


כמעט נישט, די פאנדעשיען איז אויך א ביזנעס.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 10:29 am

א פאנדעישן איז אפיציעל פאר צדקה
א פשוטע איד.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 10:38 am

יהודי האט געשריבן:איז נישט קיין נפקא מינא פון א פאנדעישען ביז ביזנעס ?


א פאונדעישען איז ערגער ווייל עס איז נישט קיין זאך וואס מען מוז האבן, אנדערש ווי א ביזנעס, גיי זאג פאר א מענטש געב אויף דיין ביזנעס, עס איז זיין אייגענטום.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 10:38 am

מצב כללי האט געשריבן:איך פארשטיי די קאנסערן פון טראמפ'ס קאנפליקט אוו אינטערעסט, און מען דארף עס אדראסירן.

איך האלט אבער אז די לינקע מידיא טרייבט שטארק איבער מיט זייער קאווערעדזש איבער דעם נושא,

טראמפ האט אפען געלאזט די מעגליכקייט אריינצולייגן זיין ביזנעס און א בליינד טראסט, עס איז קלאר אז ער האט אן אישו און ער דארף עס סאלוון.

אבער איך געדענק נישט די מידיא זאל פארפירן ווען הילערי איז געווארן סעקערטערי אוו סטעיט, אז די קלינטאן פאונדעישען קען זיין א קאנפליקט אוו אינטרעסט, און אפילו ווען עס האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט אז דא איז פארגעקומען א מאסיווער פעי-פאר-פלעי האט די מעין סטרים מידיא איינגענומען א שטילווייגעניש.

פאר CNN צו האמערן איבער דעם נושא איז בייעס און היפאקריטיע.



ווען זי איז געווען סעקרעטערי אוו סטעיט האט מען נאכנישט געהאט די אימעילס.

אבער סייוויאזוי, ער איז יעצט פרעזידענט און סאיז א שאקירנדע נושא. וועגן מידיע בייעס איז שוין דא א באזינדער שנירל:

אויסגערעכנט האט געשריבן:לאמיר נישט אריינגיין צו סאך אין קלינטאן, דא רעד מען פון פרעזידענט אלעקט, קלינטאן איז ביי מיר געשטארבן....

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 10:42 am

כאפצעם האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:איך פארשטיי די קאנסערן פון טראמפ'ס קאנפליקט אוו אינטערעסט, און מען דארף עס אדראסירן.

איך האלט אבער אז די לינקע מידיא טרייבט שטארק איבער מיט זייער קאווערעדזש איבער דעם נושא,

טראמפ האט אפען געלאזט די מעגליכקייט אריינצולייגן זיין ביזנעס און א בליינד טראסט, עס איז קלאר אז ער האט אן אישו און ער דארף עס סאלוון.

אבער איך געדענק נישט די מידיא זאל פארפירן ווען הילערי איז געווארן סעקערטערי אוו סטעיט, אז די קלינטאן פאונדעישען קען זיין א קאנפליקט אוו אינטרעסט, און אפילו ווען עס האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט אז דא איז פארגעקומען א מאסיווער פעי-פאר-פלעי האט די מעין סטרים מידיא איינגענומען א שטילווייגעניש.

פאר CNN צו האמערן איבער דעם נושא איז בייעס און היפאקריטיע.



ווען זי איז געווען סעקרעטערי אוו סטעיט האט מען נאכנישט געהאט די אימעילס.

אבער סייוויאזוי, ער איז יעצט פרעזידענט און סאיז א שאקירנדע נושא. וועגן מידיע בייעס איז שוין דא א באזינדער שנירל:

אויסגערעכנט האט געשריבן:לאמיר נישט אריינגיין צו סאך אין קלינטאן, דא רעד מען פון פרעזידענט אלעקט, קלינטאן איז ביי מיר געשטארבן....


און יעצט איז יא דא אימעילס?, און נאך די אימעילס האבן זיי יא גערעדט דערפון?

אויב פארשטייסטו יעצט אז עס איז אן הימעלשרייענדע פראבלעם ווי ביזטו געווען ביי די קלינטאן פאונדעישען, נאר וואס דען דארט האסטו פארשטאנען עס איז נישט קיין פראבלעם, וואס איז יעצט אנדערש.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 10:43 am

נא כאפצעם ענדיג צו
אויסגערעכנט האט געשריבן:לאמיר נישט אריינגיין צו סאך אין קלינטאן, דא רעד מען פון פרעזידענט אלעקט, קלינטאן איז ביי מיר געשטארבן.... חוץ אויב מען וויל אמאל ארויסברענגען א בייעס.
א פשוטע איד.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 10:50 am

מצב כללי האט געשריבן:אויב פארשטייסטו יעצט אז עס איז אן הימעלשרייענדע פראבלעם ווי ביזטו געווען ביי די קלינטאן פאונדעישען, נאר וואס דען דארט האסטו פארשטאנען עס איז נישט קיין פראבלעם, וואס איז יעצט אנדערש.



וואס איך האב געזאגט אדער יענער האט געזאגט אדער וואס די מידיע האט געזאגט קומט נישט דא אריין. אין די אשכול מיינעך איז נישטא קיין איין תגובה וואס זאגט אז טראמפס קאנפליקט אוו אינטערעסט איז א פראבלעם "ווייל די מידיע האמערט דערויף", דא רעדט מען וואס די עקטשועל פראבלעם איז און וואסערע קאנפליקטס אוו אינטערעסטס עס ווערן אויפגעדעקט.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 2:45 pm

כאפצעם האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:אויב פארשטייסטו יעצט אז עס איז אן הימעלשרייענדע פראבלעם ווי ביזטו געווען ביי די קלינטאן פאונדעישען, נאר וואס דען דארט האסטו פארשטאנען עס איז נישט קיין פראבלעם, וואס איז יעצט אנדערש.



וואס איך האב געזאגט אדער יענער האט געזאגט אדער וואס די מידיע האט געזאגט קומט נישט דא אריין. אין די אשכול מיינעך איז נישטא קיין איין תגובה וואס זאגט אז טראמפס קאנפליקט אוו אינטערעסט איז א פראבלעם "ווייל די מידיע האמערט דערויף", דא רעדט מען וואס די עקטשועל פראבלעם איז און וואסערע קאנפליקטס אוו אינטערעסטס עס ווערן אויפגעדעקט.


עס איז יא דא איינער וואס זאגט עס, איך האב עס געשריבן

איך האב געשריבן אז די מידיא טרייבט איבער.

און לאמיר ענדערש פאוקעסען אויף די סובסטאנץ פון די תגובות ווי איידער אריינגיין אין א סכסוך וואס מען מעג יא אדער נישט שרייבן אין דעם אשכול.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 2:48 pm

ארויסברענגען א בייעס ביי מיר מיינט עפעס וואס קומט אריין אדער פרישע נייעס..... א זאך וואס מען האט שוין איבערגעקייט מיליאנען מאל דא, און פארדרייט נאר די אשכול דארף מען אליינס האבן די שכל צו פארשטיין אז עס קומען נישט דא, און אלס ריזאלטאט פון יא איבערקייען די זעלבע זאכן וועט דער נארמאלער מענטש אפמאכן ״אקעי דא קען מען שוין אויך נישט שמועסן נארמאל״ און גייט צו נעקסטן אשכול.

האקט--- עפעס זאגט ער- אבער איך זאג אויך עפעס

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 4:43 am

כאפצעם האט געשריבן:אזוי ווי דאס איז א ביי-פארטיזאן נושא וואס באדערט רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך, טראמפ און הילערי שטיצער,
ביי פארטיזען? טראמפ און הילערי שטיצער צוגלייך? וויפיל רעפובליקאנער האסטו געהערט רעדן דערוועגן? איינס? און נאך אן אויסגעשפראכענער נעווער טראמפער ווי דיר? (אפי' לאמיר זאגן אז זיי זענען נישט גערעכט מיט'ן נישט רעדן דערוועגן, פארענטפערט עס נאכנישט דיין פארקויפן שקרים אז עס איז א בייפארטיזען אישו נאר ווייל עס איז קעגן טראמפ.)

אויסגעביגעלטע פאליטיקאנטן און אויסגעהארעוועטע ארבייטער
אויסגעביגלטע פאליטיקאנטן יא, פון ווי נעמסטו אז די אויסגעהארעוועטע ארבעטער געבן א דעם דערוועגן? ווייל CNN רעדט דערוועגן 24/7?

און די נושא זעהט נישט אויס גייט אראפ פון טיש אזוי שנעל,
אודאי אז נישט. ער איז דאך א רעפובליקאנער (עכ"פ ער איז געלאפן אויף דעם רעפובליקאנער טיקעט און ער האלט יעצט זייער אסאך זאכן ווי זיי) דארף מען פרובירן צו רייטן דערויף וויפיל מ'קען, כאטש עס איז גארנישט אומלעגאל.

עס ווערט גאר מער גרעסער, קאמפלעצירט און היציגער מיט יעדן פארבייגייענדן טאג און ברענגט מיט זיך פיל נייעס איז מיינעך ס'איז גוט צו עפענען א באזונדער אשכול דערפאר.
א גוטע איידיע, אזוי וועט מען קענען אויפווייזן די שקרים און עס וועט נישט ווערן פארוואסערט מיט אנדערע נייעס.

דער פרעזידענט-עלעקט דאנעלד טראמפ'ס קאנפליקטס אף אינטערעסט פאטענציאלע סקאנדאלן ווערן ערגער פון טאג צו טאג. היינט האט ער זאגאר געזאגט פאר די ניו יארק טיימס אז אויף א פרעזידענט איז נישט חל די מציאות פון קאנפליקט אף אינטערעסט,
פארוואס ארויסנעמען זאכן פון קאנטעקסט? ער האט געזאגט "The law’s totally on my side, the president can’t have a conflict of interest" וואס באדייט אז דער פרעזידענט האט געזעצליך נישט קיין פראבלעם פון קאנפליקט אוו אינטערעסט (לויט טייל רעפארטס האט ער גאר קלאר געזאגט אז ער מיינט דאס זאגנדיג The law’s totally on my side, MEANING, the president can’t have a conflict of interest)
און ער איז גערעכט, אזוי ווי דער וואשינגטאן פאוסט שרייבט:
The law doesn’t say the president can’t have a conflict of interest. But Congress, under Title 18 Section 208 of the U.S. code, did exempt the president and vice president from conflict-of-interest laws on the theory that the presidency has so much power that any possible executive action might pose a potential conflict.
אין אנדערע ווערטער, קאנגרעס האט בכונה באפרייט דעם פרעזידענט פון קאנפליקט אוו אינטערעסט געזעצן ווייל לויט זיין מאכט איז יעדע זאך וואס ער טוט א מעגליכע קאנפליקט אוו אינטערעסט.

אז "אין טעאריע" קען ער סיי פירן דאס לאנד און סיי זיינע ביזנעסער,
וואסי ראנג מיט די סטעיטמענט?

מודה געווען אז ער האט געבעטן ניידזשעל פאראדזש צו מסדר זיין די ענין פון ווינט פארםס וועלכע שטערן די וויו פאר איינס פון זיינע גאלף קאורסעס אין סקאטלענד,
מודה געווען אז ער האט? אדער געזאגט אז ער האט מעגליך, וואס איך וואלט אויך געזאגט אויב געדענק איך נישט יעדן ווארט פון א שמועס.

און מודה געווען אז זיין האטעל אין וואשינגטאן איז מער ווערד געווארן ווייל ער האט געווינען די עלעקשאנס, און דאס אלעס בלויז היינט.
וואס איז די עולה מיט דעם פונקטליך? ער'ט געזאלט אויסהאקן די פענסטערס מיטוואך פארטאגס צו פארגיטיגן דאס אז די ווערט איז ארויף צוליב זיין געווינס?

דאס קומט שוין נאכדעם וואס: ער האט פארשפראכן ביי א פריימערי דעבאטע אריינצולייגן זיינע נכסים אין א בליינד טראסט און יעצט צוריקגעצויגן דערפון כאילו לא היה
מקור? לויט די רעפארטס האט ער גאר ממש נעכטן, אין ברען פון די "קאנטראווערסיע" געזאגט אז ער וועט לייגן זיינע נכסים אין א טראסט. וואס ער האט יא געזאגט איז אז ער איז נישט "מחיוב" צו לייגן אין א טראסט, וואס איז ריכטיג ווי אויבן געשמועסט, און אז זיינע קינדער וועלן זיין אין די טראסט, א זאך וואס ער האט אויך געזאגט כמ"פ פאר די עלעקשאן'ס (פון א פאקס אינטערוויו אנהייב יאר: If I become president, I couldn't care less about my company. It's peanuts. I want to use that same — up here, whatever it may be — to make America rich again, and to make America great again. I have Ivanka and Eric and Don sitting there. Run the company, kids. Have a good time. I'm going to do it for America. ... I would put it in a blind trust. Well, I don't know if it's a blind trust if Ivanka, Don and Eric run it. But — is that a blind trust? I don't know. But I would probably have my children run it with my executives. And I wouldn't ever be involved, because I wouldn't care about anything but our country. Anything)

און נאך געהאט די חוצפה צו טוויטן אז ווער עס האט געוועלט פאר אים האט געוואוסט אז ער האט אינטערנאציאנאלע ביזנעסער און איז דעריבער איינגאנגענגן אויף זיינע קאנפליקטס אף אינטערעס,
ער'ט קיינמאל צוריקגעצויגן פון דעם טראסט, סאו נישטא קיין קאנפליקט אוו אינטערעס. איי ער האט למעשה ביזנעסער אין די גאנצע וועלט און עס קען אפעקטירן זיין טראכטן איבער א לאנד? האט ער געטוויט:
‏@realDonaldTrump
Prior to the election it was well known that I have interests in properties all over the world.Only the crooked media makes this a big deal!
"ער" האט נישט געשריבן אז מ'האט מסכים געווען צום קאנפליקט אוו אינטערעסט. "דו" טייטשסט עס אויס אזוי ווייל דו האלסט נישט אויס אז ער האט געווינען.


איוואנקא (וועלכע וועט מכלומר'שט( אויב עס איז נאר מכלומר'שט זיי מסביר דיין פראבלעם דערמיט...) פירן זיינע ביזנעסער) האט זיך געטראפן מיט דעם יאפאנעזער פרעימער און גערעדט אויפן טעלעפאן מיטן ארגענטינער פרעימער,
סאו איינער וואס האט ביזנעס טאר נישט רעדן מיט קיין וועלט פירער?... די מיטינג מיט'ן יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער האט נישט געהאט גארנישט מיט פארהאנדלונגען נאר זיך באקענען, (אזוי האט טראמפ געזאגט נאך פאר דיין מידיע האט גערעדט וועגן קאנפליקט אוו אינטערעסט, פשוט צו מסביר זיין פארוואס עס האט נישט אויסגעפעלט קיין סטעיט דעפ. בריפינג פאר די מיטינג, און דו האסט נישט קיין שום וועג צו פראוון אנדערש.) און אזוי אויך די טעלעפאן קאל מיט'ן ארגענטינער פרעזידענט איז געווען צו קאנגראטולירן טראמפ אויף זיין זיג, און ביי ביידע האט מען בכלל נישט גערעדט פון טראמפס ביזנעסער לויט אלע מענטשן וואס זענען געווען דערביי, נאר די ארגענטינער מידיע האט גע'טענה'ט אז יא כאטש וואס זיי האבן נישט קיין שום וועג צו וויסן ווייל זיי האבן דאך נישט מיטגעהאלטן דעם שמועס, און ביידע צדדים האבן עס אפגעלייקנט.

האט ארויסגענומען צייט פון זיין טרענזישאן סקעדועל אפצוהאלטן א מיטינג מיט זיינע שותפים פון אינדיע,
אפשר הערסטו אויף קריכן אויף די גראדע ווענט? וואס איז די פראבלעם דערמיט? (ער איז נאכנישט פרעזידענט סאו אפי' אויף זיין הבטחה אויף א טראסט איז עס נישט עובר געווען)

און אויסלענדישע דיפלאמאטן זענען איינגעלאדנט געווארן צו טראמפ האטעל פאר א טור.
און?..

סענאט דעמאקראטן ארבייטן יעצט אנצוהייבן א שווערע קאמף מיטן פרעזידענט ער זאל איינמאל פאר אלעמאל אדרעסירן די זארגן פון די אמעריקאנע בירגער און זיין פארנימען בלויז מיט די פרעזידענסי
דאס איז גראדע גוטע נייעס אז די דעמאקראטן האבן אויך איינגעזען אז עס איז צייט אבאמא זאל לייגן זיין ליבעראלע קראנקע אגענדע אין די זייט און אנהייבן אדרעסירן די זארגן פון אמעריקאנער בירגער ווי די אבנארמאל הויכע פרייזן פון אבאמאקעיר, אייסיס וכו'.
(אויב דו כאפסט נישט די פוינט אדער דו מאכסט זיך ווי דו כאפסט נישט, טראמפ איז נאכנישט פרעזידענט און איז פריי צו טון וואס זיין הארץ באגערט ביז JAN 20.


און אוועקשטעלן זיין ביזנעס אין א בליינד טראסט.
גאנץ א גוטע געדאנק, זיי קענען אינטראדוסן א ביל דערוועגן, אדערוויל איז 100% געזעצליך פאר'ן פרעזידענט עס צו פירן אליין.

וואס וועט פאסירן למעשה? עמיר ציווארטן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, קרייסלער און 14 געסט